א נייע סעלושן פאר גאן קאנטראל??

אנאליזן און דעבאטעס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פעיק נוז האט געשריבן:
פיצי האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:ר' איד איר האט געמאכט אביסל ריסערטש פאר איר שרייבט??
ניין, אויב מ'וועט מאכן גאנס אינגאנצן איליגעל (נישט מאכן שטרענגער) וועלן די אלע חברה נישט אי דע וועי האבן גאנס, ווייל אויב האט ער יעצט לעגאל וועט ער עס נישט האבן דעמאלטס. מ'רעדט דאך דא פון מענטשן וואס האבן זיך צושאסן מיט לעגאלע געווער.

און ניין, די אלע וועכטערס מיט גאנס האבן נאכנישט זוכה געווען צוריקצוהאלטן קיין שיסער!

זאג מיר נישט אז דו ווילסט מאכן גאנ'ס איליגעל אויך פאר וועכטער'ס...

פארוואס נישט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:

עס מוז אייביג זיין אויב נישט סתם ציווילע דאן עטליסט וועכטער וואס זענען באוואפנט על כל צרה שלא תבא, באלד וועסטו מיך פרעגן פארוואס פאליציי דארפן האבן וואפן? דאן מוף קיין לאנדאן...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

די עיקר יעצט זענען מיר פארזיכערט מיט א רעפאבליקאנע פרעזידענט וואס גייט נישט אזוי שנעל מאכן גאנס אים לעגאל
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אבער ס'איז זיכער אז גאנ'ס דארפן ערנסטע איינצוימונג רעגולאציע'ס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

פעיק נוז האט געשריבן:אבער ס'איז זיכער אז גאנ'ס דארפן ערנסטע איינצוימונג רעגולאציע'ס.

אויף דאס בין איך אויכט מודה
ווי למשל נישט גא אזא זאך אז מען זאל פארקויפן אפילע א סעמי ארעמעריק גאן
אין אויכט מאכן אסאך א שטערקערע בעקראנד טשעק פאר ווער עס וויל קויפן א גאן
ארויף ריקען די יארגאנג פין ווען מען מעג קויפן

אבער אראפ מיטען סעקענד אמענדמענט מאן דכר שמיה
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

מיינע צוויי צענט:
איינער ווייסט ווי אזוי א פאקט פארמירט זיך?
אויב ווייסט איר נישט, דאן קען די פאלגנדע שורות אייך העלפן.

א פאקט ווערט, ווען א געוויסע פערזאן שטעלט זיך פאר עפעס,
און דאן שטעלט ער זיך עס פאר נאכאמאל,
נאכדעם שטעלט ער זיך עס פאר זייער שטארק,
און דאן א פערטן מאל,

געלונגענע פאקט-פראדוצירער ענדיגן דא, די וועלכע האבן ווייניגער ערפארונג דארפן גיין אזוי פאר זיבן אכט מאל,
פון ווי ווייס איך?

-איך מיין ח"ו קיינעם פערזענליך, אבער כ'האב געליינט די תגובות ביז אהער, און דאס איז די איינציגסטע מסקנא וואס מאכט סענס אין דעם אשכול.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

הענדימען האט געשריבן:
פיצי האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:און וואס איז ווען דער קרימינאל האט נישט קיין ביקס נאר א מעסער אבער איז שטערקער?

אגב. קוק דא און נאכדעם זאג מיר וויאזוי יענער וואלט זיך אן עצה געגעבן אן א ביקס

די רעדע דא איז נישט פון א וועג צו סטאפן קרימינאלן (אזאך וואס ס'נישט מעגליך בעלמא הדין) מ'רעדט פון סטאפן מאסן-שיסערייען! וויפיל מענטשן קען מען הרגענען מיט א מעסער רח''ל?? די וועג אפצושטעלן שיסערייען איז אוועקנעמען גאנס. פינטל!

ס'מיינט נישט אז קריים גייט זיך סטאפן. מ'קען הרגענען מיט א סקרו-דרייווער אויך...

די ציל פון האבן גאנס איז נישט אז קריים אדער קרימינאלן זאלן אויפהערן

די ציל איז אז מ'זאל זיך קענען באשיצן

אמת טאקע אז דאס גייט נישט סטאפן קיין קריים אבער ס'וועט העלפן דעם באטרעפענדן גאן באזיצער אין פאל פון נויט

אגב. כ'האב שוין אביסל ברייטער אויסגעשמועסט דא

און וויאזוי מינימיזירט מען יא די קריים? נישט דורכ'ן באגרעניצן גאנס? אונז וואוינען נישט אוין א דריטע וועלט לאנד און אונז זעמיר נישט גרייט איינצוגיין אויף מעגליכקייטן זיך צו קענען באשיצן אנשטאט פשוט אפצושטעלן די פראבלעם ווייל ס'איז אריין א דזשוק אין קאפ פאר אפאר פאליטיקאנטן פאר צוויי הונדערט פערציג יאר צוריק אז אונז דארפן לעבן ווי חיות #קאמאן_סענס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פעיק נוז האט געשריבן:עס מוז אייביג זיין אויב נישט סתם ציווילע דאן עטליסט וועכטער וואס זענען באוואפנט על כל צרה שלא תבא, באלד וועסטו מיך פרעגן פארוואס פאליציי דארפן האבן וואפן? דאן מוף קיין לאנדאן...

פארוואס דארף איך מופן קיין לאנדאן? פארוואס קען איך נישט האבן די רואיגקייט דא?

הינט (נישט Dog נאר Hint. כ'ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט עס אין אידיש) ליין מיין תגובה אינעם אנדערן אשכול

פעיק נוז האט געשריבן:אבער ס'איז זיכער אז גאנ'ס דארפן ערנסטע איינצוימונג רעגולאציע'ס.

100%

זייער קלוג האט געשריבן:אבער אראפ מיטען סעקענד אמענדמענט מאן דכר שמיה

די קאנסטיטוציע איז נישט תורה שבכתב. ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס מ'טוט מיטן סעקאנד אמענדמענט

אויב מאכט מען אבער אלע גאנס קאמפליטלי אומלעגאל גייען די קריים רעיטס ארויפשיסן אין די רורעל געגנטער

אידישע געדאנקען האט געשריבן:און וויאזוי מינימיזירט מען יא די קריים?

לייען קודם אלעס וואס כ'האב געשריבן איבער דעם ענין און אויב עפעס באליבטער נאך שווער קענסטו צוריקקומען פרעגן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער אמת איז אז אין די שטחים איז בעצם נארמאל צו האבן געווער, און מען ברויך עס האבן, אבער אין א שטאט, אדער אפילו א שטעטל, איז א דיזעסטער אז יעדער מעג האבן, אבער עס איז דאך נישט דא קיין גרעניצן צווישן די פלעצער, סוי האבעך א איידיע, שטייצעך די אלע איידיעס קען מען נאר מאכן נאכן אמענדן די קאנסטעטושען אז נארמאלע געצוימטע גאן געזעצן איז קאנסטעטושענעל, אז עס זאל זיין אזא זאך אז מען האט לייסענס פאר די שטחים, אבער אויב ברענגט מען עס אריין אין די כך וכך מייל פון א פאליס סטעישן, כך וכך מייל פון געוויסע צענטערן, כך וכך מייל פון א גרויסע שטאט, אדער כדומה, איז עס א הארבע קריים מיט יארן תפיסה, און שטייצעך אז אפילו אין די שטחים זאל מען בלויז לאזן האבן נארמאלע געווער, און בלויז נארמאלע מענטשן.

איך האב געליינט אין א בוק אז אפילו אין רוסלאנד האט מען אין די דערפער געמעגט האבן געווער, ברויך מען געוואר ווערן ווי אזוי עס האט געארבעט.

און אין שטאט זאל מען מוזן האבן זייער א וויכטיגע סיבה צו האבן, מיט מאניטערינג און טרענינג פון יעדער וואס האט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 8:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זייער קלוג האט געשריבן:די עיקר יעצט זענען מיר פארזיכערט מיט א רעפאבליקאנע פרעזידענט וואס גייט נישט אזוי שנעל מאכן גאנס אים לעגאל

לאו דווקא, טראמפ איז ברוך השם נישט קראנק אויף די סעקאנד אמענדמענט, די פראבלעם איז אז ער האט פרעשור פון די NRA, אבער טאקע נאר א רעפאבליקאנער פרעזידענט וואס איז נישט קראנק אויף געווער קען עס שטיפן, אבער קודם ברויך מען שטעלן די NRA אין פלאץ, ווייל דערווייל ציטערט טראמפ פון זיי.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אידישע געדאנקען האט געשריבן:און וויאזוי מינימיזירט מען יא די קריים?

ווייסכעדערזאגן. כ'על יא ענטפערן

אין אמעריקע איז - צווישן פילע אנדערע - דא 2 פראבלעמען

איין פראבלעם איז די אלעמען באקאנטע גאן ווייאלענס פראבלעם וואס ענדיגט זיך געווענליך מיט טהאטס&פרעיערס און דעם אשכול אויפן אויבערפלאך

די צווייטע איז די פשוט'ע גוד אלד קרימינאל פראבלעם

א איד שפירט זיך זיכער מיטן אייבערשטען און א מזוזה אויפן טיר אבער א גוי האט דאס נישט און אויב ח"ו א געבויעטער באנדיט ברעכט זיך אריין צו אים אינדערהיים און דער נאנטסטער פאליציי אפיציר איז יעצט 10 מינוט אוועק מיינט דאס אז אין בעסטן פאל וועט יענער שוין זיין ווייט אוועק מיט זיין רויב ווען (אויב) די פאליציי קומט אן אדער קען גאר זיין אז ער וועט אים גאר בינדן און נאך ווייסעכוואס טוהן. און דאס איז נישט סתם שפעקולאציעס נאר מעשות שהיו

יעצט זאג מיר פליז וויאזוי גייט א טאטאלער פארבאט אויף וואפן העלפן די צווייטע פראבלעם?

איי א משוגענער קען נעמען א גאן און שיסן אומשולדיגע מענטשן? סאו פארדעם טאר איך מיך נישט באשיצן?

אגב. ס'איז מעגליך אז ווען נישט די אייגענטומער האבן וואפנס, וואלטן מער מענטשן גע'הרג'עט געווארן אין הויז אריינברעכערייען ווי ס'ווערן היינט גע'הרג'עט דורך גאנס

בנוגע די ערשטע פראבלעם קען מען זיך דינגען צו מיטן יעצטיגן מצב אז אזויפיל מענטשן האבן געווער, וועט נאך העלפן א פארבאט אדער גאר מאכן ערגער און הלוואי אז מ'קען באמת גענצליך אויסראטן די אלע מיליטערישע וואפנס

צל האקט. א מחי' צו ליינען

די סיבה פארוואס די גאן לאבי איז אזוי שטארק האבעך געשריבן דא
הענדימען האט געשריבן:און איך גלייב אז די סיבה פארוואס מ'קען גארנישט מאכן בנוגע גאנס איז טאקע ווייל די ליבעראלע ווילן נאר אינגאנצן אויסראטן ווייל זיי גלייבן (אדער ווילן זיי אז איך זאל גלייבן) אז די וועלט קען אנגיין אן קיין תקיפים (ע"ע אויפגעבן נוקלעאר) און פארדעם פארלייגן זיך די אנדערע (לאו דוקא קאנסערוואטיוון. נאר יעדער וואס פארשטייט דעם געברויך) אז מ'זאל נישט צורירן ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי ס'וועט זיך אנטוויקלען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

אינז זעמער אלע תורה טרייע יודן איז דא עני פראבלעם מן התורה אויב א מענטש האט באזיך אין באזיץ טויטליכע וואפן?
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:עס מוז אייביג זיין אויב נישט סתם ציווילע דאן עטליסט וועכטער וואס זענען באוואפנט על כל צרה שלא תבא, באלד וועסטו מיך פרעגן פארוואס פאליציי דארפן האבן וואפן? דאן מוף קיין לאנדאן...

פארוואס דארף איך מופן קיין לאנדאן? פארוואס קען איך נישט האבן די רואיגקייט דא?

פארשטיי איך נישט פונקט וואס דו האסט מיר געענטפערט, אבער איך מיין אז דו האסט מיר נישט פארשטאנען,

איך זאג אז מען קען נישט צונעמען קיין וואפן פון וועכטער אדער פאליציי, אויב יא דאן מוף קיין לאנדאן וואס דארט האבן נישט סתם פאליציי קיין וואפן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

הענדימען האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:און וויאזוי מינימיזירט מען יא די קריים?

ווייסכעדערזאגן. כ'על יא ענטפערן

אין אמעריקע איז - צווישן פילע אנדערע - דא 2 פראבלעמען

איין פראבלעם איז די אלעמען באקאנטע גאן ווייאלענס פראבלעם וואס ענדיגט זיך געווענליך מיט טהאטס&פרעיערס און דעם אשכול אויפן אויבערפלאך

די צווייטע איז די פשוט'ע גוד אלד קרימינאל פראבלעם

א איד שפירט זיך זיכער מיטן אייבערשטען און א מזוזה אויפן טיר אבער א גוי האט דאס נישט און אויב ח"ו א געבויעטער באנדיט ברעכט זיך אריין צו אים אינדערהיים און דער נאנטסטער פאליציי אפיציר איז יעצט 10 מינוט אוועק מיינט דאס אז אין בעסטן פאל וועט יענער שוין זיין ווייט אוועק מיט זיין רויב ווען (אויב) די פאליציי קומט אן אדער קען גאר זיין אז ער וועט אים גאר בינדן און נאך ווייסעכוואס טוהן. און דאס איז נישט סתם שפעקולאציעס נאר מעשות שהיו

יעצט זאג מיר פליז וויאזוי גייט א טאטאלער פארבאט אויף וואפן העלפן די צווייטע פראבלעם?

איי א משוגענער קען נעמען א גאן און שיסן אומשולדיגע מענטשן? סאו פארדעם טאר איך מיך נישט באשיצן?

אגב. ס'איז מעגליך אז ווען נישט די אייגענטומער האבן וואפנס, וואלטן מער מענטשן גע'הרג'עט געווארן אין הויז אריינברעכערייען ווי ס'ווערן היינט גע'הרג'עט דורך גאנס

בנוגע די ערשטע פראבלעם קען מען זיך דינגען צו מיטן יעצטיגן מצב אז אזויפיל מענטשן האבן געווער, וועט נאך העלפן א פארבאט אדער גאר מאכן ערגער און הלוואי אז מ'קען באמת גענצליך אויסראטן די אלע מיליטערישע וואפנס

צל האקט. א מחי' צו ליינען

די סיבה פארוואס די גאן לאבי איז אזוי שטארק האבעך געשריבן דא
הענדימען האט געשריבן:און איך גלייב אז די סיבה פארוואס מ'קען גארנישט מאכן בנוגע גאנס איז טאקע ווייל די ליבעראלע ווילן נאר אינגאנצן אויסראטן ווייל זיי גלייבן (אדער ווילן זיי אז איך זאל גלייבן) אז די וועלט קען אנגיין אן קיין תקיפים (ע"ע אויפגעבן נוקלעאר) און פארדעם פארלייגן זיך די אנדערע (לאו דוקא קאנסערוואטיוון. נאר יעדער וואס פארשטייט דעם געברויך) אז מ'זאל נישט צורירן ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי ס'וועט זיך אנטוויקלען

ווער רעדט פון אסר'ן ביקסן? מ'רעדט פון אנולירן די אמענדמענט וואס גיט א קאנסטעטוצינאלע רעכט עס צו מעגן האבן, און נישט פון צולייגן אן אמענדמענט וואס אסר'ט עס צו האבן.

בסך הכל וועט מען קענען מאכן גאר שווער עס צו באקומען אן זיך אריינצולייגן אין קאנסטעטוצינאלע פראבלעמען, מ'גייט עס אבער נישט מוזן אסר'ן.

די זעלבע זאלן איז אין די רורעל געגנטער, די אלע וואס וואוינען דארט וועלן מוזן דורכגיין די שווערעקייטן וואס מ'גייט דארפן דורכגיין צו באקומען א פערמיט, און דאן גייען זיי ווייטער קענען האבן זייער באשיצונג, ס'איז זייער פשוט און מ'דארף נישט מאכן קיין ספעציעלע געזעצן פאר מענטשן וואס וואוינען אין יענע געגענטער, איי ס'וועט צוגעבן אן עקסטערע שווערעקייט צו וואוינען אין די רורעל געגענטער? ס'דא אסאך שווערעקייטן וואס זענען פארבינדן סיי מיט'ן וואוינען אין שטאט און סיי מיט'ן וואוינען אינדרויסן פון שטאט, ס'איז פשוט אז די שוווערעקייט פון זיך דארפן לערנען וויאזוי צו שיסן און אדורכגיין חקירות ודרישות צו זיין באשיצט איז נישט שווערער ווי צו וואוינען צוואנציג מייל פון א פאליציי סטאנציע אדער געשעפטן, אבער אז מ'וויל זיך אויסקלויבן די סארט לעבן געזונטערהייט, אבער וועגן דעם דארף מען נישט מאכן אז ס'זאל זיין "גרינג" צו באקומען א ביקס פונקט אזויווי מ'דארף נישט עפענען פאליציי סטאנציעס אדער געשעפטן יעדע צוויי מייל לכבודם.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך וויל יא אנדערע געזעצן, ווייל וואס זוכט געווער אין שטאט בכלל, אפילו פאר א נארמאלער מענטש, חוץ שטייצעך איינער וואס מוז עס האבן, למשל א לענדלארד און איך ווייס ווער נאך, אבער אן א גוטע סיבה זאל מען נישט קענען, און אין די שטחים זאל מען שטארק זיכער מאכן אז נאר נארמאלע מענטשן און נאר נארמאלע געווער.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פעיק נוז האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:עס מוז אייביג זיין אויב נישט סתם ציווילע דאן עטליסט וועכטער וואס זענען באוואפנט על כל צרה שלא תבא, באלד וועסטו מיך פרעגן פארוואס פאליציי דארפן האבן וואפן? דאן מוף קיין לאנדאן...

פארוואס דארף איך מופן קיין לאנדאן? פארוואס קען איך נישט האבן די רואיגקייט דא?

פארשטיי איך נישט פונקט וואס דו האסט מיר געענטפערט, אבער איך מיין אז דו האסט מיר נישט פארשטאנען,

איך זאג אז מען קען נישט צונעמען קיין וואפן פון וועכטער אדער פאליציי, אויב יא דאן מוף קיין לאנדאן וואס דארט האבן נישט סתם פאליציי קיין וואפן.

איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז דארט ארבעט עס בכלל נישט אזוי גוט ווי די ליבעראלן ווילן אז מיר זאלן מיינען

כ'בין נישט געווען גענוג קלאר

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ווער רעדט פון אסר'ן ביקסן?

די ליבעראלן ווילן דאס און ס'רינט אלץ ארויס ביי די היץ פון ארגומענטן וואס ליגט אין זייערע קעפ
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:בסך הכל וועט מען קענען מאכן גאר שווער אוממעגליך עס צו באקומען.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:עס מוז אייביג זיין אויב נישט סתם ציווילע דאן עטליסט וועכטער וואס זענען באוואפנט על כל צרה שלא תבא, באלד וועסטו מיך פרעגן פארוואס פאליציי דארפן האבן וואפן? דאן מוף קיין לאנדאן...

פארוואס דארף איך מופן קיין לאנדאן? פארוואס קען איך נישט האבן די רואיגקייט דא?

פארשטיי איך נישט פונקט וואס דו האסט מיר געענטפערט, אבער איך מיין אז דו האסט מיר נישט פארשטאנען,

איך זאג אז מען קען נישט צונעמען קיין וואפן פון וועכטער אדער פאליציי, אויב יא דאן מוף קיין לאנדאן וואס דארט האבן נישט סתם פאליציי קיין וואפן.

איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז דארט ארבעט עס בכלל נישט אזוי גוט ווי די ליבעראלן ווילן אז מיר זאלן מיינען

כ'בין נישט געווען גענוג קלאר

נו נו, דאס זאג איך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”