מערקווירדיגע ציטאטן

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'בין נישט זיכער אז דער סייט האט מער אקטיווע מיטגלידער היינט ווי אמאל. דור הולך ודור בא, אבער די אלטע בלייבן איינגעשריבענע.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יאך פארשטיי, איך גלייב א עס איז דא אלטע וואס פאלן אריין דא דארט כאפן א בליק אויך.

דער וואך איז דער צאל איינגעשריבענע אריבער 10,000
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

It's easier to fool people than to convince them that they have been fooled.
-Mark Twain

עס איז איינעמס חתימה דא אויף אייוועלט וואס ער ברענגט נאך פון די פיעטש מאגאזין.

אויף אידיש,
"עס איז גרינגער צו אפנארן מענטשן ווי זיי איבערצייגן אז זיי זענען געווארן אפגענארט"
דער ווארט האט ווארשיינליך א מער טיפערע באדייט ווי די פשוטע אויבנאויפדיגע באדייט, איך וואלט עס אפגעטייטש אזוי:
"עס איז גרינגער צו אפנארן מענטשן ווי זיי באאיינפלוסן אז זיי זענען געווארן אפגענארט"
דהיינו, א מענטש וועט ענדערש וועלן בלייבן איינגערעדט אין א זאך ווי איידער מודה זיין אז ער האט זיך גע'נער'ט.

די ווארט Convince קען מיינען ביידע און אפילו אויב דער בעל מימרא האט געמיינט צו זאגן 'איבערצייגן' וואלט איך ענדערש אויסגעוועהלט די אנדערע פשט, וואס איז ווארשיינליך אויך מער אמת, בעסער געזאגט, ווארשיינליך די סיבה צו די ערשטע פשט.

וויבאלד דער סטעיטמענט איז מיר זייער געפאלן האב איך געליינט אביסל די ביאגראפיע פון "מארק טוועין", פאלגענד איז עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דעם ווארט און איבער דעם זאגארן בעל מימרא אין אלגעמיין.

דער סטעיטמענט ווערט נאכגעזאגט אויפן נאמען פון דעם בארימטן אמעריקאנער שרייבער און וויצלער סעמואל קלעמענס וואס איז באוואוסט ביי זיין פענע נאמען מארק טוועין, ער איז שוין געשטארבן אזוי פרי ווי אין 1910 למס' אבער איז פארבליבן א שם דבר אין די גויאישע קאמעדיע און ליטעראטורישע וועלט, אין פאקט, דער יערליכער באלוינונג אין די גויאישע קאמעדיע וועלט ווערט גערופן אויף זיין פענע נאמען "די מארק טוועין פרייז".

עס איז אנגענומען אז דער ציטאט קומט פון אים אבער עס איז נישט קיין זיכערע זאך, על כל פנים עס איז זיכער נישט דא דאקומענטירט פון אים אזא שפריכווארט.
אויב דאס קומט יא פון אים איז דער סטעיטמענט ווארשיינליך געזאגט געווארן לגבי די קריסטליכע רעליגיע, אזוי איז מסתבר לויט זיינע מיינונגען און אנדערע סטעיטמענטס איבער דעם ענין. וואס זענען, אגב, אין זיין צייט געווען זעלטן און גענוג קאנטראווערסיאל אז א גרויס טייל פון זיי האט ער באהאלטן און איז הערשט ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין טאכטער נאך זיין טויט.

אויסער אויף רעליגיע האט ער געהאט נאך פארשידענע אייגנארטיגע אידעאלאגיעס און אביסל אומגעווענליך פאר יענע צייט אריינגערעכנט זיינע מיינונגען איבער ציווילע רעכטן, פאלגענד איז א ציטאט פון אים באציענדיג זיך צו ראסיסטישע דיסקרימינאציע קעגן שווארצע און אנדערע מינאריטעטן: "לינקאלן'ס פראקלאמאציע האט נישט נאר באפרייט די שווארצע קנעכט, נאר אויך באפרייט די ווייסע..." הערט זיך ענדערש ווי א לעצטיגע סטעיטמענט און נישט א אויסדרוק פון איינעם אין זיין צייט.
ער האט נישט נאר געשריבן נאר אויך געטון געוויסע וואוילטעטיגע אקטן לטובת די מינאריטעטן אבער ווי איראניש עס הערט זיך האבן זיינע אנטי ראסיסטישע און מענטשליכע אנשויאונגען געהאט אן אויסנאם, די אמעריקאנע אינדיאנער האט ער פאר עפעס א סיבה שטארק געהאסט, אין 1870 למס' האט ער געשריבן אויף זיי: "זיין הארץ איז א פאס פון פאלשקייט, פארראט, און פון נידעריגע טייוולאנישע אינסטינקטן. ביי אים איז דאנקבארקייט א אומבאוואוסטע געפיל; און ווען איינער טוט אים א גענאדע, איז די מערסטע פארזיכערט צו האלטן דעם געזיכט אויסגעדרייט צו אים, אין פאל די באלוינונג וועט זיין א פייל אין די רוקן. נעמען א טובה פון אים איז ווי א באלאנס וואס דו קענסט קיינמאל נישט אויסצאלן צו זיין באפרידיגונג, אפילו אויב דו וועסט גיין באנקראט ביים פראבירן. די מיסט פון די וועלט!" אזעלכע ווערטער קען טאקע נאר קומען פון א שרייבער פון די 1800'טער יארן...

נאך א מאדנע זאך, ער איז געווען קעגן סייענטיפישע עקספערימענטן אויף באשעפענישן אבער נישט אויף א סייענטיפישע באזיס נאר אויף א עטישע באזיס (ער איז געווען פון די צער בעלי חיים גרופעס!), אין זיינע אייגענע ווערטער: "עס איז מיר נישט נוגע אויב אזעלכע עקספערימענטן ברענגן פארדינסטן פאר די מענטשליכע ראסע אדער נישט ... די ווייטאגן וואס דאס ברענגט אויף באשעפענישן אן זייער צושטימונג איז די באזיס פון מיין קעגנערשאפט דערצו, און פאר מיר איז דאס באגנוגענדע בארעכטיגונג פאר קעגערשאפט און עס פעלט נישט אויס צו קוקן ווייטער."

אין רעליגיע אין אלגעמיין איז פארהאן איינצעלנע גלויביגע קאמענטארן פון אים א שטייגער ווי: "די געטליכקייט, די רעכטפארטיגקייט, און דערבארומקייט פון גאט זעהט זיך ארויס אין זיינע ווערק." אבער קיין גרויסע מאמין איז ער זיכער נישט געווען, אויף קריסטנום זעלבסט איז דא פון אים מער קעגנערישע סטעיטמענטס, פאלגענד איז איינס וואס איז ווערד און אינטערעסאנט נאכצוברענגן, זאגט ער אזוי: "עס איז פארהאן א מערקווירדיגע זאך איבער אונזער קריסטנום: אזוי שלעכט, בלוטיג, הארצלאז, געלט גייציג, און אלטמאדיש ווי עס איז - ספעציעל אין אונזער לאנד און אין אלע אנדערע קריסטליכע לענדער אויף א געוויסע מאדעפיצירטע שטאפל - איז עס נאכאלס הונדערט מאל בעסער ווי די קריסטנום פון אמאל. מעסטענדיג מיט די קריסטנום פון היינט, אזוי שלעכט ווי עס איז, אזוי היפאקריטיש ווי עס איז, אזוי ליידיג און הויל ווי עס איז, וואלטן די גרעסטע אמאליגע קריסטן נאכאלס נישט געקענט אריינשטימען צו די היינטיגע אזויגערופענע סטאנדארטן פון קריסטנום. אונז פארמאגן א געפערליכע רעליגיע. די ים פלאטעס פון די וועלט קענען שווימען ברייט באקוועם אין די אומשולדיגע בלוט וואס עס האט פארגאסן." וואס ער זאגט אויף די אמאליגע קריסטן איז איין זאך, אבער מיר איז מער וואונדערליך וויאזוי ער האט אזוי ארויסגעהאט די פאלשקייט פון די היינטיגע אויסערליכע "מענטשליכקייט" צו וואס זיי האבן טראנספאמירט זייער בלוטיגע רעליגיע, זיי האבן פארטוישט די אלטמאדישע דינען א אפגאט צו א פארגעשריטענערע דינסט פון איין מענטש צום צווייטן (גאט איז ליעבע און וואו עס איז דא ליעבע איז דא גאט), א פאלשע עטישקייט וואס אפילו די אפיקורסישע גויאישע וועלט האט בלינדערהייט אפגעקויפט פון זיי (און להבדיל ליידער אפילו אידן ווערן צומאל פאר'נער'ט דערפון).

צוויי טרויעריגע פאקטן איבער זיין פערזענליכן לעבן,
דריי פון זיינע זעקס געשוויסטער האבן נישט אויסגעלעבט די קינדער יארן, איין ברודער איז געשטארבן זייענדיג דריי וואכן אלט, א אנדערע ברודער איז געשטארבן ביי די צעהן יאר, און א שוועסטער ביי די ניין יאר אלט.
זיין איינציגסטע זון איז געשטארבן פון דיפטעריע זייענדיג בלויז ניינצן חדשים אלט, און פון זיינע דריי טעכטער איז איינס געשטארבן ביי די ניין און צוואנציג, א אנדערע טאכטער איז געשטארבן פון מענינדזשייטוס ביי די פיר און צוואנציג, און בלויז די דריטע האט אויסגעלעבט צו א הויעכע עלטער (88).

אין די קומענדיגע תגובה וועל איך ברענגן א רייע ציטאטן פון אים, איינצעלנע מער באקאנטע אבער עס איז אינטערעסאנט אז דאס קומט אריגינעל פון אים. עס העלפט אין א זין פארמירן א בעסערע בליק אויף אים, און די ווערטער פאר זיך זענען איינס בעסער פון צווייטן.
לעצט פארראכטן דורך אברהם דוד אום פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

(ארויסגעוועהלט די בעסטע פון א גרעסערע קאלעקציע.)

ביכער און ליינען
"דער מענטש וואס ליינט נישט האט קיין שום מערהייט איבער דעם מענטש וואס קען נישט ליינען."
"אויב דו ליינסט נישט דעם צייטונג, ביסטו נישט אינפארמירט. אויב דו ליינסט יא דעם צייטונג, ביסטו מיס-אינפארמירט."
"זיי געווארנט ביים ליינען געזונטהייט ביכער. דו קענסט שטארבן פון א דרוקעריי טעות."
"ביכער זענען פאר מענטשן וואס וואונטשן זיך זיי וואלטן געווען ערגעץ אנדערש."

פאטריאטיזם און פאליטיק
"פאטריאט: דער מענטש וואס קען שרייען די העכסטע אן וויסן איבער וואס ער שרייט."
"געטריישאפט צו די לאנד, אייביג. געטריישאפט צו די רעגירונג, ווען עס קומט אים."
"אין אנפאנג פון א טויש איז דער פאטריאט א מאדנע און בראווע מאן, און איז פארפיינטעט און פארווארפן. ווען זיין ציל געלונגט, שטעלן זיך די צוריקגעצויגענע צו, ווייל דעמאלס קאסט גארנישט צו זיין א פאטריאט."
"איך בין כמעט זיכער אז אפט, זייער אפט, אין זאכן בנוגע פאליטיק איז א מענטש'ס לאגישע כח נישט מער ווי א מאלפע'ס."
"גאט האט באשאפן מלחמה אז די אמעריקאנער זאלן זיך אויסלערנען געאגראפיע."

אמת און ליגנט
"אויב דו זאגסט די אמת, דארפסטו גארנישט געדענקן."
"די אמת איז מער מאדנע ווי פאלשקייט, אבער דאס איז וויבאלד פאלשקייט איז געבינדן זיך צו האלטן צו מעגליכקייטן; אמת איז נישט."
"א ליגנט קען פארן ארום די האלבע וועלט אין צייט וואס דער אמת טוט אן זיין שיך."
"דזשארדזש וואשינגטאן, אלס קינד, האט נישט געוואוסט פון די מערסט געווענליכע דערגרייכונג פון די יוגנט. ער אפילו נישט געקענט ליגנט זאגן."
"איך האב א העכערע און בעסערע סטאנדארט אין פרינציפן ווי דזשארדזש וואשינגטאן. ער האט נישט געקענט ליגנט זאגן; איך קען, אבער איך וועל נישט."
"אויפריכטיגקייט איז די בעסטע פארשריפט - ווען עס איז פארהאן געלט דערין."
"זאג קיינמאל נישט דעם אמת פאר מענטשן וואס זענען עס נישט ווערד."
"עס איז נאר פארהאן איין וועג אויסצוגעפינען אויב איינער איז אויפריכטיג: פרעג אים; אויב ער זאגט יא, ווייסטו אז ער איז א בלאפער."
"א האלבע אמת איז די נעבעכדיגסטע ליגנט."

קוראדזש און גוטסקייט
"עס איז אינטערעסאנט אז פיזישע קוראדזש איז אזוי שטייגערליך אין די וועלט און מאראלישע קוראדזש איז אזוי זעלטן."
"צו זיין ליבליך איז העפליך; אבער צו ווייזן פאר אנדערע וויאזוי צו זיין ליבליך איז מער העפליך און אן די שוועריקייט."
"טו אייביג וואס איז ריכטיג. דאס וועט צופרידנשטעלן געוויסע מענטשן און פארוואונדערען די איבעריגע."
"א קלארע געוויסן איז דער זיכערער סימן פון א שלעכטע זכרון."
"גוטסקייט איז די שפראך וואס די טויבע קענען הערן און די בלינדע קענען זעהן."
"שטיי אוועק פון מענטשן וואס פראבירן צו פארקלענערן דיינע אמביציעס. קליינע מענטשן טוען דאס, אבער די עכטע גרויסע מאכן דיר פילן אז דו קענסט אויך ווערן גרויס."
"איך האב געהאט אסאך זארגענישן אין מיין לעבן, מערסטנס פון זיי זענען קיינמאל נישט געשעהן."
"עס איז נישט דא א מער טרויעריגע זאך ווי א יונגע פעסימיסט, אויסער א אלטע אפטימיסט."
"טויזענטער גאונים לעבן און שטארבן אומאנדעקט - סיי דורך זיך אדער דורך אנדערע."

כעס און הומאר
"כעס איז א קעמיקאל וואס קען מאכן מער שאדן צו די כלי אין וואס עס ליגט ווי צו אויף סיי וואס עס ווערט ארויפגעגאסן."
"הומאר מוז עמטליך נישט אויסלערנען, און מוז עמטליך נישט פרעדיגן, אבער עס מוז טון ביידע כדי צו לעבן אויף אייביג. און מיט אייביג, מיין איך צו זאגן דרייסיג יאר."
"עס איז פארהאן אסאך הומאריסטישע זאכן אין די וועלט; צווישן זיי, דעם ווייסן מאן'ס מיינונג אז ער איז ווייניגער הארצלאז ווי די אנדערע הארצלאזע."

ווערטער
"אקטן רעדט העכער ווי ווערטער אבער נישט אזוי אפט."
"די ריכטיגע ווארט קען זיין אפעקטיוו, אבער קיין איין ווארט איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אפעקטיוו ווי א ריכטיג צייטיגע אפשטעל."
"שרייבן איז גרינג. אלעס וואס דו דארפסט טון איז אויסמעקן די אומריכטיגע ווערטער."

מענטשן
"טו זיך נישט דינגען מיט נארישע מענטשן. זיי וועלן דיר אראפשלעפן צו זייער שטאפל און דיר איבערקומען מיט ערפארונג."
"ווי מער איך אנטדעק איבער מענטשן, האב איך מער ליב מיין הונט."
"אפריל 1. דאס איז דער טאג וואס דערמאנט אונז וואס מיר זענען אין די אנדערע דריי הונדערט פיר זעכציג."
"די קליידער מאכט דעם מענטש. א מענטש אן קליידער האט א קליינע אדער בכלל נישט קיין איינפלוס אין געזעלשאפט."
"פון אלע באשעפענישן, זענען מענטשן די מערסטע ברוטאל. ער איז דער איינציגסטער וואס איז גורם ווייטאג בלויז פאר די הנאה פון עס טון."
"א מענטש איז די איינציגסטע באשעפעניש וואס ווערט רויט - Blushed, אדער וואס דארף ווערן."
"די מערסטע אינטערעסאנטע אינפארמאציע קומט פון קינדער, ווייל זיי זאגן אלעס וואס זיי ווייסן און דאן שטעלן זיי זיך אפ."

פארשידענס
"פאקטן זענען פעסטע זאכן, אבער סאטיסטיקס זענען מער בויגזאם."
"לאז נישט קיינעם זיין דיין פריאריטעט אין צייט וואס די ערלויבסט זיך צו זיין יענעמ'ס אפציע."
"א פולע בויך איז ווייניג ווערד ווען די קאפ איז אויסגעהונגערט."
"שטופ קיינמאל נישט אפ אויף מארגן א זאך וואס קען ווערן געטון איבערמארגן פונקט אזוי."
"א באנקיר איז דער וואס פארבארגט דיר זיין שירעם ווען די זון שיינט, אבער וויל עס צוריק די מינוט וואס עס הייבט אן רעגנען."
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

פּשִיאַההה.. דער מארק טוועין איז דאך אייזערנע נייעס..
באמת איז דאס אביסל מענינא דיומא אויך, יעוין במדרש איכה רבה פרשה ב סימן יג: "אם יאמר לך אדם: יש חכמה בגוים - תאמן..

צוויי ציטאטן זענען מיר משונה'דיג געפאלן, ואלו הם:
"אויב דו ליינסט נישט דעם צייטונג, ביסטו נישט אינפארמירט. אויב דו ליינסט יא דעם צייטונג, ביסטו מיס-אינפארמירט."
"שטופ קיינמאל נישט אפ אויף מארגן א זאך וואס קען ווערן געטון איבערמארגן פונקט אזוי."


א דאנק פאר ר' אברהם דוד פארן צוזאמנעמען די הערליכע סחורה.

לויט ווי עס זעט יעצט אויס, וועט אין יארן ארום איינער באשרייבן דעם וועלט בארימטן שרייבער וואס האט זיך גערופן מיטן פענע-נאמען "אברהם דוד", זיין ריכטיגער נאמען איז געווען.... וואס האט געשריבן הונדערטער הערליכע ארטיקלען אויף דעם דעמאלטסדיגן פארום אייוועלט, און גאר אסאך היינט באקאנטע אויסדריקן קומען ארגינעל פון אים.
אברהם דוד האט געשריבן:און די ווערטער פאר זיך זענען איינס בעסער פון צווייטן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

תוספות האט געשריבן:

:lol: :lol: שכוח...
אייגענטליך, אויך פאר מחשב וואס האט ארויסגענומען דעם ציטאט.

נו אויב שוין, נאדיר נאך איינס,
"איך דערגרייך זעלטן צו מיינע אייגענע ערווארטונגען, כ'קען זיך נישט ערלויבן פראבירן דערגרייכן צו א צווייטן'ס" - אברהם דוד
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

יאצמעך האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=504137#p504137

א גרויסן דאנק פארן צוברענגן, זייער אינטערעסאנטע אינהאלט, שטארק הנאה געהאט צו ליינען. (האסט נאך..? געב ארויס..!)

איך האב קיינמאל בעפאר נישט געהערט איבער יענע ארטיקל, אזוי אויך האב איך נישט געטראפן אין מיינע אלגעמיינע זוכענישן אז איינער זאל רעדן פון מארק טוועין'ס פאזיטיווע (אדער נעגאטיווע) מיינונג אויף די אידישע פאלק אדער אנטיסעמיטיזם בכלל, אין מיינע אויגן זעהט אויס אז ער זעלבסט איז געווען פארווע צו די גאנצע זאך, אין פאקט, דער בריוו איז בכלל נישט אנגעקוקט אלס אזא אידן פריינטליכע ארטיקל ווי יענער לייגט דאס אראפ, פון וואס איך האב געזעהן ווערט בלויז ארויסגעהויבן אז עס ענהאלט 'אויך' פאזעטיווע מיינונגען אויף אידן, בכל אופן, איך זעלבסט וואלט עס זיכער נישט אזוי אנגערופן.

אין מיינע אויגן שטעלט עס אהער א פארגעשריטענע צוגאנג צו אנטיסימעטיזעם, דאס מיינט ארויסדערוועהלט אלע זאכליכע פראפאגאנדע פון די אמאליגע עכטע אין טיפע אנטיסימעטיזם, איך וואלט עס אנגערופן א ליקוט פון אלע אנטיסעמיטישע שטיקלעך פון 'מיין קאמף' וואס קענען זיך לייגן אויפן שכל פון א היינטיגע גוי, און דער באשעפער זאל אונז באהיטן אויב די היינטיגע וועלט וועט אננעמען אויף אידן אזא בליק וואס ער לייגט דארט אראפ.

מען זעהט קלאר אז ער זעלבסט האט נישט פיינט געהאט די אידן, עכ''פ ער האט זיי זיכער נישט געוואונטשן קיין שלעכטס, אבער זיין בליק אויף אונז איז א גענויע אפשפיגלונג פון די כלומר'שט באגרונדעטע אנטיסימעטיזם פון יענע צייט, א בליק וואס איז היינט ב''ה מער נישט דא, אין זיין ארטיקל ערקלערט ער און בארעכטיגט אזא סארט אנטיסעמיטיזם, אפילו די משל פון יוסף הצדיק וואס דער איבערטייטשער דארט איז אזוי צופרידן דערפון, איז א קלאסישע ביישפיל פון די דעמאלסדיגע העצע, כאילו די אידישע נאטור נייגט, און דער פאלק איז דא, מיט א אויסגערעכנטע פלאן אוועקצונעמען און איינצונעמען דעם גוי אין זיין לעבן, אויב די צייט וועט מיר ערלויבן וועל איך בל''נ זיך ערקלערן מער בפרטיות דארט אין יענע אשכול.

דער אריינפיר ווי ער רעדט פון אידן'ס מעלות מאכט זייער שטארק אויסזעהן אז די נאכפאלגענדע איז א אומשולדיגע מיינונג, און איך גלייב אז דאס איז די סיבה פארוואס דער איבערטייטשער האט אנגעקוקט די בריוו אלס פאזיטיוו אין אלגעמיין, אבער ווי עס שיינט איז די אריינפיר בלויז א הקדמה צו די אפס כי אז העם, צו די 'אבער' פון וואס ער רעדט אין די רוב פון די בריוו.

(אז מען רעדט שוין, בשעה שנתנה תורה ירדה שנאה ווערט ערקלערט אין ספרים אלס נויטיג צוליב די ואבדיל אתכם מכל העמים, און די פריערדיגע באגרעניצן עס נישט צו סיי וועלכע סיבה פון א שנאה, און דערפאר איז נישט פארהאן קיין זין צו זאגן אז די אופן וויאזוי עס גייט צו אין יעדע דור קען נישט ווערן לאגיש ערקלערט, ודלא כדעת המתרגם שם ואכמ''ל, האף מיר אז מ'וועלמער טרעפן די געלעגנהייט אויסצושמועסן אביסל מער די אלע זאכן במקומו דארט ווי עס באלאנגט.)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווייסעך נישט פארוואס מחשב האלט דאס פאר אביוז.
אברהם דוד האט געשריבן:מיר זענען נישט אזוי טיף קאמפליצירט ווי מיר גלוסטן צו זיין, מיר זענען פשוט נארישער ווי מיר ווילן מודה זיין אז מיר זענען.

viewtopic.php?p=1977424#p1977424
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

אויב מיינט ער אביוזען דעם עולם ווייסעך אויך נישט, אויב מיינט ער אביוזען מיר, קען דיין חתימה ווארפן א ליכט אין די נושא...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווילאנג דו קריכסט נישט אליין, איז מיין חתימה נישט רעלעוואנט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חושב מחשבות... האט געשריבן:האסט שוין אמאל אריינגעטראכט, ווער לערענט אויס פאר די קינדערגארטן יונגלעך צו שרייען הויעך 'א פאליס א פאליס א פאליס....' און פאר די מיידלעך 'ריננג א ראנגע רויזי א פאקעפאלע פויזי.. עשעס עשעס...' ווער לערענט אויס פאר די 9 יעריג אינגעל אז די קעיק נאך א תענית איז געשמאק? ווער האט אויסגעלערנט פאר די בר מצוה קלאס והוא ישיעינו? ווער האט פארציילט די סוד פארן עלטערן בחור צו לייגן זיין תפילין בייטל אין א גל-פז בעג? ווער האט מחליט געווען אז נאר כולל אינגעלייט קענען גיין חאלאטלעך און נאר סיקסדיס מיט קוטשמעס?

די זעלבע מלאך רעדט איין די חצי שנה ראשונה'דיגער אז עי סי עין איז די אלטערנאטיוו פאר די בזיעת אפיך.

מקור
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow ר' אברהם דוד! אזעלכע אינהאלטסרייכע תגובות באלאנגט נישט אין א פארשטופטע פארברענגען אשכול...
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

Winston Churchill : Each one hopes that if he feeds the crocodile enough it will eat him last. '
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך מ'לאנדאן »

אז די רעדסט שוין פון טשערטשיל..
אטעטשמענטס
ווינסטען טשערטשיל
ווינסטען טשערטשיל
4696.jpeg (106.76 KiB) געזען 3391 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

;l;p-
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

געהערט היינט א אינגערמאן זאגט פאר א צווייטן. "ממש יעדעס מאל איך טרעף זיך מיט דיר, פריי איך מיך עקסטער, אז דו ביסט נישט מיין ברודער...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:בילד
viewtopic.php?p=404947#p404947


א טייער ווארט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פונעם היינטיגן "היום יום" בלעטל:
מענטשן וואס זענען גענוג משוגע צו טראכטן אז זיי קענען טוישן די וועלט, זענען די וועלכע טוען עס.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נישט פשוט האט געשריבן:א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

מקור
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס טוט זיך האט געשריבן:...אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט גייט אונטער גיין, וואס איז?, די וואוקס פון פערדן איז געווען אויף סאך א קלענערע ראטע ווי די וואוקס פון מענטשן. דאס מיינט אז ביז אפאר צענדליג יאר גייט מען נישט קענען טראנספארטירן פון איין פלאץ צום ווייטן בכלל.
נו האט דער כל יכול באשאפן קארס...

מקור
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פונעם היינטיגן "היום יום" בלעטל:
מענטשן וואס זענען גענוג משוגע צו טראכטן אז זיי קענען טוישן די וועלט, זענען די וועלכע טוען עס.

עס יעצט באמערקט.. דאס קומט פון סטיוו דזשאבס - סי אי או פון עפל.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:איז אזוי, איך רעד יא צום וואטסעפ יונגערמאן און אזוי אויך צום קינד אויף זייער לעוול פונקט אזויווי מ'מעג זינגען מיט קינדער א איד צו זיין איז טייער, איי סאיז בעיביש אבער ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער ארויסשניידן די בעיבישקייט און איבערלאזן די יודישקייט איז הוא הדין דא.

און בנוגע בחורים אין יונגעלייט מיין איך אז אויב האבן זיי א איי קיו פון זיבעציג און ארויף וועלן זיי אליין ארויסשניידן די שטותים און כאפן די נקודה און אויב נישט זענען זיי דאך אין כלל פון קליינע קינדער וואס דאס איז דאך במילא זייער שפראך

מקור
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

קאנסילמאן האט געשריבן:אבאמא האט קריעטעיט ISIS .

פון דא
The Divided States Of America
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”