נוי יארק חסידישע הויכע ספענדעריי אלץ סטענדארד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

נוי יארק חסידישע הויכע ספענדעריי אלץ סטענדארד

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:26 am

איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט אזאנע לוקסוס אלץ סטענדארד ווי ביי חסידישע אין נו'' י נישט ביי די ליטווישע אין נישט אין אויסלאנד ביי חסידים אין נישט להבדיל ביי קיין שום פאלק גרופע כל העולם כולו אפשר אין דוביי יא

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:30 am

wow! good morning

עני איד וואס האט שוין באזוכן קהלות אינדרויסען פון ברוקלין והמושפעים הימנה, זעהט דאס גלייך.

דאס איז א פשוטע מציאות וואס שטאמט פון די אונגארישע קולטור, אין ב"ה אט די קרייזן זענען טאקע די וואס ארבעטען צו פארעכטען [עכ"פ ביי שמחות, ואי"ה ילכו הלאה].

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:34 am

נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20 יאר
לעדערנע קאטש
9 פיסגע דאך
זינגער ביי א חתונה
קאר עלטער מקסומים 18 חדשים
גרענט קראנטער טאפס
בר מצוה אין א זאל
קויפן טויס חנוכה
מען פעטש נישט די הויזן ווען עס צירייסט זיך ווי אויך די שיך ווער עס געדענקט( ווער עס איז געבוירן פאר 1982 )
לכתחילה ירשנט מען נישט קיין קלייד
קעריטש פרייז מינומעם 600$
געשוויסטער קליידער מיזן מענטשן
ארויפלייגן 4 זיגלען אויפן פאספארט א יאר
איין גיטע זאך אז אין שילע איז נא טשיילד לעפט ביהיינד מען נעמט קער פין א יעדע קינד אין שולע
ווער האט נאך ציצילייגן

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:44 am

דאס מאכט אז אין נו'' י קאסט א נפש א יאר מינומעם 11.000 $ אין אין ארץ ישראל 4000$

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:47 am

בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20 יאר
לעדערנע קאטש
9 פיסגע דאך
זינגער ביי א חתונה
קאר עלטער מקסומים 18 חדשים
גרענט קראנטער טאפס
בר מצוה אין א זאל
קויפן טויס חנוכה
מען פעטש נישט די הויזן ווען עס צירייסט זיך ווי אויך די שיך ווער עס געדענקט( ווער עס איז געבוירן פאר 1982 )
לכתחילה ירשנט מען נישט קיין קלייד
קעריטש פרייז מינומעם 600$
געשוויסטער קליידער מיזן מענטשן
ארויפלייגן 4 זיגלען אויפן פאספארט א יאר
איין גיטע זאך אז אין שילע איז נא טשיילד לעפט ביהיינד מען נעמט קער פין א יעדע קינד אין שולע
ווער האט נאך ציצילייגן

דו ווייסט נישט וואס די ליטוויקעס רשימה איז..... [יא, די וועלכע ביזט אזוי מקנא...]
יאך האב עס שוין מיטגעהאלטן
סי'ז סאאאאאךךךך לעעעענגעעעער......

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:48 am

אין יעדע סביבהה זענען פארהאן אנדערע אומנויטיגע קלענערע און גרעסערע שפענדרייען, די חסיד'ישע זענען "נישט" קיין אויסנאם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:54 am

ראספשע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20ן ן

דו ווייסט נישט וואס די ליטוויקעס רשימה איז..... [יא, די וועלכע ביזט אזוי מקנא...]
יאך האב עס שוין מיטגעהאלטן
סי'ז סאאאאאךךךך לעעעענגעעעער......

איך האב געהערט אז אין לעקוואד איז נישט דא למשל פארקעי אין שטיינערנע טיילס ביי די אלגעמיינע רוב עולם( אויב עס איז אמת )
קען זיין אז די ליטווישע אין מאנסי האבן איבערגעקעטשט פין אינץ אין ביי זיי איז יא הויך

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:57 am

farshlufen האט געשריבן:אין יעדע סביבהה זענען פארהאן אנדערע אומנויטיגע קלענערע און גרעסערע שפענדרייען, די חסיד'ישע זענען "נישט" קיין אויסנאם.

איך רעד פין סטענדארד וואס יעדער מיז נאך טיען

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:59 am

בבל האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20ן ן

דו ווייסט נישט וואס די ליטוויקעס רשימה איז..... [יא, די וועלכע ביזט אזוי מקנא...]
יאך האב עס שוין מיטגעהאלטן
סי'ז סאאאאאךךךך לעעעענגעעעער......

איך האב געהערט אז אין לעקוואד איז נישט דא למשל פארקעי אין שטיינערנע טיילס ביי די אלגעמיינע רוב עולם( אויב עס איז אמת )
קען זיין אז די ליטווישע אין מאנסי האבן איבערגעקעטשט פין אינץ אין ביי זיי איז יא הויך

וואס דו האסט געהערט ווייסעך נישט
אבער איך ווייס שוין איינמאל וואס דארט טיצעך, כאב עס שוין מיטגעהאלטן פון דער נאנט....
דו ווייסט וואספארא שידוכים קריזיס דארט טיצעך נאר 'צוליב געלט'!!, עפעס וואס מען הערט נישט ביי אונזערע קרייזן ב"ה, און נאך כהנה וכהנה לרוע....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:01 am

בבל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין יעדע סביבהה זענען פארהאן אנדערע אומנויטיגע קלענערע און גרעסערע שפענדרייען, די חסיד'ישע זענען "נישט" קיין אויסנאם.

איך רעד פין סטענדארד וואס יעדער מיז נאך טיען

יא יא, ידענא, צא ובדוק, די סטאנדארט איבעראל, ביי די וואס מיינען אז אלעס וואס דער שכן טוט דארף מען נאך טאן.

מוזן עכט מוז מען אין ערגעץ נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:04 am

בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20 יאר
לעדערנע קאטש
9 פיסגע דאך
זינגער ביי א חתונה
קאר עלטער מקסומים 18 חדשים
גרענט קראנטער טאפס
בר מצוה אין א זאל
קויפן טויס חנוכה
מען פעטש נישט די הויזן ווען עס צירייסט זיך ווי אויך די שיך ווער עס געדענקט( ווער עס איז געבוירן פאר 1982 )
לכתחילה ירשנט מען נישט קיין קלייד
קעריטש פרייז מינומעם 600$
געשוויסטער קליידער מיזן מענטשן
ארויפלייגן 4 זיגלען אויפן פאספארט א יאר
איין גיטע זאך אז אין שילע איז נא טשיילד לעפט ביהיינד מען נעמט קער פין א יעדע קינד אין שולע
ווער האט נאך ציצילייגן

פון די גאנצע רשימה טרעף איך ביי מיר אפשר נאר דריי זאכן.... [און איך בין פלעין נייגעריג צו אין לעיקוואד מאכט מען בר מצוה'ס אינדערהיים?....]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:13 am

ג"א בחלומי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:17 am

הרב ראספשע
איך זע ביי די גויים להבדיל א גרויס חלק האבן א קאר פין די נ אדער סמך יארן. א קעריטש פאר 50 $ ציריסענע קליידער די הייזער אינסייט אין אלגעמיין ביי זיי אויף zilow זעט אויס ווי ביי אינץ אין די אנהייב נ יארן נישט אז איך וויל ח'' ו ציגלייכן צי זיי איך ברענג נאר ארויס די סטענדערט פונט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:21 am

בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20 יאר
לעדערנע קאטש
9 פיסגע דאך
זינגער ביי א חתונה

קאר עלטער מקסומים 18 חדשים
גרענט קראנטער טאפס
בר מצוה אין א זאל
קויפן טויס חנוכה
מען פעטש נישט די הויזן ווען עס צירייסט זיך ווי אויך די שיך ווער עס געדענקט( ווער עס איז געבוירן פאר 1982 )
לכתחילה ירשנט מען נישט קיין קלייד
קעריטש פרייז מינומעם 600$
געשוויסטער קליידער מיזן מענטשן
ארויפלייגן 4 זיגלען אויפן פאספארט א יאר
איין גיטע זאך אז אין שילע איז נא טשיילד לעפט ביהיינד מען נעמט קער פין א יעדע קינד אין שולע
ווער האט נאך ציצילייגן

איך טרעף מיך נאר מיט 4 זאכן וואס זענען עלטער ווי צוואנציג יאר, ווען איך האב בר מצוה געהאט פאר באלד 30 יאר צוריק זענען 80 פראצענט בר מצוה'ס געווען אין זאלן, און איך רעד פון קרית יואל בימים ההם ווען ס'איז געווען עטוואס גרעסערע דירות ווי היינט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:25 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:wow! good morning

עני איד וואס האט שוין באזוכן קהלות אינדרויסען פון ברוקלין והמושפעים הימנה, זעהט דאס גלייך.

דאס איז א פשוטע מציאות וואס שטאמט פון די אונגארישע קולטור, אין ב"ה אט די קרייזן זענען טאקע די וואס ארבעטען צו פארעכטען [עכ"פ ביי שמחות, ואי"ה ילכו הלאה].

נחום איז וואויל גערעכט, די אונגארישע זענען באקאנט אלץ פערפעקציונים, און ס'קלאפט שטארק אויס ביי אונז אין אלע אספעקטן פון לעבן, איבערהויפט ביי די בעל הבית'טעס...
ובגמ' פסחים, כל המדקדקים יותר מדאי, חייהם אינם חיים!!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:30 am

אהער און אהין האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:wow! good morning

עני איד וואס האט שוין באזוכן קהלות אינדרויסען פון ברוקלין והמושפעים הימנה, זעהט דאס גלייך.

דאס איז א פשוטע מציאות וואס שטאמט פון די אונגארישע קולטור, אין ב"ה אט די קרייזן זענען טאקע די וואס ארבעטען צו פארעכטען [עכ"פ ביי שמחות, ואי"ה ילכו הלאה].

נחום איז וואויל גערעכט, די אונגארישע זענען באקאנט אלץ פערפעקציונים, און ס'קלאפט שטארק אויס ביי אונז אין אלע אספעקטן פון לעבן, איבערהויפט ביי די בעל הבית'טעס...
ובגמ' פסחים, כל המדקדקים יותר מדאי, חייהם אינם חיים!!

כ'מיין ס'האט נישט מיט אונגארישע, ס'האט מיט יענטע טאון הנקרא וומסב"ג
איך קען גענוג פולישע וואס האבן די קרענק נעבעך
די אונגארישע האבן טאקע ליב שיין און גוט, אבער וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, די קאמוניסטישע פרט אז דער ארימאן דארף האבן דעם זעלבן סטאנדארט ווי דעם עושר האט גארנישט מיט אונגארן, און ס'איז קיינמאל נישט געווען דארט, דאס איז א תוצאה פון די געטא הנקרא וומס"ב ומשם יפרד לארבעה ראשים: ב"פ, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:33 am

מי יודע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20 יאר
יגן

איך טרעף מיך נאר מיט 4 זאכן וואס זענען עלטער ווי צוואנציג יאר, ווען איך האב בר מצוה געהאט פאר באלד 30 יאר צוריק זענען 80 פראצענט בר מצוה'ס געווען אין זאלן, און איך רעד פון קרית יואל בימים ההם ווען ס'איז געווען עטוואס גרעסערע דירות ווי היינט

איך האב אויך בר מצוה געהאט אין ק'' י סאך שפעטער ווי דיך 80 % בר מצוה'ס איז געווען אין דיינוג רום איך געדענק נאך יעדעמס דיינוג רום פון מיין חדר
זאג מיר אויך וועלכע זאל בראך זאל אדער לאנדאס זאל פערדייס איז נאך געווען א וואלד שאפונג צענטער איז געווען א סקול אפשר אינטן אין בהמ' ''ד הגדול?

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:03 pm

יא אנשטאט זיך אפרעדן זאל מען דאנקען די באשעפער אז די לעבן קאסט
אך אין ווי איינער וואס זיין לעבן קאסט נישט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:07 pm

זייער קלוג האט געשריבן:יא אנשטאט זיך אפרעדן זאל מען דאנקען די באשעפער אז די לעבן קאסט
אך אין ווי איינער וואס זיין לעבן קאסט נישט

יאפ! דאנקען דעם באשעפער אז ס'קאסט און בעטן דעם באשעפער און טוהן השתדלות אז ס'זאל קאסטן ווייניגער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:09 pm

גראדע האב איך ב''ה בר מצוה געהאט אינדערהיים, אין אזוי כמעט אלע מיינע חברים פין מיין כתה, עס איז געוועהן אזוי היימיש אין געשמאק הלוואי מאכט מען נאכאמאל דער זאכן..
参考专家

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:11 pm

זייער קלוג האט געשריבן:יא אנשטאט זיך אפרעדן זאל מען דאנקען די באשעפער אז די לעבן קאסט
אך אין ווי איינער וואס זיין לעבן קאסט נישט

נקודה למחשבה, אבער ספענדען אין די וועלט אריין איז קיין תירוץ.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:27 pm

farshlufen האט געשריבן:אין יעדע סביבהה זענען פארהאן אנדערע אומנויטיגע קלענערע און גרעסערע שפענדרייען, די חסיד'ישע זענען "נישט" קיין אויסנאם.


עס האט יא אביסל מיט אונזער עולם, די סיבה איז פשוט וויייל ביי אונז פארלאסט מען זיך אויף גיטע אידן עס וועט קימען צו חתנה מאכן וועט מען שוין ציזאם שטעלן ווען ער וועט נישט האבן צו שבת מאכן וועט מען אים שוין ארויסהעלפן ממלא לעבט ער אן קיין חשבון‎
וואס ביי אנדערע איז עס נישט דא יעדער האלט זיך אן וואס ער האט און עס גיסט זיך נישט אזוי מיט צדקה אויף אזא פארנעם ווי ביי אונז
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:40 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:יא אנשטאט זיך אפרעדן זאל מען דאנקען די באשעפער אז די לעבן קאסט
אך אין ווי איינער וואס זיין לעבן קאסט נישט

נקודה למחשבה, אבער ספענדען אין די וועלט אריין איז קיין תירוץ.

זאגסט איך רעד שוין ווי איך בין דזעף בעזעס אז עס איז נישט קיין פראבלעם אז די לעבן קאסט איך מיין אבער אז מען קען גארנישט טון חוץ אויסהערן ר' אליעזר קרויס אויף קולמע
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:43 pm

בבל האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נייע סטענדארד ביי אינץ די לעצטע 20 יאר
יגן

איך טרעף מיך נאר מיט 4 זאכן וואס זענען עלטער ווי צוואנציג יאר, ווען איך האב בר מצוה געהאט פאר באלד 30 יאר צוריק זענען 80 פראצענט בר מצוה'ס געווען אין זאלן, און איך רעד פון קרית יואל בימים ההם ווען ס'איז געווען עטוואס גרעסערע דירות ווי היינט

איך האב אויך בר מצוה געהאט אין ק'' י סאך שפעטער ווי דיך 80 % בר מצוה'ס איז געווען אין דיינוג רום איך געדענק נאך יעדעמס דיינוג רום פון מיין חדר
זאג מיר אויך וועלכע זאל בראך זאל אדער לאנדאס זאל פערדייס איז נאך געווען א וואלד שאפונג צענטער איז געווען א סקול אפשר אינטן אין בהמ' ''ד הגדול?

זאל ביסטו גערעכט, פלעגט זיין אין פשוטע זאלן, און ס'איז אמת אז מ'מאכט היינט מער אויפרייסעריש ווי אמאל, כ'האב פשוט גערעדט פון די נקודה אין א זאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:54 pm

מיינע צוויי סענטס:
אלץ איינער וואס איז אויפגעצויגן אינעם אמעריקאנעם שמאלץ טאפ, און זיך שפעטער געצויגן קיין איירופא, קען איך זאגן אז:
אז די לעבענס שטייגער דאהי איז כרחוק מזרח ממערב פון אמעריקא, אז אפילו פארמעגליכע וועלן זיך נישט אזוי אויפרייסן און ספלענדן אין די וועלט אריין.
למשל מ'קען וואוינען אין א קאך מיט פשוטע אייזערנע סינקס און פארמייקא קאונטערס אהן קיין פארקעי פלארס וכו' וכו'
כאטש די פראבלעם פון פעיר פרעשער וואס די מענטשהייט איז געשלאגן זייט בריאת העולם (הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם) איז אויך דא בתפארתו, אעפי"כ איז עס אויף גאר אן אנדערן שטייגער און ציפערן.
ועוד, ביי די נישט חסידישע וועלט (יו נעים איט) איז די פראבלעם און די סטאנדארטן גאר אסאך העכער, און "יעדער" "מוז" האבן "אלעס"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט