משפחה אדער קהילה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

משפחה אדער קהילה

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 1:45 am

וועלכע איז וויכטיגער פאר א מענטש, פאר א יינגערמאן?
למשל, ער דארף קויפן א הויז, ער האט א ברירה צו קויפן אין געגנט פון זיין משפחה (זיי האלטן זיך שטארק צוזאמען, און עס איז גאנץ א גרויסע משפחה, און זייער נאנט איינער צום צווייטן) אבער דאן וועט די קשר וואס ער האט מיט זיין קהילה צוביסלעך ווערן איבערגעריסן. ער וועט שוין נישט דאווענען דארט. שוין נישט טרעפן און שמועסן מיט זיינע חברים. שוין נישט גיין צום שיעור דארט. א נייע רב/רבי. וכו' וכו'.
ב. איינער זוכט א שידוך, ער באקומט טאקע א הערליכע משפחה, שוואגערס און קאזינס, אבער דאס מיינט אז ער פארלירט קשר מיט זיין קהילה ווייל ער מוז גיין וואוינען אין א צווייטע שטאט. אדער באלאנגען צו זיין שווער'ס קהילה.
ג. איינער באלאנגט צו א קהילה וואס זיין משפחה איז מאיזה סיבה אוועקג'גאנגען פון דארט. צו צוליב פערזענליכע פאליטיק אדער קהילישע פאליטיק.
ער האט א ברירה אדער האקט ער אפ מיט זיין קהילה/חסידות אדער ווערט זיין משפחה בייז אויף אים.

וואס איז וויכטיגער? וואס איז ריכטיגער?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 4:26 am

וואס מיינט א יינגערמאן?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 8:57 am

ווענד זיך וואספארא קהילה און וואספארא משפחה. ביי יעדעם איז עס אנדערש און ס'נישט שייך צו גיבן איין ענטפער פאר יעדעם

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 9:58 am

וואס איז וויכטיגער א טאטע אדער מאמע?

ווענד זיך ווער ס'איז געבליבן מיטן געלט, מיט וועמען מ'קומט זיך בעסער אויס, וכו' וכו'.

דאס זעלבע דא. ביי איינעם איז משפחה די ערשטע זאך אין לעבן, און ביי איינעם איז משפחה א חנוכה באלוינונג...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 12:25 pm

Think and Thank האט געשריבן:וואס מיינט א יינגערמאן?


לכאורה מיינט ער צו זאגן ווען איינער האט חתונה צו א צווייטע שטאט.
אבער דאס קען זיין ביי א סטאבילער יונגערמאן פון פערציג יאר וואס די משפחה וואוינט אין איין שטאט און ער צוליב ביליגער הייזער ציעט ער זיך אריבער צו אנדערע שטאט. - אין דעם פאל, גייט ער אוועק פון ביידע סיי פון די משפחה און סיי פון קהלה.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 1:47 pm

איז קהילה - חסידות טיילמאל אזוי וויכטיג ווי משפחה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 4:17 pm

דיין חסידות איז געווארן צוטיילט צווישן צוויי ברודערס.
דיין טאטע איז געגאנגען צו איינעם דו ווילסט גיין צום אנדערן. אויסגעהאלטן?
אויב מיין גאנצע משפחה איז מיט איינעם. איז עס מענטשליך צו גיין צום צווייטן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:03 pm

אייביג מוז מען האבן אלע ביידע!!!
ווי שטארק מ'דארף וועלכע, ווענדט זיך שוין לפי המצב, לפי המשפחה, לפי המקום, לפי הקהילה

אויף משפחה איז געזאגט געווארן "בלוט איז קיין וואסער" און מיט רעכט ווייל אין אן ענגע מינוט וועלן זיי געווענליך דא זיין אפילו פון דערווייטענס, און פון זיי קעמען זיך נישט שיידן אפילו ווען מ'ציהט זיך אוועק

משא"כ קהילה קען מען בייטן ווען ס'פעלט זיך אויס אפילו אויפן זעלבן פלאץ (ס'נאר אביסל שווער), כ"ש ווען מ'מופט אריבער צו א נייע פלאץ, איז עס אפילו נישט אזוי שווער

אבער האבן חברים און זיין אנגענומען אין א געזעלשאפט איז פונקט אזוי וויכטיג ווי ברויט צום מענטשליכע לעבן
לעצט פאראכטן דורך פלאחותיך אום מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:04 pm

צ"ק. איינער ווייסט וואס ער וויל דא???
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:13 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:דיין חסידות איז געווארן צוטיילט צווישן צוויי ברודערס.
דיין טאטע איז געגאנגען צו איינעם דו ווילסט גיין צום אנדערן. אויסגעהאלטן?
אויב מיין גאנצע משפחה איז מיט איינעם. איז עס מענטשליך צו גיין צום צווייטן?


דאס ווענדט זיך אויך אין וועלעכע משפחה, און אין דיין נאטור ווי גרינג די קענסט דערהייבן היץ

געווענליך ברויך מען פראבירן וויכטיגער זיך צו האלטן בשלום מיט די משפחה ווייל די קהילות וועלן זיך צום סוף לעבן בשלום און זיך משדך זיין צווישן זיי, און דער וואס האט זיך צוריסן מיט משפחה וועגן קהילות בלייבט חוזק
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

פייוויש בראדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

תגובהדורך פייוויש בראדער » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:32 pm

ווענדט זיך וואס דער רבי באדייט פאר דיר; אויב איז ער די ליכט פון דיין הארץ, קומט ער פאר משפחה. אויב ווידער ביסטו פשוט מער געשטימט פאר אים, איז משפחה א שטארקע חשבון.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:50 am

ד. מיין ברודער האט זיך צעאמפערט מיט זיין קהילה און מ'האט אים משלח געווען. מיין טאטע אננעמענדיג זיך פאר זיין תכשיט'ל האט אויך פארלאזט די קהילה.
אלע אויגן זענען איצט געוואנדן צו מיין ריכטונג. דארף איך זיי נאכטוהן אנישט וועלן זיי באליידיגט ווערן אויף מיר, אדער איז וויכטיגער אנצוהאלטן מיין קשר מיט מיין רבי, מיינע חברים מיין בהמ"ד?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 3:12 am

יידישע קהילות האט געשריבן:ד. מיין ברודער האט זיך צעאמפערט מיט זיין קהילה און מ'האט אים משלח געווען. מיין טאטע אננעמענדיג זיך פאר זיין תכשיט'ל האט אויך פארלאזט די קהילה.
אלע אויגן זענען איצט געוואנדן צו מיין ריכטונג. דארף איך זיי נאכטוהן אנישט וועלן זיי באליידיגט ווערן אויף מיר, אדער איז וויכטיגער אנצוהאלטן מיין קשר מיט מיין רבי, מיינע חברים מיין בהמ"ד?


בכלל דאס קומט צו פרעגן א ערליכע אדער א קלוגע יוד מיין איך

אבער שארף גערעדט ,א ערענסטע יוד מיט ברייטע פלייצעס וועט לכאורה זאגן ביי אזא פאל חייך קודמין

טאמער דיין לעבן ווענט זיך אין דיין חסידות /חבירים, דעמאלס דארפסטו נישט חרוב מאכן דיין לעבן פאר יענעמס געפילן ,נאר זאלסט טין וואס עס איז גוט פאר דיר

חמרא
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 10:43 am

איך פארשטיי נישט די שאלה, מיר האבן א מעשה רב פון אהן א שיעור רבי׳ס רבנים וכו׳ אז די קהילה/חסידות קומט פאר משפחה... ס׳לוינט אפילו צו זיין צוקריגט מיט משפחה צוליב קהילה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט