נפלאות הבורא - די מענטשליכע קערפער

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

געלעגער האט געשריבן:א מורא׳דיגע אשכול. זייער א קלארע שפראך און גוט געשריבן.
גיי ווייטער
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

די 12 סיסטעמען - חלק ב׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

בעז״ה וועלן מיר גיין ווייטער.


5. די אטעמען סיסטעם

די אטעמען סיסטעם איז אחראי אז אונזער קערפער זאל האבן גענוג פון די נויטיגע אקסידזשין (o2) און אויך אז זי זאל ח״ו נישט בלייבן מיט שלעכטע גאזן (co2). די הויפט שפילער אין די אטעמען סיסטעם זענען די נאז (nose), לערינקס (larynx), קנה (trachea), לונגן (lungs), בראנקי, (bronchi), און בראנקילעס (bronchioles), און די דיאפראם (diaphragm).

די נאז - די נאז, חוץ פון דעם וואס מיר נוצן עס צו שמעקן, האט דאס א וויכטיגע ראלע אין די אטעמען סיסטעם. די נאז איז די טיר פאר די לופט וואס גייט אריין און ארויס. (וויכטיג אנציווייזן אז די ריכטיגע וועג צו אטעמען איז אדורך די נאז, נישט דורך די מויל) איינמאל מיר אטעמען אריין, טוט די נאז אנווארעמען די לופט און טוט עס פייכט מאכן אז ווען די לופט פארט ווייטער צום קנה איז עס שוין אביסעל אויסגעארבעט. אזוי אויך האט די נאז א פילטערינג סיסטעם וואס רייניגט די לופט, דורך די האר וואס געפונען זיך אין איר, פון באקטעריע און שמוץ.

די קנה - נאכדעם וואס די לופט גייט דורך די נאז הייבט עס א רייזע אראפ צו די לונגן. עס גייט אראפ אין האלז און גייט דורך די לערינקס, דאס איז אויך די פלאץ פון ווי די שטומע קומט ארויס. דאן פארט עס ווייטער אראפ צו:

די בראנקיס - דאס זענען צוויי רערן וואס צוטיילן די O2 (אקסידזשין) און טראגן עס צו די צוויי לונגן.

די בראנקילעס - דאס זענען גאר קליינע רערן וואס טראגן אריין די לופט אין קליינע לופט זעקלעך (alveoli) וואס געפונען זיך אין די לונגען. אין די זעקלעך קומט פאר די אויסטויש ווי די לונגען פילט אן די רויטע בלוט צעלן מיט אקסידזשין און נעמט ארויס די קארבאן דיאקסייד, וואס דאס איז די אפפאל פון די לופט, און טראגט עס ווייטער די זעלבע וועג אבער אויף ארויף, ארויסצוגיין פון די קערפער ווען מען אטעמט ארויס.

די לונגען - די לונגען איז די סטאנציע ווי די בלוט פארט אדורך אויפצופיקן די אקסידזשין. אין איר געפונען זיך 600 מיליאן (!) קליינע זעקלעך וואס ארבעטן פיר און צוואנציג שעה א טאג אנצופילן און אויסליידיגן די בלוט מיט אקסעדזשין.

די דיאפראם - דאס איז א גרויסע מוסקול געפונט זיך אונטן ביי די לונגן און דאס טיילט אפ ציווישן די טשעסט און נידריגע חלק פונעם בויך. ווען די מוסקול ברייטערט זיך אויס ווערט די לונגען גרעסער דאן קען די מענטש אריינעמען אסאך לופט, דערנאך ווי זי ציעט זיך צוריק איין ווערט פארשטייט זיך די לונגען קלענער און דאס שטופט ארויס די קארבאן דיאקסייד וואס דארף ארויסגיין פון די קערפער.


6. די צירקולאציע סיסטעם

די צירקולאציע סיסטעם איז א מאסיווע טראנספארטאציע סיסטעם וואס די קערפער פארמאגט אין די פארעם פון רויטע בלוט וואס טראגט אין זיך אלעס וואס יעדע איינציגסטע צעל דארף האבן צום לעבן. זיי טראגן די אקסעדזשין, און קארבאן דיאקסייד. די מינעראלן, וויטעמינען און וואסער. רויטע בלוט צעלן, ווייסע בלוט צעלן, און פיל מער. די אימיון און לימפעטיק סיסטעמען וואס באשיצען די קערפער פון פארשידענע קרענק און געפארן ארבעטען אויך האנט ביי האנט מיט די צירקולאציע סיסטעם און אינאיינעם פארעמען זיי א מאסיווע ליין אוו דיפענס.

די צירקולאציע סיסטעם באשטייט פון די בלוט, הארץ (heart), אדערן (blood vessels) וואס דאס רעכנט אריין צוויי מינע אדערן - ארטעריס (arteries) און וועינס (veins), דערנאך איז דא די קעפילערי׳ס (capillaries).

די בלוט - די בלוט איז צוזאמגעשטעלט פון 4 הויפט באשטאנדטיילן. 1- די פלעזמע (Plasma), דאס איז די פליסיגע חלק וואס פירט די מינעראלן, וואסער און עסן פאר די צעלן. 2- די רויטע בלוט צעלן (red blood cells), וואס טראגט ארום די אקסעדזשין. 3- ווייסע בלוט צעלן (white blood cells), דאס איז פאראנטווארטליך אויף די קערפער באשיצונג. 4- פלעיטעלעטס (platelets) וואס מאכט אז בלוט זאל ווערן פארגליווערט און מען זאל ח״ו נישט אויסבלוטן ווען מען כאפט א וואונד.

די הארץ - די הארץ איז די מעין פאמפ וואס מאכט זיכער אז בלוט פליסט אן אויפהער, ארום די גאנצע קערפער. די הארץ איז צוטיילט אין צוויי פארמאגט 4 צימערן וואס זענען באהאפטן צו 4 גרויסע אדערן. די לינקע זייט פאמפ די אקסידזשין-רייכע בלוט וואס קומען פון די לונגען צו די גאנצע קערפער און די ריכטיגע זייט נעמט די אויסגענוצטע אקסידזשין און שטופט עס צוריק צו לונגען וואס נעמט ארויס די גאז, פילט עס אן מיט גוטע לופט, און טראגט עס צוריק צום קערפער, וחוזר חלילה. די צוויי אויבערשטע צימערן ווערט גערופן אטריום׳ס (atriums) און די צוויי אונטערשטע צימערן ווערט אנגערופן ווענטריקעלס (ventricles).

די ארטעריס - דאס זענען די אדערן וואס פירן די אקסידזשין-רייכע בלוט.

די וועינס - דאס זענען די אדערן וואס טראגן די קארבאן דיאקסייד.

די קעפילעריס - דאס זענען פיצעלע אדערן וואס נעמען די בלוט פון די גרעסערע אדערן און זיי פיטערן די גאר קליינע צעלן מיט די נויטיגע מינעראלן, וואסער, אקסידזשין און נאך.


7. די אימיון סיסטעם

די אימיון סיסטעם איז די פארטיידיגונגס סיסטעם פון אונזער קערפער. זי באשיצט און באקעמפט אלע דרויסענדיגע געפארן, ווי אינפעקציעס, שעדליכע באקטעריע, וויירוסעס, פאנגוס.
די אימיון סיסטעם איז א ברייטפארצווייגטע סיסטעם וואס רעכנט אריין די הויט (skin) וואס היט אפ די דרויסענדיגע טייל פונעם קערפער, ווייסע בלוט צעלן (white blood cells), אנטיבאדיס (antibodies), די מילצן (spleen), און די ביין מארך (bone marrow).

די לימפעטיק סיסטעם פון וואס מיר גייען באלד רעדן שפילט אויך א הויפט ראלע און איז א טייל פון די אימיון סיסטעם.

ווייסע בלוט צעלן - די ווייסע צעלן וואס טוען באקעמפן באקטעריע זענען צוטיילט אין צוויי מינים, די T צעלן (T Cells) און די B צעלן (B Cells). די B צעלן אטאקירן און באקעמפן דרויסענדיגע אינוואדירנדע קרעפטן משא״כ די T צעלן אטאקירן אינפעקטירטע צעלן אינערהאלב די קערפער.

אנטיבאדיס - דאס ווערט פראדוצירט דורך די ווייסע B צעלן און זיי זענען זענען טרענירט צו אינטענדיפיצירן פרעמדע זאכן וואס באלאנגען נישט דא און דארפן ווערן באקעמפט.

די מילצן - זי געפינט זיך העכער די מאגן און דינט אלץ א פילטער צו רייניגן די בלוט פון באקטעריע. די ספליען העלפט באקעמפן באקטעריעס וואס איז גורם נעמאוניע און מענינדזשייטעס. זי דינט אויך אלץ סטארעדזש פאר די פלעיטלעטס (platelets) און ווייסע בלוט צעלן.

די ביין מארך - איז א ווייכע פעטע טישו וואס געפונט זיך אין די אינווייניגסטע חלק פון די ביינער, וואס דורך איר ווערט פראדוצירט און אנטוויקלט די רויטע און ווייסע בלוט צעלן און אזוי אויך די פלעיטעלעטס.


8. די לימפעטיק סיסטעם

די לימפעטיק סיסטעם איז א זעלבסשטענדיגע פארצווייגטע נעץ פון לימפ אדערן (lymph vessels) און לימפ נאדס (lymph nodes) וואס טראגן אין זיך א פליסיגקייט וואס ווערט גערופן לימפ (lymph). זי שפילט א הויפט ראלע אין די אימיון סיסטעם און אין די צירקולאציע סיסטעם. די סיסטעם נעמט אויך אריין די ספליען, טיימוס (thymus), טאנסילס (tonsils) און אפענדיקס (appendix). (עס איז נישט קלאר פונקטליך וואס די ראלע פון די אפענדיקס איז אבער זי העלפט דורך פארשידענע וועגן מיט די אימיון און לימפעטיק סיסטעם.

די לימפ - עס איז א פליסיגקייט וואס לויפט אין די ספעציעלע אדערן וואס פירט אין זיך ווייסע בלוט צעלן צו העלפן די אימיון סיסטעם, זי נעמט אויך אריין אינפעקטירטע צעלן וואס דארפן ווערן פארניכטעט און זי טראגט עס צו די לימפ נאדס וואס פארניכטן עס. די לימפ העלפט אויך די פארדייאונגס סיסטעם מיטן פטור ווערן פון אומגעזונטנ פעטנס וואס זאמלען זיך אן.

לימפ נאדס - דאס זענען ספעציעלע סטאנציעס לענגאויס די קערפער (בערך 500-700 אין צאל) וואס פילטערן די לימפ און זיי ענהאלטן פארשידענע צעלן וואס נעמען די באקטעריעס און אינפעקטירטע צעלן וואס ווערט געפירט דורך די לימפ און זיי הארגענען עס.

טיימוס - איז א גלענד (gland) וואס געפונט זיך העכער די הארץ, גלייך אונטער די האלז און זי איז די טרענירונגס צענטער וואס לערנט אויס די T צעלן וויאזוי צו דערקענען און באקעמפן פרעמדע זאכן.

די טאנסילס - זי איז סטאנציאנירט אין די אונטערשטע חלק פון די האלז. זי פארמאגט אסאך צעלן וואס זאפן אריין באקטעריע וואס כאפן זיך מיט ווען מען אטעמט און זי הארגעט עס איידער עס קען גיין ווייטער.


————

המשך יבוא אי״ה.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

מחשב האט געשריבן:אהההה...... מחיה! קום אריין קלאר און געשמאק, א 'שפת הלב' וואס זאל זיין 'נכנס ללב'...

אה.. און שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, און זייט אונז מיט אייך אליין מהנה מיט א פרידליכע אנגענעמע פארברענגען.

PDF PLEASE
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

Wow זייער קלאר געשריבן. שוין לאנג געווארט אויף אזאנס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
מילא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילא »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:אהההה...... מחיה! קום אריין קלאר און געשמאק, א 'שפת הלב' וואס זאל זיין 'נכנס ללב'...

אה.. און שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, און זייט אונז מיט אייך אליין מהנה מיט א פרידליכע אנגענעמע פארברענגען.

PDF PLEASE


https://www.dropbox.com/s/aglx1g4i5eqe1 ... 3.pdf?dl=0
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח זייער אינטערסאנט און אינפארמאטיוו!!
ווי דער חובת הלבבות שרייבט, אין שער הבחינה, איז דער מענטש די ערשטע זאך און נאנטסטע זאך, פון גא'טס באשאף, צו שטודירן, און דאדורך איינערקענען, מי ברא אלה.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

מורא'דיג מורא'דיג נפלאות הבורא דאס אז איינער קען אזוי שיין באשרייבן די נפלאות הבורא.
גיי אן! כה לחי'!

און א שיינעם דאנק "מילא" פאר די שיינע PDF.
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבלוב »

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ש'כח.
אזוי וואונדערליך. ומפליא לעשות. רבש"ע פארוואס האסטו דאס באשאפן? פארוואס האסטו מיך באשאפן? אזוי וואונדערליך? און נישט געבויט 'כאניאקיש', נאר טאקע וואונדערליך. wow!!! מבשרי אחזה אלוק. מלא חסד. רוצה להטיב לבריותיו.
אוועטאר
פארשטיין טיף
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 09, 2018 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין טיף »


ישר כח ברינג נאך פון די סחורה ;l;p- ;l;p-
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

ישר כח פארן עס לייגן אין PDF.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

שפת הלב איך וויל צולייגן/אויסבעסרן צוויי נקודות וואס די האסט זעט אויס פארפאסט.

1) די דזשאב פון די veins איז צוריק צו טראגן די בליט צום הארץ, און אויפן וועג נעמט ער מיט די שלעכטע גאזן וואס ווערט שפעטער איבער געפילטערט.

2) די עיקר ארבעט פון די מילצן איז צו קאלעקטן אלע איבריגע ווייטעמינס פון די קערפער און עס סעיוון אויף ווען ס'וועט זיין א מאנגל. און ווי אויך שפילט עס א גרויסע ראלע צו האלטן די מענטש אויפגעלייגט און בשמחה
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

שפת הלב האט געשריבן:בעז״ה

די בלוט - די בלוט איז צוזאמגעשטעלט פון 4 הויפט באשטאנדטיילן. 1- די פלעזמע (Plasma), דאס איז די פליסיגע חלק וואס פירט די מינעראלן, וואסער און עסן פאר די צעלן. 2- די רויטע בלוט צעלן (red blood cells), וואס טראגט ארום די אקסעדזשין. 3- ווייסע בלוט צעלן (white blood cells), דאס איז פאראנטווארטליך אויף די קערפער באשיצונג. 4- פלעיטעלעטס (platelets) וואס מאכט אז בלוט זאל ווערן פארגליווערט און מען זאל ח״ו נישט אויסבלוטן ווען מען כאפט א וואונד.

א גרויסן יישר כח זייער אינטרסאנט
עפעס איז דא א חלק אין די בלוט וואס מען רופט סטעם סעלס איך מיין אז דאס פראדצירט די בלוט
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

סטעם צעלן זענען געוויסע מינע צעלן וואס די קערפער קען פראדוצירן פאר פארשידענארטיגע אויפגאבעס. זיי זענען ווי רויע צעלן וואס קענען פארוואנדעלט ווערן צו ביינער, קארטעלידזש, מוסקולן און נאך מינע צעלן. ביי ערוואקסענע ליגט עס אין די ביין מארך אבער אויך אין אנדערע פלעצער.

ס׳איז א לאנגע און קאמפלוצירטע נושא.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

שכוח
נ.ב. אמאל בין'עך געווען אנוועזנד ווען איינער האט געגעבען די סטמם סעלס פאר א באן מערא (מארך ביין) טרנספלענט -פאר קיין שום יוד געדאכט-, געזען ווי די בלוט ווערט צוטיילט אויף 4 חלקים, יעדע איינע ווערט אן אנדערע קאליר (די ווייסע ווערט ממש ווי וואסער)
מוראדיגע נפלאות הבורא
האב'עך געזאגט פארן דאקטער עס איז מיר נישט קיין חידוש אז דער אייבישטער האט עס געמאכט די חידוש איז אז די דאקטוירם האבען עס אויס געפונען
מה רבו מעשיך ה'
אבער מען זאל עס זען נאר אויף גיטע זאכן
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

ריכטיג @ישר כח. די אמת איז אז סטעם צעלן געפונען איבעראל אינעם קערפער און קענען ווערן פארוואנדעלט און אסאך מינע צעלן, בלוט צעלן אריינגערעכנט. אמאל ווען מען האט געמאכט א טרענספלענט האט מען נאר ארויסגענומען די סטעם צעלן פון די מארך וואס איז געווען א שווערערע פראצעס, אבער היינט צוטאגס נעמט מען עס פשוט דורך ארויסנעמען בלוט פון די נדבן און א מאשין צוטיילט עס און שעפט ארויס די סטעם צעלן וואס ווערן נאכדעם איבערגעפלאנצט צום פאציענט.

די אייבערשטער זאל אויסהיילן אלע חולה ישראל און קיינער זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען די זאכן.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

יישר כח האט געשריבן:שכוח
נ.ב. אמאל בין'עך געווען אנוועזנד ווען איינער האט געגעבען די סטמם סעלס פאר א באן מערא (מארך ביין) טרנספלענט -פאר קיין שום יוד געדאכט-, געזען ווי די בלוט ווערט צוטיילט אויף 4 חלקים, יעדע איינע ווערט אן אנדערע קאליר (די ווייסע ווערט ממש ווי וואסער)
מוראדיגע נפלאות הבורא
האב'עך געזאגט פארן דאקטער עס איז מיר נישט קיין חידוש אז דער אייבישטער האט עס געמאכט די חידוש איז אז די דאקטוירם האבען עס אויס געפונען
מה רבו מעשיך ה'
אבער מען זאל עס זען נאר אויף גיטע זאכן



פארגעסן איין וויכטיגער זאך
אז עס ווערט צוטיילט נאר דורך כח המשכה (גרעוורטי בלע"ז). עס דרייט זיך זייער שנעל אין די חלק וואס וועגט מער פאלט אראפ.
איך ווייס נישט פונקטליך, אז עס פעלט אין הבנה פעלט הסברה.
העמיר עס לאזן פאר שפת הלב ווען ער העט אנקומען ביז דאס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווען מיר שטודירן בלוט, טוען מיר: הימעטאלידשי. hematology.

שפת הלב האט געשריבן:די אייבערשטער זאל אויסהיילן אלע חולה ישראל און קיינער זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען די זאכן.

אמן.
אוועטאר
פארשטיין טיף
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 09, 2018 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין טיף »

Image_00030.jpg
Image_00030.jpg (662.67 KiB) געזען 3301 מאל
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

ווען קומט חלק ג'?
איך קען קוים ווארטן צו ליינען ווייטער
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

אנטשולדיגט. איך בין פשוט נישט אנגעקומען דערצו, אבער די וואך אי״ה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אאהההה! יישר כח
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

יישר כוח, הערליך שיין באשריבען, קיפ איט קאמיניג.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

וואס קומט נעקסט?
שפת הלב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפת הלב »

שלום עליכם ענד וועלקאם בעק.

מיר וועלן ווייטער פארזעצן מיט די 12 סיסטעמען בעז״ה.


9. די הויט/האר סיסטעם

אונזער הויט און האר איז נישט נאר א צודעק פאר רויע פלייש. זי איז א פאנצער פאר אונזער קערפער און היט אונז פון אסאך סכנות. מיט אונזער אויגן זעען מיר טאקע נאר די דרויסענדיגע שיכט פון הויט אבער עס גייט אסאך טיפער פון דעם. די הויט איז די פענסטער וואס דורך איר שפירן אונז היץ, קעלט, און די גאנצע כח המישוש, עס באשיצט אונזער קערפער פון אינפעקציעס, זי העלפט רעגולירן א געזונטע קערפער טעמפערטור, עס ווארפט ארויס אומנויטיגע חלקים פון די קערפער, ס׳באשיצט אונז פון שעדליכע זון שטראלן, און אויך פראדוצירט עס די וויכטיגע ווייטעמין D.

די סיסטעם באשטייט פון דריי שיכטן. די דרויסענדיגע שיכט הויט (epidermis), די מיטלסטע שיכט (dermis), די אינווייניגסטע שיכט (hypodermis), די האר (hair), די שווייס גלענדס (sweat glands), אויל גלענדס (sebaceous glands), און נאך אדערן און נערוון.

די עפידערמיס - דאס איז די דרויסעדיגע שיכט פון הויט וואס אונז זעהן, עס באשטייט פון 5 שיכטן איינס אויפן צווייטן מיט הונדערטער טויזענטער צעלן צוזאמגעפרעסט איינס צום צווייטן און צוזאמען פארעמען זיי א מאסיווע ליין אוו דעפענס פאר די גוף פון דרויסעדיגע סכנות. זי באשיצט פון באקטעריע, זי היט אונז אפ פון שעדליכע זין שטראלן, אבער פון די אנדערע זייט טוט זי אויך ארבעטען אז די ווייטעמין D וואס קומט דורך די זון שטראלן זאל ווערן גוט איינגעזאפט און ווערן אויסגענוצט פאר די קערפער׳ס טובה. די דרויסענדיגע הויט האלט זיך אינאיין טוישן, אלטע צעלן שטארבן אפ און עס ווערט תיקף אויפגעטוישט מיט פרישע צעלן. א מענטש פארלירט א געשאצטע 40,000 הויט צעלן יעדע מינוט! (מערקווירדיג, עס איז דאס געוויסע באשעפענישן וואס שפייזן זיך דורך די טויטע מענטשליכע הויט צעלן). די עפידערמיס גיבט אויך די קאליר פארן מענטש. א חלק אין די הויט, גערופן מילענין (milanin), גיט פאר געוויסע מענטשן פרעקלס און שווארצע קאלירן.

די דערמיס - די דערמיס איז די אינעווייניגסטע און דיקסטע שיכט פון די דריי חלקים הויט וואס אונז האבן וואס באשטייט פון א גאר שטארקע אבער פלעקסיבל מאטריאל וואס ערלויבט די הויט זיך גרינג צו באוועגן.

די דערמיס ענהאלט אין זיך בלוט אדערן וואס שפייזן די הויט מיט די נויטיגע אקסעדזשין און נערונג. זי פארמאגט נערוו ענדס (nerve ends) דאס זענען די נערוון וואס שפירן היץ, קעלט און די כח המישוש.

שווייס גלענדס און אויל גלענדס געפונען זיך אויך אין די הויט וואס דורך שוויצן העלפט עס רעגולירן א געזונטע קערפער טעמפראטור און באלאנסירט די היץ און קעלט.

די האר ווארצלען וואס פון איר וואקסט אונזער האר געפונט זיך אויך אין די דערמיס און האט אויך א חלק אין רעגולירן די קערפעליכע טעמפראטור און דינט ווי א קישן צו באשיצן אונזער קערפער פון א קלאפ. ווי אויך ענהאלט די דערמיס לימפ אדערן (ווי אויבן דערמאנט) וואס העלפט באקעמפן אינפעקציעס.

די הייפאדערמיס - דאס איז די גאר אינעווייניגסטע שיכט וואס איז די אינסולעישען פאר אונזער קערפער, עס איז אויך א סטארעדזש פאר פעטנס וואס די קערפער לייג אוועק פאר א נויט.


10. די רייניגונגס סיסטעם

די רייניגונגס סיסטעם איז פאראנטווארטליך צו האלטן די קערפער ריין און ארויסווארפן אפפאל און באשטאנדטיילן וואס באלאנגען נישט אין איר.

די הויפט שפילער זענען די נירן, און לייכטע ארויסגאנג סיסטעם וואס רייניגט אויס די בלוט. אויך די לונגען, לעבער, און שווייס שפילן א ראלע אין די רייניגונגס סיסטעם, ווי פריער דערמאנט.

די נירן - די צוויי נירן געפונען זיך ביי די אונטערשטע חלק פון די בויך מער צו די זייט פון די רוקן, און זיי זענען די הויפט פילטערינג מאשין. עס פילטערט די בלוט, באלאנסירט די פליסיגקייטן און מינעראלן וואס די בלוט טראגט מיט זיך, און שיקט ארויס דורך די ארויסגאנג סיסטעם די אומנויטיגע פליסיגקייטן.

די בלוט פליסט אריין צו די נירן דורך א גרויסע אדער וואס ווערט גערופן רענאל ארטערי (Renal Artery) און פון דארט צוטיילט זיך עס צו כמעט א מיליאן פילטערינג צימערלעך (nephrons) אין די צימערן ווערט די בלוט גערייניגט און זיי לעוועלן די וואסער, סאדיום, און נאך פארשידענע מינעראלן שטאפלען אין די בלוט. די נירן קאנטראלירט די וויכטיגסטע מינעראלן וואס די קערפער דארף האבן אנצוגיין, ווי למשל, סאדיום, קאלסיום, קלארייד, און נאך.
נאכדעם וואס די בלוט ווערט גערייניגט פון אנדערע פליסיגקייטן גייט די וואסער-אפפאל צו א רער וואס שיקט עס ארויס פונעם קערפער און די גערייניגטע, מינעראלן-רייכע בלוט גייט צוריק ארויס פון די נירן דורך אן אנדערע אדער ארויס צום צירקולאציע סיסטעם.


11. די ענדאקרין סיסטעם

די ענדאקרין און עקסאקרין סיסטעם (Endocrine and Exocrine System) קאנטראלירט די קערפער אקטיוויטעטן נוצענדיג איר הארמאנען וואס שפילן א קריטישע ראלע אין אונזער פיזישע און גייסטישע געזונט. זי איז צוטיילט און צוויי הויפט מינע גלענדס, די ענדאקרין (דאס זענען גלענדס זי באשטייט פון עטליכע הויפט גלענדס און יעדע האט זיך זיין באזונדערע אויפגאבע.

Pineal Gland - דאס איז א גלענד פלאצירט אים די מוח און זי פראדוצירט מעלעטאנין וואס דאס איז די קערפער׳ס נאטורליכע איינשלעף איינשפריץ

Pituitary Gland - דאס איז פלאצירט ביי די אונטערשטע חלק פון די מוח איז איז פאראנטווארטליך אויף די ריפראטאקטיוו סיסטעם.

Thyroid Gland - דאס איז ביי די האלז און איז איז פאראנטווארטליך אויף היפש אסאך חלקים אין די קערפער. הויפטזעכטליך אויף די פארדייאונגס סיסטעם.

Thymus Gland - זי געפונט זיך ציווישן די לונגען און עס פראדוצירט T צעלן פאר די אימיון סיסטעם ווי דערמאנט אין א פריעדיגע חלק.

Adrenal Glands - דאס געפונט זיך העכער זי נירן און טוט פראדוצירן הארמאנען צי העלפן די פארדייאונגס און אימיון סיסטעם ווי אויך איז עס באקאנט פאר פראדוצירן הארמאנען צו העלפן די מענטש ווען זי דארף צוקומען צו באזונדערע כוחות.

The Pancreas - די פענקריעס איז פאראנטווארטליך פאר די אינסולין צו קאנטראלירן די צוקער.

ביז דא האבן מיר באשריבן גאר אין קורצן די הויפט אויפגאבעס פון די פארשידענע קערפעליכע סיסטעמען. יעצט האפן מיר זיך צו נעמען צו יעדע ארגאן און סיסטעם באזונדער און זיך אביסעלע באקענען דערמיט.

מבשרי אחזה אלקי!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”