וואו ביסטו פארשוואונדן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

וואו ביסטו פארשוואונדן?

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:14 pm

בס"ד


די פינקלנדע שטערן
אין האריזאנט פאלן
פילפארביגע אטמאספערן
פארלעשן זייערע שטראלן

די פויגל אין די לופטן
פארלאשן זייער געזאנג
די גראזיגע דופטן
אויסגעוועפט פון לאנג

די בלומעלעך אין שעם
פארבויגן די קעפעלעך
אייניג אין פראבלעם
די גלאנציגע עפעלעך

געפאלן דער שטרענגל
די טרויבן באזייטיגט
געהענגל נאך געהענגל
צי זענען זיי געצייטיגט?

דער הערשל אנטלאפן
מיטן לעמפערט פונעם וואוינונג
דער אדלער‘ס אויגן אפן
אויפן לייב קוקט אין שטוינונג

פראסטיגע סיגנאלן
פון ענדלאזע טרוקן
די בלעטעלעך פאלן
אויפן מוט זיי דרוקן

צווישן שרויפן, נאגל
טוויסטער, סטעפל
מיינע אויגן וואגל
אין א מיסטישע נעפל

פינגער צושטאכן
און מיין הארץ מיט איר
ברעטעלעך צובראכן
פענסטער און טיר

מיין שוץ,
מיין שאטן
ווי ביסטו אנטלאפן

מיין זיץ,
אפגעבראטן
פון זון באטראפן

ווי האסטו פארלאזט
דיין רעזידענט
צו וואלקן און פראסט
ווערן געשענדט

פון אפענע לעכער
און געטליכע קוועלער
צו פארבויעטע דעכער
און פארהאקטע שטראלן

שטיל,
זיך פארשוואונדן
מיר געלאזט אליין

איך וויל,
דיר פארבינדן
נישט לאזן גיין

בלייב מיט מיר
מיין סוכה'לע ליבע
אויף יעדע ריר
אויך מצבים טריבע

פון דיין שיין, דיין וועזן
און שכינה'דיגע אטמאספער
זאל בלייבן פאר שפעזן
און נוצן אלס געווער

כ'וועל באגנוגן דאסמאל
מיט דיין שיריים
ביזן זיך טרעפן נאכאמאל
איבער'ס-יאר אין ירושלים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:17 pm

יישר כח הערליך שיין!!

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:17 pm

זייער הארציג
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:18 pm

פששששששששששש...........
א מייסטער ארבעט.
דער צינג איז מיר נאך אינדרויסן...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:32 pm

הערליך שיין! ממש ווי א פארצייטישע פייטן...

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:23 am

נישטא קיין ווערטער. אין מעלות פלעגט שטיין אין די ערשטע יארן פון א דיכטער דוד, עפעס האסטו מיר יעצט דערמאנט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 10:40 pm

פון הארצן ריין
פונעם מייסטער אליין
שורות מיט חן

זיך באלעקט
און דערשמעקט
דעם ץ עפעקט
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

פייוויש בראדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

תגובהדורך פייוויש בראדער » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 9:36 am

זייער שיין.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:10 pm

ענדע, סריזיג... שכח, העלן מיר אויך עס אהיים טראגען פארן בני בית.
.The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 5:59 pm

סריזיג...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט