אינוועסטערס געזוכט: tzipytzipytzutzu.com

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

אינוועסטערס געזוכט: tzipytzipytzutzu.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

tzipy-tzipy-tzu-tzu.com א וועבסייט צו דעקן די רעיס פון אונזערע בעבי בוממערס

מוגה
יעצט איינמאל מעג יעדער ליינען, אפי' די שוואכע הערצער, היות דאס מאל איז עס לצורך פרנסה, און אונז ווייס מיר דאך אז לצורך פרנסה איז אלעס מותר...

שריי נישט! לאז מיך קומען צום ווארט, איך וועל דיר אלעס מסביר זיין. איך קען נישט אזוי טון קיין ביזנעס אז דו לאזט נישט אויסרעדן. די מעשה איז אזוי:

ילדות נקנה בכסף
איך דארף קיינעם נישט זאגן אז ב"ה די לעצטערע יארן האט זיך אראפגעלאזט א גרויס שפע צווישן אחינו בני ישראל, היבש אסאך אינגעליייט האבן ב"ה מצליח געווען אויף א שטארקן פארנעם, מען מאכט גרויסע געלטער, נומבערס וואס מען האט נישט געהערט אמאל.

אבער וואס איז פאני וואס איך זע, עס איז דא היבש אסאך פון די יונגעלייט וואס האבן נעבעך באקומען א ערנסטע עלערזשיק ריעקשאן פון געלט. עס איז זיי אריין עפעס א געלט קלאט אין מח, און זייער מח האט אנגעהויבן צו פונקציאנירן ממש ווי קליינע קינדער, עס אפעקטיריט זייער רעדן, טראכטן, וואקן, און באוועגונגען, אין פארשטייט זיך זייער ביהעיווער.

והנה, א נייע דור פון פרישע בעבי בוממערס איז אויפגעקומען, עס איז ממש ווי דעי אלטע דזשאוק פונעם מעדיצין וואס מאכט צוריק יונג (איינער געדענקט?), ערוואקסענע בא'טעמ'טע יונגעלייט ווערן צוריק ממש בעביס אין קינדערגארטן. אסאך מאל איז אפי' אינטערעסאנט צו זען ווי די גרויסע טאטע בעביס עקטן, מען קען זיך פיין אונטער שמייכלען. איך קען סיי יונגעלייט וואס זענען באמת געווען פארשטענדליכע ערוואקסענע יונגעלייט, און סיי וואס זענען קיינמאל נישט געווען צו קלוג - מילד גערעדט, אבער יעצט איז געהעריג נישטא מיט וועם צו רעדן. פעסטע בעביס! איך וואלט זיי געהעריג געקויפט גאלדענע צומיס...

זיי זענען קאווינסט אז נאר ווייל זיי זענען עפעס אבנארמאל קלוג זענען זיי רייך געווארן, ווייל כידוע דארף מען זיין צודרייט קלוג צו טון למשל ריעל עסטעיט אדער עמעזאן, והא ראיה ער איז קלוג. בחינת גלייבסט מיר נישט פרעג מיך... איי פאר די צוויי זאכן פעלט אויס די ווייניגסטע נאולעדזש פון סיי וועלכע ביזנעס, און דאס ביסל וואס פעלט אויס קען יעדע נאר פארשטיין נאכ'ן עס טון א קורצע תקופה, אמת. אבער אז א קינדערגארטן אינגל זאל דאס קענען איז שוין יא א חכמה, אפשר פאר דעם מוז ער עקטן ווי א בעבי.

זיי ווייסן נעבעך נישט וואס צו טון מיט זיך מיט זייער עשירות, זיי פראבירן אינגאנצן אפצואווענדן די אלטע כלל אז שיין דארף מען געבוירן ווערן, לייגן אריין אן עבודה רבה צו באשיינען דעם אויבערשטנ'ס בריאה, קודם אנפאנג ווען מען הייבט אן מאכן געלט און מען ווערט נעבעך "אנקאנטשעס" פרעסט מען ווי א וועקיום קלינער, "ער קען זיך דאך ערלויבן..." נאכדעם גייט מען אריין אין די "סליוו מאוד" מען שניידט אוועק די חלב המכסה את הכרס... מען גראדט אויס די קומה שלימה, אין די גאנצע וועזן שרייט עפעס "האלאו, דעס איז נאר געמאכט צו קוקן, ריר עס נישט!"

מי יאמר לו מה תעשה
זיין רבי, דיין, רב, און טאטע, קוקט ער אן ווי אלטע אלדפעשאנד נארנים, זיי האבן דיך קיינמאל נישט געמאכט דעי נומבערס, האלאו! סאו זייער ווארט איז שוין נישט מאסגעבנד. און אז דער אויבערשטער העלפט אז זיין טאטע האט נישט קיין געלט ווארפט ער אים צו אפאר דאלער, און זאגט נאכדעם פאר יעדן וואס קען אים נאר אפשר וועלן בעטן געלט, "דו ווייסט, מיין משפחה קאסט מיר אפ א געוואלד..."

הטף למה באים
קינדער איז א א מתנה פון אייבערשטן ספעציעל געמאכט אים צו געבן די געלעגנהייט צו מאכן א מעכטיגע שמחה. א זמן שמחה איז א צייט ווען גאנץ כלל ישראל קען זען עין בעין יראו ווי איבערגעגעבן ער איז פאר זיינע קינדער, טראץ וואס סתם אזוי האט ער נישט צו סאך צייט פאר זיינע קינדער, אבער פאר א שמחה וועט ער אוועקגעבן שעות על גבי שעות אין ספענדן הונדערטער טויזענטער דאלער פאר שטותים והבלים.

היות ביי א גרויס חלק פון זיי קומט ער און זיין עזר פון צוויי יאנטשי משפחות, פארשטייען זיי נעבעך אפי' נישט ווי אזוי צו זיין בעסער, טרייען מיט אלע כוחות נאכצומאכן די בעסערע לויטע, און מיר האבן די געלעגנהייט צו כאפן א פיינע שמייכל... טייערע בעבי בוממער, נישט יעדע קלייד וואס קאסט 5 טויזנט דאלער איז שבת'דיג, און ווען מען גייט ווארטן פאר די באס איז פאני אנצוטון בגדים וואס זענען געמאכט געווארן צו גיין צו א פארטי, גרויסע ריזיגע ביימער אויף אלע טישן איז דירעקט מיאוס, א רייכע ערעינדזשמענט מוז נישט אייביג זיין גרויס. יעדער פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט גרעסערע אין מער משוגע'נע מאדנע זאכן, די מינימום וויפיל א שמחה דארף קאסטן וואקסט יעדן טאג, און אלע וואנע בי'ס (wannabes) מוזן נעבעך סטראגלען נאכצומאכן.

פון שמחה צו שמחה האבן די קינדער נאך א וויכטיגערע נוצן אין די אויגן פון די בעביס. די קינדער דינען נאך א ציל, דאס איז צו דינען פאר שאו קעיס דאמיס האוקס ווי פארצושטעלן כבוד עשרו וגדלו, וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן, לעיני כל, ער זאל קענען אויפהענגען אויף דעם אלע ברענד נעים קליידער, זייגערס, גלעזער, שיך. מען ספענדט טויזנטער דאלער צו שפילן מיט די קינדער טאמע גאטשי (איינער געדענקט? איר מוזט זיין בערך 30 צו געדענקען...)

פונקט געווען לעצטנס ביי א קידוש פון אזא בעבי בוממער, א מקום קיבוץ פון אסאך בוממערס מיט אלע זייערע וואנע בי'ס. זעסט ווי דער עולם דרייט זיך מיט קאקטעלס - דאס איז עפעס א גרויליגע טרינקען וואס 75% מענטשן וואס טרינקען עס האבן עס נישט ליב, אבער עס האט צו א פעסטע נאמען אויסצוזאגן אז מען פארשטייט נישט דערצו, די וועג וויאזוי זיי וואקן ארום קוקט אויס ווי זיי האבן א מיאוסן אויסשלאג צווישן די פיס און ס'איז כולן אומר "האלאו, וואס איז נייעס!" די שפראך איז בערך אזוי: "האלאו שמייס אהער די פישלעך!" "וואו זענען די שאוועלעך?" "שטולי, דעי יאפטשיק איז געבראטענע סחורה! פון וואו קומט עס?" "הא הא הא הא, שטולי, איך זע דו האסט געברענגט דא פון די גוטע סחורה, דו האסט די 1994, דעס איז פיינע נייעס, דו האסט אונז נישט דיסעפוינטעד!" "האלאו רבותי, דער האט דא געברענגט גאנצע בהמות! מען האקט פלייש (יוזשעלי האלב רויע) פארנוילעם!"

פארשטייט זיך אז צו וויין פארשטייען זיי אלע אן אויסנאם... ס'איז דאך פשוט אזוי, געלט קלעבט צו געלט, א רייכע צונג פארשטייט צו רייכע וויין! בעסיעיד די פוינט אז זיי זענען דאך משוגע קלוג, און צו פארשטיין צו וויין דארף מען זיין קלוג, והא ראיה, זיי זענען קלוג אין זיי פארשטייען צו וויין.....

שלא ימצא אסכרה שדין רוחין... בילדי עמך בית ישראל
נעבעך נעבעך, ביי א טייל פון זיי איז די ריעקשאן ממש א געפערליכער, און זענען ליידער אינגאנצן יצא מדעתם. זיי האלטן זיך משוגע ברייט, עס איז דאך פשוט אזוי, ער האט דאך א טענענט א מאדנע זכר מיט א לאנגע פאני און א בארד און א גרויסע דאגי וואס זאגט אים העלאו, מיינט עס אז ער איז זייער ברייט... פארפאלן, ער איז "אוט אוו דע באקס". ווער רעדט נאך אויב דער טענעט האלט זיך גוט מיט אים אין איז אים מסביר איינע פון די נארישע ליבעראלע שיטות, דעמאלטס איז דאך איינשטיין א קישמאשקאלי קעגן אים.

אבנארמאל קלוג איז ער דאך, זיין לויער זאגט דאך אויך אזוי! און היות ער ווייסט ווי אזוי מען קאלט א ארכיטעקט, האלט ער נאך אימיטן דורכטון די געבוי פון די וועלט... ער שלאפט נישט רואיג ביינאכט ווייל לכאורה איז יא אמאל געוועען דיינעסאס און דער וועלט שטייט שוין עכט טריליאן יאר... דאס אז "לי הכסף ולי הזהב" מיינט אים איז ער שוין קלאר... וועסטו וועלן מיינע עס ענדיגט זיך ביי דעם, ניין זאג איך דיר... געס וואט, ביי א אסאך נעבעך, פון אזויפיל געלט און חכמה זענען זיי געקומען צו די זעלבע הכרה ווי דער 16 יעריגער אפריקאנער אמעריקאנער וואס לעבט פון וועלפער, אז כדי זיין גוף זאל קענען זיין די וואוינארט פאר זיין ריזיגע חכמה מוז ער עס שטאפן מיט די פארדאופטע סחורה וואס איז געמאכט פאר מענטשן וואס זענען אין גרויסע פעין.

ווארט ווארט, הער אויס, בעליוו איט אר נאט, עס איז אפילו דא אין איין מקום א שול שנתייסדו על אדני סקעפולס דורך אחד מאריות שבחבורה איינער וואס האט זוכה געווען צו געבוירן ווערן און זיין אן אינו בן ברית כל ימי חייו, אבער טוענדיג אסאך ביזנעס מיט די בעבי בוממערס האט ער ליב באקומען טשולנט און קוגל און טרינקען וויין, און היות געלט האט ער, טשולנט האט ער ליב, האט ער מייסד געווען א שול פאר אלע צו'חוש'טע חשיש'טע ברואים!

הילדים אשר חנן לי
ווי איך קום דא אריין מיט מיין ביזנעס איידיע איז אזוי, היות דעי מאנ"יזשיירעס קרענק האט שנעל און פלוצלונג באטראפן אסאך פון אונזערע יונגע עשירי בני ישראל, און עס איז נתרבה געווארן די סאסייעטי פון בעבי בוממערס, האט זיך אנגעהויבן א מעכטיגע רעיס ווער עס קען זיין א גרעסערע בעבי, יעדער טרייט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט קינדישקייט אין משוגעת'ן.

די בעבי רעיס ווערט אנגעפירט דורך די עכטע בעבי בוממערס מעכטיג קראכערס וואס יעדער ווייסט ער איז פון די גרויסע שפילערס אין בושוויק אדער עמעזאן, אדער פון די ביג בויס אין די נערסינג האומס, און ווערט נאכגעמאכט דורך די "מאנקי סי מאנקי דא" - די פילצאליגע "וואנע בי'ס" (wannabes), וואס פאר יעדע בעבי בוממער איז דא אזא פיר-פינף וואנע בי'ס וואס שפילן עושר אויפן חשבון פון די 0% APR קרעדיט קארדס, בדרך כלל יונגעלייט וואס ארבעטן שוין נישט 4 יאר מינימום ווייל ער האט אמאל געוואלט זיין א בראוקער, ווער רעדט נאך אויב איז טאקע שוין איינמאל געווען א בראוקער און געמאכט 10 טויזנט דאלער פאר אכט יאר צוריק נאך א דין תורה מיט נאך 5 בראוקערס וואס איינער האט געזאגט וועגן דעם דיעל פאר'ן צווייטן וואס האט געזאגט פארן דריטן וכו' וחוזר חלילה... העי איך האב שיעור פארגעסן די פליפערס שנקרא על שם הפליפ וואס ער האט געמאכט מיט א קאנטראקט וואס האט שוין געהאט א TOE און אנשטאט פארלירן די גאנצע דעפאזיט האט ער עס געפליפט אין נאר פארלוירן די פערטל...

מיט אזא גרויס באטייליגונג אינעם "בעבי רעיס" וואס יעדער דארט וויל דאך ווי מער מענטשן זאלן מיטהאלטן ווי מעכטיגע קראכערס זיי זענען, בין איך געקומען צו די החלטה אז איך גיי גרינגען א וועב סייט מיטן נאמען ציפי ציפי צאו צאו דאט קאם
דארט וועט מען קענען מיטהאלטן מיט הנאה ווי אלע טאטע בעביס האלטן אין די רעיס. ממש זה נהנה וזה נהנה...

לאמיר אריינגיין אין דיטעילס ווי אזוי עס גייט ארבייטן:

קודם יעדע טאטע בעבי וואס וויל זיך איינשרייבן אין אונזער נוירסערי וועב סייט האט צוויי אפשענס. אויב איז ער עכט רייך קען ער אריינשיקן עכטע פרוף אוו פאנדס פון 2 מיליאן דאלער אין באנק, און א פיינענשל סטעיטמענט פון מינימום 30 מיליאן דאלער, און דאן וועט ער באקומען זיין פראפייל בחנם אין כסף + וואס מען וועט שרייבן א נומבער וויפילטע רייכסטע היימישע מעמבער ער איז. לויט וויפיל פרוף ער שיקט. צו שרייבן די נומבער וויפיל מעלאנעס ער איז ווערד וועט זיין פאר פרי נאר מיט פרוף אויף איבער 150 מיליאן דאלער.

אלע "וואנע ביס" וועלן קענען שפילן די געים אז זיי זענען סודות'פול סאו זיי שיקן נישט קיין פרוף אוו פאנדס אבער זיי וועלן האבן א חודש'ליכע מעמבער פרייז צו קענען פאוסטן און האבן א פראפייל. איי, וויאזוי וועט מען עס באצאלן? נישט געזארגט, מי שענה לבערני מעידאף הוא יעננו...

פאר אלע קלאוניס וואס שפילן די געים ווי זיי ווילן עכט קיינער זאל נישט רעדן, פשוט ער האט נישט קיין צייט אליינס קעיר צו נעמען פון זיינע זאכן סאו זיין דרייווער אדער זיין שלאק שמש וואס יענער איז א בעבי באשטעלט אלעס ווי א רייסער... וועט מען קענען האבן א פראפייל וואס א חבר פירט אין גרינדעט למענו.

די ערשטע אפטיילונג וועט זיין:

יאמי דעלישעס סאפער

כלל ישראל קוקט ארויס מיטצוהאלטן ווי די פילסט אן דעם טאנק. אונז ווייס מיר אז דו קענסט דיך ערלויבן מעכטיגע סאפערס, פליז האב אינזין דעם עולם אין פאוסט דיין סאפער וואס דו האסט געגעסן אין א רעסטוראנט.

צו זיין געדעקט וועסטו מוזן צושטעלן:

מינימום 3 פיקטשערס פון יעדע טעלער. אונזער קאמפעני פלאנט צו פראדוצירן פאר אלע מעמבערס לאנגע טוט-פיקס וואס וועט האבן ארויף געפרינט אן אינטש מעסטער מען זאל קענען צייגן ווי הויך די פלייש איז געווען.

א קאפי פון די רעסיט וויפיל עס האט געקאסט.

אויב האט עס א שוואכע הכשר וועט זיין א מקום מיוחד צו פאוסטן די הכשר.

אונזער סיסטעם וועט שוין אליין ארויפברענגען א מעפ וואו די סטאר איז, אנגעצייכנט ווי ווייט ס'איז פון די היימישע געגענטער...


[b]ביי ביי קארעלע קענסט דיך נישט אריין כאפן[/b]

א נייע קאר, WOW! לאמיר אלע מיטהאלטן... א עכטע קאר?! ממש נישט צום גלייבן! איז דעיס שיין!!!

יעדע בעבי וועט דארפן אריין לייגן 12 פיקטשערס פון זיין קאר. 4 פון אינדרויסן, 6 פון אינעווייניג, 1 ווי ער זיצט ביים רעדל, און 1 פון זיין דרייווער...

דו מוזט שרייבן צו עס איז געליעסט צו געקויפט, נאו גימיקס! פארגעס נישט אנצופילן די באקס ביי וועלכע פעסטע דילער דו האסט עס געקויפט.

א געקויפטע קאר העכער 80 טויזנט דאלער וועט באקומען א גרויסע ספעיס.

אויב האט מען צוויי קארס וועט מען ביידע קענען פאוסטן, און די פיקטשער גייט בלינקען. איין מינוט קאר איינס, און איין מינוט קאר צוויי. עס גייט זיי ווי א שטיקל לעלו אויפן סקרין...
ווער רעדט נאך אויב האט מען מער ווי צוויי, וואף! דעמאלטס גייט ארויף קומען צוויי הענטעלעך וואס קלאטשען "יעי יעי!"


בעבי סטעפס

יעדע מאל וואס די בעבי האט א נייע שיינע שיך, ארויף אהער! זאל די גאנצע וועלט וויסן אין וואספארא שיינע האלטער ער פארק אריין זיינע פאנגוס, דא וועט נישט זיין גענוג נאר פיקטשערס פון אלע זייטן און פון אונטן די שיינע ברוינע לעדער, נא נא, אהער מיט א ווידעא ווי דיין ילד שעשועים מאכט די ערשטע פאר טריט מיט זיינע נייע שיינע שיך.

פארשטייט זיך א רעסיט כנהוג אצלינו.

צושרייבן ביי יעדע שיך צו עס איז נאך אין דינסט אין פאר וועלכע אוקעישאן עס דינט, כנהוג אצל אחבנ"י מעבר המחיצה.


בלוטעדיגע פאסיק

גענוג געהערט אין חדר פון דעי מעכטיגע פאסיקס וואס אונזערע טאטעס פארמאגן. געענדיגט, "סיאינג איז בעליווינג"! שמייס ארויף אלע בילדער פון די מעכטיגע פאסיקס פון וואס אלע קינדער רעדן שוין דורי דורות. לאמיר זען וואספארא רייך שטיקל עס ווערט געניצט צוזאם צו האלטן די טייטע הויזן מיט'ן רייכן בויך...

גלעזער - זייגערס

אוי ווי שיין, ממש א פראכט! שענער ווי דיר אליין!...

איין מאל אין צוויי חדשים מינימום ערווארט מען פון דיר א בילד פון א נייע גלעזער. איינמאל דיקע 2X4 הענטלעך מיט א דינע פרעם, או נעקסטע מאל פארקערט, דיקע פרעם מיט דינע הענטלעך. אויב איז עס נישט אין די רעינדזש פון 1000 און ארויף פליז פאוסט עס נישט דא, עס איז נישט דיין דזשאנק יארד!

יעדער וויל זען דיין זייגער. איך האף דו ווייסט נארמאל איז עס האלב אונטער די ערמל, צי ארויף די ערמל, נעם אפאר גוטע סנעפס און אהער דערמיט! אונז ווייס מיר דאך אז דו לאזט דיך נישט פירן פון עפעס א שמאטע זייגער, דיר צו זאגן ווען צו גיין ווען צו קומען דארף מען אויך ווערד זיין אפאר טאלער...


דזשאני סטעפס

דער עולם זאל וויסן אין מיטהאלטן יעדע מאל דער בעבי בוממער בומט, ער טאנצט אריין אין א נייע דיעל, נעמט זיך אונטער א נייע פראדזשעקט, ארויף אהער, אבער שנעל! זאל יעדער זען ווי מעכטיג ער איז, דא וועט ער קענען מעלדן יעדע ריפיי, יעדע פליפ, יעדע קאנסטראקשען סייט, אין יעדע סטאפ ארדער... מופט אין א ווערהאוז פון מער ווי הונדערט טויזנט סקווער פיס, מען קויפט נאך א נערסינג האום.

א עקסטערע טאראראם וועט ווערן געמאכט די גאנצע סקרין וועט בליטשקענען ווען א בעבי בוממער א מעמבער אויף אונזער סייט דערגרייכט די תכלית אין ציל וואס יעדע בעבי קוקט אזוי ארויס אז מען ווערט געדעקט אין די ריעל דיעל, אפי' עס שטייט דארט אז מען איז א אנזעצער, נישט קיין נפקא מינה... דיין נאמען ווערט דערמאנט? יאלא! יענע טאג וועט אזוי בליצן די סקרין, גאנץ כלל ישראל וועט קענען ווינטשן מזל טוב, לייגן סמייליס, און וואס נישט...


מצוה צעטלעך

יעדע מאל מען איז א צדיק און מען העלפט טאטי און מאמי, די קליינע אדער גרויסע ברודער און שוועסטער, וועט מען קענען אויפהענגען א שיינע מצוה צעטל אויף די ווענט פון אונזער וועבסייט מיט א קאפי פון די טשעק/טרענזעקשאן אזוי אז יעדער זאל זען וואספארא צדיק ער איז (מיר רעדן נישט ח"ו פון עכטע בעלי צדקה, זיי איז אשרי להם ואשרי חלקם, מיר רעדן פון וועם מיר רעדן).


דאל הויז

ספענדסט געלט עפרות תבל פאר דיין הויז, אבער כלל ישראל זעט עס נאר פון אינדרויסן וואס איז טאקע נישט אוועקצומאכן, אבער פון וואו זאל יעדער וויסן אז די קראן אין דיין טוילעט סינק צו עפענען די וואסער צו בראשן דיין ציין קאסט איבער 10 טויזנט דאלער, און די וואנע ושימושיהם וואס וועט האבן די זכי' אז א טייערע שטיק בהמה פלייש וועט זיך אין איר וואשן האט געקאסט אזא איבער 40 טויזנט דאלער? פון וואו זאל יעדער וויסן אז דיין הויז איז אסאך שענער ווי דיין שכן? וואו אין דער וועלט וועט יעדער קענען זען אז דו האסט געספענדט שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער פאר דיין קאך בעסייד פון דיין סלאפ קיטשען? דאונט ווארי, פאר דעם זעמיר דא! נעווער עגעין, אונזערס א מעמבער ווען אלעס אלעס קענען דעקן!

א ספעציעלע סיסטעם וועט ווערן אויפגעסעט, איר וועט ארויף לייגן אלע פיקטשערס, רעסיטס, ווידיאוס וכו'. ווען איינער קוקט א פיקטשער וועט ער קענען קליקן אויף אן אבדזשעקט, און די פיקטשער און א רעסיט וועט ארויף קומען מיט די פונקטליכע סומע וויפיל עס האט געקאסט. א ספעשל וואוטינג סיסטעם דער עולם זאל קענען וואוטן ווי שטארק מען האט אלעס ליב. און אויב איר האט בעיקר געוואלט איבערשטייגן דיין חבר פון קינדערגארטן א בעבי ווי דו... וועסטו קענען געהעריג ארויפברענגען דיין הויז מיט זיין פאר א וואוט, וירא הקהל וישפוט!


דאליס

זאל יעדער זען וואס פאר א שיין פאלק מיר פארמאגן. פאוסט אלע דיינע קינדער וואס ווערן געניצט פאר א טוי צו אנטון אלע טייערע קליידער, גלעזער, שיך... לאמיר זען וואס דו קענסט צושטעלן! פליז שרייב צו ווען מען איז געגאנגען די קליידער: שבת, וואכן, חדר/סקול, שאפינג, אראפטראגן די גארבעדזש, פארטי, חתונה, ווייל עס איז געווענליך אליינס זייער שווער צוצוטרעפן.

פארגעס נישט פליז רעסיטס.


חמר-חמור
יעדער וויל זען וועלכער "חמר" פון קעלער פארשטייט זיך מיטן "חמור" פון שטאל... אן קיין מעשיות! יעדע וואך פרייטאג א פיקטשער פון די וויין וואס מען האט געקויפט פאר קידוש, פאר נאך די פיש, און פאר די פלייש. די וויין פון וואס משי מאיער רעדט אויף קול מבשר זאלסטו אפי' נישט טראכטן פון פאוסטן, יענץ איז געווענליך נישט מער ווי 30-40 דאלער, דאס איז פאר שנארערס. חזר נישט אן אונזער סייט מיט גארביטש, נאר סאליד סחורה! איין מינוט איך ווארן דיך אויב דו האסט עס געקויפט ביי א שמש ח"ו... אז עס מאכט זיך בשעת הדחק בעט איך דיר מאך א שווייג דערפון!


איווענטס

בעיבעלע דו ביסט מעכטיג! וואס דו קענסט קען קיינער נישט וואס האט שכל... יו איז דעס געוען א רייכע איווענט! קודם דו ביסט דאך משוגע קלוג, סאו זאג אונז וואספארא תירוץ דו האסט דאסמאל געטראפן צו מאכן אן איווענט און אראפפלאשן טויזנטער דאלער כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן... פון אלעם בילדער פליז, ווייל איך מיין אז נעכטן אויף דיין שכנ'ס דאך איז געווען אפשר מער מעכטיג... ניתי ספר וניחזי! לאמיר זען וואס דו האסט צוגעשטעלט. קודם וואו איז עס געווען? א דאך, א הויז, א אפיס, א רעסטוראנט, האטעל? אין וויליאמסבורג בארא פארק, בושוויק, די נארטס, אין מאנהעטן? ביים וואסער, אויפ'ן וואסער? וואו פאר א גוט יאר, איה מקום כבודו?... נאכדעם א נאמען פון א קעיטערער, מעניו, ווער האט דארט געשפילט געטאר? איז עס געווען מער אן עמאושענל איווענט אדער מער טשילן סטייל? ווער איז געווען געלאדנט, ווער עס לעקט דיך, אדער וועם דו זוכסט צו לעקן?...


שמחות

א קינדער וועלט פאר זיך. אן עקסטערע ריזיגע סערווער איז אוועקגעלייגט פאר דעם. דא אליינס גייט זיין אפטיילונגען אויף אפטיילונגען.
די אפטיילונג פון שמחות נעמט נישט נאר אריין בעביס, נאר אויך בר מצוה בחור'לעך וואס אווער אלל זענען זיי וואויל, אבער א בחור בלייבט א בחור און די ילדות קומט אמאל ארויס... סאו וועלן מיר צו דעם צוריקקומען אן אנדערס מאל, עוד חזון למועד.


קעמפ חדר

נאו נאו נאו! די גאנצע זאך קען זיין איז גארנישט, קען זיין דו ביסט נאך אן אלטער צוריקגעשטאנענער עדאלט... שנעל זאג אויס אין וועלכע קאנטרי דו האסט א סאמער האוז? האסט איינס אדער צוויי שטיק? ווער זענען די אנדערע קינדער ווי דו וואס גייען דארט? איך וויל א פיקטשער פון דיין באנגעלא פון אלע צימערן, די קראוד מיט נעמען, שרייב פליז אויב מעגליך דיין שטארקייט ווי דו ביסט מער מעכטיג ווי יעדן דארט, ווי א גרויסע קידוש איז דארט דא? רעכן אויס אלע וויין און ברוינפן מיט די נעמען, איך וויל א דאטום פאר יעדע וויין! ירא הקהל וישפוט וועלכע בעבי בוממערס קאנטרי איז מער מעכטיג, ווער האט א בעסערע קידוש, יעדן טאג א באריכט וועמענ'ס קינדער האבן געוואונען די רעיס און אנגעהאט די טייערסטע קליידער, וועם האט עטס געהאט מוצאי שבת? וועלכע קווייער, אין וועלכע קומזיץ פירער, וואסערע פאן האט מען צוגעשטעלט פאר די בעבי טאטעס... וויפיל האט עס געקאסט? האט עטס געהאט א שבת ווי יעדער האט געגעסן אינאיינעם? וויפיל האט מען געצאלט אין טאטעל א נומבער, אויב איז עס אונטער 50 אלפים רעד אפי' נישט דערפון... פליז אפאר פיקטשערס און קליפס ווי גרויסע גראבע טאטעס זיצן אין זינגען אין פראנט פון א קעמפ פייער...

צו די זייט, ספעשל פאר קאנטרי, אן אפטיילונג פון איש את רעהו יעזורו. מיט וואספארא געדאנקען ביסטו אויפגעקומען איבערן זומער צו ווייזן פאר אלע טאטע בעביס ווי מעכטיג דו ביזט אין ווי א גרויסע בעבי דו קענסט זיין?

אלעס דארף זיין דאקומענטירט מיט פיקטשערס אין קליפס.

אויב קענסט פארשאפן א קליפ ווי ביים טרינקען ביר מאכסטו אזא הויכע גרעבטס אין אלע נארנים ארום דיר רייסן זיך פאר געלעכטער, וואלט עס געווען עפרישיעטעד.


וואן טא טרי גלחים לויפטס

ארויף בילדער פון אלע דיינע גלחים שיכורים באבאס וואס זענען דיר מסביר ווי שטארק די באשעפער לאווט דיך, איטס אלל אבאוט לאוו! דעי שנארערס וואס לערנען און דאווענען לייגן זיך אן אויף פוד סטעמפס זיי האט ער פיינט שנאת מות, אבער דיך? מא צאקאש א פלעזשער!! בא חזרי' והעמידו על אחת "ליוו ענד לעט ליוו"........

אפאר בילדער אין קליפס ווי דו ווערסט איבערגענומען פון ליבשאפט ארומגענומען מיט לעכט ווי א מת, ווען פון אונטער דיר ברומט איינער וואס איז געבענטשט מיט איבעריגע דאזעס פון ליבשאפט אויף א געטאר הארציגע מאמענטן וואס ברענגט ארויס דיין גרויס קאנעקשן דיין התדבקות רוח בנפיחה...


מיר זענען נאך אין די דעוועלאפמענט פראסעס עס וועט נאך צוקומען נאך אפטיילונגען אין פארברייטערען די אלטע.

תכלית, די איידיע איז קאפי רייט ביי פרידן ענד קא. מיר קוקן יעצט פאר אינוועסטערס

עני וועי, הגם רוב מענטשן האבן שכל אין פארשטייען אליין אז מיר רעדן פון א געוויסע סארט מציאות אין עס איז א פעקעדזש דיעל נישט אלעס פאר זיך איז א פראבלעם, דאך האף איך אז וועם איך מיין נישט זאל נישט געטראפן ווערן.

און וועם איך מיין יא, סארי דו ביזט דער וואס פירט זיך אזוי אויף, איך האב סך הכל געזאגט וואס דו טוסט. איטס דזשאסט א סקריפט אוף יור פלעי...

אלעס ארום די אינוועסטמענט [email protected]
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:08 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

;l;p-
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

shimon7323 האט געשריבן: ;l;p-

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

Wow
Wow
Wow
Wow
Wow

דאס איז פיינע פיינע סחורה! מעיד מיי דעי!

אז די זוכסט די חברה וואס זאלן אינוועסטירען וועסטו זיי מוזן אויפזוכן ביי א קאנטרי קומזיץ, זייער גרינג זיי צו טרעפן, טשעק זייער וואטס עפפ סטאטוס, זיי שטייען יעצט אויפן סטעידש מיט פארמאכטער אויגן און שרייען ״וועמען זאל מען פרעגן וועמען״ ... כאפ זיי איידער זיי זענען אין אומן...
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיינע סחורה דא, דאס גייט זיין די ארטיקעל פון די יאר. פליז פארווערד אויף וואטסעפפ
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאקאן דינעלי »

:grin: :grin: :grin: ;l;p-

קוים אפאר וואכן אלט מיין יאקאן, האסט מיר געשוחט'ן פאר לייוו....
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

אוי איז דעס גוט!
אבער שרייט פון ווייטאג...
סאיז דא אן עצה, נעם דיך ארבעטן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרידן האט אונז ווייטער נישט אנטוישט, טאקע לאנג און אויסגעצויגן, אבער ליינט זיך אין איין אטעם...
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוי איז דאס פיין
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

א ביטערע מציאות צוקער זיס אראפ געלייגט
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראבב »

Wow amazing
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

maybeeynot האט געשריבן:א ביטערע מציאות צוקער זיס אראפ געלייגט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

באלד גייט קומען מחאות
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

tzipy-tzipy-tzu-tzu.com (2).pdf
(80.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 510 מאל


PDF
לעצט פארראכטן דורך ברעחדך קאפ אום דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני ישנה ולבי ער
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

געוואלדיג :lol:
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

Wow איז דעיס גיט צילייגט,
פיין ארויסגעברענגט
פארגעס אבער נישט צו קויפן די דאומען עס איז נאך עוועליבל
www.Tzipytzipytzutzu.com
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

חחחחחחחחחחחחחחחחחח!!! פיין געשריבן.
לאמיר זינגען ציזאמען: ציפי ציפי צאו צאו.
לעצט פארראכטן דורך געריבענער סוחר אום דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

Wow!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מעכטיג!

גאונ'יש!

זיס!

שארף!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

טאלאנט!

הומאר!

תוכן!

אמת!

מתוק מדבש!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

כמאז ומקדם אזאנס קאן קיין צווייטער נישט שרייבן. פרידן פרידן אמר ה' לרחוק ולקרוב. איי מי ילד לי את אלה וויינט די שכינה, אויף די שיפן מיט די גיטארס סטעיקען די געשעיווטע וויד מיט ווי נעק שירטס.

פרידן כה לחי נאר מיט שמחה
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פרידן האט אין זיך ארגינעלע אידישקייט!
היינו טעמא ד'ארטעפישעל חכמה, והיינו טעמא ד'ציפי ציפי צא צא.
מיט יעדע ארטיקל ווערסטו נאר קלארער, שארפער, און בעסער!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

דאס איז נישט נארמאל. איך וואקל מיר פאר געלעכטער
עכטע קרעטשמע ארטיקל. דאס איז די ארטיקל פונעם יאר
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

Screen Shot 2018-08-29 at 11.18.30.png
Screen Shot 2018-08-29 at 11.18.30.png (81.79 KiB) געזען 5589 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”