תורת היחסות - טעאריע אוו רעלעטיוויטי (אן תגובות)

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תורת היחסות - טעאריע אוו רעלעטיוויטי (אן תגובות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לטובת ובקשת הרבים לייג איך איבער די ארטיקלען וואס איז אויסגעשמועס געווארן דא, אז מ'זאל עס קענען ליינען אויף איין מאל, אן די תגובות.

לטובת הענין ווערט געבעטן מ’זאל נישט מגיב זיין אין דעם אשכול. אלע שאלות הערות און קאמענטארן זאל מען שרייבן אין דעם צווייטן אשכול.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א קליין הערה פאר איך הייב אן:
איך האב נישט געלערנט די נושא פון א טיטשער אדער פון א מלמד, איך קען דעם נושא פון נישטערן איבער דעם, און דערפאר נעמט נישט מיינע ווערטער כמקובלים מאיינשטיין. אדרבה אויב פארשטייט איר אדער ווייסט איר אנדערש זייט זיך מכבד און יאירו מקלד”ך.

מצד שני זענען מיר דא צו פארשטיין דעם נושא, און נישט צו גלייבן, און דערפאר צו זאגן אז ‘יענער און יענער טענה’עט אנדערש’ איז נישט די קלוגסטע טענה.

....וילכו ....ויסעו
ס’איז אבער א לאנגע וועג, גארטלט זיך אן.
ובשם השם נעשה ונצליח!

אופּס!.. כמעט פארגעסן. נאך איין זאך, איך געדענק אז ווען איך האב אנגעהויבן די נושא, בין איך צופּלאצט געווארן פון אלע “הויכע” ווערטער. ס’האט מיר דערמאנט פון ווען איך בין אנגעקומען אין ישיבה און די “גרויסע קעפ” האבן געשאסן חנ”נ’ס מיט נ”ט בר נ”ט’ס, און איך האב געשטאנען און געקוקט ווי א ‘עני אין בין אדם’. סא, איך גיי זייער שטארק פראבירן זיך האלטן צו מסביר זיין זייער קלאר יעדע זאך, אויב פארפאר איך, ביטע לייגט ארויס א סיין Slow Down!.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די נאמען פון די אשכול איז "תורת היחסות -טעאריע אוו רעלעטיוויטי", אבער כדי צו דאס קענען ריכטיג ארום נעמען דארף מען קודם מקדים זיין און דורכטוען מערערע נושאים אין פיזיקס בכללות, און דערפאר וועל איך אנהייבן פון די יסודות אין פיזיקס.

כאטש וואס נישט אלעס מוז מען וויסן כדי אנצוקומען צו רעלטיוויטי, וועל איך זיך אבער נישט אפהאלטן פון ארומרעדן מערערע נושאים, ומנושא לנושא באותו ענין, כדי צו פראבירן צוצושטעלן א דבר השלם, עד כמה שדעתי מגעת.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער רמב”ם ווען ער שטעלט אראפ די י”ג עיקרי ויסודות הדת, בתוך דבריו אין יסוד השלישי שרייבט ער די ווערטער:
לא ישיגיהו מאורעות הגופים, כמו התנועה והמנוחה והמשכן.
פירוש המשניות להרמב”ם, סנהדרין פרק י’ משנה א --


דער באשעפער פון די וועלט געשעהט נישט מיט איהם די זאכן וואס געשהען צו די גופים. און זיי זענען: זיך רוקן, שטיין און די מושג פון משכן.

סא, ווען מיר ווילן אנאליזן דעם חומר, דארפן מיר קוקן אויף די דריי זאכן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משכן


ווי מ'ווייסט שוין היינט איז יעדע מאטריאל [אדער ווי דער רמב"ם רופט עס: גוף] צוזאמגעשטעלט פון איין סארט חומר: די אטאטם.
די ווארט "אטאטם" שטאמט פון יונ'יש, און זיין אפטייטש איז "א זאך וואס מ'קען נישט צושניידן". דאס קומט וויבאלד ווען מ'האט אויסגעפיגערט דעם אטאם האט מען געהאלטן אז דאס איז די חומר היסוד פון יעדע זאך, און דאס קען מען מער נישט צוטיילן.

אינטערסאנט צו אנמערקן אז אין עברית רופט מען עס אטוֹם, וואס ענדלט זייער צום אטוּם = פארשטאפט.

היינט צו טאגס ווייסט מען שוין אז די אטאם איז נישט די חומר היסוד, און ער אליין איז אויך צוזאמגעשטעלט פון עטליכע חלקים, און מ'קען איהם יא צוטיילן. און ווי די וועלט האט דאס געזעהן און געשפירט ווען די אטאם-באמבע האט אויפגעריסן און אפגעווישט אין א קליין "צייט" א שיין שטיקל "פלאץ".

ווי אזוי ס'זאל זיין איז דא איין חומר היסוד וואס שטעלט צוזאם אלע מיני גופים אויף אונזער וועלט. אין די חומר רוהט א כח, וואס דאס געבט איהם זיין כח און זיין שוועריקייט. און דערפאר אויב צוויי שטיקלעך חומר וועלן זיך צוזאמשטעלן וועלן זיי האבן א דאפלטן כח און זיין דאפלט שווער. וואס מער חומר א חפץ האט אלטס שווערער וועט ער זיין.

לויט דעם וואלטן מיר געדארפט קענען אפשאצן די שוועריקייט פון א זאך מיט בלויז אונזערע אויגן, ווייל אויב ווייס איך אז א זאך וואס איז הויך 1 פיס, ברייט 1 פיס און לאנג 1 פיס, שווער א געוויסע מאס, קען איך אליין וויסן אז אויב וועט ער זיין לאנג 2 פיס, וועט ער זיין דאפלט שווערער. און אזוי ווייטער ווי גרעסער די גוף וועט זיין אלטס שווערער וועט ער זיין.

אבער ניין, מיר וועלן נישט קענען מעסטן מיט די אויגן די שוועריקייט פון א זאך, ווייל די שוועריקייט האט נישט מיט וויפל פלאץ ער פארנעמט, נאר מיט וויפל חומר ער פארמאגט. און די צוויי זאכן מוזן נישט גיין צוזאמען. א זאך קען זיין זייער גרויס און האבן ווייניג חומר, און מצד שני קען ער זיין קליין און פארמאגן אסאך חומר.

לאמיר נעמען א ספאנדזש וואס איז 1 פיס לאנג, 1 פיס ברייט און 1 פיס הויך, ער פארנעמט טאקע פלאץ פון 1x1x1 פיס, אבער ער איז האלב ליידיג, ער איז פיל מיט לעכער וואס זענען לופטיג און האבן נישט קיין חומר אין זיך. אבער א קלייין שטיין וואס איז נאר 1x1x1 אינטש וועט זיין שווערער פונעם איין פיסיגן ספאנדזש, וויבאלד ער איז אנגעפאקט מיט חומר.

דאס איז א ספאנדזש קעגן א שטיין, אבער וואס טוהט זיך מיט א האלץ קעגן א שטיין, אדער א שטיין קעגן אייזן? דא זענען דאך ביידע פול מיט חומר, ס'האט נישט קיין לופט אין זיך, און דאך וועט די שטיין וועגן מער פונעם האלץ, און די אייזן מער פונעם שטיין?

ווער זאגט אז א שטיין איז פול מיט חומר, אפשר האט די שטיין יא לעכער פון לופט?
דאס וואס מיינע אויגן זעהן נישט קיין לעכער מוז נישט מיינען אז ס'איז נישט דא קיין לעכער, ס׳קען זיין אז זיי זענען דא, נאר זיי זענען צו קליין אז די מענטשליכע אויג זאל דאס קענען אויפכאפן.
מיט א מייקראסקאפ וועלן מיר קענען אריינקריכן אין דורך קוקן א זאך מיט א נאנטערן בליק, און דעמאלטס וועלן מיר קענען זעהן ריכטיג דעם מאטריאל וויפל איז ער באמת אנגעפילט מיט חומר.




דא אין דעם בילד קענען מיר זעהן פארשידענע מאטריאטלן אונטער א מייקראסקאפ.
די בילדער זענען נישט אלע אופן זעלבן זאם, סא מ'קען נישט מעסטן די אנגעשטאפטקייט פון איין חומר קעגן צווייטן מיט די בילד, אבער מ'קען באקומען דעם געדאנק אז כאטש וואס זאכן זעהן אויס אנגעפילט און אנגעשטאפט, דאך זענען זיי לעכעריג און פיל מיט לופט.

לויט די געבוי און צוזאמשטופט פון די חומר וועט זיך וווענדן די שוועריקייט פון די זאך. אייזן וואס זיין חומר איז מער קאנצעטרירט איז שווערערע פון האלץ וואס איז ווייניגער צוזאמגעפושט, און א ספאנדזש וואס זיין חומר איז זייער צושפרייט – וואס ביי דעם קענען מיר עס זעהן אפילו מיט די אויגן - וועט זיין שוועריקייט זיין נאך ווייניגער.
און ווי מ'קען זעהן אויפן בילד אז די האלץ איז ממש לעכעריג קעגן דעם שטיין וואס איז מער אנגעשטאפט.


מיט דעם בילד קענען מיר דאס זעהן נאך פשוט'ער

אונז האבן דא 3 שטיינער, אלע 3 זענען די זעלבע אין גרויסקייט, דאך וועט יעדער האבן א אנדער שוועריקייט, געוואנדן לויט וויפל לעכער ער פארמאגט.

איז מיט די אויגן מעסט מען נישט שוועריקייט. סא מיט וואס יא?

_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סא מיט די אויגן מעסט מען נישט שוועריקייט. סא מיט וואס יא?

מיט וואס? וואס הייסט מיט וואס? מיט א וואג!

אויב איז דאס אזוי פשוט לאמיר דאס אויספראבירן.
נעם איך א וואג און איך לייג ארויף א שטיין, און עס שרייבט זיך אויף אז די שטיין וועגט 1 פונט.
אבער ווען איך דריי איבער דעם וואג און איך לייג דעם שטיין אונטערן וואג, דעמאלטס געבט ער צווייטע א נאמבער...
און אויב לייג איך די וואג זייטיג, און די שטיין שטעל איך נעבן איהם, דעמאלטס שלאפט ער אינגאנצן איין, און געבט בכלל נישט קיין נאמבער.

נו וואדע, וואס האסטו געוואלט? די וואג ארבעט נאר ווען מ'לייגט די זאכן אויף איהם. ער האט נישט שכל וואס מיט דעם זאל ער אפשאצן די וואג פון א זאך, און אז דו לייגסט עס אונטער איהם אדער זייטיג ווי אזוי ווילסטו ער זאל וויסן וויפל ער וועגט?

אבער אויב האט ער האט נישט קיין שכל, ווי אזוי באקומט ער שכל ווען די זאך ליגט העכער איהם?
פארוואס אונטער איהם אדער זייטיג וועגט ער נישט, און פון אויבן יא?

די אמת איז אז נישט אלע וואגשהלס וועגן זאכן דוקא וואס ליגן פון אויבן, ס'איז דא וואגשאהלס וואס ביי זיי גייט עס פארקערט, זיי וועגן נאר זאכן וואס ליגן פון אונטן. די וואס טרעוולען וועלן וויסן פון וואס איך רעד (קען זיין מ'נוצט עס פאר נאך זאכן, אבער איך האב נאכנישט געהערט פון דעם...).

סא זיי וועגן פון אונטן אדער זיי וועגן פון אויבן?

היינט זענען מיר ספויעלט מענטשן, אלעס גייט אטאמאטיש און באקוועם. אויב ווילן מיר עפעס אפוועגן נעם איך א וואג און איך לייג ארויף די זאך אויפן וואג, און די וואג זאגט מיר אז דאס וועגט 1 פונט.
אבער אמאל איז דאך נישט געווען די אלע מאשינען און טעכנאלאגיע, אבער מ'האט אלץ געוואויגן זאכן.

די ערשטע וואג וואס קומט ארויף אויפן געדאנק איז די אור אלטע וואג, א "כף מאזנים", וואס אונזער זיידע אברהם האט נאך געוואויגן אויף דעם 400 שקלים פאר עפרן (אן די ווא"ו).

מ'האט גענומען א שטעקן און פונקט אינמיטן האט מען צוגעבינדן א שטריק, אויף די צוויי זייטן האט מען אראפ געהוינגען א שיסל דורך 3 שטריק (אזוי איז אלע בילדער...), אויף איין זייט האט מען געלייגט א שטיין וואס מ'האט געוויסט פון פארדעם אז דאס איז א געוויסע מאס, און אין די צווייטע זייט האט מען געלייגט די זאך וואס מ'האט געוואלט אפוועגן. און ווען מ'האט געזעהן אז ביידע שיסלעך זענען גראד האט מען געוואוסט אז מדתו של זה כמידתו של זה.

די גמרא (בבא בתרא פט.) רופט אן דעם שטריק וואס די וואג הענגט אויף דעם: חוט המאזנים, דעם שטעקן: קנה המאזנים, און די שטריק: מתנא.



מיט די צייט האט מען אויפגעטוישט די שטריק צו א שטעקן, אז מ'זאל נישט דארפן אנהאלטן די וואג בשעת'ן וועגן, א זאך וואס האט געהאלפן זעהן מער פונקטליכער די וואג.



וויבאלד די וועג פון וועגן איז אנגעוואנדן און אפאר זאכן, איז זייער גרינג עס זאל זיך מאכן א טעות אין די וואג.
אונז האבן די וואג אליינס וואס אויב די שטריק איז נישט פונקט אינמיטן וועט עס איבערוועגן איין זייט. אזוי אויך אויב די שטריק אדער די שיסל פון איין זייט איז אביסל שווערער פון די צווייטע זייט וועלן מיר אויך פאלירן די פונקטליכקייט.
דערנאך האבן מיר דעם אבן המשקל וואס לויט דעם האט מען געוואויגן. און אויב האט ער זיך אביסל אפגעקארצט אדער ס'האט זיך עפעס אנגעקלעבט אויף איהם, האט מען פאלוירן דעם פונקטליכן חשבון.

אין די תורה טרעפן מיר טאקע א עקסטערע אזהרה אויף מאזני צדק יהיה לך און עקסטער אויף די שטיינער אבני צדק יהיו לך.
עקסטערע הלכות איז דא ארום די וואג ס'זאל זיין די פונקטליכסטע וואס מ'קען. די גמרא זאגט און אזוי ווערט גע'פסק'נט להלכה אז מ'זאל נישט מאכן די מאזנים נאר פון א געוויסע שטיין, און נישט פון אייזן אדער האלץ וויבאלד זיי קענען ווערן אפגעקארצט און ס'וועט אויסקומען אז איין זייט וועט איבערוועגן. אזוי אויך ברענגט דער רמ"א געבויעט אויף א גמרא מ'זאל אריין לייגן די אבני המשקל אין א שאכטל ס'זאל זיך נישט אפקראצן. פון דעם אלעם זעען מיר ווי שווער איז געווען צו שטיין אויפן פונקטליכן וואג.

אויך נאכן זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, האט מען נישט געקענט מעסטן קיין פונקטליכע מאס, ווייל די אויג קען נישט זעהן צו קליינע חילוקים און קען נישט ריכטיג מעסטן די גראדקייט צווישן ביידע זייטן. און דערפאר ווערט גע'פסק'נט אז דער מוכר דארף איבערוועגן אביסל פאר'ן לוקח, כמבואר די פרטים אין בבא בתרא. און ווי רש"י ברענגט בי די סממני הקטורת אויף דעם וואס די תורה זאגט אז קנמן בשם מחציתו חמישים ומאתים, האלב איז 250. פרעגט זיך די שאלה פארוואס זאגט נישט די תורה וקנמן בשם חמש מאות, "אם כן למה נאמר בו חצאין, גזירת הכתוב היא להביאו לחצאין להרבות בו ב' הכרעות, שאין שוקלין עין בעין".

כדי צו מאכן פונקטליכער די וואג דארפן מיר מצמצם זיין די זאכן וואס זאל זיין אריינגעמישט און די פראסעס פון וועגן.

צו זעהן פונקטליכער די גראדקייט פון דעם קנה המאזנים, דארף מען טוישן די וועג וואס מיר מעסטן זיין גראדקייט, אנשטאט א מענטשליכע אויג זאל עס מעסטן וועלן מיר עס טוישן צו מער א מודד דומם.
א פשוט'ע וועג איז צו אנצייכענען א סימן פונקט אינמיטן פונעם שטייענדיגן שטעקן, און לייגן א ווייזער פונקט אינמיטן דעם קנה המאזנים און אזוי וועט מען קענען מעסטן פונקטליכער די וואג.



אבער נאכאלץ האבן מיר דא נאך עטליכע פארמישטע: די מאזנים על שלל מרכיביו, וואס יעדע קליינע קראץ אין זיי וועט איבערוועגן דעם וואג צו די צווייטע זייט. און אזוי אויך די שטיינער וואס מוז זיין פונקטליך.

פארדעם האבן מיר א אנדער וואג וואס איז נישט אנגעהוינגען אין אזוי פיל מרכיבים.



די שיסל הענגט אויף א שטריק וואס קען זיך אויסצויען, און ווען מ'לייגט ארויף א חפץ אוין די שיסל שלעפט ער די שטריק. אויפן שטריק איז צוגטשעפעט א ווייזערל וואס ווייזט אונז ווי שטארק האט די זאך געשלעפט די שטריק, און אזוי ווייסן מיר וויפל ער וועגט.

דא פארשפארן מיר די שטיינער, און אזוי ארום איז נישטא די פראבלעם אז ס'ווערט גרינגער אדער שווערער.
אזוי אויך פארדינט מען אז מ'וועגט נישט א זאך קעגן די צווייטע, וואס דאס נעמט אוועק די אלע פראבלעמען פון איבערוועגן איין זייט און גיבט אונז די מעגליכקייט צו וויסן פונקטליכער די מאס שווועריקייט פון די געוואויגענע זאך.

ביידע דערמאנטע וואגשאהלס זענען אבער נאר נוצליך ביז א געוויסע מאס שוועריקייט, ווייל א זאך וואס איז זייער שווער וועלן מיר נישט קענען האלטן מיט דעם וואג, און מיר וועלן נישט קענען מעסטן זיין שוועריקייט.

און אמאל האט מען טאקע נישט געהאט די מעגליכקייט צו מעסטן צו שווערע חפצים, ביז - אזוי ווי אייביג – ס'איז געקומען א קלוגער איד און אנטדעקט א וועג ווי אזוי דאס צו טוען.

די מעשה איז באקאנט פאר יעדן, מיט רבינו גרשם מאור הגולה וואס איז געווען מקורב למלכות און געווען זייער געשעצט ביים קעניג.
איין מאל האט רבינו גרשם דערמאנט אין א שמועס די בענקל פון שלמה המלך, און האט אראפ געלייגט פארן קעניג די מורא'דיגע חכמה מיט וואס די שטול איז געבויעט געווארן, און די אלע וואונדער וואס די בענקל האט געהאט.
דער קעניג האט מחליט געווען אז ער דארף אויך אזאנטס און באפוילן רבינו גרשם זאל איהם אויפבויען א כסא שלמה.
מאוצר המלוכה האט מען צוגעשטעלט אלע צוגעהרן און רבינו גרשם האט אויפגעבויעט א גאלדענעם שטול פאר'ן קעניג.
דער קעניג האט זייער געשעצט און מקרב געווען רבינו גרשם ויגדלהו וינשאהו, און... אזוי ווי אייביג, האבן די אנדערע שרים מקנא געווען און מעליל געווען אויף רבינו גרשם אז ער האט גע'גנב'עט פון די גאלד.
נאכן רעדן איינמאל און נאכמאל צום קעניג האט דער קעניג אריבער גערופן רבינו גרשם און איהם פארגעהאלטן אויף די גניבה. רבינו גרשם האט געלייקנט די טענות און מסביר געווען פארן קעניג אז מתוך דבריהם ניכר אז ס'איז עלילת שוא, ווייל זיי ווייסן אז מ'קען זיי נישט אפפרעגן, וויבאלד מ'קען דאך נישט אפוועגן די בענקל צו זעהן אז ס'פעלט גאלד.
די שרים וואס האבן געקענט רבינו גרשם און געוואסט פון זיין קלוגשאפט, האבן געוואוסט אז ער וועט זיכער האבן א וועג ווי אזוי צו געוואר ווערן די וואג פונעם בענקל, האבן זיי געמוטשעט דעם קעניג זאל הייסן רבינו גרשם אפוועגן די בענקל.
רבינו גרשם וואס האט פארשטאנען ווי דאס פירט האט נישט געוואלט דערציילן דעם סוד. אבער נאך פרעשור פון אלע זייטן האט ער מגלה געווען די וועג ווי אזוי צו אפוועגן די בענקל, צולייגנדיג אז אויך אויב מ'וועט טרעפן אז ס'פעלט גאלד זאל דער קעניג וויסן אז ידו לא היתה במעל, נאר די וואס ווילן איהם אונטער ברענגן האבן דאס גע'גנב'עט.
רבינו גרשם האט געהייסן ארויפלייגן די בענקל אויף א שיף און אנצייכענען אויפן וואנט פון שיף ביז ווי די וואסער איז אנגעקומען. נאכדעם זאל מען אראפ נעמען די בענקל און אנלאדענען די שיף מיט שטיינער ביז די שיף וועט זינקען ביזן סימן וואס מ'האט אנגעצייכנט. און יעצט קענען מיר וועגן די שטיינער און וויסן וויפל די בענקל וועגט.

פארשטייט זיך אז מ'האט געטראפן אז ס'פעלט גאלד, און די מ'האט באשולדיגט רבינו גרשם מיט די גניבה, און... די איבעריגע וועט מען לאזן פאר די היסטאריקער.

די טאקטיק וואס רבינו גרשם האט גענוצט איז זייער פשוט, ביז איהם האט מען געוואויגן דורך מעסטן וויפל מ'שלעפט, ער האט געמאסטן וויפל מ'שטופט.

אויך היינט מיט די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע איז נאך נישטא קיין אנדער וועג צו וועגן זאכן. יעדע וואגשאהלס וועט נוצן איינע פון די צווי מהלכים, אדער מעסטן וויפל מ'שטופט, אדער מעסטן וויפל מ'שלעפט.

פארשטייט זיך אז די היינטיגע פארגעשריטענע וואגשאהלס זענען מער נישט געבעיסט אויף א שטריק אדער ספרינג, נאר ארבעט מיטן כח פון מאגנעט און עלקטריק. אבער הצד השוה פון די אלטע און די נייע אז קיינער מעסט נישט די וואג מיט אפשאצן אדער פילן דעם חפץ, נאר מיט מעסטן די פרעשור וואס די חפץ לייגט אויפן וואג.



_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:12 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און אז מיר ווייסן דעם סוד המשקל קענען מיר אויך פאברעצירן א וואגשאהל וואס וועט וועגן זייטיג.
ווי מיר האבן געזעהן אז בעצם דער וואגשאהל וועגט נישט דורך פילן אדער מעסטן די גרויסקייט פון די זאך, נאר וויפל פרעשור איז ארויף גלייגט אויף איהם צו שלעפן אדער שטופן, און אויב אזוי קענען מיר נוצן דעם זעלבן מהלך זייטיג.

מיר וועלן אנצייכענען א סימן אויף די ערד און אוועק שטעלן א 1 פונטיגע שטיין נעבן איהם און געבן א שטויס דעם שטיין.
נאך עטליכע אינטשעס וועט זיך די שטיין אפשטעלן, און מיר וועלן אנצייכענען וואו האט ער זיך אפגעשטעלט.
יעצט וועלן מיר נעמען א 2 פונטיגע שטיין און אוועקשטעלן ביים ערשטן ליין און געבן א שטויס.
וויבאלד די שטיין איז דאפלט שווערער פונעם ערשטן שטיין וועט ער זיך אפשטעלן פריער פונעם ערשטן שטיין.
אויך דאסמאל וועלן מיר אנצייכענען א סימן וואו די שטיין האט זיך אפגעשטעלט, און מיר האבן א פארטיגן וואג וואס מעסט 1 און 2 פונט.
יעדע זאך וואס מיר ווילן מעסטן וועלן מיר אוועק שטעלן בי די ערשטע ליין און איהם געבן א שטויס און לויט ווי ווייט ער וועט אנקומען וועלן מיר וויסן זיין וואג.

באמת דארפן מיר בכלל נישט מאכן קיין נייע סימנים, מ'קען נעמען א פערטיגע וואג און איהם אויפשטעלן זייטיג און ווארפן די חפצים צו איהם און אזוי וועגן די זאך.
פשוט און גראד..

פשוט, יא. אבער גארנישט אזוי גראד.

די פראבלעם איז אז אויב ווילן מיר באקומען די ריכטיגע אפשאצונג, וועלן מיר מוזן שטופן די חפצים אויפן זעלבן שנעלקייט, ווייל אויב וועט זיך טוישן די שנעלקייט וועלן מיר נישט קענען ריכטיג אפשאצן די שוועריקייט פון איין זאך קעגן צווייטן.

לדוגמא: א 1 פונטיגע שטיין וואס רוקט זיך צום וואג מיט א שנעלקייט פון 10 פיס פער סעקנד וועט די וואג שרייבן אז ס'וועגט א פונט. און אויב א 2 פונטיגע שטיין וועט זיך רוקן צום וואג מיט א שנעלקייט פון 10 פיס פער סעקנד וועט די וואג שרייבן אז ער האט געפילט פרעשור פון 2 פונט. אבער אויב די 2 פונטיגע שטיין וועט זיך רוקן מיט א שנעלקייט פון 20 פיס פער סעקנד, וועט די וואג פילן פון דעם 2 פונטיגן שטיין א פיר מאליגע פרעשור מער פון דעם 1 פונטיגן שטיין, און ער וועט שרייבן אז די שטיין וועגט 4 פונט. אזוי אויך אויב וועט די צוויי פונטיגע שטיין זיך רוקן נאר אויף א שנעלקייט פון 5 פיס פער סעקנד, וועט די וואג פילן נאר האלב די פרעשור און וועט שרייבן אז עס וועגט נאר 1 פונט.
אויב ווילן מיר נוצן א זייטיגע וואג וועלן מיר מוזן טוישן די כח וואס מיר שטופן די חפצים. א 2 פונטיגע זאך וועלן מיר דארפן שטופן מיט א דאפלטן כח פון א 1 פונטיגע זאך, כדי ביידע זאל זיך רוקן אויפן זעלבן שנעלקייט.

נו, ווי אזוי זאלן מיר וויסן מיט וויפל כח צו שטופן?
פאר דעם האבן מיר א וואג וואס מ'קען וויסן לויט דעם די שוועריקייט פון דעם חפץ, אזוי ארום וועלן מיר וויסן צו שאצן וויפל כח צו נוצן ווען מיר ווארפן די חפץ צום וואג, כדי איהם אפצווועגן וויפל ער וועגט, אז איך זאל וויסן מיט וויפל כח איהם צו שטופן....
אמאל איז געווען א עלעפאנט, וואס האט געהאט א צאן, אין די צאן איז געווען א לאך, איד די לאך איז געווען א טיש, אויפן טיש איז גלעגן א צעטיל, אויפן צעטיל איז געשטאנען אז אמאל איז געווען א עלעפאנט, וואס האט געהאט א....

_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווייסן מיר שוין ווי אזוי צו מעסטן שוועריקייט, מ'וועגט אפ די זאך און לויט די וואג וועלן מיר וויסן וויפל איז זיין שוועריקייט. א זאך וואס וועגט 2 פונט ווייסן מיר אז ער איז דאפלט שווערער פון א זאך וואס וועגט נאר 1 פונט.

אבער, ניין, ס'איז נישט אזוי גראד, ווייל ווי מיר האבן גזעעהן פריער כדי צו מעסטן מידת משקל מוזן מיר האבן א מידת ארץ, מדת זמן און מידת מהירות. און נאר נאכדעם וואס די מידת ארץ און זמן זענען אוועקגעשטעלט און טוישן זיך נישט, קענען מיר מעסטן די שוועריקייט: אז ווען א זאך רוקט זיך א געוויסע ווייטקייט אין א געוויסע צייט מיט א געוויסע שנלקייט געבט ער א געוויסע פרעשור. און אויב איז די זאך איז דאפלט שווערער וועט ער געבן א דאפלטן פרעשור, און אזוי ווייטער לויט זיין שוועריקייט וועט ער געבן א אנדער מאס פרעשור אויפן וואג.
אבער אויב די שנעלקייט און די ווייטקייט וועלן זיך טוישן, דהיינו ס'וועט גיין מער פלאץ און ווייניגער צייט, אדער ווייניגער פלאץ אין מער צייט, וועט דאס געבן אנדערע רעזולטאטן. און ממילא קענען מיר זיך נישט פארלאזן אויפן וואג צו וויסן די שוועריקייט, וויל אפשר ווען מיר האבן געמאסטן איין זאך איז געווען די שנעלקייט איין ספיד און ביים מעסטן די צווייטע זאך איז געווען א אנדער ספיד.


_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

PDF please
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:PDF please

PDF 1
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאכן פארשטיין ווי אזוי די וואג ארבעט דארף מען צוריק גיין א סטעפ און זיך פרעגן א פשוט'ע שאלה:
אויב וואג איז נאר א רעכענונג פון די פרעשור וואס די וואג פיהלט לויט די שנעלקייט וואס די זאך רוקט זיך צו איהם, ווי אזוי וועגט די וואגשאהל א זאך וואס מ'לייגט ארויף אויף איהם? ווען איך לייג אראפ א זאך אויף א וואגשאהל האט ער זיך דאך בכלל נישט גערוקט און נישט געלייגט קיין פרעשור אויפן וואג. אדרבה, אויב ווארפט מען א זאך צום וואג וועט די וואגשאהל באקומען נישט קיין ריכטיגע פרעשור און ער וועט ארויף און אראפ גיין אפאר סעקנדס ביז ער פאלירט די פרעשור וואס די ווארף האט געלייגט און נאר דעמאלטס וועט ער קענען געבן די ריכטיגע נאמבערס.

נאך דארף מען פארשטין דאס אז די וואג שרייבט די זעלבע נאמבער ווילאנג די זאך ליגט אויף איהם, אבער אויב ס'איז נאר די פרעשור וואס ער פילט וואלט דאך די וואג געדארפט קענען געבן די שוועריקייט נאר די ערששטע סעקנד, ווייל נאר דעמאלטס איז דא די פרעשור פון זיך רוקן, אבער נאך וואס די זאך ליגט שוין אופן וואג וואלט ווען די וואג געדארפט שרייבן אז ער פילט א 0 פרעשור.

אדער אין קורצן, פארוואס זעה איך אז מיין וואג וועגט אויך אן די חפצים זאלן זיך רוקן?

די ענטפער איז זייער פשוט, (און רוב פון אונז וועלן דאס אננעמען מיט אזא פשטות אז מ'וועט בכלל נישט פארשטיין די שאלה):
אויף די וועלט איז דא א כח וואס איז גורם יעדע זאך זאל זיך ציען צו די ערד, פאר אונז אלעמען באקאנט מיטן נאמען כח המשיכה, און ווען מ'לייגט ארויף א זאך אויף א וואג פילט די וואג די פרעשור וואס די כח המשיכה ציהט דעם חפץ. און טאקע דערפאר וועט די וואג אונז געבן די זעלבע נאמבער כל זמן די זאך ליגט אויף איהם, ווייל די זעלבע כח וואס שלעפט איהם די ערשטע סעקנד שלעפט איהם די צווייטע און די דריטע סעקנד.
און אויב ווארפט מען די זאך צום וואגשאהל דעמאלטס באקומט די וואג די פרעשור פון די כח המשיכה פלאס די פרעשור פון די ווארף, און די ערשטע סעקנד וועט ער געבן א העכערן נאמבער ביז ער באלאנסט זיך און פילט נאר דעם כח המשיכה און דעמאלטס וועט ער בלייבן שטיין אויף איין נאמבער.

ווי פשוט ס'הערט זיך און זאגט זיך, איז דאס אבער אויך היינט איינע פון די מיסטעריעס אויף אונזער וועלטל. און אויך נאך אלע פארשונגען איז נאך נישט דא קיין קלארע הסבר, וואס און פארוואס איז גורם אז זאכן זאלן פאלן צו די ערד. אבער דאס האט יא סייענטס קלאר געשטעלט ווי אזוי די כח פירט זיך אויף, וואס זענען די נאמבערס און פארמילעס פונעם באהאלטענעם כח. (און מיר וועלן שווין צוקומען צו דעם).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דא קומט אבער ארויף נאך א שאלה: מיר ווייסן דאך פון אונזעג עקספיריענס אז די שנעלקייט וואס א זאכן פאלן צו די ערד איז נישט אייניג, און ווי יעדער קען זיך דאס איבערצייגן אז ווען מ'לאזט אפ א שטיין מיט א פעיפער וועט די שטיין אנקומען צום פלאר פאר די פעיפער, און דאס מיינט אז די שטיין רוקט זיך שנעלער.



סא אויב די שטיין רוקט זיך שנעלער וועט ער דאך געבן א שטערקערן פרעשור אויפן וואג נישט נאר וווייל ער האט מער חומר פונעם פעיפער, נאר אויך ווייל זיין ספיד איז שנעלער, אויב אזוי ווי קען מען טראסטן א וואגשאהל.
לדוגמא לאמיר נעמען צוויי שטיינער, איינס וואס איז הויעך ברייט און לאנג 1 פיס, און א צווייטער שטיין וואס איז הויך און ברייט 1 פיס אבער איז לאנג צוויי פיס. וויבאלד ביידע זענען פון זעלבן מאטריאל קענען מיר וויסן לויט זייער גרויס אז די צווייטע שטיין איז דאפלט שווערער פון דעם ערשטן - מוז טאקע נישט זיין אז ס'פונקטליך דאפלט ווייל ס'קען זיין אז כאטש וואס ביידע זענען שטיין איז אפשר דא אין איין שטיין מער לעכער פון צוויייטן, אבער ס'וועט זיין זייער א קליין חילוק און ממילא קענען מיר יא וויסן מיט א אפשאץ פון די אויגן אז די צווייטע איז בערך דאפלט פונעם ערשטן.
אויב האבן מיר מסכים געווען אז די שנעלקייט ווענדט זיך אין די שוועריקייט, קומט דאך אויס אז דער צווייטער שטיין וועט פאלן צו די ערד מיט א דאפלטן שנעלקייט פונעם ערשטן שטיין.
קומט דאך אויס אז די צווייטע שטיין וועט געבן א שטערקן פרעשור אויפן וואג, נישט נאר מצד דעם וואס ער איז שווערער נאר אויך מצד דעם וואס ער רוקט זיך שנעלער. מצד זיין מאס חומר איז ער דאפלט שווערער, פלאס ער רוקט זיך דאפלט שנעלער, קומט דאך אויס אז ער וועט לייגן 4 מאל מער פרעשור פון דעם ערשטע שטיין.

און לאמיר דאס אויסשמועסן מיט נאמבערס כדי ס'זאל זיין קלארער.
נניח אז שטיין A פאלט צו די ערד מיט א שנעלקייט פון 1 פיס פער סעקנד, און מיר לייגן איהם ארויף אויף א וואג וועט די וואג זאגן אז די שטיין וועגט 1 פונט. איז ווי געשמועסט מיינט דאס אז ווען די זעלבע מאס חומר וועט זיך רוקן מיט א שנעלקייט פון 2 פיס פער סעקנד וועט די וואג שרייבן אז ער פילט פרעשור פון 2 פונט.
לויט דעם ווען מיר נעמען שטיין B וואס ער האט אין זיך דאפלט חומר פון שטיין A, אויב וועט ער זיך אויך רוקן אין א שנעלקייט פון 1 פיס פער סעקנד וועט די וואג פילן א דאפלטן פרעשור פון שטיין A. אבער וויבאלד ער איז דאפלט שווערער רוקט ער זיך דאך דאפלט שנעלער, נישט 1 פיס פער סעקנד נאר 2 פיס פער סעקנד, קומט דאך אויס אז ער וועט לייגן אויפ וואג 4 מאל מער פרעשור ווי שטיין A, אויב אזוי פארוואס שרייבט די וואג אז ער וועגט 2 פונט ווען ער פילט א פרעשור פון 4 פונט?

_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נו אפשר איז עס טאקע אזוי? אפשר ווען די וואג שרייבט אז די שטיין וועגט 4 פונט מיינט דאס נישט אז ס'האט אין זיך 4 מאל מער חומר פון די שטיין וואס וועגט 1 פונט, נאר אז ער איז 4 מאל שטערקער פונעם 1 פונטיגן שטיין, ער געבט 4 מאל מער פרעשור.
אין אנדערע ווערטער: אפשר א וואג מעסט נישט וויפל חומר א זאך האט, נאר וויפל כח א זאך האט. ער מעסט נישט די כמות נאר די איכות.

לאמיר כאפן א שפאציר און אריבערגיין אין שטאשטישן מארק, גלייך ביים קארנער זיצט א סוחר ר' שמואל משה נחום'ס און פארקויפט עפל.



זיין געלט מאכט ער דורכן קויפן גרויסע קוואנטומס עפל ביים דארפסמאן און זיי נאכדעם פארקויפן אין קלענער מאסן אויפן מארק. פארטאגס פארט ער ארויס צום דארף און קויפט 10 פונט עפל פארן סכום פון 100 רייניש, דערנאך קומט ער אין מארק און פארקויפט יעדן פונט פאר 2 רייניש, אזוי מאכט אפאר גראצערס און ברענגט אהיים ברויט פאר זיין קינדערלעך.

ווען שמואל קויפט די עפל צופרי ביים דארפסמאן וועגט ער דאך אפ די גאנצע סחורה אויפאיינמאל, אין דאס מיינט אז כאטש וואס די וואג שרייבט אז עס וועגט 100 פונט האט דאס נישט אין זיך 100 מאל די סכום חומר וויפל ס'איז דא אין 1 פונט נאר אז ער פילט 100 מאל מער פרעשור פון 1 פונט.

אויב אזוי ווען ער פארקויפט אין מארק איינציגע פונטן וועט ער נאר האבן 10 פונט. סא ווי אזוי קומט שמואל אהיים מיט 200 רייניש ווען ער האט נאר פארקויפט סחורה פאר 20? און נאכמער דארפן אונז זיך אפשעלן און פרעגן: ווי אזוי וועט שמואל שטילן די הונגער פון זיין ווייב און קינדער?

קען אבער זיין אז די וואג איז אנגעפראגרעמט אז ער זאל נעמען אין חשבון דעם שנעלערן ספיד און ער רעכנט אראפ די פרעשור וואס ער פילט נאר פונעם ספיד, דהיינו ווען ער פילט פרעשור פון 4 פונט שרייבט ער 2 פונט, נעמענדיג אין חשבון אז 2 פונט פרעשור איז נאר מצד די שנעלקייט און נישט מצד די שוועריקייט,. און אזוי ווייטער לויט די פרעשור רעכנט די וואג וויפל קומט נאר מצד די ספיד און וויפל קומט מצד די שוועריקייט פונעם חפץ.

דאס קען אפשר זיין ביי די טעכנאלאגישע וואגשאהלס וואס ארבעטן אויף א פראגרעם, אבער די וואג פון שמואל האט דאך נישט געהאט קיין סאפטווער וואס האט געקענט רעכענען, נאר א פשוטן שטריקל וואס מ'האט געזעהן וויפל ס'ווערט אראפ געשלעפט, און דארט איז נישט שייך צו זאגן אז די שטריק חשבונ'ט דעם ספיד און נעמט דאס אראפ.

_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די ענטפער איז אז אלעס אבער אלעס אויף די וועלט וועט פאלן מיטן זעלבן שנעלקייט, די כח המשיכה טוישט זיך נישט ביי קיין שום זאך. אויך אויב מיר וועלן אראפ לאזן א עלעפנאט און צוזאמען מיט איהם א קליינע מורישקע פון א הויכן בילדינג וועלן ביידע ווערן געשלעפט דורכן כח המשיכה מיטן זעלבן כח.
און ס'איז זייער גרינג זיך צו דאס איבערצוצייגן, נעם אין איין האנט א קליין שטיינדעלע און אינעם צווייטן האנט א גרויסן שווערן שטיין, און לאז אפ ביידע אויפאמאל, און מיט די אייגענע אויגן וועסטו זעהן ווי ביידע קומען אן צו די ערד צוזאמען.

אויב אזוי פארוואס די פעיפער מיטן שטיין וועלן נישט אנקומען צוזאמען?

דאס געשעהט וויבאלד די לופט האלט צוריק די פעיפער פון פאלן, אזוי אויך גייט די לופט פון אונטערן פעיפער און לויפט ארויף העכערן פעיפער און צוריק אונטערן פעיפער און האלט איהם אין די לופט (דרך אגב די פיסיק געזעץ איז איינע פון די זאכן וואס האלטן דעם עראפלעין אין לופט), ביים שטיין געשהט דאס אבער נישט און דערפאר וועט די פעיפער זיך אויפהאלטן לענגער אין די לופט. ווי מקען זעהן אויבן ביים GIF

אויב וועט זיין גענוג פלאץ וועט די לופט אפילו צריק הייבן דעם פעיפער



אויב מיר וועלן צוזאמקוועטשן די פעיפער און איהם אויספארמען אין די זעלבע גרויס ווי דעם שטיין וועלן מיר טאקע זעהן אז ביידע קומען אן צוזאמען.

און ביי א פלאץ וואס איז נישטא קיין לופט וועלן טאקע אלע חפצים פאלן די זעלבע שנעל און אנקומען צו די ערד די זעלבע שנעל.

דא קען מען זעהן אז ווען מ'נעמט ארויס די לופט פון א צימער פאלן טאקע אלע חפצים מיטן זעלבן שנעלקייט.

אזוי אויך ווען די ערשטע אסטראנאטן האבן ארויף געפלויגן צו די לבנה איז איינע פון די זאכן וואס איז געעון אויף זייער סקעדזשול געווען צו פראוון דאס אז ווי ס'איז נישטא קיין לופט פאלן טאקע אלע זאכן מיטן זעלבן שנעלקייט, און טאקע לעיני אלפים האבן זיי געוויזן ווי א פעדער און א האמער פאלן און קומען אן צוזאמען.


_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יעצט לאמיר צוריק גיין צו די נאמבערס. ווי געשמועסט שאפט יעדער חומר א כח המשיכה פאר אלע קלענער חומרים וואס שטייען ארום איהם. די כח המושך וועט זיך טוישן לויט די גרויסקייט פונעם חומר, און דערפאר ביי אונז אויפן וועלט איז דא א שנעלערע כח המשיכה פון די לבנה וואס איז קלענער פון אונזער וועלט.
די שנעלקייט וואס א זאך פאלט דא איז בערך 9.8 מעטער פער סעקנד. און איך שרייב בערך ווייל נישט אין אלע פלעצער איז די כח אייניג, די חילוק ווארפט זיך ארום 0.02% ארויף און אראפ.



אויף די לבנה איז די כח אסאך שוואכער און דארט איז עס נאר 1.6 מעטער פער סעקנד, דאס הייסט אז אויף די וועלט פאלן די זאכן בערך 6 7 מאל שנעלער ווי אויף די לבנה.
און אויף צדק וואס איז גרעסער פון אונזער וועלט איז די כח המשיכה נאך שנעלער פון די וועלט, און מוועט וועגן 2.5 מאל מער פון דא.
א זאך וואס די וואג וועט שרייבן דא אויפן וועלט אז ס'וועגט 98 פונט וועט אויף די לבנה וועגן נאר 16 פונט. און טאקע א עצה טובה פאר א גרינגע דייעט צו כאפן א שאטעל צום לבנה און פארלירן און איין סעקנד 70 פונט. (אבער די אמת איז אז מ'דארף נישט אהין פליען מ'קען דאס טוען אויך דא אין יעדע עליוועיטער, אויב שטעלט מען זיך אויף א וואג אין א עליוועיטער, ווען די עליוועיטער פארט ארויף וועלן מיר באקומען פרישע פונט, און אויפן וועג אראפ וועלן מיר פאלירן פונט. א היכי תמצא צו גיין עסן אין א רעסטעראונט אויפן זיבעטן שטאק און נאך וועגן ווייניגער פון פארן עסן).

_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דא קומען מיר צוריק צום ערשטן פראבלעם ווי אזוי צו אוועקשטעלן נאמבערס פאר שווערקייט, ווייל אויב טוישט זיך די כח המשיכה ביי יעדן פלאנעט אנדערש מיינט דאס אז מ'קען קיינמאל נישט זאגן אויף א זאך אז ער איז שווער א געוויסע מאס ווייל ווען ער וועט זיין אויף א צווייטן שטערן וועט ער דאך באקומען א אנדער וואג.
און נאכמער ווען א זאך וועט זיין אין ספעיס אויף א פלאץ וואס איז נישטא קיין כח המשיכה, וועט דאך די וואג זאגן אז די זאך וועגט 0. פאלירט דען די חומר זיין שוועריקייט אין ספעיס? זיכער אז נישט והא ראיה אז ווען איך וועל איהם וועלן שטופן וועל איך דארפן נוצן כח און ווי שווערער ער וועט זיין וועט מען דארפן נוצן מער כח.

_ _ _

איז שוין די צייט איז אויסגעלויפן...

_ _ _

פאר הערות און קאמענטארן דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”