צום יונגערמאן וואס שיקט מיר פּרא-טראמפ סחורה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
צום יונגערמאן וואס שיקט מיר פּרא-טראמפ סחורה
(ערשינען אריגינעל אויף "אידישער ווינקל".)
איך האב גראדע זיך שטארק געוואלט צוריקהאלטן פון בכלל ארויסקומען אין פובליק דערמיט. פארוואס עפעס זאל איך געבן "אטענשאן" פאר יענעם? אבער למעשה האב איך באשלאסן דאס יא צו דערציילן, און אויב יענער וועט שטילערהייט טאנצן פאר שמחה אז איך קימער זיך מיט אים, זאל זיין אזוי.
פון וואס רעד איך דא?
פארלאפענעם מערץ 27 2018 למספרם, האב איך אנגעהויבן באקומען צו מיר אהיים אויף די פּאסט פרא-טראמפ פראפעגאנדע. די בריוון ווערן נישט געשיקט ווי אלגעמיינע פאליטישע בראשורן וואס פארטייען און פאליטישע גרופעס שיקן צומאל, נאר עס ווערט געשיקט פערזענליך צו מיר, דורך א ספעציפישן אינדיווידועל.
די ענוועלאפס זענען אדרעסירט מיט א פעדער, אויפגעשריבן מיין נאמען און אדרעס, און יענער שרייבט נישט א "ריטוירן אדרעס", וועלנדיג זיך האלטן אנאנים. אין די ענוועלאפס ליגן געווענליך קאפיעס פון צייטונגען, אויסשניטן פון ארטיקלען, בראשורן אויף וואס יענער האט געלייגט א האנט. אלעס פרא-טראמפ און אנטי-דעמאקראטן.
נו, יענער האט א רעכט צו שיקן, נישט אזוי? פארוואס גייט עס מיר אן? זאל זיך יענער מחי' זיין אויב האט ער טאקע איבריג צייט! אין אנהייב האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער איך האב געמיינט אז מיט דער צייט וועט יענער מיד ווערן, ווייל ער וועט זעהן אז זיין ארבעט איז פרוכטלאז. למעשה געבט ער נישט אויף.
רוב בריוון האב איך אוועקגעווארפן בטעות, אבער געציילטע האב איך געהאלטן ביי מיר, און מיט עטליכע טעג צוריק האט יענער עס גענומען צו א פרישן שטאפל. אנשטאט מיר שיקן א דינעם ענוועלאפ מיט עפעס א דאקומענט, האט ער מיר גאר געשיקט א קאסטבארן ענוועלאפ מיט א בוך דערין.
יענער איז געגאנגען באצאלן 10 צי 15 דאלער פאר'ן בוך, און דערנאך 5 דאלער פאר די שיפּינג, און מיר געשיקט א פרא-טראמפ בוך! זעהט זיך אויס אז ביים שיקן אזא וואגיגן ענוועלאפ האט ער שוין געמוזט שרייבן א "ריטוירן אדרעס", און וועלנדיג זיך האלטן אנאנים, האט ער מיט ליצנות געשריבן א וויליאמסבורגער פאלשער אדרעס. (שפעטער דערגאנגען אז דער אדרעס באלאנגט צום קיוויאשדער רבי'ן...)
(איך וועל בכלל נישט אריינגיין אז דער בוך וואס יענער האט געשיקט, איז געשריבן דורך ענן קאלטער, א טרויעריג-בארימטע אנטיסעמיטקע.)
איי געס איך דארף עס אפשר נעמען אלס א קאמפלימענט, אז יענער קימערט זיך גענוג שטארק מיט מיינע אנטי-טראמפ מיינונגען, אז ער ארבעט אזוי שווער מיר צו איבערצייגן אז איך בין נישט גערעכט...
אבער עס טוט מיר יא באאומרואיגן. ווען ער האט געשיקט סתם ענוועלאפס וואס האט אים געקאסט 40 צענט, נו שוין. אבער ער הייבט אן מיט ביכער און טייערערע ענוועלאפס און פעקלעך. איך שפיר מער און מער אן אנגעצויגנקייט איבער דעם, און דעריבער האב איך באשלאסן אז איך וועל ארויסקומען אין פובליק דערמיט.
איך בין א שרייבער אין עטליכע צייטונגען און אויסגאבעס. יעדער ווייסט מיין נאמען און יעדער ווייסט מיינע מיינונגען אויף פילע אישוס. אויב האט עמיצער עפעס מיר צו זאגן, קען מען צוקומען צו מיר אדער מיך טעלעפאנירן. צו שיקן בריוון אנאנים און יענעם גיין אויף די נערוון, איז נישט נאר זינלאז און נישט נאר וואס ס'ווייזט אז יענער האט איבריג צייט, נאר ס'איז אויך נישט יושר, און ס'איז א פארמאט פון רודפ'ן א צווייטן במחתרת.
אלזא, דער ציהל פון מיין בריוו דא, איז צו לאזן וויסן פאר יענעם, אויב האסטו א פראבלעם מיט וואס איך האלט און מיט וואס איך שרייב, ביזטו וועלקאם צו רעדן צו מיר פנים אל פנים. זיי נישט קיין שוואכלינג און באהאלט זיך נישט אונטער אנאנימע ענוועלאפס.
איך האב ב"ה נישט אזויפיל ליידיג צייט, זיך אפצוגעבן צו פרובירן דערגיין ווער דו ביזט, אבער כ'האב יא גענומען די פּאר מינוט אפצושרייבן דעם בריוו, דיר צו בעטן אז זאלסט אויפהערן. איך בין דאנקבאר פון פאראויס אויב דו וועסט צוהערן מיין ביטע; אויב וועסטו יא ווייטער שיקן, ביזטו אויך וועלקאם...
מיט דאנק,
יעקב זאב כ"ץ
(איך לייג דא צו בילדער פון די בריוון)

- אטעטשמענטס
-
- JULY 10 2018.jpg (206.63 KiB) געזען 4383 מאל
-
- MARCH 27 2018.jpg (288.97 KiB) געזען 4383 מאל
-
- APRIL 11 2018.jpg (287.17 KiB) געזען 4383 מאל
לעצט פארראכטן דורך עס עפעס אום פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

- אויסטערליש
- שר מאה
- תגובות: 190
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am
אומגלויבליך.
די בוך איז אויך פאסטמארקד וועסטשעסטער?
וויפיל היימישע אידן איז בכלל דא אין גאנץ וועסטשעסטער? וויפיל פרא-טראמפ אידן וואוינען דארטן? דארף נישט זיין צו שווער צו טרעקן (אויסער טאמער יענער פארט אראפ מיט יעדן בריוול קיין וועסטשעסטער כדי לערבב השטן, דאן ברויך ער א גרויסע רפואה, אפשר אלעקס-דזשאונס וויטאמינען קען נאך עפעס העלפן דא)

- שר האלף
- תגובות: 1288
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm
לכאורה האט געשריבן:אומגלויבליך.
די בוך איז אויך פאסטמארקד וועסטשעסטער?
וויפיל היימישע אידן איז בכלל דא אין גאנץ וועסטשעסטער? וויפיל פרא-טראמפ אידן וואוינען דארטן? דארף נישט זיין צו שווער צו טרעקן (אויסער טאמער יענער פארט אראפ מיט יעדן בריוול קיין וועסטשעסטער כדי לערבב השטן, דאן ברויך ער א גרויסע רפואה, אפשר אלעקס-דזשאונס וויטאמינען קען נאך עפעס העלפן דא)
אין וועסטשעסטער איז דא א פראסעסינג סענטער פון די פאסטעל סערוויס, און אסאך מעיל גייען דורך דארט.
דאכט זיך אז גאנץ קרית יואל גייט דורך דארט.
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.
זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?
אפשר י. קאהן? (כ''ץ / כהן/ קאהן)
י. קאהן האט זייער א גוטע פעדער, אבער איז עקסטרעם אנטי טראמפ, צומאל שרייבט ער הוילע טעאריעס און זאגאר קאנספעראציעס...
זקן מלא רחמים.
טראנספארט האט געשריבן:נע, איך מיין אויף זייער אסאך בריווען געשיקט פון קרית יואל זענען געסטעמפט אין וועסטשעסטער.
לויט די טרעקינג קומט עס פון מאנסי
https://tools.usps.com/go/TrackConfirmA ... 8213000010
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
דממה דקה האט געשריבן:לויט די טרעקינג קומט עס פון מאנסי
https://tools.usps.com/go/TrackConfirmA ... 8213000010
שטייט קלאר אויפן סטיקער אז עס קומט פון 10952
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.
זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?
אפשר י. קאהן? (כ''ץ / כהן/ קאהן)
י. קאהן האט זייער א גוטע פעדער, אבער איז עקסטרעם אנטי טראמפ, צומאל שרייבט ער הוילע טעאריעס און זאגאר קאנספעראציעס...
י. קאהן איז יונה כהן פון קול מבשר און אייוועלט. ער איז ר' יוסף יונה הכהן ראפאפורט.
ר' יעקב כ''ץ פון קרית יואל שרייבט די נייעסליך אין דער איד, און פאר נאך אסאך נייעס אפאראטן.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:נעבעך פאר דעם קראנקען יונגערמאן און מיר שפירען שלעכט פאר אייער אומאנגענעמליכקייט.
זאגט נאר, אז איר זענט שוין ארויסגעקומען אין פאבליק, איר שרייבט אפשר פאר דער איד אויך?
אפשר י. קאהן? (כ''ץ / כהן/ קאהן)
י. קאהן האט זייער א גוטע פעדער, אבער איז עקסטרעם אנטי טראמפ, צומאל שרייבט ער הוילע טעאריעס און זאגאר קאנספעראציעס...
זעט ווי אן אנטי טראמפ איז אזוי אויפריכטיג און קויפט נישט אלעס וואס איז אנטי טראמפ, ווי רוב פרא-טראמפ גלייבן אלעס קעגן קלינטאן, עף בי איי וכדומה ווער עס איז דאן אויף די שווארצע ליסטע
שויתי ה' לנגדי תמיד
מיסטעריעז האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:לויט די טרעקינג קומט עס פון מאנסי
https://tools.usps.com/go/TrackConfirmA ... 8213000010
שטייט קלאר אויפן סטיקער אז עס קומט פון 10952
און SSK מיינט self service kiosk
הלואי ווען זיי מאכען ווען חוזק פון טראמפ איך וואלט ווען מיט געלאכט, אדערווייל מאכען זיי נאר חוזק פון זיך אליין.
איינער וואס האלט מיט נייעס פון דער נאנט זעהט אז זיי נעמען נישט די מיה צו פארשטיין די נייעס און עס כאטש איבער געבן דברים כהווייתן.
קריטיקירען א אנדערע ניק פארען זיין אין פאליטיק אין די פאליטיק אשכולות איז מן הסתם קעגן די תקנות המקום.

האב שכל און גיב א שמייכעל!
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
מיין ציהל איז בכלל נישט אריינצוגיין אין א דיסקוסיע.
איך שפיר זיך נישט געטראפן ווען עמיצער שיקט מיר זאכן.
גענוג יונגעלייט קומען צו צו מיר, אין ביהמ"ד, אין גראסערי, אויפן גאס, אויפן טעלעפאן, אין טשעטס וכו', און מ'שמועסט זיך אויס און מ'טענה'ט זיך אויס אין פאליטיק.
יענער וויל, קען ער טאן דאס זעלביגע, און קומען רעדן צו מיר.
שיקן אנאנים, און ממש צייגן אן אבסעשאן מיט מיר, איז קראנק.
(איך וועל מער נישט קאמענטירן דא.)

לעצט פארראכטן דורך עס עפעס אום זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
בעמבא האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:בעמבא האט געשריבן:
איך מיין אז ס׳וואלט געווען ראטזאם פאר די הנהלה איבערצוקוקן די רוזלטאטען פון די געוועזנע אלעקשינס אין די דיסטריקס ווי זייער צייטונג קומט אן און זיך איבערטראכטן צו דאס איז טאקע וואס זייערע ליינער זוכן.
ס'הייסט זיי זאלן שרייבן דאס וואס די ליינערס ווילן, נישט קיין חילוק די פאקטן.
אקעי, אפשר טאקע איז דאס די ריכטיגע ביזנעס ציגאנג פאר א קליידער אדער עסן געשעפט, אבער איך בין מסופק צי ס'איז גוט -ביזנעס גערעדט- פאר א צייטונג
וואלט ווען טריקענע פאקטן כמו שהוא געווען זייער הויפט פרייארעטי וואלט דאס אינגאנצען אנדערש אויסגעקוקט.
וואס קאן מען טוהן אז זיי קאפי פעיסן די נייעס פון די פעיק נוז???
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל