לאמיר זיך טרעפן ביים ווינקל – נקודה למחשבה (ואולי למעשה)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:38 pm

לאמיר זיך טרעפן ביים ווינקל – נקודה למחשבה (ואולי למעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרדס הסופר »

אין געציילטע שעות ארום (אויב משיח וועט נאכנישט זיין דא) וועלן מיר קומען אין שוהל אריין, טרעפן די בענק אויפגעשטעלט, די קעסטלעך אויסגעלייגט, די פרוכת אראפ, די לעקטער האלב פארמאכט, ובקול דממה דקה וועלן מיר זיך זעצן וויינען און קלאגן, באוויינען וואס מיר האבן פארלוירן, מיט צוקלעמטע הערצער און פארטרערטע אויגן וועלן מיר פרובירן אביסל צו אריינעמען אין זיך וואס האט זיך אלץ אפגעטוהן ווען אונזער הייליג ארט איז געשטאנען במלא יפיה והדרה, כהנים בעבודתם ולוויים בשירם ובזמרם וישראל במעמדם, און די באדייט אז מיר האבן דאס אלעס ליידער פארלוירן.

און די זעלבע צייט, וועלן מיר ארויף ברענגען בזכרונינו די אלע שווערע זמנים וואס איז אריבער אויף אונזערע עלטערן און ברודער במשך די טויזנטער יארן, אוי, אזוי פיהל גזירות, אזויפיהל צרות, די הארץ וויינט, עס קלעמט, מען ווישט א טרער נאך א טרער, ווי מער מען באטראכט די שיינקייט וואס אונז האבן געהאט, אלץ מער ווערט די בענקעניש, די ווייען לאזן נישט נאך, די מחשבות לויפן, די קאפ דרייט זיך, לאו כל מוחא סביל דא, אוי רבש"ע וויפיל איז די שיעור? עד מתי? מיר קענען שוין נישט! דו ביזט דאך אונזער ליבע פאטער, לייז אונז אויס, שלעפ אונז ארויס, הייב אונז אונטער, זיי שוין מקיים דעם ואשא אתכם על כנפי נשרים, דעם ואביא אתכם אלי.

מיר לעכצן אויפן הייליגן רוה ארט פונעם באשעפער וואס מיר האבן פארלוירן, מיר קרעכצן אויף די גילוי שכינה וואס האבן מיטגעלעבט אמאל, מיר זענען צוקלאפט און פארקלעמט אויף דעם הייליגקייט וואס האט אונז באנומען יעדן טאג, יעדן שבת, יעדן יום טוב וואס דאס אלעס איז אוועק גענימען געווארן פון אונז. ליידער ליידער.

ביי איכה און קינות דערמאנען מיר די אלע צרות וואס איז אריבער אויף כלל ישראל במשך די דורות, פארוואס? כדי צו ערוועקן אונזערע געפיהלן, אויב די גרויסע חורבן המקדש איז צו ווייט און צו הייליג פאר אונז צו שפירן דעם צער, לאמיר זיך כאטש אריינלייגן אין א מצב וואס אונזערע מוחות קענען פארשטיין, אוי וויי עס רייסט ווען מען זאגט די פיוטים פון אלע גזירות און הריגות וואס כלל ישראל איז אריבער, מען ווערט איינגעהילט און צער און אין פיין, און דאס הארץ הייבט אן צו ציפן אויך אויפן חורבן הגדול, די ריכטיגע חורבן.

וואס איז די מטרה פון וויינען און קלאגן? און וואס קענען מיר מיטנעמען אז אונזער צער און בענקעניש זאל טאקע צוברענגען און דערנענטערן דעם ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים?

די רבוש"ע וואס איז דאך עמו אנכי בצרה, אשכון את דכא, ווען ער זעהט אז זיינע קינדערליך, זיינע באליבטע און געטרייע קינדער זיצן און וויינען, ווער כביכול קל-מלא רחמים, זעצט זיך צוזאמען מיט אונז און קלאגט מיט אונז אינאיינעם, און דער בת קול שרייט אויס אז מיום שחרב בית המקדש האב איך נישט קיין רוה ארט, איך דריי זיך ארום, איך בין אין גלות, עטס וויינטס? איך וויין אויך. עטס זענט אין א קלעם? איך בין מיט ענק אינאיינעם. אבער עס איז דא איין איינציג פלאץ ווי איך בארוהיג זיך אביסל און איך דערקוויק זיך אביסל, דאס איז אין די בתי כנסיות ובתי מדרשות, ווי א גאנץ יאהר דרייען זיך דארט מיינע קינדער, מען זינגט צו מיר, מען לויבט צו מיר, מען דאוונט צו מיר, מען איז מקדש שמי ברבים, נאר דארט קען איך זיין, נאר דארט וויל איך זיין, מיין איינציג פלאץ ווי איך טרעף זיך מיט מיינע ליבע קינדערלעך, די פלאץ ווי איך זעה זייער שיין און ליכט, זייערע אמת'ע פנימ'ער.

קינדערליך טייערע! איך פארשטיי און איך הער ענקער צער, און יא יא עס איז ביטער אין גלות, און אט אט גייט מען שוין צוריק אויפבויען דעם נייעם הערליכן הויז מיינע, אט אט גייט שוין זיין דעם השב שכינתך לציון ברינה, אבער ווילאנג מען איז נאך דא, ווילאנג מען זעהט זיך ארויס פון דעם פינסטער, האב איך אן עצה, לאמיר מיחד זיין א קליינע ווינקעלע ווי מיר וועלן זיך טרעפן יעדן טאג, ווען דו ווילסט מיר עפעס זאגן לויף צום ווינקעלע און רעד צו מיר, ווילסט מיר עפעס בעטן לויף אריין אינעם ווינקעלע און בעהט מיר, ווילסט זיך באדאנקן אויף עפעס, ביים זעלבן ווינקל זאלסטו קומען, דארטן וועל איך זיין שטענדיג פאר דיר, גרייט צו הערן און ענטפערן.

נעמט אייך צאם אפאר קינדער צוזאמען און זינגט א גוטע ניגון צו מיר, דעם ניגון 'שחרית', 'מנחה', 'מעריב', אפשר א געשמאקע גמרא ניגון, אויב ביסטו אליינס האב איך א הערליכע נגון וואס הייסט 'תהילים' וואס איך האב זייער ליב צו הערן, קום צום ווינקעלע ווי מער, איך וועל אלעמאל זיין דארט צו ווארטן אויף דיר.

איך שעפ נחת ווען די טיהר פון דעם ווינקעלע עפנט זיך און ענק קומען אריין, ווען איך הייב אן צו הערן ענקער זיסע לויטערע קול ווער איך כביכול מלא שמחה, אה! מיינע קינדער זענען דא, אלעס שטעלט זיך אפ ביי מיר ווייל מיינע קינדער זענען דא, איך בין מיט ענק יעצט, נו נו לאמיר הערן וואס עטס האטס צו זאגן.


מיט דעם דערהער, אז די בית המדרש איז א מקום קדוש, און אונז זענען אנשי קדוש, המשלשים בשלש קדושות בקדש, וועלן די ווענט פון די בתי מדרשות מעיד זיין און שרייען צום באשעפער אז די אלע תפילות וואס מען דאווענט אין איהר, מוזן און דארפן ארויף גיין גלייך צום כסא הכבוד, די כותלי ביהמ"ד זענעו מוכיח און ווייזן אן צום רבוש"ע, קוק וואס מיינט געטרייע קינדער, הער זיך צו צו די זיסע קול פון דיינע ליבע שעפעלעך מיט א א ריין הארץ, קום אראפ, קוק דיך צו ווי זיי בעטן און רייסן איין "בן דוד עבדך יבא ויגאלינו", "ואפיק ית עמך מגו גלותא" "ולירושלים עירך ברחמים תשוב, והשב את העבודה לדביר ביתך".

איז עס שיין? אסאך שענער וואלט געוועהן ווען משיח וואלט געווהען, די בית המקדש וואלט געשטאנען, אבער שיין איז צו זעהן ווי קינדער אינאיינעם, ווילן און זוכן זיך צו דערנענטערן צום באשעפער, בעטן אין שרייען אויף איין אייציגע זאך, "רצונינו לראות את מלכינו" וקרב פזורינו מבין הגוים, והביאנו לציון עירך ברחמים".

און אזאלכע שוהלן, ווי עס זיצן צוזאמען בני קל חי, גלוסטן און לעכצן אויף די גאולה בב"א, וויינען און שרייען אז כלל ישראל זאל שוין אויפגעראכטן ווערן, זאל שוין דערלייכטערט ווערן, איז זיכער אז די רבוש"ע איז מיט אונז צוזאמען, ער הערט אונזער געוויין און בקרוב בימינו בנין עולם וועלן מיר זוכה צום קול רעש גדול, מבשר ציון הנה הנם, קול תרועת מלך המשיח, על כנפי נשרים וועלן מיר פליען צוזאמן צום בנין ביהמ"ק במהרה בימינו אמן ואמן.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מלא רגש דקדושה
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שטארקע רייד!!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
real estate
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך real estate »

געוואלדיג א שטיק הארץ.
א שאד ארויף געלייגט אזוי שפעט קען איך עס נישט יעצט פרינטן פאר די בני בית
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

מורדיג
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”