לכתחילה אריבער - אפענער בריוו צו הרב אליעזר קרויס ני"ו – און צו דעם יונגערמאן וואס כ'האב געזען ביי א חתונה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:דרייפערטל שטותים און אויף די איבריגע פערטל קען מען זיך טענהן אויף כמעט אלעס, חוץ דעם וואס ער גייט מיט א מהלך אז נאר ער פארשטייט און ווייסט און ער מוז בלייבען מיט די לעצטע ווארט מילא וואס אליעזר גייט נאר ענטפערן וועט נישט העלפען

למשל וועלכע שורות? ווייז אן!

ער שרייבט משוגע קלאר, בטוב טעם ודעת. שווער זיך צו דינגען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך וועל נאר קוואוטען איין שורה צירוק אויף "לכתחלה אריבער"

"עפעס א בן בלי שם גיט ארויס עניני השקפה .... אנאנימוס... און מען דארף דאס אננעמען? מען קען דאס געטרויען? ...... ווער זאגט ער פארשטייט?"

אליעזר באהאלט זיך נישט און ערגעץ, קומט ארויף מיט זיין קול דא, און אסאך קענען איהם, לכתחלה נישט נאר קומט ער נישט מיט זיין ניק, נאר ניק בתוך ניק באהאלטן זאגט אויך נישט וועלעכע דעת תורה שטיצט אונטער זיינער ווערטער..

ואגב ווייס איך פון א רב וואס האט גערופן אליעזר און מעורר געווען אז איינער איז אריין געקומען מיט א רעקארדינג פון איהם, און געוויסע זאכען האט ער געשפירט אז ער וויל עס דורכשמועסן.
אליעזר איז אריבער געגאנגען, און דורך די רעקארדירונג וואס איז געווען צאמגעשטעלט אויף א אופן ס'זאל אויסזעהן שלעכט.
אליעזר האט אויפגעמישט יעדע שטיקל אויף קול מבשר פארדעם און נאכדעם, און דער רב האט איהם געגעבן גערעכט נאכען עס אליינס הערען (ואגב אויב אייערע בריוון האבן דאס גורם געווען זאלט איר וויסן אז ס'איז א שאנדע אז מען טוט דאס צי א רב בכלל)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לכתחילה זאגט טאקע נישט קיין השקפה, נאר חומר למחשבה.

אז ס'דא וואס קענען אים זאל ער זאגן אז ער רעדט צו זיי, און איך דארף יעצט גלייבן אז עפעס א רב בלי שם האט אים געגעבן גערעכט....

לכתחילה שרייבט שוין אלעס הערליך קלאר, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין ווארט פאר מיר צו ענטפערן, וואס ער איז נישט מסביר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

shimon7323 האט געשריבן: (ואגב אויב אייערע בריוון האבן דאס גורם געווען זאלט איר וויסן אז ס'איז א שאנדע אז מען טוט דאס צי א רב בכלל)

ווא סננ איז די שאנדע פונקטליך?? קיינער טאר גארנישט מעורר זיין ווייל דער רב גייט אפשר בלייבן אומגערעכט?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

און אנשטאט צי ליינען אז מען איז געגאנגן חוזק מאכען פון א רב, ליינסטו אז די פאונט איז אז דער רב האט געגעבן גערעכט.

1. אויב א רב ריפט איהם, ווייס איך אז ער האט נישט קיין שום פראבלעם צי רעדען צי איהם און עס אויסשמועסן.

2. אויב לכתחילה האט פראבלעמען זאל ער אויסשמועסן מיט א רב און זעהן אז זיי זאלן עס אויסשמועסן מיט אליעזר

3. נעמן געפעלטשטע רעקארדינג אז ס'זאל אויסזעהן נישט אויסגעהאלטן ווייל די האסט א מערכה אויף א מענטש, איז אן עוולה נוראה
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳האב נאך אזא קלארע שריפט נישט געזען. אמת׳דיג און שיין.

כה לחי׳ לכתחילה. תודה
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

און איך קען מענטשן וואס זענען געגאנגען פרעגן א רב וועגן מופן - און מען האט נישט פארציילט עכט אלע צדדים אויף נישט, דער רב האט אוודאי געזאגט יא. און ווען דער רב האט געהערט די צווייטע העלפט מעשה (נעמליך די מאמע וויל נישט), האט ער צוריקגעצויגן. א שאנדע צו אויסנוצן רבנים.
(די מעשה איז גראדע אמת).

אבער קאמ'אן, וואו קומט דא אריין א מעשה מיט א רב?! ער האט אראפגעלייגט זיינע טענות. אז דו האסט תירוצים, ענטפער. קום נישט מיט א מעשה וואס א צבוע'ניק האט געטאן.
אויפן זאגן א בלענק דייאגנאז / סטעיטמענט אז פון די 40 ביז די זעכציג איז מען נישט אזוי איי איי איי, האט מען אויך א רב וואס האט צוגעשטימט?! סיריעסלי?.

הכ"ד הכו"ח,
איינער וואס האט געמופט צו איינס פון די נייע ישובים, שפעטער ווי געוואלט ארגינעל, ווארטנדיג אויף ווען כ'האב געקריגן די הסכמה פון מיינע חשוב'ע עלטערן און שוויגער עלטערן.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שמעון. לויט דיין הנחה גלייב איך נישט די מעשה ווייל דו באהאלטסט זיך אונטער א ניק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:דרייפערטל שטותים און אויף די איבריגע פערטל קען מען זיך טענהן אויף כמעט אלעס, חוץ דעם וואס ער גייט מיט א מהלך אז נאר ער פארשטייט און ווייסט און ער מוז בלייבען מיט די לעצטע ווארט מילא וואס אליעזר גייט נאר ענטפערן וועט נישט העלפען



ביטע צייכען אן וואס איז די דריי פערטל און וואס איז די פערטל

יישר כח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שארף אבער דאסמאל שרעקליך צום פינטל!!
שויתי ה' לנגדי תמיד
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

אזוי פיל שטותים צו שרייבן. זעהט אויס ווי אן אבסעשן און אגענדע.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יישר כח לכתחילה! ווי שוין געשריבן אנהויב אשכול, איך בין נישט אלעמאל איינשטימיג מיט אייך, אבער איר זענט אין עיקרון הדברים קלאר באזירט אויף דאס מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן און האב געזען ביי מיינע עלטערן און ביי כמעט אלע אפי' נישט 'מר בר רב אשי'ס' פין פריערדיגן דור. ס'איז דערקוויקענד צו זען אז ס'איז נאך דא אין אונזער יונגערער דור א באזעסענער (גאר ווייט פין פארקוועטשט!) יונגערמאן וואס פארשטייט קאנסעפטשועלי וויאזוי א אידישע השקפה דארף אויסזען, און לאזט זיין פעדער עס ארויסגעבן קלאר און שיין פאר אנדערע אויך. חילך לאורייתא!

נאטינג פערסאנעל, אבער אין מיי האמבל אפיניאן, טענה'ן אז לכתחילה דארף ברענגן סמוכין לדבריו, ווייזט אויף איינס פין דריי, אדער 1) אז ער איז גאר יונג, אין האט באמת נישט געקריגן קיין חינוך אין/אדער געזען און מקבל געווען פין אידן א האלבן דור צוריק, אדער 2) סתם א היצקאפ אדער ליידיגייער וואס דער שוואכקייט זיינער ווערט בעסער געקאווערט מיט א"ק'ס מהלך, 3) אדער סתם א טראלל, (וואס ענדזשויט צו דרייען יענעם די קישקעס סתם לשם פאן).

און אן מפלפל זיין דירעקט אויף וואס א"ק זאגט יא אדער נישט, טשעלענדזש איך סיי וועמען צוצוגיין צו סיי וועלכן עלטערער (מידל עידזש) בר דעת אפגערעדט א רב/משפיע, און ווייזן לכתחילה'ס הגיון זייט ביי זייט מיט א"ק'ס, און צוריקקומען מיט זיינע פיינדינגס...

גוט שבת!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

משהלע האט געשריבן:אזוי פיל שטותים צו שרייבן. זעהט אויס ווי אן אבסעשן און אגענדע.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איך ווייס נישט פארוואס איך האב ערשט יעצט זיך אויפגעוועקט און נישט באמערקט די גאנצע געמויזעכטץ, אבער מיינע צוויי סענט: לכתחילה שרייבט צום פינטל!

אליעזר שיינט מיר ווי א רייכע אינגערמאן (צאלט זיין האוזינג מיט א פערטל געהאלט) מיט א בית כור פון קאנפידענץ, ער פארשטייט נישט א צווייטענס בליק, ועאחכוכ״מ א בליק פון א אינגערמאן וואס האט נישט גענוג אויף רענט, גיבט אומגעגרייטע שיעורים, פאררעדט זיך מיט שטותים, און דארף עס נעבעך אינטערהאלטן מיט נאך שטותים, אין קורצן: רייט אויפן ווייטאג פונעם ציבור אן קיין לעזונג.

דאס איז נאך איידער ער איז 30! שטעל דיך פאר סארא שרויף סע וועט פעלן ביי די 40...

איך בין ממש אין שאק, אז זלמן ווידער האט דורכגעלאזט איינער זאל באטוטלען עלטערן מיט מיאוסע לאזונגען.

דיסקלעימער: איך בין נאכנישט 40, און כאב נאכנישט קיין פארהייראטע קינדער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

און אודאי ער האט אויך גוטע נקודות, אבער ווען די קומסט אריין צו לכה דודי מיט א געלע קאפל וועט קיינער נישט אפרישיעטן די שיינע נייע לאנגע ניגון דיינער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

דברים אלו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:אזוי פיל שטותים צו שרייבן. זעהט אויס ווי אן אבסעשן און אגענדע.

5 מינוט נאכן זמן מוצ"ש, תשעה באב באנאכט ווען מען יאגט זיך צו איכה האסטו געפילט פאר וויכטיג צו קוואטען די תגובה זעהט אויס ווי אן אבסעשן און אגענדע
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מאנטאג יולי 23, 2018 12:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

זייער נאריש וויאזוי לכתחילה האט עס דא פארוואנדלט אין א פערזענליכע פייט. אנשטאט מען זאל דעבאטירן די "פוינטס" קריגט מען זיך זייער פערסאנעל. ס'איז געווארן אן ענדלאזע פייט מיט צוויי צדדים פאר גארנישט.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווער פונקטליך האט עס פארוואנדעלט אין וואס?
געשטימט פאר ראשעק הול
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

בעריש'ל האט געשריבן:איך בין ממש אין שאק, אז זלמן ווידער האט דורכגעלאזט איינער זאל באטוטלען עלטערן מיט מיאוסע לאזונגען.

מען זעהט אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיינע שיעורים און עס זעהט אויס אז דו האסט אויך נישט אויסגעהערט וואס ער האט דא געלייגט
ווייל דאס וואס ער האט גערעדט פון העכער 40 איז נישט געווען אויף קול מבשר סאו רעד נישט אריין
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיינע צוויי צענט: ביידע זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות און כמיין אז ביידע ווילן נאר די חלק הטוב אבער נעמען אנדערע וועגן אנצוקומען דערצו
לדעתי האט הרב קרויס אויסגעלאזט א פונקט וואס דאס וואלט צופרידנגעשטעלט די פילע אויפגעברויזטע תושבי הוועלטעל פון ביידע זייטן פונעם ספעקטרום
יעדער איז איינשטומיג אז (רובא דרובא עכ״פ) עלטערן מיינען נאר די טובה פון די קינדער, טייל עלטערן האבן פשוט נישט ארויס און באגרייפן נישט די מצב אין וואס זייערע קינדער געפינען זיך, און א טריט ווייטער אין בין אויפגעוואקסן אין פיצל דירה מיט ניין געשוויסטער, סאיז געווען גרינג? ניין מיינע עלטערן האבן געכאפט א נערווען בראך? ניין טא פארשטייען זיי נישט מה כל הרעש, אבער די מציאות אז היינטיגע עלטערן האבן אסאך ווייניגער געדולד און נערווען והדברים ידועים ליודעי הדברים
כרעד שוין נישט פון די פינאנציעלע חלק
נאך א נקודה: עלטערן קוקן אן דאס אוועקמופן ווי מוויל זיך אוועקצוען פון חינוך וואס מאיז ערצויגן געווארן, און זייער זארג איז נישט אומזיסט אבער א בר דעת קען האבן א אפענע שמועס מיט זיינע עלטערן און אירע עלטערן און מסביר זיין די סיבה פון זיך אוועק צועהן און זיי אויפווייזן אז דיין כוונה איז בכלל נישט צו אנטלויפן פון די פרעשור און די סביבה ווי די גייסט איז נישט דאס וואס זיי שטעלן זיך פאר
לדוגמא: קוקטס אן סאטמער לעיקוואד ווען די זאגטס מיר פאר עטליכע יאר צוריק וויאזוי סגייט אויסקוקן היינט וואלט איך דיר געשיקט אין נער׳ן הויז
כהיום האבן נישט עלטערן א פחד ווען זייערס א קינד וויל מופען קיין לעיקוואד, א ערליכע און ערנסטע קהילה וואס האבן זיך נישט וואס צו שעמן פאר די מוטער קהילות
גיב פאר דיינע עלטערן די טעלעפאן נומבער פון די ארטיגע דיין אדער מורה הוראה און זאל זיך איבערצייגן אז סאיז נישט וואס די עלטערן קלערן אז סאיז
אנשטאט צו שרייען אז די עלטערן פארשטייען נישט די קינדער, אנשטאט צו צוריקשרייען אז מדארף פאלגן די עלטערן אפגעזעהן פון די קאנסקווענצען קען מען אויסגלאטן אלעס מיט אביסל שכל און הסברה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ריכטיגע נקודות הרב קרייסלער.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:איך בין ממש אין שאק, אז זלמן ווידער האט דורכגעלאזט איינער זאל באטוטלען עלטערן מיט מיאוסע לאזונגען.

מען זעהט אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיינע שיעורים און עס זעהט אויס אז דו האסט אויך נישט אויסגעהערט וואס ער האט דא געלייגט
ווייל דאס וואס ער האט גערעדט פון העכער 40 איז נישט געווען אויף קול מבשר סאו רעד נישט אריין

גערעכט, אבער נאר אויף די נקודה אז ער האט נישט געלופטערט די העצע רייד אויף קול מבשר, עס מאכט דאס נישט ווייניגער שעדליך.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאינו יודע האט געשריבן:חילי. קלאר צום זאך. געוואלדיגע ארבייט
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

בעריש'ל האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:איך בין ממש אין שאק, אז זלמן ווידער האט דורכגעלאזט איינער זאל באטוטלען עלטערן מיט מיאוסע לאזונגען.

מען זעהט אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיינע שיעורים און עס זעהט אויס אז דו האסט אויך נישט אויסגעהערט וואס ער האט דא געלייגט
ווייל דאס וואס ער האט גערעדט פון העכער 40 איז נישט געווען אויף קול מבשר סאו רעד נישט אריין

גערעכט, אבער נאר אויף די נקודה אז ער האט נישט געלופטערט די העצע רייד אויף קול מבשר, עס מאכט דאס נישט ווייניגער שעדליך.



סארי בערישל האסט מן הסתם נישט געהערט די שמועס אויף ק"מ. קענסט אפשר קוואטן וועלכע רייד איך בעטוטעל די עלטערן. אויף ק"מ האב איך געזאגט "אויב עלטערן לאזן נישט מופן דארף מען זיי נישט פאלגן. אדרבא פרעג א דיין." ע"כ וואס איך האב געזאגט אויף ק"מ.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אליעזר קרויס האט געשריבן:סארי בערישל האסט מן הסתם נישט געהערט די שמועס אויף ק"מ. קענסט אפשר קוואטן וועלכע רייד איך בעטוטעל די עלטערן. אויף ק"מ האב איך געזאגט "אויב עלטערן לאזן נישט מופן דארף מען זיי נישט פאלגן. אדרבא פרעג א דיין." ע"כ וואס איך האב געזאגט אויף ק"מ.

איך האָב אויך נישט געהערט, אבער דאָס איז במחכ''ת זייער נישט סענסיטיוו גערעדט, מען רעדט נישט אזוי! אפי' מען מעג צומאל טון אנדערש ווי די עלטערן ווילן עפ''י הלכה, מוז עס געטון ווערן מיט די פילסטע מאס ריספעקט און ח''ו מצער זיין אדער מזלזל זיין.

ווען מ'רעדט פאר א ציבור איבער אזא סיטואציע איז א גרויסע אחריות קלאָר צו מאכן די פּרטים און נישט שיסן א סטעיטמענט אז מ'דארף נישט פאלגן פינטל.

למשל: ... אויב עלטערן שטעלן זיך אקעגן און האלטן אפ פון מופן, זאל מען זיך דורכרעדן מיט א קליגן איד אדער א רב וויזוי עס צו באהאנדלען.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”