שידוכים קריזיס, הארטע נאמבערס: רעדוקציע פון 12.5% שידוכים געשלאסן YTD אנטקעגן פאריאר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:44 am

נפש׳ל האט געשריבן:היינט באשטייט די ישיבה פון ארום 60 בחורים, פון בינונים אין ארויף ביז גאר ספעציעלע מציינים וואס גרויסע ישיבות קענען זיך פארשטעקן,

יעדער איז וועלקאם, זיי געבן זיך אפ מיט יעדן בחור ווי א בן יחיד,


די ענפערסט אליינס די תירוץ זיי נעמען נאר אריין וועמען זיי ווילן, זיי מיזן נישט אריין נעמען קיינעם משא''כ קווינס אדער דער נייע ישיבה וועט זיין מחיוב אריננצונעמען אנדערע סארט בחורים אויך, אפשר נישט אזוי סאך ווי שיעור ד' אין ק''י אבער גענוג פראבלעמען
איך אליינס ווייס איך פון כמה בחורים וואס זיי האבן נישט אנגענומען דארט, בחורים וואס זענען נישט שוואכע פון בינונים

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4028
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:01 am

די מאנטרעאלע ישיבה און שיעור ד' אין ק"י זיינען נישט קיין פערגלייך. זיי זיינען מעיקרא געבויעט אויף גאר אנדערע סטאנדארטן (מ'האמיר בעזוכט ביידען)
מאנטרעאל איז מער באזירט אויף צו פארשעצן מיט לימודים, הגם אויף א לייכטערן פערנעם. בעת שיעור ד' אין ק"י האט אויך גאר א שטארקע באזע פון טוב תורה עם דרך ארץ
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:43 am

נפש׳ל האט געשריבן:כ׳ווייס נישט וואס דא איז דא צו דעבאטירן,
פאר פונקט פיר מיט א האלב יאר צוריק האבן זיך צאם גענומען אפאר (36) בחורים אין ג׳עפענט א ישיבה אין מאנטריאל,
ישיבה תורת משה ד׳סאטמר - סניף בית, דעזיגנירט פאר בחורים פון 19 יאר אין העכער, זיי האבן אויפגענומען א ראש ישיבה, גדינגען א וועירהאוז, אין די בחורים זענען געווען מער ווי גליקלעך,
למעשה איז די ישיבה אסאך אדורך, היינט באשטייט די ישיבה פון ארום 60 בחורים, פון בינונים אין ארויף ביז גאר ספעציעלע מציינים וואס גרויסע ישיבות קענען זיך פארשטעקן,
די ישיבה איז עומדת על תילה בעיר מאנטריאל רבתי, יעדער איז וועלקאם, זיי געבן זיך אפ מיט יעדן בחור ווי א בן יחיד,
ווער ס׳האט נאר גערעדט אמאל מיט א בחור פון דארטן, ווייסט וואס איך מיין, אזא מין חן, א צופרידנקייט,
ניין! נישט נאר א שידוך וועט העלפן דעם בחור, אביסל ווארעמקייט, חיזוק, מוסר, אפילו פון פארלאנגען האט מען סיפוק, א בחור איז די זעלבע humen being ווי יעדער איינער,
די גשמיות איז ווייט פון מענטשליך אפילו, אבער יעדער איז צופרידן, שמייכעלדיג,
שידוכים איז בכלל נישט די נושא,

"זיי האבן אויפגענומען א ראש ישיבה, געדינגען א וועירהאוז"

א-ווי זענען זיי מציעות'דג פלאצירט?
סע איז דא אן אפיציעלער אדרערס?

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

נייע נארמאל? 40% פון 20 יעריגע היימישע בחורים זענען נאך נישט חתנים.

תגובהדורך חדשות » זונטאג נובעמבער 04, 2018 12:27 am

40% פון 20 יעריגע היימישע בחורים זענען נאך נישט חתנים. דאס איז די שטוינענדע רעיאליטעט. פאר א יאר האבן נאך מאנכע דא געשריגן עס איז נישטא קיין קריזיס, אייביג אזוי גווען, עס איז א קליינע פראצענט נאר דער ציבור איז פשוט גרעסער און נאך אזוינע טענות שוא למיניהם.

סא איז צייט צו געבן א קוק אויך די טרוקענע נאמבערס און זיך איבערצייגן. איז אזוי, שיעור ד' אין קווינס וואס די בחורים זענען יעצט 20 אין דורכשניט האלט בערך ביי 60% חתנים. דאס מיינט גאנצע 40% זענען נאך נישט קיין חתנים, כמעט איינס פון יעדע צוויי.

אז איינער וויל פארקויפען אז עס איז אייביג אזוי גווען, לאז ער אייך ליבערשט פארקויפן דעם ברוקלין בריק. איך בין נישט היינט געבוירן. "אמאל", פאר 30 יאר צוריק איז כמעט יעדער נארמאלער דורכשניטלעכער סאטמערער בחור א חתן געווארן פאר די 20. עס איז גווען וואס האבן זיך געמוטשעט, שוואכערע בחורים, צובראכענע שטובער, וכדומה. אבער די נארמאלע בחורים פון נארמאלע שטובער האט מען זעלטען געהערט אריבערשפרייזן די 20. היינט, איז אן אנדערע וועלט.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג נובעמבער 04, 2018 12:37 am

פאר איינער נעמט זיך פארדרייען א קאפ, פארוואס נוץ איך אינפא פון קווינס דוקא? דער תירוץ איז ווייל דארט איז די דעטע אפען פאר יעדעם. אדרבה אויב האט איינער דעטע פון אנדערע פלעצער זאל עס ביטע לייגן.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:06 am

צו וואס פעלט אויס א נייער אשכול?

viewtopic.php?f=3&t=37220
I won the Election

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:15 am

יא עס איז זיכער אז עס איז דא היינט אסאך אסאך מער אלטע בחורים ווי אמאל נאמבער'ס קען איך נישט זאגען אבער אסאך מער ווי אמאל נא אפשר לייגט זיך דער עולם מער אריין אין לזווג
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:23 am

50 פראצענט פון 25 יעריגע בחורים זענען נאך נישט קיין חתנים, אוודאי ווייל ס'נישטא נאר געציילטע אזעלכע בחורים.

דער פותח ... אביסל מיט היסטאריע.. פאר 20 30 יאר צוריק איז געווען נארמאל א 20 יעריגע בחור. היינט נישט.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:39 am

בראשית ברא האט געשריבן:50 פראצענט פון 25 יעריגע בחורים זענען נאך נישט קיין חתנים, אוודאי ווייל ס'נישטא נאר געציילטע אזעלכע בחורים.

דער פותח .... אביסל מיט היסטאריע.. פאר 20 30 יאר צוריק איז געווען נארמאל א 20 יעריגע בחור. היינט נישט.

איך ווייס נישט פון וועלכע קרייזען בחורים איר רעדט

אבער עס איז פשוט נישט געווען קיין סך 20 יעריגע בחורים...בכלל דעמאלס

טאמער רעדט איר פון סאטמאר איז ישיבות גבוה געגרינדעט געווארן פאר בחורים 21+ תש"ס , סאטמאר נאך געווען יענע יאר אינאיינעם

און עס איז געווען קוים בחורים

און יא א 20 יעריגע בחור דאן אין סאטמאר איז געווען א פלעק שאין כדוגמתו גארנישט ווייניגער ווי היינט אפשר נאך אסאך ערגער

איך רעדט פון פאקטן ..בקיצור אפשר רעדט איר פון א אנדערען קרייז

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:23 am

ווייסע זאקן האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:50 פראצענט פון 25 יעריגע בחורים זענען נאך נישט קיין חתנים, אוודאי ווייל ס'נישטא נאר געציילטע אזעלכע בחורים.

דער פותח ביעסט אביסל מיט היסטאריע.. פאר 20 30 יאר צוריק איז געווען נארמאל א 20 יעריגע בחור. היינט נישט.

איך ווייס נישט פון וועלכע קרייזען בחורים איר רעדט

אבער עס איז פשוט נישט געווען קיין סך 20 יעריגע בחורים...בכלל דעמאלס

טאמער רעדט איר פון סאטמאר איז ישיבות גבוה געגרינדעט געווארן פאר בחורים 21+ תש"ס , סאטמאר נאך געווען יענע יאר אינאיינעם

און עס איז געווען קוים בחורים

און יא א 20 יעריגע בחור דאן אין סאטמאר איז געווען א פלעק שאין כדוגמתו גארנישט ווייניגער ווי היינט אפשר נאך אסאך ערגער

איך רעדט פון פאקטן ..בקיצור אפשר רעדט איר פון א אנדערען קרייז

אפשר קענסטו ברענגען פרוף אויף דיינע פאקטן?

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:28 am

ווייסע זאקן האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:50 פראצענט פון 25 יעריגע בחורים זענען נאך נישט קיין חתנים, אוודאי ווייל ס'נישטא נאר געציילטע אזעלכע בחורים.

דער פותח ביעסט אביסל מיט היסטאריע.. פאר 20 30 יאר צוריק איז געווען נארמאל א 20 יעריגע בחור. היינט נישט.

איך ווייס נישט פון וועלכע קרייזען בחורים איר רעדט

אבער עס איז פשוט נישט געווען קיין סך 20 יעריגע בחורים...בכלל דעמאלס

טאמער רעדט איר פון סאטמאר איז ישיבות גבוה געגרינדעט געווארן פאר בחורים 21+ תש"ס , סאטמאר נאך געווען יענע יאר אינאיינעם

און עס איז געווען קוים בחורים

און יא א 20 יעריגע בחור דאן אין סאטמאר איז געווען א פלעק שאין כדוגמתו גארנישט ווייניגער ווי היינט אפשר נאך אסאך ערגער

איך רעדט פון פאקטן ..בקיצור אפשר רעדט איר פון א אנדערען קרייז

תש"ס רעדסטו??..
מ'האט טאקע נישט געדארפט אמאל קיין גבוה'ס שמוה'ס. ס'איז געווען א נארמאלע זאך. א בחור פון 20 21 האט געלערנט געהעריג אין ישיבה ווי אלע בחורים.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:46 am

שאץ מאץ האט געשריבן:ווי זענען די שדכנים??? / ט.ב. שאץ מאץ
........

די שידוכים סטעדש איז זייער אינטרעסאנט און ס'איז גאר קורץ, עס הייבט זיך אן ביי די 18 מיט אפאר חדשים און עס ענדיגט זיך ביי ניינצן און דריי פערטל, דאס מיינט אז ווען א טאטע צעגערט אביסל ער טראכט און באטראכט נאך און צווייפלט אביסל וועגן א שידוך, גייט ער אראפ פון טיש, ס'ווערט א פלעק, ווייל מענשטן הייבן שוין אן צו פרעגן וואס גייט פאר מיט דעם בחור צו וואס איז ער געווארן עלטער? אלא מאי ס'איז נישט גוט..., (ממש אזוי גייען די השערה'ס אויף מענטשן...) און ווי נאר דער בחור ווערט כמעט 20, גייט ער אינגאנצן אראפ פון טיש די שדכנים הערן אויף צו רופן, דא ווערן שוין די עלטערן נערוועז און מ'טוט געאיילטע שריט, איין שריט איז צו רופן דעם שדכן און זאגן בזה"ל אז דו טרעפסט מיר א שידוך קריגסטו 5 אלפים, נו פאר פינעף אלפים לוינט זיך צו ארבעטן, דער שדכן ארבעט אויף קעס און אויף כלים ביז ער טרעפט א שידוך, און עכ"ז קען ער נישט טרעפן דאס בעסטע ווייל דער בחור איז שוין אביסל אלט (ווי אלט? וואס הייסט?, כמעט 20....)

קומט אויס אז די שדכנים ווערן צוריסן, פון איין זייט וויל דער שדכן טון די געהעריגע שידוכים משדך זיין די 18 אהאלב יעריגע, פון די אנדערע זייט האט ער די נערוועזע עלטערן פון די פבראלעמאטישע קינדער (העכער 20) וואס זאגן אים צו 5 אלפים, און הלכה בידוע בישראל אז געלט רעדט, ווערט ער צוריסן אין צווייען, ער האט פרעשור פון די פראבלעמאטשע, און זיין אייגענע רצון איז צו טון געהעריגע שידוכים, נו ווער וויל דען א צוריסענע פרנסה, דעריבער פרעגן די צורייסער'ס צוריסענערהייט "ווי זענען די שדכנים"???...

ווידער איז דא א שריט וואס עלטערן טוען געאיילט, אז מ'כאפט פון וואס ס'איז דא יעצט אויפן טיש, מ'ווערט נערוועז אז דער בחור וועט......


viewtopic.php?f=3&t=6515

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:08 am

עס איז באמת א פראבלעם אז היינט קוקט מען שוין אן א בחור פין 19 20 ווי א אלטע בחור ווען באמת איז ער נאך עכט יונג אין ווייסט אפילו נישט וואס פליט איים
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 5:13 am

די רעכענסט נישט אלע בחורים וואס האבן שוין חתונה געהאט

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג נובעמבער 04, 2018 5:44 am

חדשות האט געשריבן:40% פון 20 יעריגע היימישע בחורים זענען נאך נישט חתנים. שיעור ד' אין קווינס וואס די בחורים זענען יעצט 20 אין דורכשניט האלט בערך ביי 60% חתנים. דאס מיינט גאנצע 40% זענען נאך נישט קיין חתנים, כמעט איינס פון יעדע צוויי.

די רעכענסט נישט אלע 20 יעריגע בחורים וואס האבן שוין חתונה געהאט!!!!

בבל
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 04, 2018 7:50 am

פין איינעם האב איך געהערט אז ביי די ליטווישע קרייזן איז דא א פראבלעם מיט עלטערע מיידלעך און ביי חסידישע מיט עלטערע בחורים אפשר קען מען זיך אנהייבן זיך משדך זיין חסידישע מיט אשכנזים.... איבערהויפט אויב די בחור איז א למדן למדן מיט א ליטווישער אמעריקאנער למד.
אפשר א ווייטאגליכע פונט אז א געוויסע פראצענט עלטערן זיכן ביי א שודוך א מחותן( כבוד )אנשטאט זיכן די תכלית פינעם קינד פארקויפט מען די קינדער פאר די אייגענע כבוד

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 7:59 am

חדשות האט געשריבן:40% פון 20 יעריגע היימישע בחורים זענען נאך נישט חתנים.


אפשר ווייסט איר אויך די נומבערס ביי די ווייבער שול, כ'האב געהערט אז עס איז די זעלבע קריזיס ביי זיי אויך, איז דאס אמת?

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:13 pm

moishy56 האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:40% פון 20 יעריגע היימישע בחורים זענען נאך נישט חתנים. שיעור ד' אין קווינס וואס די בחורים זענען יעצט 20 אין דורכשניט האלט בערך ביי 60% חתנים. דאס מיינט גאנצע 40% זענען נאך נישט קיין חתנים, כמעט איינס פון יעדע צוויי.

די רעכענסט נישט אלע 20 יעריגע בחורים וואס האבן שוין חתונה געהאט!!!!

דו האלטסט טאקע אז איך בין נישט מיט אלעמען... און איך רעכן נאר די וואס האבן נישט חתונה געהאט???

אודאי רעכן איך דעם גאנצען עיזש וואס איז אריינגעקומען אין שיעור א', און פון דעם וויפיל פראצענט זענען שוין חתנים אדער חתונה געהאט און וויפיל פראצענט זענען עומדים ומצפים.

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:26 pm

מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:38 pm

moishy56 האט געשריבן:מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

שיעור ד' בחורים זענען שוין "יעצט" 20 אין דורכשניט. זומער זמן וועלן זיי זיין 20 און א האלב אין דורכשניט.

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:48 pm

חדשות האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

שיעור ד' בחורים זענען שוין "יעצט" 20 אין דורכשניט. זומער זמן וועלן זיי זיין 20 און א האלב אין דורכשניט.

מיין צווייטע קאזין ווערט 20 דעם זומער [תמוז]..
געהערט ער אין שיעור ג׳, אדער שיעור ד'?

חדשות
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:58 pm

moishy56 האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

שיעור ד' בחורים זענען שוין "יעצט" 20 אין דורכשניט. זומער זמן וועלן זיי זיין 20 און א האלב אין דורכשניט.

מיין צווייטע קאזין ווערט 20 דעם זומער [תמוז]..
געהערט ער אין שיעור ג׳, אדער שיעור ד'?

און מיין ערשטע קאזין איז געווארן סיון 20, ווי געהערט ער שיעור ד' אדער שיעור ה'?

עס זעט אויס ווי דו פראבירסט דיין לאק, דערנאך וואס דיין געניאלען הסבר אז איך רעכן נישט די וואס האבן חתונה געהאט, האט זיך ארויסגעוויזן אלס לעכערליך.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 11:47 am

moishy56 האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

שיעור ד' בחורים זענען שוין "יעצט" 20 אין דורכשניט. זומער זמן וועלן זיי זיין 20 און א האלב אין דורכשניט.

מיין צווייטע קאזין ווערט 20 דעם זומער [תמוז]..
געהערט ער אין שיעור ג׳, אדער שיעור ד'?

ווענדט זיך ווי ער לערנט...

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 12:49 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

שיעור ד' בחורים זענען שוין "יעצט" 20 אין דורכשניט. זומער זמן וועלן זיי זיין 20 און א האלב אין דורכשניט.

מיין צווייטע קאזין ווערט 20 דעם זומער [תמוז]..
געהערט ער אין שיעור ג׳, אדער שיעור ד'?

ווענדט זיך ווי ער לערנט...

אין קווינס

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 12:55 pm

moishy56 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מ׳האט יעצט אנגעהויבן די יאר.
שיעור ד' בחורים זענען שוין 20, אדער זיי גייען ווערן 20 במשך תשע״ט??

שיעור ד' בחורים זענען שוין "יעצט" 20 אין דורכשניט. זומער זמן וועלן זיי זיין 20 און א האלב אין דורכשניט.

מיין צווייטע קאזין ווערט 20 דעם זומער [תמוז]..
געהערט ער אין שיעור ג׳, אדער שיעור ד'?

ווענדט זיך ווי ער לערנט...

אין קווינס

דאן איז ער לכאורה שיעור ד'


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, אור מופלא און 7 געסט