אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - חתן מתנות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - חתן מתנות

1) ווייניגער ווי ביז יעצט, גאלד פלעיטעד זייגער, בעכער ביז 500$, קלענערע ש"ס, מנורה 17 אינטשעס ביז 1000$
42
65%
2) אזוי ווי ביז יעצט, עכט גאלדענע זייגער, 800$ בעכער, מנורה 26 אינשטעס, ש"ס
12
18%
3) צולייגן אתרוג פושקע
4
6%
4) צולייגן טור שולחן ערוך
2
3%
5) צולייגן מגילה
5
8%
 
סך הכל שטימען: 65

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

משה כספי האט געשריבן:מיין מיינונג
פאלטשע זייגער - רוב מענער ברויכן נישט קיין צירונג
נארמאלע מנורה - מוז נישט זיין הויעך אבער נארמאל שיין איז פאר א טויזנטער נישטא
שיינע בעכער - מען נוצט דאס יעדע וואך און ביידע האבן הנאה און ברענגט א עונג שבת
נישט קיין אתרוג פושקע - מען נוצט דאס ס"ה די ערשטע טעג יו"ט און האט סתם נישט קיין פשט, אויב עפעס איז א האניג האלטער מער ווערטפול און נוצבאר
ישיבה סייז ש"ס - פראקטישער און באטעמטער
צולייגן האט ביידע און קאסט נישט ווי צוויי, עס איז באמת א נוצבארע מתנה

מגילה - א הערליכע מתנה אבער פאר נאך די חתונה - עס איז נאכנישט קיין מוז און אויך נישט קיין געוועזענע מוז, מען טאר נישט צולייגן נאך הוצאות

דיסקלעימער. איך גלייך זייער זילבער ווי אויך האלט איך אז אדער געבן אינגאנצן ביליג (וואס דערנאך פארגינט מען זיך א נארמאלע) אדער געבן סטאנדארט, אינמיטן איז נישט אהער און נישט אהין

מנורה: יעצט איז נישט דא ווייל די מאללס ברענגען עס נישט אריין, כדי מען זאל צאלן וואס מער, די רגע וואס עס וועט זיין א פארלאנג וועלן זיי אריינברענגען ווי שענערע מען זאל קויפן ביי זיי.
בעכער: עס איז אסאך באקוועמער און פראקטישער א בעכער וואס מען קויפט פאר א בר מצוה בחור, טאקע ווייל מען ניצט עס יעדע וואך זאל מען סטאפן מיט די משוגעת פון שיסלעך אנשטאט טאצן, און כוס של אלי' אנשטאט א בעכער וואס גייט אן אז מען טרינקט אויס יעדע וואך רוב כוס וואס איז מער מהודר.
אנדערע זאכן האלט איך פינקט ווי דיר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פארטראכטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:כ@משה כספי.

איך וויל נאר מוסיף זיין, אז געבן א טור/ שלחן ערוך איז זייער א וויכטיגע זאך לענ"ד, צוליב וואס זייער אסאך יונגעלייט וועלן זיך עס נישט אליינס קויפן און סאיז וויכטיג אז עס זאל זיך געפונען א שולחן ערוך אין יעדע אידישע שטוב!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך האלט מען זאל גארנישט שניידען סאיז שוין אזוי אויך ווייניג, אבער לגבי אתרוג פושקע האב איך געוואלט באטאנען אז סאיז שוין היינט דא גענוג שיינע סטיילס נישט פון זילבער פאר מעסיגע פרייזן
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
איך בין א יואלי
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יואלי »

איך האב געשטימט פאר 2 אבער די חלק פונעם זייגער שטימט נישט ווייל לויט מיין אינפארמאציע געט שוין כמעט קיינער נישט קיין עכט גאלדענע זייגער פאר א חתן מילא איז עס נישט ווי ביז יעצט
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

פארטראכטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:כ@משה כספי.

איך וויל נאר מוסיף זיין, אז געבן א טור/ שלחן ערוך איז זייער א וויכטיגע זאך לענ"ד, צוליב וואס זייער אסאך יונגעלייט וועלן זיך עס נישט אליינס קויפן און סאיז וויכטיג אז עס זאל זיך געפונען א שולחן ערוך אין יעדע אידישע שטוב!

די פראבלעם איז אז סנישטא ווי עס צי האלטן און די פיצי דירות
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

פארוואס איז אזוי וויכטיג עס זאל זיין א סעט שלחן ערוך אין יעדע אידישע הויז? פארוואס ברויך דער עווריזש אינגערמאן האבן א חושן משפט ביי זיך אינדעארהיים ?

אויף אורח חיים איז דא א שיינע חיבור פונעם חפץ חיים ז"ל, ס'הייסט משנה ברורה, אסאך גרינגער פאר א געווענליכע אינגערמאן צו נאכקוקן א הלכה דערינען. אויף יורה דעה איז אויך דא שיינע חיבורים סיי אויף בשר בחלב סיי אויף חלק ב', פעלט בכלל נישט אויס צו האבן א גרויסן סעט מיט טור און שו"ע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

[offtopic]וואלטן אינגעלייט ווען טועם געוועזן די נועם זיו התורה וואס ליגט בעהאלטן אינעם לשון פון הייליגן טור ונושאי כליו און אינעם שו"ע ונושאי כליו וואלטן זיי ווען זיי נישט אזוי געשריבן.

אכשר דרא?[/offtopic]
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

וואו קומט דאס יעצט דא אריין ? איך רעד פונעם מציאות, וויפיל פראצענט אינגעלייט קוקן נאך א הלכה אינעווייניג אין שלחן ערוך ?

קען ס'איז א פראבלעם אבער ווען אן עוורידזש אינגערמאן האט א שאלה אין הלכות מוקצה נעמט ער נישט ארויס דעם טור שלחן ערוך, ער וועט ענדערש נאכקוקן אין משנה ברורה, העכסטנס אין מקדש השבת פון הרב הארפענעס. פארוואס אין דער וועלט דארף יעצט דער מחותן ספענדן נאך א טויזנטער פאר א סעט וואס ווערט נישט באנוצט ?
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

להודיע האט געשריבן:וואו קומט דאס יעצט דא אריין ? איך רעד פונעם מציאות, וויפיל פראצענט אינגעלייט קוקן נאך א הלכה אינעווייניג אין שלחן ערוך ?

קען ס'איז א פראבלעם אבער ווען אן עוורידזש אינגערמאן האט א שאלה אין הלכות מוקצה נעמט ער נישט ארויס דעם טור שלחן ערוך, ער וועט ענדערש נאכקוקן אין משנה ברורה, העכסטנס אין מקדש השבת פון הרב הארפענעס. פארוואס אין דער וועלט דארף יעצט דער מחותן ספענדן נאך א טויזנטער פאר א סעט וואס ווערט נישט באנוצט ?

איך גלייב נישט אז די מיינסט עס ערנסט אבער אויב יא ברויך מען עמערזשענסי יונגעלייט תקנות
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

להודיע, משא"כ די זלבערווארג דאס נוצט מען טעגליך? כ'הער.

א רחמנות אויף ווער עס פארשטייט נישט אז די פראכט און שיינקייט פון א אידישע שטוב זענען דייקא די ספרי קודש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:בעכער: עס איז אסאך באקוועמער און פראקטישער א בעכער וואס מען קויפט פאר א בר מצוה בחור,..., און כוס של אלי' אנשטאט א בעכער וואס גייט אן אז מען טרינקט אויס יעדע וואך רוב כוס וואס איז מער מהודר.
אנדערע זאכן האלט איך פינקט ווי דיר

ווי איז די מקור צו דעם אז ס'איז דא א ענין און גאר מער מהודר צו טרינקן רוב כוס?

ביי קידוש איז די שיעור מלא לוגמיו.
ביי הבדלה און בענטשן קומט צו טרינקן א רביעית.
ביי ד' כוסות איז די איינציגסטע פלאץ וואס ס'איז דא א מושג פון רוב כוס, און דארט איז גראדע כל הכוס מער מהודר...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

farshlufen האט געשריבן:להודיע, משא"כ די זלבערווארג דאס נוצט מען טעגליך? כ'הער.

א רחמנות אויף ווער עס פארשטייט נישט אז די פראכט און שיינקייט פון א אידישע שטוב זענען דייקא די ספרי קודש.

א מגילה האלטער, אן אתרוג פושקע און אנדערע טשאטשקעס איז טאקע אן אומרעכט צו קויפן.

א רחמנות אויף ווער עס פארשטייט נישט אז דעם טאטן'ס בלוטיגע געלט דארף נישט גיין צו באשיינען דעם איידעם'ס הויז מיט חפצים וואס וועט נישט באנוצט ווערן, נאר אויף דיספלעי.

כמובן, אז ווען עס האנדלט זיך פון א בחור א ריכטיגער תלמוד חכם איז אלעס אנדערש, איך רעד איך אלגעמיין, 85 פראצענט פון אונזער יונגט ברויך דאס נישט האבן. אז ער וויל באשיינען זיין שטוב מיט ספרי קודש, זאל ער מוחל זיין דאס טון נאך די חתונה.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אוי אוי,
ווי אזוי קען מען ערווארטן קינדער תלמידי חכמים, אז אין שטוב איז אפילו קיין טור ושולחן ערוך נישט פאראן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראספשע האט געשריבן:אוי אוי
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

און אז מען רעדט פון אתרוג פושקעס, האבעך מיר אוועק געלייגט דעם זיידנ'ס אתרוג פושקע וואס ער האט געקריגן פונם שווער זיינם, א צירקע זיבעציג אכציג יאר צוריק, זיין שווער האט אפגעקויפט א מעשענע קליין-געלט פושקע פונם בארוועסיגן אראבישער פעדלער אין אלט שטאט ירושלים, עס אפגעזילבערט, ארויף געלייגט דערויף א זייגער הענטל, און והיה עס איז געווארן א 'אתרוג פושקע'.....
למען יעמדו ימים רבים למשמרת, צו ווייזן אמאל מיינע אייניקלעך, ווען ס'העט שוין זיין אין סטייל צו קויפן א ריזיגע צען פונטיגע זילבער טראנק צו האלטן דערינען א צען-גראם-וואגיקן אתרוג'ל.....
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ראספשע האט געשריבן:אוי אוי,
ווי אזוי קען מען ערווארטן קינדער תלמידי חכמים, אז אין שטוב איז אפילו קיין טור ושולחן ערוך נישט פאראן?

אה. האמיר שוין נאך א חינוך מעטאד פאר די דערנעבענדיגע חינוך אשכול. דער אבי הכלה זאל קויפן א טייערע סעט טור שו"ע פאר זיין תכשיט איידעם... אט אזוי קען מען ערווארטן קינדער תלמידי חכמים... #אוי אוי
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

להודיע האט געשריבן:

ס'יז דא א חיוב 'חינוך' אויף איידימער?
ניש געוויסט
סארי, כ'האב אבער נישט דערמאנט קיין אות אחת איבער חינוך,
#שמועס פארדרייט, און איר טרייבט סתם קאטאוועס,
דא איז דער מדובר וואס איז נויטיג אין א יודיש הויז און וואס נישט
אז איר רעדט פון אן איידעם 'א תכשיט' בלשון סגי נהור, וועט ער דאך אין קיין משנה ברורה אויך נישט אריין קוקן...
איר זענט מחולק?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובה דורך סיז מסודר »

ראספשע האט געשריבן:

דא איז בכלל נישט די מדובר וואס איז נויטיג אין א אידיש הויז, דא איז די מדובר מיט וואס מקען מחייב זיין אלע צוקונפטיגע מחותנים. חמשה חומשי תורה האלטסטו אויך אז די מחותן דארף קויפן?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי

סיז מסודר האט געשריבן:

אויב קויפט ער א אתרוג פושקע, און א מנורה, און א סעט מחזורים, און א קאוטש און א רוקן קראצער, זאל ער קויפן א חמשה חומשי תורה אויכעט...
פארוואס פארשטסייטע אז א מנורה דארף מען עם יא קויפן און א שולחן ערוך נישט [אויב דער איידעם איז א בן תורה]?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

ברענגסט דאך זייער גוט ארויס אז מקויפט בכלל נישט וואס איז וויכטיג אין א אידיש הויז, והא ראיה א אתרוג פושקע, קאוטש, רוקן קראצער זענען נישט וויכטיג. מקויפט עס נאר ווייל דעס איז די סטענדערט, און פארדעם דארף מען טאקע אראפקנאקן די סטענדערט ביז אונטן און אראפשניידן די הוצאות פון ווי מקען נאר און נישט קויפן קיין קאוטש, רוקן קראצער, טור, חומש
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

סיז מסודר האט געשריבן:ברענגסט דאך זייער גוט ארויס אז מקויפט בכלל נישט וואס איז וויכטיג אין א אידיש הויז, והא ראיה א אתרוג פושקע, קאוטש, רוקן קראצער זענען נישט וויכטיג. מקויפט עס נאר ווייל דעס איז די סטענדערט, און פארדעם דארף מען טאקע אראפקנאקן די סטענדערט ביז אונטן און אראפשניידן די הוצאות פון ווי מקען נאר און נישט קויפן קיין קאוטש, רוקן קראצער, טור, חומש

סאו, וואס יא און וואס נישט?
מען קען אים אוישטאפירן אזוי ווי א בחור אין ישיבה, און דאס נאר פונם טאטן, דער מחותן זאל אים 'גארניקס' געבן אויסער זיין טאכטער [אזוי ווי בתואל האט גארנישט געגעבן פאר זיין איידעם יצחק, און לבן הארמי האט אויך גארנישט געגעבן בחנם, נאר גענומען פונם איידעם טאפ דאללער אים אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפן, כידוע מספר קטן הנקרא 'חומש']
וואס ער וועט דארפן זאל ער זיך נאכדעם קויפן..
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

ראספשע האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:ברענגסט דאך זייער גוט ארויס אז מקויפט בכלל נישט וואס איז וויכטיג אין א אידיש הויז, והא ראיה א אתרוג פושקע, קאוטש, רוקן קראצער זענען נישט וויכטיג. מקויפט עס נאר ווייל דעס איז די סטענדערט, און פארדעם דארף מען טאקע אראפקנאקן די סטענדערט ביז אונטן און אראפשניידן די הוצאות פון ווי מקען נאר און נישט קויפן קיין קאוטש, רוקן קראצער, טור, חומש

סאו, וואס יא און וואס נישט?
מען קען אים אוישטאפירן אזוי ווי א בחור אין ישיבה, און דאס נאר פונם טאטן, דער מחותן זאל אים 'גארניקס' געבן אויסער זיין טאכטער [אזוי ווי בתואל האט גארנישט געגעבן פאר זיין איידעם יצחק, און לבן הארמי האט אויך גארנישט געגעבן בחנם, נאר גענומען פונם איידעם טאפ דאללער אים אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפן, כידוע מספר קטן הנקרא 'חומש']
וואס ער וועט דארפן זאל ער זיך נאכדעם קויפן..

דו האלטס טאקע אז איך בין מחיוב צו גיין נאך געלט און ארומלויפן שנארן יעדעס מאל איינע פון מיינע ברידערס אדער שוואגערס מאכן חתונה, כדי זיי זאלן קענען קויפן פארן ת"ח איידעם א טור שולחן ערוך? וויפיל פראצענט מענטשן האבן די עקסטערע פאר מאות ביים חתונה מאכן? 10%?
פרעגסטו וואס יא און וואס נישט. דאס איז זיכער אז סאיז גענוג ביטער וויאזוי סאיז, און צולייגן מתנות מיינט מחייב זיין די עסקנים און גוטע אידן מיט נאך א הוצאה

אלס 'חיוב' אויס ביזטו גאר נישט מחויב!
אויך ביזטו נישט מחויב צו געבוירן מער ווי איין יונגל און איין מיידל, אלס קיום מצות פריה ורביה, אויב קענסטו נישט אפארדן מער
רעדט מען דען פון אונסים און פטורים?
מען רעדט דא וואס גייט אריין בגדר 'נארמאל' צו מאכן 'תקנות' דערויף
אויב רעדסטו פון 'הכרח' און וואס מען 'מוז', איז אזוי:
מוזן מוז מען נאר לעבן אדער שטארבן,
חתונה מאכן איז א מצוה ווי אלע מצות, וואס מען איז :נישט" מחויב צו מבזבז זיין מער ווי א שליש, און בארגן דארף מען נאר אויף מצות נר חנוכה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ער רעדט דאך לגבי געבן הכנסת כלה פאר א צווייטן.

אייגענטליך, ע"פ הלכה דארף מען פאר יענעם געבן און צוזאמענשטעלן פון בעסטן און שענסטן ואפילו סוס לרכוב עליו.

פאר זעך, דא קענסטו שפארן וואס דו ווילסט, מעגסט אפילו חתונה מאכן ביי דיר אין בעקיארד, און נוצן פוירניטשור וואס א צווייטער האט געשטעלט פאר די סעניטעישאן אפצונעמען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”