פורניטשער חתונה תקנות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
פורניטשער חתונה תקנות
אזוי וואו אינעם תקנות מהר״א אשכול פירט זיך א דיסקאסיע איבער פורניטשער תקנות איז צייט פאר א אנקעטע צו הערן די אמת׳ע דעת הקהל
געהערט עס פאר די עסקנים זיך אריינצונעמען?
דארף מען רחמנות האבן אויף די סוחרים?
איז IKEA א גוטע אפציע?
זאל די פארפאלק אליין קויפן נאכן חתונה?
ביטע שמיסט אויס אייער מיינונג
געהערט עס פאר די עסקנים זיך אריינצונעמען?
דארף מען רחמנות האבן אויף די סוחרים?
איז IKEA א גוטע אפציע?
זאל די פארפאלק אליין קויפן נאכן חתונה?
ביטע שמיסט אויס אייער מיינונג
- לחיים טובים ולשלום
- שר חמש מאות
- תגובות: 627
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
- לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
אין אירופה געבט מען אויס דורכשניטליך $450 א צד, אויף פורניטשער.
מען דינגט א דירה פארן חתן כלה.
די דירה האט שוין געווענטליך אלע פורניטשער וואס מען דארף.
אבער אמאל פעלט א וויכטיגער זאך און די מחותנים קויפן עפעס פון א פשוטע גויאישע פירניטשר סטור ווי ikea וכו'.
כמעט קיינער אין אירופה קויפט נישט קיין זילבער שאפע, אויב די דירה האט א זילבער שאפע, האט ער, נישט איז נישט.

בס"ד
דער קונץ איז נישט צו "אסר'ן" פוירניטשער, נאר מאכן דעם עולם "באקוועם" מיט נישט זוכן אזעלכע פוירניטשער בכלל.
דער קונץ איז נישט צו "אסר'ן" פוירניטשער, נאר מאכן דעם עולם "באקוועם" מיט נישט זוכן אזעלכע פוירניטשער בכלל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
- קענדי'ס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3430
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
- לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס
אגב האט מיר דערציילט א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט אן ערך פון 15/18 יאר צירוק
אז ער האט געזאגט פאר זיינע עלטערן זאלן אים געבען די געלט פון די פורניטשער ציזאמען מיט וואס ער האט געהאט און זיין שטוב האט געהאט
האט ער געהאט 30,000 פאר יענע צייטן איז דאס געווען גענוג פאר א דאון פיעמענט אין מאנסי און דאס איז וואס ער האט געטון
ער האט געקויפט א הויז אין מאנסי און די ערשטע צען יאר האט ער געשלאפען אויף א היי רייזער נאך 10 יאר האט ער געהאט געלט צי קויפן אליינס פורנישטער

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
דער קונץ איז נישט צו "אסר'ן" פוירניטשער, נאר מאכן דעם עולם "באקוועם" מיט נישט זוכן אזעלכע פוירניטשער בכלל.
אויב גייט איר מיט דעם מהלך, וואס איז עס אנדערשט ווי אלע חתונה הוצאות/תקנות?
מען זאגט דאך אינז (שוין יארן) אז מ'קען נישט טראסטען דעם המון עם אליינס אויסצוקלויבן וואס יא און וואס נישט, מ'מיז מאכן תקנות וואס ''אסר'ט'' ווייל אויב נישט קען דער מאן (דער וואס קאווערט די באנר אקואנט און די קרדיט קארד) נישט איינטײַלן אינדערהיים וואס צו ערלויבן און וואס נישט. סא וואס איז דא אנדערשט?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
אדער יא האט געשריבן:איך מיין אז אסר'ן פירניטשער איז ווי אסר'ן סמארטפאון, דאס הייסט א זאך וואס מענטשן זענען צוגעוואוינט צו די באקוועמליכקייט און מ'גייט דאס אוועקרייסן איז נישט קיין אויפטוה, ווייל אז מען געוויינט אן אז מ' פאלגט נישט איז דאס א פריש געבוירענע חסרון
ביטע זייט'שע בעסער מסביר וואס איז עס אנדערשט פון אלע אנדערע זאכן וואס די תקנות האט גע'אסר'ט:
דיימאנד שטיין, מתנות, מגילה, אתרוג פישקע, און נאך
ע''פ שכל איז פורניטשער נאך די גרינגסטע, ווייל די קאפעל באקומט באמת וואס עס קומט זיך זיי, די ניצן ווערט נישט פארמינערט כי הוא זה נישט, מ'נעמט גארנישט צו פון זיי, מ'טוישט נאר צו קויפן נארמאל, וואס די גאנצע וועלט ניצט, און נישט די פאלטשע איינגערעדטע פורנישטער וואס געציילטע ביזנעסלייט האבן ארויפגעצווינגען אויפן ארימען ציבור. ווי שוין באריכות אויסגעשמיעסט אינעם אנדערן אשכול
און צו דיע וואס האבן א שאלה צו דער עולם וועט קאפערירן, אויב האט מען געקענט עס טוען ביי אנדערע זאכן און פרעגן די דעת הציבור, קען מען עס דא זיכער טוען
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
אדער יא האט געשריבן:ביי א פרוי אין קאפ איז די גאנצע מצב אין הויז 'די פורניטשער', ליידער אזוי איז אין אמעריקא, ממילא איז דאס גאר שווער אוועקצונעמען, אין הכי נמי די דיימאנד שטיין איז א דראסטישע זאך.
טעות גמור, ביי א פרוי איז נישט די פורניטשער די גאנצע מצב אין הויז, ביי די אמעריקאנער גוים זיכער נישט, ביי די אמעריקאנער ליטאים זיכער נישט, ביי די אמעריקאנע מאדערנע זיכער נישט, ביי די יוארפעיאישע זיכער נישט, ביז 30 יאר צוריק ביי די חסידים זיכער נישט, ביז עס זענען געקומען די געציילטע ביזנעסלייט און געמאכטע גוטע אדווערטייזמענטס. דערנעך זענען געקומען די חתונה מאלס און געבויעט א ביזנעס מאדעל נאר אויף פארקויפן פורניטשער,
(ביז עס איז געקומען 2018 און דער עולם האט זיך אויפגעוועקט און געשריגן גענוג איז גענוג. דארטן האט זיך עס גענדיגט. אויסשניט פון א צייטונג באריכט איבער חתונה תקנות צען יאר ארום)
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אפענע וועלט האט געשריבן:
ביז 30 יאר צוריק ביי די חסידים זיכער נישט,
דשאסט פאר די רעקארד, די פוירניטשור וכו' האלט שוין אן 50 יאר.
דער ערשטער דור נאך מלחמה געבוירענעהאבן שוין באקומען די טייערע פוירניטשער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
- בארואיגט-אייך
- שר האלף
- תגובות: 1278
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
קענסט ארויף גיין צו https://www.ikea.com
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
- בארואיגט-אייך
- שר האלף
- תגובות: 1278
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
הינדרעט פערצענט! אראפ נעמען דעם מעשיגענעם עול הוצאות החתונה פון די עלטערען!
די פראבלעם איז די ווייבער שול.. אבער די רבנים און ראשי ישיבה, קענען און דארפן על פי תורה, זיך שטעלן און די לענג און אין די ברייט דאס איינצופירן! אידיש געלט! רבנים וראשי ישיבה, איכם?
קויפן אייקיע, און די קינדער זאלן זיך אליינס קויפן, נאך די חתונה, איטאליענע, אויב זיי ווילן.
ס'באקאנט די סיפור, אז איינע פון די גרויסע קאמפעניעס וואס מאכן די איטאליענע פירניטשער, זענען אמאל געקומען אויף א באזיך צו אונזערע געגענטער, 11211, 11219, וכדו'
און מיט ווינדער האבן זיי געפרעגט ווי זענען די רייכע פאלאצען? וויבאלד זיי ווייסן אז נאר די פארמעגליכע קויפן די טייערע מעבל, און צו זייער גרויס שאק האבן זיי געזעהן ווי מען וואוינט די אין מייז לעכער אדער אכ''פ קליינע הייזער... ווי זענען די פרוצים וואס קויפן די סארט מעבל! האבן זיי געוואלט וויסן...
WE ARE SICK! SORRY FOR TELLING U THAT... BUT THAT'S THE TRUTH ס'נישט דא קיין שום תרוץ!

- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
קענדי'ס האט געשריבן:איך האב באקומען א דיינונג רום און בעדרום סעט + ספרים שאנק 2 רייע'ס אלעס ציזאמען פאר $10,000 און איך האב נישט חרטה
איך האב חתונה געהאט (נישט מער געדאכט) בערך 5 יאר צירוק
און ס'איז נישט געווען ביי IKEA נאר ביי שטערן'ס אין ב"פ
איך האב אויך נישט חרטה אויף זאכען וואס "יענער" האט מיר געקויפט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
גאלדענע פעדער האט געשריבן:משה צימערינג האט געשריבן:מיין אפיניען
ששששששששששששששששששש זיי שטיל לאמיך רעדן
2 העד בארדס
1 נייט טעיבל
1 דרעססער
נישט קיין ארמויער 1 פראבלעם ס' שטייט אין וועג 2'טע ס'פארטינקעלט זייער די שטוב.
1 טיש
8 בענקלעך
(א קליינע טשיינע קלאזעט אויב זייער וויכטיג)
וזהו
אייקיע אדער איטאליענע ?
If you really want to get your moneys worth buy from the Canadian or USA made.
They are a 100% better from Italian
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מיין נעפוי האט אוסשטאפירט פאר זיין עלצטע קינד IKEA פירניטשער,
#עס זעט אויס זייער נעבעכדיג
מיין ברידער, א שיינע פארדינער, האט נישט אויסשטאפירט זיין עלצטע קינד מיט IKEA פורניטשער, זייט ער האט חתונה געמאכט שטייט ער אין ליין ביים גמ''ח,
#עס זעט אויס זייער נעבעכדיג
הכל יודעים למה אחר החתונה אדם עומד בתור אצל הגמ''ח, אלא המנבל פיו ואומרו וגו'....
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
גאלדענע פעדער האט געשריבן:הינדרעט פערצענט! אראפ נעמען דעם מעשיגענעם עול הוצאות החתונה פון די עלטערען!
די פראבלעם איז די ווייבער שול.. אבער די רבנים און ראשי ישיבה, קענען און דארפן על פי תורה, זיך שטעלן און די לענג און אין די ברייט דאס איינצופירן! אידיש געלט! רבנים וראשי ישיבה, איכם?
קויפן אייקיע, און די קינדער זאלן זיך אליינס קויפן, נאך די חתונה, איטאליענע, אויב זיי ווילן.
ס'באקאנט די סיפור, אז איינע פון די גרויסע קאמפעניעס וואס מאכן די איטאליענע פירניטשער, זענען אמאל געקומען אויף א באזיך צו אונזערע געגענטער, 11211, 11219, וכדו'
און מיט ווינדער האבן זיי געפרעגט ווי זענען די רייכע פאלאצען? וויבאלד זיי ווייסן אז נאר די פארמעגליכע קויפן די טייערע מעבל, און צו זייער גרויס שאק האבן זיי געזעהן ווי מען וואוינט די אין מייז לעכער אדער אכ''פ קליינע הייזער... ווי זענען די פרוצים וואס קויפן די סארט מעבל! האבן זיי געוואלט וויסן...
WE ARE SICK! SORRY FOR TELLING U THAT... BUT THAT'S THE TRUTH ס'נישט דא קיין שום תרוץ!
RT x 1,000,000
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.