דער באנדיט וואס האט געשלאגן מיין טאטע!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
דער באנדיט וואס האט געשלאגן מיין טאטע!
איך וויל מיטטיילן מיטן עולם א שטיקל היסטאריע וואס איך בין דורך אין מיין לעבן,
ווען איך בין געווען אין כיתה ד' אין חדר איז דאן געווען אינעם בנין א מענידשער, ער איז אויך געווען אונזער שכן, ער האט געוואוינט אויף אונזער בלאק פאר בערך 8 יאר, מיין טאטע פלעגט אים זייער אסאך העלפן,
איינמאל ווען מיין טאטע איז געקומען אין חדר עפעס רעדען מיט מיין מלמד האט ער באמערקט ווי דער מענידשער האט געטאן עפעס א נישט ריכטיגע זאך (ער האט שאדן געמאכט פארן חדר) האט אים מיין טאטע מעורר געווען איידלערהייט,
אנשטאט איינצופאקן פאר בישות און פארעכטן וואס ער האט געטוהן האט ער פשוט כמשמעו גענומען די נאסע מאפ און ער האט אריינגעהאקט אין מיין טאטע'ן א צען פופצן געהרגעטע מכות און ער האט אים ארויס געשטיפט פונעם בנין, ליגענדיג אינדרויסן האט דער מענידשער אנגעכאפט די איבערגעבליבענע טאפ גריז און אנגעגאסן מיין טאטע,
מיין טאטע איז געלעגן א שיינע פאר טאג אין בעט פון די מכות,
פארשטייט זיך דער מענידשער האט יענעם טאג פארלוירן זיין פאסטן (נישט באקאנט פונקטליך די פרטים),
יענע צייט איז ארויסגעקומען זיין אמתער פרצוף, מען האט אויסגעפונען אז ער האט באשווינדלט האלב פון זיינע געשוויסטער ועוד ועוד.....
ער פלעגט דערנאך כסדר רודף'ן מיין טאטע וואו ער האט אים נאר געטראפן, אויפן גאס אדער אין סטארס,
אפאר וואכן דערנאך האט זיך דער באנדיט דערזען אן קיין פרנסה האט ער זיך אריינגעלייגט אין קאנסטראקשן,
דעם באנדיטס מזל האט אנגעהויבן בליען (רשע וטוב לו), ער האט געבויט פעסטע זאכן ביז אזוי ווייט אז גרויסע חברה האט אים געהייערט,
איין וואך האב איך געלייענט אויף א נייעס זייטל וועגען דעם בילדער אז ער האט געבויט א געוויסע גרויסע בנין און געמאכט דערויף א שיינע מטבע, מיין בלוט דרוק איז ארויף אויפן העכסטן אז איך האב פשוט זיך גענומען זאגן תהילים אז דער באנדיט זאל נישט האבן קיין הצלחה און אז דער באשעפער זאל זיך שוין אפרעכענען מיט אים,
א טאג שפעטער האב איך געוויזן דעם שטיקל נייעס פאר מיין יונגערע ברודער און ער איז געווארן זייער איבערגענומען פונעם ארטיקל, אז דער איז פיין מצליח און אויך דער אופן וואס דער באנדיט בויט אזש ער האט אנגעהויבן נאכגיין אלע פראדשעקס וואס יענער האט געבויט, און אייביג געלייענט אלע נייעס איבער אים,
ער פלעגט עס ווייזן פאר יעדעם און שמועסן דערפון מיט שפייאכטס אינעם מאל ווי דער בויט פיין און מאכט שווערע מלאנעס (דער איז גראדע געווען גאר קריעיטיוו און ער פלעגט אייביג ציען די העדליינס),
איך האב אים איינמאל אריינגעגעבן א פסק פון דא ביז דארט, היתכן איינער וואס האט אזא היסטאריע מיט אונזער משפחה, מיט אונזער טאטע, ווי קענסטו זיין אזוי פארנומען און זיין העפי מיט זיינע זאכן?? ס'וואלט דיר געדארפט אין קאפ גיין יעדע מאל דו זעהסט זיין נאמען!!
איך האב אים אפי' פארציילט אז איך האב פאריגע וואך געזאגט תהילים אז דער באנדיט זאל אינטערגיין, מיין ברודער האט אזאנס אויסגעשאסן פאר געלעכטער, ער זאגט מיר אז איך בין אייביג געווען אזא פרימער....
________
חברה!!
אונז האמער א טאטע אין הימל, אבינו שבשמים!
ס'איז פארהאן באנדיטן וואס האבן געטאן דאס ארגסטע קעגן אים, ס'דארף זייער זייער וויי טוהן ווען ס'גייט זיי גוט, ס'דארף וויי טוהן ווען מען רעדט פון זיי.......
וזאת למודעי,
איך בין בכלל נישט געקומען מוחה זיין, איך בין ליידער אינעם זעלבן פראבלעם, פשוט א שטיקל התעוררות.
ברכה והצלחה!

די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8808
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
מורא'דיג!
[איין קליינער - ווייטאגליכער -חילוק, דער באנדיט איז אויך א ברודער, א קינד פון אונזער טאטן. דארף אבער זיין א קליינטשיגע פלאץ אין אונזער מוח (נישט אין הארץ) צו האפן און בעטן אז ער זאל זיך איבערבעטן מיט זיין אייגענעם טאטע וועם ער האט אזוי מיאוס צושלאגן.
איך וואלט נישט צוגעלאזט ער זאל האבן די מעגליכקייט פון קומען אפילו נאנט צו אונזער טאטע צו רעדן מיט אים אפילו א אות אחת.
אבער איך קען מיין טאטן, ער איז א גוטער. זייער א גוטער.]

לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג מאי 14, 2018 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8852
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 776
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:מורא'דיג!
[איין קליינער - ווייטאגליכער -חילוק, דער באנדיט איז אויך א ברודער, א קינד פון אונזער טאטן. דארף אבער זיין א קליינטשיגע פלאץ אין אונזער מוח (נישט אין הארץ) צו האפן און בעטן אז ער זאל זיך איבערבעטן מיט זיין אייגענעם טאטע וועם ער האט אזוי מיאוס צושלאגן.
איך וואלט נישט צוגעלאזט ער זאל האבן די מעגליכקייט פון קומען אפילו נאנט צו אונזער טאטע צו רעדן מיט אים אפילו א אות אחת.
אבער איך קען מיין טאטן, ער איז א גוטער. זייער א גוטער.]
ער איז נישט א ברודער און נישט א קינד פון אונזער טאט'ן, ער איז א קינד פון עמלק, אונזער טאטנ'ס גרעסטע שונא. (ר' יוסף חיים ז, סאטמאר רב זצ"ל)
לעצט פארראכטן דורך דער קוטשער אום מאנטאג מאי 14, 2018 5:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען די נמשל איז דייטשלאנד, וואלט עס געשטימט אבער אז מ'רעדט פון א לאנד ווי רוב איינוואינער זענען אידן און זיי זענען ארומגענומען מיט רוצחים וואס ווילן זיי איינשלינגן, איז נאטירליך אז א צווייטע איד זאל זיך אינטערעסירן אין זייער מצב. די ציונים וועלכע האבן אנגערייצט די אראבער זענען טאקע רשעים אבער ס'וואינען אין א"י מיליאנע פרומע און אפילו פרייע אידן (תינוקות שנשבו) וועלכע זענען גענצליך אומשילדיג.
משל למה הדבר דומה, ווען דער איד וועלכע האט געשלאגן דיין טאטע האט א זין וואס אעז דיין שוואגער און די אינטערעסירסט דיך אויף די הצלחה פון דיין שוואגער.
מ'דארף נאר אבאכט געבן נישט צו פארקריכן און זיך פרייען אז די רשעים זענען מצליח; מ'דארף זיך אבער יא פרייען אז די רוצחים האבן א מפלה

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל האט געשריבן:ווען די נמשל איז דייטשלאנד, וואלט עס געשטימט אבער אז מ'רעדט פון א לאנד ווי רוב איינוואינער זענען אידן און זיי זענען ארומגענומען מיט רוצחים וואס ווילן זיי איינשלינגן, איז נאטירליך אז א צווייטע איד זאל זיך אינטערעסירן אין זייער מצב. די ציונים וועלכע האבן אנגערייצט די אראבער זענען טאקע רשעים אבער ס'וואינען אין א"י מיליאנע פרומע און אפילו פרייע אידן (תינוקות שנשבו) וועלכע זענען גענצליך אומשילדיג.
משל למה הדבר דומה, ווען דער איד וועלכע האט געשלאגן דיין טאטע האט א זין וואס אעז דיין שוואגער און די אינטערעסירסט דיך אויף די הצלחה פון דיין שוואגער.
מ'דארף נאר אבאכט געבן נישט צו פארקריכן און זיך פרייען אז די רשעים זענען מצליח; מ'דארף זיך אבער יא פרייען אז די רוצחים האבן א מפלה
דער רבי איז מבאר אז מ'דארף טאקע דאנקען דעם רבש"ע אז ער האט געראטעוועט דעם שארית הפליטה, דעם ערליכן אידנטום, אבער אין די זעלבע צייט מתאונן זיין און וויינען אז ס'איז געקומען אויף אזא אופן מיט אזעלכע נסיונות, דער רבי ברענגט ראיות פון די גמרא אז ס'איז בכלל נישט קיין פרייד אויב א הצלה קומט אויף אזא מין אופן, ווייל דאס ווייזט אז בעונות הדור זענען זיי נישט ראוי צו געהאלפן ווערן דורך דעם צד הקדושה.
זיך פרייען אז די רוצחים האבן א מפלה?יא, ווען טראמפ הרג'עט אדער פארכאפט אייסיס, אבער ווען ס'איז דורך די מדינה? איז אן אנדער מעשה.
יהודי האט געשריבן:א אידיש קינד וואס איז נעבעך אראפ פון דרך. מען דארף מתפלל זיין אז זדי פארבלאנדזשעטע אידן זאלן זיך צוריק קערן צום טאטן אין הימל.
viewtopic.php?f=3&t=33751&p=1620408&hilit=daven#p1620408
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
א גוטן האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט דעם ארטיקל? און אויך פארוואס קומט עס אין די נייעס אשכול?
ביסט א סאטמארע?
כנראה אז נישט!
בכל אופן דער באנדיט לעבט שוין לאנג נישט און האט גארנישט קיין הצלחה, והכל על מקומו יבוא בשלום.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
איינס האט געשריבן:א גוטן האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט דעם ארטיקל? און אויך פארוואס קומט עס אין די נייעס אשכול?
ביסט א סאטמארע?
כנראה אז נישט!
בכל אופן דער באנדיט לעבט שוין לאנג נישט און האט גארנישט קיין הצלחה, והכל על מקומו יבוא בשלום.
איך הער..., בד״ו שכוח ראפאט! Wow
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5681
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אההההההה
כמים קרים על נפש עיפה!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- קראך א גוטס
- שר מאה
- תגובות: 110
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:27 pm
- לאקאציע: מאנסי, ניו יארק
יש"כ ר' ראפאט, צום פינטל אין אזא חשכת הזמן מיט אזויפיל בלבולי המוחות
אפאר הערות פאר די אלע מגיבים שיחיו
ראשית מ'רעדט דא פון אזעלכע באנדיטן וואס האבן נישט נאר געשלאגן אונזער טאטע נאר האלטן אין איין שלאגן, און האבן נאך גרויזאמע פלענער אויסצומעקן יעדעס שם ושארית ולולי ה' שהי' לנו בזכות רבותינו נבג"מ וואלט שוין נישט געבליבן קיין שריד ופליט ה"י.
די סארט ניגון פון קינדער פון איין טאטן און אונזער טאטע איז א גוטער, איז נאך מצער אונזער זיסן טאטן פי כמה, כל מי שאומר הקב"ה ותרן שטייט שרעקליכע לשונות אין חז"ל, דער אייבערשטער איז א גוטער פאר וועל ס'וויל זיין גוט מיט איהם און גלייבט און וויל זיך ווארעמען אין זיין טאטישע גוטסקייט, יהי' מי שיהי' באיזה מצב שהוא נמצא פארלירט ער נישט די ליבשאפט פונעם טאטן, משא"כ אזעלכע רשעי ארץ וואס האבן נאר איין מאטיוו אויסצומעקן און פארלענדען דעם עם הנבחר - שריפת הנשמה וגוף קיים - אויף אסאך א גרויזאמערע פארנעם ווי אוישוויץ רח"ל, ווערן נישט פארררעכנט ווי קינדער פון אונזער טאטע.
פארקערט די סארט דיבורים קילט אפ די שנאה צו רשעים.
והשלישית, מ'דארף נישט זיין קיין קנאי און געהערן צו א קרייז צו האלטן די פשוטע דברי התורה הנתונה לנו מסיני.
וזאת התורה לא תהא מוחלפת!

די הארבקייט פון דן זיין רשעים לכף זכות
איך האב מיך פונקט אנגעטראפן אין דעם שטיקל 'ליקוטי עצות' עם ביאור עברי טייטש ע"י הרה"ח ר' שמשון בארסקי זצ"ל נאך פארן קריג, והדברים קילורין לעינים, וז"ל הליקוטי עצות:
סגלה להתמדה, שיזכה להיות מתמיד בלמודו, הוא להזהר לבלי לדבר על שום איש ישראלי. כמו כשהכלה היא יפה אזי האהבה בשלמות. אבל כשיש להכלה איזה חסרון ומום, אזי בודאי אין האהבה בשלמות. כמו כן התורה נקראת כלה כמו שכתוב (דברים לג, ד): "תורה צוה לנו משה מורשה", ודרשו רבותינו זכרונם לברכה (ברכות נז.): אל תקרי מורשה אלא מאורסה, וכל אחד מישראל יש לו אות בתורה כי ששים רבוא אותיות התורה כנגד ששים רבוא נשמות ישראל, וכשיש חסרון באחד מישראל נמצא שיש חסרון בתורה ששם שרש נשמות ישראל כנ"ל, ועל כן בודאי אי אפשר לאהב את התורה בשלמות. אבל כשיזהר מלדבר על שום ישראל ולבלי למצא שום חסרון בשום ישראלי נמצא שאין בהתורה שום חסרון ומום אזי בודאי יאהב את התורה מאד, ואזי יתמיד בלמוד התורה מגדל האהבה כנזכר לעיל:
וז"ל באידיש:
עס איז א סגולה פאר התמדה אז מען זאל זייער געווארנט זיין נישט צו רעדן קיין שום שלעכטס אויף קיין שום איד, אדרבה מען זאל זיך משתדל זיין צו געפונען זכותים און גוטע נקודות אויף יעדן איד, אפילו עס זעהט אויס אז א איד איז א רשע, דארף מען זיך משתדל זיין צו געפונען אין איהם גוטע נקודות, וואס אין דעם איז ער נישט קיין רשע, ווי עס שטייט אין ספר ליקוטי מוהר"ן סי' רפ"ב און דורכדעם וואס מען איז דן יעדן איד לכף זכות איז מען זוכה וכו'.
נאכדעם לייגט ר' שמשון זצ"ל צו די דיבורים:
אבער מען דארף זייער געווארענט זיין נישט אריינפאלן אין די שלעכטע מדות פון די וואס זענען עובר אויף די תורה וואס מען איז זיי דן לכף זכות.
אויך דארף מען גוט אריינקוקן אויב די מענטשן וואס מען איז זיי דן לכף זכות ווערן דערנענטערט צו אידישקייט דורכדעם וואס מען איז זיי דן לכף זכות, ווייל אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי דן צו זיין לכף זכות, קען דער לימוד זכות נאך מער איהם דערווייטערן פונעם אמת, אזוי שטייט אין ליקוטי הלכות.
און דאס גיבט א מורא'דיגע קלארקייט אויף דעם גאנצן ענין פון אהבת ישראל, תינוקות שנשבו, ישראך אע"פ שחטא וכו' וכו'

- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
פון די תקנות
ב. אזוי ווי א באדייטנדער טייל פון די מיטגלידער באלאנגן צום אנטי-ציוני'סטישן לאגער, איז פארבאטן צו שרייבן עפעס וואס שמעקט מיט ציונות.
עס איז אויך פארבאטן צו נוצן מחאה אויסדרוקן (צום ביישפיל "פוי", "ימח שמו" א.ד.ג) ביי די נייעס אשכולות.
נייעס פון מדינת ישראל זאל געשריבן ווערן נייטראל, אלע השקפה קאמענטארן (קנאי'ש אדער פארקערט) וועלן פארמעקט ווערן פון די נייעס פארום.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
מונאוויטש האט געשריבן:יהודי האט געשריבן:א אידיש קינד וואס איז נעבעך אראפ פון דרך. מען דארף מתפלל זיין אז זדי פארבלאנדזשעטע אידן זאלן זיך צוריק קערן צום טאטן אין הימל.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... n#p1620408
נו ברענג עס דא אריין....
אפשר קען עס איינער איבערטייטשן?
מונאוויטש האט געשריבן:
Don't we have a responsibility to daven for resha'im that they should do teshuva? So why do we say "V'lamalshinim" three times a day, and pray for the demise of the wicked?
Listen. Here is a Jewish apikoros running after you with a club. He wants to hit you with a club. So you're asking me if you should daven to Hashem that he should do teshuva?! Maybe. You have no time, however. In the meantime, he should drop dead. That's what you want.
That's why we say m'heirah three times in the bracha of "V'lamalshinim" - m'heirah, m'heirah, miheirah! In no tefillah do we find that it says mi'heirah as much as in that brachah. Because the apikorsim are a danger. They are a threat to us. So although we want them to do teshuva, they'd better do teshuva fast. Otherwise they should get killed before they do anything bad to us. And the effect they have on our minds is very bad. Mikol mishmar netzor libecho - "More than anything you guard, you should guard your mind". (Mishlei 4:23) The apikorsim are wreaking havoc on our minds so they'd better do teshuva fast.
I passed a missionary on Kings Highway - a Jewish missionary sitting on Kings Highway giving out his literature. So I passed by him, and I said: "Ribono Shel Olam, he should do teshuva. Let him drop dead in the meantime."
-- TAPE E-258 (February 2000)
Credit: Toras Avigdor
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט