קיינער איז נישט אנגעקומען צו מיין מסיבת צדקה - פארוואס? רבוש''ע!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

קיינער איז נישט אנגעקומען צו מיין מסיבת צדקה - פארוואס? רבוש''ע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

בס''ד
עס איז שוין היפש נאך מעריב אבער קיינער איז נאכנישט געקומען די טישן זענען געדעקט דאס הויז איז באלויכטן מיט פראדזשעקטאר'ס פון אינדרויסן יעדער ווייסט אז איך מאך א מסיבה היינט נאכט אבער פארוואס איז קיינער נאכנישט דא?

עס איז שוין וואכן און חדשים וואס איך ארבייט שווער צוזאמצושטעלן א מסיבת צדקה, איך האב גערעדט מיט'ן רב און מיט מענטשן אין בית המדרש איבער דעם ענין און אלע זענען געווען איינשטימיג אז דאס איז א וואלידע צוועק וואס אן קיין שום ספק וועט יעדער בעז''ה זיין ווארים דערצו.
אומר ועושה האב איך אנגעהויבן אריינארבייטן אין די זאך דער רב האט מיר תיכף געשאנקען זיין חתימה וויסנדיג במה דברים אמורים און דערביי צוגעגעבן זיין ווארימע ברכה צולייגנדיג חיזוק איבער דער גרויסע מצוה.

מיט וועמען איך האב נאר גערעדט אין בית המדרש האט צוגעשאקלט מיטן קאפ און דערביי צוגעלייגט שטארקע חיזוק איבער די גרויסע מצוה.

איך האב אריינגעלייגט שטארקע כוחות אין פאסיגע צעטליך און באשרייבונגען, דערביי אויך גענומען א טייערע קעיטערינג צוצושטעלן כדבעי'.
זאכן האבן זיך אנגעווארימט עס איז געווארן דער מדובר אין בית המדרש ביי די קאווע און אין מקוה יעדער האט מיר געקלאפט אין די פלייצע (און איך האב זיך אליין אויך געקלאפט אין די פלייצע).

אין די טעג פארן מסיבה האב איך פאראויס געשאצט אז מ'דארף לכאורה צושטעלן נאך אכילה, האב איך אנגערופן דער קעיטערער און באשטעלט.
א גרויסן פראדזשעקטער אינדויסן איז אוועקגעשטעלט געווארן צו באלייכטן דאס פלאץ א טראק מיט טישן און בענקלעך טישטיכער און עסצייג און אלע קלאפערגעצייג איז אנגעקומען, א גאנצן טאג בין איך געווען פארנומען אלעס אהערצושטעלן, בנוסף צו א גרויסע סיין וואס האט ארויס געהאנגן פון די אויבערשטע שטאק פענסטער.
אלעס איז גרייט דאס עסן איז דא, עס שמעקט א מחי' עס גייט א רויעך.

אבער איך ווארט און איך ווארט שוין א גאנצע נאכט בלויז געציילטע מענטשן זענען אנגעקומען, מיט קליין געלט.
די אנטוישונג איז געווען נורא ואיום – איך האב זיך געשעמט פאר מיין ווייב און קינדער – איך האב נישט געוואלט גיין און שול.
מיין אויפרעגענישט האט איבער גערינען אלע גרעניצן – אלע מאכן געלט, צו ס'איז אן אמת'ע צוועק צו נישט. אבער ווען איך לייג אריין מיין גאנצע הארץ פאר א אמת'ע הצלת נפשות ענין, איז קיינער נישטא.

פארוואס?

עס האט מיר דערמאנט די געשיכטע:

עס פלאקערט אין אירופה עס איז א מלחמה א וועלט מלחמה – און אויף אידן הערשט א שרעקעדיגע גזירת כלי' רח''ל.
אט שטעלט זיך אויף א העלד הגה''ק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ''ל איז געוען זיין נאמען, און מיט געוואלדיגע גבורה זיך געשטעלט קעגן די כוואליעס.
מיט זיין חכמה און פקחות האט ער צובראכן די ליניעס און זיך גימאכט א קשר מיט איינער פון די הויפטן פון די רשעים און האט מצליח געווען צו פועל'ן ביי אים צו אויסצוקויפן אידן פאר געלט.

תיכף ומיד האט דער גאון וצדיק אוועקגעלייגט אלעס און א זייט און האט אנגעהויבן שיקן טעלעגראמען קיין אמעריקא און צו ד' כנפות הארץ.
מיט א זיכערקייט אז ווער וועט דען נישט וועלן האבן א חלק אין הצלת יהודי אירופה.

ער ווארט איין טאג.

ער ווארט נאך א טאג.

אבער ער האט שנעלער איינגעזען אז די עולם גולם וויל ליבערשט זיצן און עסן סטעיק ווי איידער טראכטן איבער קוימענ'ס וואס שלינגען איין כלל ישראל.
אבער דאס איז זיכער אז אחרי ככלות הכל ווען עס איז בלויז איבערגעבליבן אחד מעיר ושניים ממשפחה און אידן זענען געקומען קיין אמעריקא שבורים ורצוצים האבן די אידן געטראכט מיר וואלטן געדארפט טוהן מער.

און דאס איז אונזער לעססאן אונזער לימוד אז עס זענען פארהאן מצבים וואס מ'טאר נישט זיין באקוועם.

***

כלפי מה דברים אמורים:

יעדער חדר אינגל ווייסט

יעדער סקול מיידל ווייסט

יעדער טאטע ווייסט

יעדער מאמע ווייסט

יעדער מנהל המוסד ווייסט

יעדער רבי ווייסט

יעדער רב ווייסט

אז סיי ווען מקויפט צו עסן דארף עס האבן א הכשר

און ווען מקויפט א כלי דארף עס האבן טע"ג

צדיקים פונעם פריעדיגן דור האבן בחזון קדשם געזעהן פאר א נויט מייסד צו זיין א טע''ג אפיס אין יעדע שטאט.

זייענדיג אינוואלווד קען איך מעיד זיין אז עס איז הצלת נפשות ממש.

ווען מ'זעהט אז א טעג אפיס גייט אונטער ווייל עס איז נישטא קיין געלט איז דער געפיל כמעט אזוי ווי ר' מיכאל בער האט געפילט נאכן קריג.

מ'האט געקענט ראטעווען, אבער צוליב בצע כסף, און ווייניג אנשטרענגונג. איז עס אונטער געגאנגען
ומכאן ואילך איז הפקר אויף די וועלט.

נעכטן און היינט איז נקבע געווארן אלץ א טאג מיוחד פאר דעם צוועק צו שאפן געלט אויפצוהאלטן דאס פלאץ.

ב''ה מ'האט מצליח געווען צו שאפן מעטשינג פאנד'ס וואס דאס מיינט אז יעדער נתינה קומט אנטקעגן דאפלט.

עס איז בלויז עטליכע שעה פארבליבן אבער ליידער ליידער זענען דערווייל די תוצאות
"בושות נוראות"

אזא שוואכע שטיצע – פאר אזא וויכטיגע צוועק – רבוש''ע!

טעג איז נישט פון די ארגעניזאציע'ס וואס קענען פאוסטן אויף סאציאלע מידיע - והדברים מובנים.

על כן לאמיר ווייזן אז אייוועלט איז נישט פון די באקוועמע אידן עס גייט אונז אן אז קדושת ישראל זאל האבן א קיום.
לאמיר ווייזן אונזער כח:
גייט דא:
https://www.duvys.com/match/tagbp
גיבט א ריזיגע נתינה
און נישט פארגעסן אריינצולייגן אין האנאר אוו אייוועלט

לאמיר מאכן די זאך

הצלחה רבה
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

א ווארט אויף דיין טיי אווענט, האסט געמאכט איין פאן קאלל מיר צו לאדענען?
געדענק די סוקסעס פון א קאמפיין איז ווי מער מען קאלט לאדענען, אדער רופן מען זאל זיך משתתף זיין אויפן טעלעפאן מיט אפאר דאלאר.
א דאנק
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מנוחה ושמחה האט געשריבן:בס''ד
לאמיר ווייזן אונזער כח:
גייט דא:
https://www.duvys.com/match/tagbp
גיבט א ריזיגע נתינה
און נישט פארגעסן אריינצולייגן אין האנאר אוו אייוועלט[/b]
לאמיר מאכן די זאך

הצלחה רבה

די לינק איז געבלאקט ביי משומר
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אלט מאנרא האט געשריבן:
מנוחה ושמחה האט געשריבן:בס''ד
לאמיר ווייזן אונזער כח:
גייט דא:
https://www.duvys.com/match/tagbp
גיבט א ריזיגע נתינה
און נישט פארגעסן אריינצולייגן אין האנאר אוו אייוועלט[/b]
לאמיר מאכן די זאך

הצלחה רבה

די לינק איז געבלאקט ביי משומר

נישט ביי מיר.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

אלט מאנרא האט געשריבן:די לינק איז געבלאקט ביי משומר

Working for me

מנדב געװען אין האנאר אוו אייוועלט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

זיך משתתף געווען לכבוד דעם טע"ג סטיקער אויף מיין פלאפון.

אגב, איך האב מיטגעהאלטן ווי א קרובה מיט די הילף פון אירע קינדער האבן געמאכט א מסיבה של מצוה פאר די עזרת נשים, און "קיינער" איז נישט אנגעקומען! זייט דעמאלטס שטרענג איז זיך אן צו גיין צו יעדע מסיבה וואו איך ווער געלאדענט.
מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

yoel2124441100 האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:די לינק איז געבלאקט ביי משומר

Working for me

מנדב געװען אין האנאר אוו אייוועלט

ייש''כ גדול
און איצט רבותי
קאפי און פעיסט און שיקט'ס עס אריבער סיי ווי עס גייט נאר - למען הטראסק - ולמצוה גדולה יחשב
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מונאוויטש האט געשריבן:זיך משתתף געווען לכבוד דעם טע"ג סטיקער אויף מיין פלאפון.

אגב, איך האב מיטגעהאלטן ווי א קרובה מיט די הילף פון אירע קינדער האבן געמאכט א מסיבה של מצוה פאר די עזרת נשים, און "קיינער" איז נישט אנגעקומען! זייט דעמאלטס שטרענג איז זיך אן צו גיין צו יעדע מסיבה וואו איך ווער געלאדענט.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער פון די מעשה זעהט מען א שטארקע ראיה קעגן די וואס פארפירן קעגן אויפרייס פאנדרעיזינג.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

צל עובר האט געשריבן:

גראדע געווען א באשיידענע מסיבה אין שטוב. אבער פלאנצישע אויפרייס איז בכל אופן פארריקט, איינע פון די מחלות פונעם היינטיגן דור.
אוועטאר
פיינקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינקייט »

אלט מאנרא האט געשריבן:
מנוחה ושמחה האט געשריבן:
הצלחה רבה

די לינק איז געבלאקט ביי משומר

אוודאי קאנקורענץ...
"כלנו לנארמאל"!!!...(קרעדיט:שאץ מאץ)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צדיקים פונעם פריעדיגן דור האבן בחזון קדשם געזעהן פאר א נויט מייסד צו זיין א טע''ג אפיס אין יעדע שטאט.

וואס הייסט?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך האלט אויך זייער אנטקעגן די היינטיגע מהלך פון פאנדרעיזינג, דאס מאכט אוועק די וויכטידע צוועקען, וואס קענען אסאך מאל נישט ארויסברענגען זייער קאמפיין אוי די עפענטליכקייט, און אלע (אויך)מינדערוויכטיגע צוועקן, וואס נאכדעם פילט שוין דער נותן אז איך געב שוין גענוג וכדו'
אבער דא קוק איך עס אן אביסל אנדערשט, אלץ סאטמארער איז לכתחילה, בכלל נישט קיין סמארטפאון און אויב שוין יא, וועט מען עפ"י רוב פארלאנגען די קהילה פילטער גדר/משומר, וואס קאסט מיר געלט
פיל איך אז פאר TAG זאלן די קהילות ווי עס איז נישט קיין מוז זיך זארגען ווער זאל ספאנסערן זייערע פילטערס
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

bump
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מיללער האט געשריבן:
צדיקים פונעם פריעדיגן דור האבן בחזון קדשם געזעהן פאר א נויט מייסד צו זיין א טע''ג אפיס אין יעדע שטאט.

וואס הייסט?

זיין שפראך איז אביסל אווער דאנן... אין בראשורן שטייט אז טע"ג איז נתייסד געווארן אויפן אינציאטיוו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי מען טאר אבער נישט רעדן פון לעבעדיגע רבי'ס רעדט ער פון די וואס זענען שוין נסתלק געווארן לשמי מרום.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אחת ואחת האט געשריבן:איך האלט אויך זייער אנטקעגן די היינטיגע מהלך פון פאנדרעיזינג, דאס מאכט אוועק די וויכטידע צוועקען, וואס קענען אסאך מאל נישט ארויסברענגען זייער קאמפיין אוי די עפענטליכקייט, און אלע (אויך)מינדערוויכטיגע צוועקן, וואס נאכדעם פילט שוין דער נותן אז איך געב שוין גענוג וכדו'
אבער דא קוק איך עס אן אביסל אנדערשט, אלץ סאטמארער איז לכתחילה, בכלל נישט קיין סמארטפאון און אויב שוין יא, וועט מען עפ"י רוב פארלאנגען די קהילה פילטער גדר/משומר, וואס קאסט מיר געלט
פיל איך אז פאר TAG זאלן די קהילות ווי עס איז נישט קיין מוז זיך זארגען ווער זאל ספאנסערן זייערע פילטערס

FYI
די קהילות וואס נוצן טעג איז עס אויך א מוז, נאר דורך טעג..
עס איז דא נאך אידן אויף דער וועלט...
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

דער באשעפער זאל העלפן זאלסט מאכן אסאך געלט.

און א דור וואס יעדן טאג האט מען קניינע הארא 20 אידן וואס זענען מזכה ביים דאווענען מיט צדקה, און עטליכע ביים טיר און שטוב, די אייגענע מוסדות, די אר"י מוסדות, מסיבת פון ארגענזעשנס פון הצלה ביז RCCS טיי פארטי'ס פון נאנטע יעדן צווייטן טאג וכו. ווערט קיינער נישט איבערגענומען ווען מ'זעט א צעטל פון א מסיבה, אפילו לייטס אויך נישט, עס דארף אסאך טעלעפאן קאלס צו נאנטע, נאך עסקנים וואס רופן מענטשן וואס זיי ווייסן וועלן קומען, אויב נישט, איז עס ווי אדווערטייזן א וואכטנאכט ביי דיר אין שטוב, און א צווייטע לאנד.

די פארגלייך מיט ר' מיכאל בער זי"ע קען נישט גענוצט ווערן פאר יעדע מוסד וואס דארף געלט, וויט אלל די רעספעקט, נחמת ישראל זאגט עס אויף פובליק סקול, בונה עולם וועט עס זאגן אויף העלפן די אייגענע משפחה מיט די ענינים, אא"וו, סע' ר' מיכאל בער'ד זיך נישט אזוי, מ'שעכט אויס מיליאנען מענטשן, 12000 א טאג אין קאלעך אויבן, אנשים נשים וטף, און דא מאכט זיך א געלעגהייט צו ראטעווען, און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג. מ'דארף נישט ביליג מאכן די גרעסטע שחיטה ביי כלל ישראל, צו מאכן א פוינט.

בעיקר, אסאך הצלחה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אחת ואחת האט געשריבן:איך האלט אויך זייער אנטקעגן די היינטיגע מהלך פון פאנדרעיזינג, דאס מאכט אוועק די וויכטידע צוועקען, וואס קענען אסאך מאל נישט ארויסברענגען זייער קאמפיין אוי די עפענטליכקייט, און אלע (אויך)מינדערוויכטיגע צוועקן, וואס נאכדעם פילט שוין דער נותן אז איך געב שוין גענוג וכדו'
אבער דא קוק איך עס אן אביסל אנדערשט, אלץ סאטמארער איז לכתחילה, בכלל נישט קיין סמארטפאון און אויב שוין יא, וועט מען עפ"י רוב פארלאנגען די קהילה פילטער גדר/משומר, וואס קאסט מיר געלט
פיל איך אז פאר TAG זאלן די קהילות ווי עס איז נישט קיין מוז זיך זארגען ווער זאל ספאנסערן זייערע פילטערס

סתם געהאקט
טעג העלפט א יעדעם איינעם
אראפנעמען אינטערנעט פון א קאמערע/לעפטאפ וכדומה

און אפי אז די ביזט א סאטמערער , קען דיך טעג ארויפלייגען דיין פילטער פון משומר /גדר אן קיין אפצאל פאר די הילף!

שנית, זייט ווען געבט מען צדקה ווייל זיי העלפן "דיך״ זיי העלפן ראטעווען טויזענטע אנדערע אידן און אפי׳ שוואכערע אידן

זאג נאר, די האסט דירעקט הנאה פון ״עזר בחורים״ צו נחמת ישראל ״ ?!
די פארשטייסט אבער אז זיי ראטעווען דורות. היינו הך
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מנוחה ושמחה האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:די לינק איז געבלאקט ביי משומר

Working for me

מנדב געװען אין האנאר אוו אייוועלט

ייש''כ גדול
און איצט רבותי
קאפי און פעיסט און שיקט'ס עס אריבער סיי ווי עס גייט נאר - למען הטראסק - ולמצוה גדולה יחשב

יעצט געגעבן מיין נדבה
ייש״כ פארן דערמאנען
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

געגעבן
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

בנימין האט געשריבן:געגעבן

Me too.

FYI, the amount doubles. Matching funds
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

געגעבן, יש"כ פארן מזכה זיין
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

וואס עפעס? האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:איך האלט אויך זייער אנטקעגן די היינטיגע מהלך פון פאנדרעיזינג, דאס מאכט אוועק די וויכטידע צוועקען, וואס קענען אסאך מאל נישט ארויסברענגען זייער קאמפיין אוי די עפענטליכקייט, און אלע (אויך)מינדערוויכטיגע צוועקן, וואס נאכדעם פילט שוין דער נותן אז איך געב שוין גענוג וכדו'
אבער דא קוק איך עס אן אביסל אנדערשט, אלץ סאטמארער איז לכתחילה, בכלל נישט קיין סמארטפאון און אויב שוין יא, וועט מען עפ"י רוב פארלאנגען די קהילה פילטער גדר/משומר, וואס קאסט מיר געלט
פיל איך אז פאר TAG זאלן די קהילות ווי עס איז נישט קיין מוז זיך זארגען ווער זאל ספאנסערן זייערע פילטערס

סתם געהאקט
טעג העלפט א יעדעם איינעם
אראפנעמען אינטערנעט פון א קאמערע/לעפטאפ וכדומה

און אפי אז די ביזט א סאטמערער , קען דיך טעג ארויפלייגען דיין פילטער פון משומר /גדר אן קיין אפצאל פאר די הילף!

שנית, זייט ווען געבט מען צדקה ווייל זיי העלפן "דיך״ זיי העלפן ראטעווען טויזענטע אנדערע אידן און אפי׳ שוואכערע אידן

זאג נאר, די האסט דירעקט הנאה פון ״עזר בחורים״ צו נחמת ישראל ״ ?!
די פארשטייסט אבער אז זיי ראטעווען דורות. היינו הך

ביסט גערעכט מיט דיין פוינט אז נען דארף יעדעם העלפען, אבער עס איז נישט אזוי דראמאטיש ווי מען האט עס דא אראפגעלייגט, און אויך איז דעס וואס איך ברענג ארויס אנפאנג אז היינט איז דא אזויפיל ארגענעזאציעס וכדו' און מען ווייסט נישט ווי אנצוהייבן, און וואס איז טאקע וויכטיגער

עיין כאן פאנדרעיזינג אשכול

און דאס אז זיי קענען מיר ארויפלייגען מיין קהילה פילטער בחנם, א שאד איך האב נישט געוויסט דערפון פריער
לעצט פארראכטן דורך אחת ואחת אום דינסטאג מאי 15, 2018 11:46 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

זיי האבן נישט געגרייכט דעם ציל....
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש »

נעבעך
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”