"אדר תקנות" וואס איז מחייב אלע מעמבער'ס

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

"אדר תקנות" וואס איז מחייב אלע מעמבער'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

חברה, מ'האט שוין דעם "שושנת יעקב" געזינגן, צוויי בענקליך מיט פיר טישן האבן זיך שוין צוזאמגעלייגט ווען די קינדער האבן מיט זייערע הענטעלעך ביי "ארור המן" און ביי "ארורה זרש" געשטויסן און געזעצט, ס'איז צייט זיך צו גרייטן צו דעם יום הדין הגדול והנורא העזיז והמצח דער פורים המשתשמש ובא.

ס'האט איינער פון די פריערדיגע גדולים געזאגט אמאל: ביי אן ערליכן יוד דארף א יעדן טאג אויסקוקן ווי "אלול", און "אלול אליין" איז דאך פארט אלול!!

ס'האט אבער איינער אין קרעטשמע אויך געזאגט: א איד אין קרעטשמע דארף אויף זיין צורה ס'גאנץ יאר אויסקוקן ווי "חודש אדר", און חודש אדר אליין איז דאך פארט אדררררר, יוי איז דא קאלט, אמאמאמ יא, ס'דארף זיין פרייליך אויף די וועלט.

נו, מי אנכי, איך בין נישט קיין אנכי, און נישט דער זון פון אנכי, אבער פארט ווען קיינער קוילערט זיך נישט אויף די ערד ווען ס'קומט אזעלכע הייליגע טעג, קען איך נישט זיצן און שווייגן. מיר גייען דא אויפפרישן די "אדר תקנות" וואס פלעגט אלעמאל אויסגעפילט ווערן דורך אלע איינגע-פאר-שטעלטע צוגלייך, ואין מזרזין אלא מזורזריזריזריזזירזירן (נאך א סימן אז איך האב נאכנישט געטרינקן.. היתכן טאקע?..)

אלף: יעדע'ס בילד, ביי די זייט פון די תגובה, מוז ווערן געטוישט צו "סאמטינג פריילעך".

הסבר: גענז-ליך איבריג.

די אלע וואס האבן שוין א פרייליך בילד, זאלן אנפרעגן ביי זייערע קאלעגן צו ס'איז טאקע א פרייליכע, ווייל ברוב עתים וימים קען מען זיך צוגעוויינען צו א בילד, און ס'ברענגט שוין נישט ארויס דעם פרייליכקייט דערפון, איר פארשטייט? אויב האלטן אונזערע חכמים אז אן אלטע פרייליכע זאך איז נאך גוט פאר היינט, וואלט מען דאך נישט היי יאר געהאט נאכאמאל א פורים רחמנא לשיזבן, יעדעס יאר איז א פרישע עול מלכות שמים באהבה.

בית: דער פייער פאר וואסער אשכול מוז פאר אלע קאסטן ארויפקומען אויבן אן! יא, שעמט אייך נישט..

גימל - נישט "זשימעל" ווי א תימני, פארדרייע נישט דעם שמועס, אה יא!, אקעי, גימל: ווער ס'האט א כח הסברה איז מחיוב אנטייל-צונעמען און די צוויי שווערע סוגיות. 1: וויאזוי קוקט אויס דער היי-יעריגער "ויזתא", דעם פאריעריגן האבן מיר געקענט אבער ער הענגט שוין ס'לאנגע צייט אויפן תלויה מיר ווילן וויסן וואס דער היי-יעריגער מאכט, ווי אויך אחשורוש מיט זיינע סגני נשיאים. מרדכי מיט המן'ען זאל מען ביטע נישט אנרירן ווייל די מנהלים וועלן מעקן..

2. יוי, ווי אזוי מאכט מען דאס יאר דעם משלוח מנות? ס'דארף זיין גענוג הויעך, שטארק ברייט, אבער אטן קיין ספאנטשזעס פון אינטן, אלעס דארף זיין פון ריין "מליצה'דיגע רעיונות" וואס זאל יעדעם מיטווארפן מיט זיין שיינעם געשטעל.

דלת: דאס איז דער אינטערשריפט, וואס מוז געטוישט ווערן.

און מיט דעם וועל איך אריינטאנצן דאס ערשטע, וזה החלי:
________________________
אץ קוצץ בן קוצץ קצוצי לקצץ בדבור מפוצץ רצוצי לרצץ. לץ בבוא ללוצץ פולץ ונתלוצץ כעץ מחצצים לחצץ כנץ על צפור לנצץץץץץץץץ
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אץ קוצץ בן קוצץ קצוצי לקצץ בדבור מפוצץ רצוצי לרצץ. לץ בבוא ללוצץ פולץ ונתלוצץ כעץ מחצצים לחצץ כנץ על צפור לנצץץץץץץץץ


ביים דאווענען פלעגט שטיין לעבען מיר פון איין זייט א איד מיט א ליס"פ און פון די אנדערע זייט פלעגט שטיין א איד וואס פלעגט מדייק זיין ארויס צו זאגען א יעדע ווארט קלאר און דייטליך.

ווען עס איז געקומען צו דער שטיקעל יוצר איז געווען יו"ט אינדערוואכען.

א פרייליכע חדש אלע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

לכבוד חדש אדר האמיר געפאלגט תקנה אל"ף און געטוישט די בילד.

גוט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

חחאחאח, זייער גוט

נעקסט פליז
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווי א טאטעלע האב איך געפאלט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

כשר?
בילד
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיט אזויפיל קאלירן, ווער קען פסק'נען?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחחחחחחחח נו מאשקע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אזויפיל געל כשעווה איז נאר כשר אדר, וואס חזל האבן שוין געזאגט דעם ונהפוך הוא, בלשון חוכמתא....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מאשקע

נאדיר א גרינע מענטשעלע!!

;l;p-

ס'שטייט די וואך טאקע, ותכלת = און בלוי-וואל.
וארגמן = און פוירפל-וואל.
ותולעת שני = און ראהט-וואל.
ומאשקע = און גרין-וואל..
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאלי, פון ס'עיקר האסטו פארגעסן...

די טעכשן הויט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אה סאכי, דערמאנסט מיר יעצט א_ווי היינט טאקע, יא יא, ס'איז געווען א באטאמטע סדרה תרומה, געדענקסט, ועזים, מיטן ומעזי פונעם תרגום? נאכן אפשינדן די הויט אין משפטים, האט מען גוט געשפירט דעם ומעזי..
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וואס פשט טאקען פון די נוצה וואס רשי ברענגט???

נוצה איז פון מיינע שווערסטע לשוה"ק ווערטער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פעדער, ניין ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יא א_ווי שוועמל, פעדערן. דאס איז די האריגע פעל מיט וואס די בהמות זענען באקליידעט און באשיצט, להבדיל ווי ביינונז בשר ודמים'ס, הויט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פעל זענען פעדערן???????
אתמהה
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אמאי לא?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווייל פעל האט אנאנדער ווארט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נו וויאזוי דען איז פעל
?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עור.

אבער וואס פארדרייט מען דא יגר'לס אשכול מיט פעל פון א פלעדערמויז? יעדער איינער ווערט געבעטן בגפו ובחמותו צו טוישן בילד, אויב נישט יעצט, לכל הפחות ווען מען פארגעסט צום צווייטן מאל יעלה ויבוא ביים בענטשן דאנערשטאג נאכמיטאג, מוצאי ראש חודש אדר ראשון. וגם אני הקטן וועל זיך אי"ה מצטרף זיין צו די צירופא דרבנן, איך האב שוין אריינגעגעבן א פארלאנג ביי מייקראסאפט אז ווי נאר זיי פארפארטיגן זייער געשעפט מיטן אויסקויפן יאהו פאר די 44 ביליאן דאלער, זאלן זיך די גרויסע קעפ זייערע צוזאמזעצן און אנהייבן צוזאמקראצן אויף זייער קאנקורענט ר' גוגעל'ס זוך מאשין א פיין בילד וואס זאל אפשפיגלן די אדר גיסטע אינערהאלב די ליידיגע פלעשער קרעטשמע וויינען.

לכתחילה זאגן די רבנים אז מען זאל ווארטן ביז נאך סופער דינסטאג, יום שנכפל בו כי טוב, ווען מען וועט קענען אויסקלייבן צווישן שחור מצד אחד און שיקסע מצד אחרת, און די גאר בעסערע רעוואלווער געלייסענסטע בתוכינו וועלן האבן גאר אנדערע אפציעס, צווישן דעם קערל-אין-מויל אויף ביידע לגימות דזשאן מ'קען מעקען אדער דעם פעך שווארצן ביזנעסמאן וואס גייט געווענליך מיט ראמני, וועלכער האט שוין דערלייגט שווערע מיליאנען אויפן לעצטן אינוועסטמענט כידוע ליודעים.

אויף דערווייל איז טאקע ליהודים היתה אורה, מיר האבן פריער געטאנצן מיט די תורה, אויף די גאסן פון שושן הבירה, אין וויליאמסבורג העירה. היינט הייסט עס נאך קלינטאן היל, אבער מארגן וועט זיך פילייכט טוישן דער סטיל, צו אבאמא ביל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער, זאגסטו איך האב 'פעל' ? הער איך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין נותנין עורות לעבדן (שבת פרק ראשון) זאגט ביי דיר עפעס?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טיילווייז גערעכט.

עור אין לשה"'ק באדייט : פעל, הויט, לעדער. עס איז א שם כללי. קען זיין אויף העברעאיש האבן זיי עטוואס פונאנדערגעטיילט אבער וועמען גייט עס אן אויף העברעאיש.

וואונדערט מיר דאך פארוואס אין יידיש איז דא אזויפיל ווערטער דערויף. אויך אין ענגליש איז דאס צוטיילט פאר יעדן סארט בעל חי פון וואו די הויט קומט ודוק
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מאנטאג פעברואר 04, 2008 12:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס פעל'ט דיר א ידיעה. ווייל עור בלייבט עור. היהפוך כושי עורו?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין ווייטער פארקריכט מען.

קרעמער, דיין מויל שמעקט פון וויין... כ'קען שוין קוים ווארטן אויף אדר שני...
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”