אלעס ארום געאגראפיע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג מאי 04, 2018 12:14 am

איין שאלה נאר... וואס איז די אפטייטש פון געאגראפיע...?

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » פרייטאג מאי 04, 2018 1:06 am

זייער שיין, גיי אן ווייטער, מיר ליינען מיט אינטערעסע.

ארום די זייגער האט געשריבן:איין שאלה נאר... וואס איז די אפטייטש פון געאגראפיע...?

א צוזאמשטעל פון 2 גריכישע ווערטער, געא מיינט די ערד און גראפיע איז א באשרייבונג, דאס הייסט באשרייבן די ערד.
viewtopic.php?p=151743#p151743

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג מאי 04, 2018 8:08 am

אוודאי האט געשריבן:זייער שיין, גיי אן ווייטער, מיר ליינען מיט אינטערעסע.

ארום די זייגער האט געשריבן:איין שאלה נאר... וואס איז די אפטייטש פון געאגראפיע...?

א צוזאמשטעל פון 2 גריכישע ווערטער, געא מיינט די ערד און גראפיע איז א באשרייבונג, דאס הייסט באשרייבן די ערד.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 43#p151743

איך עגרי מיט דיין ערשטע האלב תגובה און א שכח פאר דיין צווייטע העלפט תגובה

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג מאי 04, 2018 9:38 am

אוודאי האט געשריבן:זייער שיין, גיי אן ווייטער, מיר ליינען מיט אינטערעסע.

ארום די זייגער האט געשריבן:איין שאלה נאר... וואס איז די אפטייטש פון געאגראפיע...?

א צוזאמשטעל פון 2 גריכישע ווערטער, געא מיינט די ערד און גראפיע איז א באשרייבונג, דאס הייסט באשרייבן די ערד.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 43#p151743

א דאנק פאר די אינפא.
ארגינעל איז די מיינונג פון די חכמה פון געאגראפיע געווען אויסצורעכענען ווייטקייטן און שטחים, כדי צו קומען אויף א מסקנא אוואו איז וואס.
למשל, אויב די בארג איז אזויפיל מייל צפונית מערבית פון די שטאט , און אזויפיל מייל מזרח פוננעם טייך, קומט אויס די בארג דארט און דארט אויפן מאפע.
און אזוי ווייטער מער און מער קאמפליצירטע חשבונות, די גרעסטע מאטעמאטיקער פלעגן זיך ברעכן קאפ אויף דעם.
און זייער אסאך מאל קען מען טרעפן און די אלטע מאפעס טעותים, ד ה גערעכנט א פלאץ גרעסער/קלענער/נענטער/ווייטער ווי עס איז באמת.
היינט איז נישט נוגע די גאנצע חכמה צוליב די סאטעלייטס וכדו' וואס ווייזן די גאנצע וועלט מיט א שטוינענדע פונקטליכקייט.
א געאגראפיסט היינט צוטאגס ווערט אנגערופן אדער איינער וואס האט זיך פשוט איינגעחזרט אלע געאגראפישע ידיעות וואס מיר האבן,
אדער די וואס שטודירן די תוצאות פון געאגראפיע כנז''ל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג מאי 04, 2018 1:55 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זייער שיין @נאך פונדערהיים. ברענג נאך.

אגב, אמעריקא איז טאקע די שטערקסטע לאנד ווען ס׳קומט צו נעיווי. רוסלאנד איז איינס נאכדעם. אנדערע לענדער פארמאגן נישט אזא זאך אפילו, עכ״פ אויף אזא מאכטפולער פארנעם, פשוט ווייל זיי זענען ארומגענומען מיט יבשה פון 4 זייטן. דאס געט אמעריקא א געלעגענהייט צו ארום פירן גאנצערטע מיליטערישע באזעס אויפן וואסער ווי אימער און די וועלט זיי ווילן.

אז די רעדסט פון רוסלאנד, איז באמת רוסלאנד מוטשעט זיך שוין הונדערטער יארן מיט דעם וואסער פראבלעם.
ווען עס קומט צו נעיווי איז נאך א האלבע פראבלעם, ווייל מען קען האבן באזעס אפילו ווייט אוועק פון די אייגענע לאנד ווי אימער מען טרעפט א בארטן,
למשל היינט צוטאגס האבן זיי זיך באקוועם געמאכט אין סיריע ביים מיטללענדישן ים, ווי אויך אין וויעטנאם אויפן פאסיפיק,
אבער ווען עס קומט צו האנדל זענען זיי אין א גרויסע פראבלעם
(הגם היינט מיט די עראפלאנען איז שוין אביסל לייכטער, איז אבער דאך געבליבן די וואסער די לייכסטע און ביליגסטע מיטל פאר טראנספארט)
ווייל די בארטן אויפן ארקטישען ים איז פארפרוירן אגאנץ יאר, די בארטן אויפן פאסיפיק איז טויזענטער מייל אוועק פונעם באוואוינטען און באארבעטן רוסלאנד,
ווייטער די בארטן אויפן שווארצען ים איז טאקע זייער פראקטיש אבער ארויסצופארן צום מיטעללעדישן ים און ווייטער צום אטלאנטיק דארף מען דורכפארן די בארבארישן ים און די דארדאנעלן וואס איז אונטערן קאנטראל פון טערקיי און גריכנלאנד,
ווייטער די רוסישע טעראטאריע "קאלינינגראד" אויפן באלטישן ים האט צוויי גרויסע חסרונות, ערשטנס עס איז פיזיש אפגעטיילט פון צענטראל רוסלאנד און מען קען נאר אנקומען אהין דורך די באלטישע לענדער, צווייטנס, אנצוקומען פון דארטן צום אטלאנטיק דארף מען דעם באלטישן ים וואו מען דארף די טובות פון שוועדן און דענמארק.
ודי בזה לעת עתה.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מוצ"ש מאי 05, 2018 11:41 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קליינטשיגער האט געשריבן:ווי אזוי מען האט געטראפן אמעריקע ווייסט יעדעס קינד, לאמיר אביסל הערן ווי אזוי ענגלאנד איז געווארן א לאנד... איז אמת די מעשה מיט זאלץ וואס די יפה בעתו האט געשריבן פאר 20 יאר צוריק??

קאלאמבוס? טעות!
הער אויס אויף ר׳ פנחס גלויבער קולמעוואסער, חצי שיעור. 3,9,2 פונעם מעין מעניא. דאכצעך 50#.

האט ער געזאגט, נו, איז וואס, די פאקט אז ער איז נישט אנאנים מאכט אים דען מער באגלייבט?!

און אז מ'רעדט שוין, קיין איין ראיה וואס ער ברענגט דארט איז נישט מאסגעבנט צי זיין מסקנה, די אלע אלטע געטראפענע ארכעלאגישע געפינסן קענען פונקט אזוי זיין נישט מער ווי אלטע חפצים וואס די אייראפעאיר האבן געברענגט אין די ערשטע יארן פונעם אנדעקונג.

לדוגמה, נעם א אלטע פעני טראג עס קיין נארט קאריע און ניץ דאס אלס באווייז אז אמאליגע אמעריקאנער זענען אנטלאפן קיין נארט קאריע.

דאס איז שוין א חוץ די עצם פאקט אז די וועלט פון ארכעלאגיע איז מלא וגדיש מיט פאלשע געפינסן אויפגעדעקט דורך פאלשע ארכעלאגן... ואכה''ל.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מוצ"ש מאי 05, 2018 11:45 pm

צום פותח האשכול:

געפעלט מיר זייער דיינע ברייטע ידיעות אין אלעס ארום חכמת הגעאגראפיע.

מיר לייענען מיט דארשט דיינע שורות

גיי אן

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג מאי 06, 2018 10:48 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קליינטשיגער האט געשריבן:ווי אזוי מען האט געטראפן אמעריקע ווייסט יעדעס קינד, לאמיר אביסל הערן ווי אזוי ענגלאנד איז געווארן א לאנד... איז אמת די מעשה מיט זאלץ וואס די יפה בעתו האט געשריבן פאר 20 יאר צוריק??

קאלאמבוס? טעות!
הער אויס אויף ר׳ פנחס גלויבער קולמעוואסער, חצי שיעור. 3,9,2 פונעם מעין מעניא. דאכצעך 50#.

האט ער געזאגט, נו, איז וואס, די פאקט אז ער איז נישט אנאנים מאכט אים דען מער באגלייבט?!

און אז מ'רעדט שוין, קיין איין ראיה וואס ער ברענגט דארט איז נישט מאסגעבנט צי זיין מסקנה, די אלע אלטע געטראפענע ארכעלאגישע געפינסן קענען פונקט אזוי זיין נישט מער ווי אלטע חפצים וואס די אייראפעאיר האבן געברענגט אין די ערשטע יארן פונעם אנדעקונג.

לדוגמה, נעם א אלטע פעני טראג עס קיין נארט קאריע און ניץ דאס אלס באווייז אז אמאליגע אמעריקאנער זענען אנטלאפן קיין נארט קאריע.

דאס איז שוין א חוץ די עצם פאקט אז די וועלט פון ארכעלאגיע איז מלא וגדיש מיט פאלשע געפינסן אויפגעדעקט דורך פאלשע ארכעלאגן... ואכה''ל.

און די "מעלות" איז געלאפן אפאר יאר צוריק א סעריע ארטיקלען "אידן אין אמעריקע פאר קאלאמבוס",
עס וואלט געווען כדאי אויב איינער איז מער אינטערעסירט אין די נושא זאל זיך עס פארשאפן, עס ווערט דארט אראפגעברענגט אסאך ארכאעלאגישע געפינסן אין אמעריקע מיט בילדער און די קעגנזייטיגע מיינונגען פון די פארשער דערויף, פארשטייט זיך אין באגלייטונג מיט די הוילע טעאריעס פון די ארכעאלאגן כדרכם.
עס איז היבש אינטערעסאנט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » זונטאג מאי 06, 2018 11:10 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זייער שיין @נאך פונדערהיים. ברענג נאך.

אגב, אמעריקא איז טאקע די שטערקסטע לאנד ווען ס׳קומט צו נעיווי. רוסלאנד איז איינס נאכדעם. אנדערע לענדער פארמאגן נישט אזא זאך אפילו, עכ״פ אויף אזא מאכטפולער פארנעם, פשוט ווייל זיי זענען ארומגענומען מיט יבשה פון 4 זייטן. דאס געט אמעריקא א געלעגענהייט צו ארום פירן גאנצערטע מיליטערישע באזעס אויפן וואסער ווי אימער און די וועלט זיי ווילן.

אז די רעדסט פון רוסלאנד, איז באמת רוסלאנד מוטשעט זיך שוין הונדערטער יארן מיט דעם וואסער פראבלעם.
ווען עס קומט צו נעיווי איז נאך א האלבע פראבלעם, ווייל מען קען האבן באזעס אפילו ווייט אוועק פון די אייגענע לאנד ווי אימער מען טרעפט א בארטן,
למשל היינט צוטאגס האבן זיי זיך באקוועם געמאכט אין סיריע ביים מיטללענדישן ים, ווי אויך אין וויעטנאם אויפן פאסיפיק,
אבער ווען עס קומט צו האנדל זענען זיי אין א גרויסע פראבלעם
(הגם היינט מיט די עראפלאנען איז שוין אביסל לייכטער, איז אבער דאך געבליבן די וואסער די לייכסטע און ביליגסטע מיטל פאר טראנספארט)
ווייל די בארטן אויפן ארקטישען ים איז פארפרוירן אגאנץ יאר, די בארטן אויפן פאסיפיק איז טויזענטער מייל אוועק פונעם באוואוינטען און באארבעטן רוסלאנד,
ווייטער די בארטן אויפן שווארצען ים איז טאקע זייער פראקטיש אבער ארויסצופארן צום מיטעללעדישן ים און ווייטער צום אטלאנטיק דארף מען דורכפארן די בארבארישן ים און די דארדאנעלן וואס איז אונטערן קאנטראל פון טערקיי און גריכנלאנד,
ווייטער די רוסישע טעראטאריע "קאלינינגראד" אויפן באלטישן ים האט צוויי גרויסע חסרונות, ערשטנס עס איז פיזיש אפגעטיילט פון צענטראל רוסלאנד און מען קען נאר אנקומען אהין דורך די באלטישע לענדער, צווייטנס, אנצוקומען פון דארטן צום אטלאנטיק דארף מען דעם באלטישן ים וואו מען דארף די טובות פון שוועדן און דענמארק.
ודי בזה לעת עתה.

זייער אינטערסאנט!
איז שייך א דייעגראם?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג מאי 06, 2018 3:27 pm

זייער שיין גיי אהן

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג מאי 06, 2018 3:52 pm

בהמשך צו דעם תגובה איבער רוסלאנד:
אסאך עקספערטן האלטן אז אט די אלע א. ד. פאקטן שטעלן דעם רוסישן בער אונטער א גרויסן פראגע צייכן ווען עס קומט צו א קריג מיט אמעריקע ח''ו אדער איינע פון איר אליאירטע.
דהיינו, ווייל כדי צוציקומען צו אמעריקע קען זי נאר דורכן וואסער
(צו אריבער ברענגען א מיליטער דורכן לופט די טויזענטער מייל קאסט פיל מער און איז כמעט אוממעגליך פאר א גרויסע ארמיי און אירע שווערע ארטילערי)
און איר שווערן צוטריט צום אקעאן וואס זי קען נאר דורך טעריטאריע פון אמעריקאנער און נאט''א אליאירטע, ווערט -ווי פארשטענדליך- בשעת א קריג תיכף פארמאכט פאר רוסישע ציווילע און כ''ש מיליטערישע דורכגאנג.
נאכמער, אפילו זי זאל וועלן ניצן איר פאסיפישן פארט, קומט עס אויך נישט אן אזוי לייכט צוליב די שווערע יאפאנעזישן אנוועזנהייט אויפן פאסיפיק.
משא''כ פארקערט ווען מען רעדט פון אן אמעריקאנע אינוואזיע אויף רוסלאנד,
איז רוסלאנד ארומגענומען (פון מערב -ווי עס איר באוואוינטע זייט) מיט אמעריקאנע אליאירטע לענדער ווי פוילן, בעלארוס, ליטע, לאטוויע, עסטאניע, פינלאנד, א.א.וו.
וועלכע שטעלן צו א דירעקטע פלאכע וועג גראד צו מאסקאווע.
הי''ת יעזור מען זאל יוצא זיין מיטן רעדן...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג מאי 06, 2018 5:54 pm

כ'האב לעצטנס געזען א קליפ ווי א מידיע פערזאן שטעלט זיך ארויס אויף א גאס אין סאן פראנציסקא, קאליפארניע, און ער פרעגט אויס די פארבייגייער:
וואס האלטסטו איבער נארט קארעא?
און דער עולם דארט רעאגירט
זיי זענען קאמוניסטן, ארים, באנדיטן, משוגאים, און אזוי יעדער מיט זיין/איר ענטפער.
דאן נעמט ער ארויס א מאפע פון טאש און ער פרעגט, זייט אזוי גוט און ווייזט מיר אן ווי געפונט זיך צפון קארעא?
רוב מענטשן ווייסן בכלל נישט וואס צו ענטפערן, א חלק ווייזן אן אויף אסטראליע, סאוט אפריקע, אדער גאר קאנאדע,
זייער א קליין חלק ווייסן די ריכטיגע ענטפער.
איך בין נייגעריג וויאזוי עס וואלט געווען ביי אונז אין ביהמ''ד...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מאנטאג מאי 07, 2018 7:44 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געזען א קליפ ווי א מידיע פערזאן שטעלט זיך ארויס אויף א גאס אין סאן פראנציסקא, קאליפארניע, און ער פרעגט אויס די פארבייגייער:
וואס האלטסטו איבער נארט קארעא?
און דער עולם דארט רעאגירט
זיי זענען קאמוניסטן, ארים, באנדיטן, משוגאים, און אזוי יעדער מיט זיין/איר ענטפער.
דאן נעמט ער ארויס א מאפע פון טאש און ער פרעגט, זייט אזוי גוט און ווייזט מיר אן ווי געפונט זיך צפון קארעא?
רוב מענטשן ווייסן בכלל נישט וואס צו ענטפערן, א חלק ווייזן אן אויף אסטראליע, סאוט אפריקע, אדער גאר קאנאדע,
זייער א קליין חלק ווייסן די ריכטיגע ענטפער.
איך בין נייגעריג וויאזוי עס וואלט געווען ביי אונז אין ביהמ''ד...

למאי נ''מ'?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 11:03 am

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געזען א קליפ ווי א מידיע פערזאן שטעלט זיך ארויס אויף א גאס אין סאן פראנציסקא, קאליפארניע, און ער פרעגט אויס די פארבייגייער:
וואס האלטסטו איבער נארט קארעא?
און דער עולם דארט רעאגירט
זיי זענען קאמוניסטן, ארים, באנדיטן, משוגאים, און אזוי יעדער מיט זיין/איר ענטפער.
דאן נעמט ער ארויס א מאפע פון טאש און ער פרעגט, זייט אזוי גוט און ווייזט מיר אן ווי געפונט זיך צפון קארעא?
רוב מענטשן ווייסן בכלל נישט וואס צו ענטפערן, א חלק ווייזן אן אויף אסטראליע, סאוט אפריקע, אדער גאר קאנאדע,
זייער א קליין חלק ווייסן די ריכטיגע ענטפער.
איך בין נייגעריג וויאזוי עס וואלט געווען ביי אונז אין ביהמ''ד...

למאי נ''מ'?

קיין שום נ''מ.
איך בין בלויז געווען סורפרייזט אז די אזויגערופענע אינטעלעקטועל אמעריקאנע באפעלקערונג זענען אזוי אומוויסנד,
בין איך נייגעריג צו אונזער היימישע עולם שטייט עפעס בעסער אין דעם הינזיכט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג מאי 07, 2018 12:14 pm

מען קען אלעס וויסן איבער נארט קאריע מען דארף אבער נישט וויסן פינקטלעך ווי זייער לאנג איז אויפן גלאוב, דאס מאכט זיי נישט אומווינסד, האסט מורא זיי וועלן שיקן די אמעריקאנע מיליטער קיין סאוט אפריקע? דערפאר פירן זיי נישט די מיליטער.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 6:19 pm

קליינטשיגער האט געשריבן:

ביזט גערעכט אז עס מאכט נישט אויס למעשה, און מען קען זיין קלאר אין די סיטואציע פון נ.ק. אן וויסן ווי אויף די וועלט עס איז.
אבער לענ''ד ווייזט עס יא אויף שטארקע אומוויסנהייט,
אדער בעסער געזאגט: עס ווייזט אויף נישט זיין אונטערעסירט צו וויסן,
ווייל א זאך וואס מען רעדט אסאך דערפון און מען נעמט זיך נישט די האלבע מינוט צו געוואויר ווערן פון וואס מען רעדט, מיינט אז מען זיכט נישט זיך אויסצוברייטערן דעם קאפ בלויז וועגן נאך א רעסטאראנט אונעם געגנט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג מאי 07, 2018 6:44 pm

א רעסטוראנט אין געגענט איז א גרויסע חילוק פארן מענטש פערזענדליכע לעבן, וואו נארט קאריע איז קען זיין אינטערסאנט אבער דער מענטש האט גארנישט דערפון, איינער וואס האט ליב צו וויסן וועט עס נאכקוקן, דאס מיינט נישט אז איינער וועם נייעס אונטערסירט מוז וויסן וואו נארט קאריע איז.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 6:55 pm

מעגליך גערעכט,
אבער טשיקאווע איז עס זיכער,
עכ''פ אזוי האלט איינע פון די גרעסטע טאלק שאוס אין אמעריקע וועלכע האט פארגעשטעלט דעם פאול.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

סתם
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מאנטאג מאי 07, 2018 8:38 pm

א גרויס חלק פון די נייעס איז געבויט אויף וואו עס איז
גרעניץ מיט רוסלאנד, טשיינע, סאוט קאריע,
ווייטקייט פון יאפאן גואם אין האוואי
ווי אויך די מיסיל רעינדש.
ממילא איז שווער צו האבן א דעה אן וויסן וואו נארט קארעה איז

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 8:40 pm

אויך א פוינט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג מאי 07, 2018 9:06 pm

איך האב א פראגע. פארוואס פארן די פליגערס אייביג שיף אויף די מאפע, מאכענדיג אזא רינדיגע ראוט? איז עס שנעלער? אדער זיי ווילן זיך האלטן נענטער צו יבשה וכדו'?

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 10:11 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איך האב א פראגע. פארוואס פארן די פליגערס אייביג שיף אויף די מאפע, מאכענדיג אזא רינדיגע ראוט? איז עס שנעלער? אדער זיי ווילן זיך האלטן נענטער צו יבשה וכדו'?

די תירוץ איז זייער פשוט, אז די ראוט איז בכלל נישט רונדיג.
לאמיר מסביר זיין:
למשל א פליגער וויל פליען פון טאקיא, יאפאן, קיין ניו יארק, יעצט אז די וועסט נעמען א מאפע און ציען א גראדע שטריך פון טאקיא ביז ניו יארק וועט עס גיין דורך גאנץ אזיע, גאנץ אייראפע, און דעם גאנצן אטלאנטיק. זייער א לאנגע וועג.
אבער אזויווי די וועלט איז א באלל איז די ריכטיגע וועג צו קוקן אויף א "גלאוב".
יעצט אויף א גלאוב איז טאקיא פונקט אקעגן ניו יארק אבער ביידע זענען שטארק ארויף צו צפון, יעצט וועט די קורצטע וועג זיין דורכן "נארט פאלל"
דהיינו אנשטאט ארומפארן א האלבן וועלט האסטו א שארטקאט פון אויבן.
אבער ווען די וועסט מאלן דעם ראוט אויף א גראדן מאפע קוקט אויס ווי דער עראפלאן מאכט א בלויזן אומוועג, ארויף און דערנאך אראפ,
און די זעלבע איז אויך ביי קלענערע ראוטס למשל פון לאנדן קיין ניו יארק, אז די ראוטס וואס זענען אין פאקט די שנעלסטע זעען אויס אויף א גלאטע מאפע ווי רונדיג.

איך האף אז עס איז גוט מסביר געווען צום פארשטיין.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 10:15 pm

להוספה:
צומאל קענען א פליגער יא מאכן א שטיקל אומוועג זיך מיטצוכאפן מיט א געוויסע ווינט
אדער ווייל עס מאכט עס שנעלער אדער זיך צו שפארן געז.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג מאי 07, 2018 10:20 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:איך האב א פראגע. פארוואס פארן די פליגערס אייביג שיף אויף די מאפע, מאכענדיג אזא רינדיגע ראוט? איז עס שנעלער? אדער זיי ווילן זיך האלטן נענטער צו יבשה וכדו'?

די תירוץ איז זייער פשוט, אז די ראוט איז בכלל נישט רונדיג.
לאמיר מסביר זיין:
למשל א פליגער וויל פליען פון טאקיא, יאפאן, קיין ניו יארק, יעצט אז די וועסט נעמען א מאפע און ציען א גראדע שטריך פון טאקיא ביז ניו יארק וועט עס גיין דורך גאנץ אזיע, גאנץ אייראפע, און דעם גאנצן אטלאנטיק. זייער א לאנגע וועג.
אבער אזויווי די וועלט איז א באלל איז די ריכטיגע וועג צו קוקן אויף א "גלאוב".
יעצט אויף א גלאוב איז טאקיא פונקט אקעגן ניו יארק אבער ביידע זענען שטארק ארויף צו צפון, יעצט וועט די קורצטע וועג זיין דורכן "נארט פאלל"
דהיינו אנשטאט ארומפארן א האלבן וועלט האסטו א שארטקאט פון אויבן.
אבער ווען די וועסט מאלן דעם ראוט אויף א גראדן מאפע קוקט אויס ווי דער עראפלאן מאכט א בלויזן אומוועג, ארויף און דערנאך אראפ,
און די זעלבע איז אויך ביי קלענערע ראוטס למשל פון לאנדן קיין ניו יארק, אז די ראוטס וואס זענען אין פאקט די שנעלסטע זעען אויס אויף א גלאטע מאפע ווי רונדיג.

איך האף אז עס איז גוט מסביר געווען צום פארשטיין.

עס צו מאכן קורץ און פשוט. די וועלט, ווי העכער אויף די גלאוב אלץ שמעלער איז עס במילא איז די וועג אויך קורצער ווען מען מאכט די אומוועג.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 07, 2018 10:23 pm

אקוראט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, קיטשי, ראש חדשים און 16 געסט