אנקעטע: איז היינט שווערער מיט שידוכים ווי פאר 20 יאר צוריק?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אנקעטע: איז היינט שווערער מיט שידוכים ווי פאר 20 יאר צוריק?

יא, שווערער.
31
50%
די זעלבע.
27
44%
גרינגער.
4
6%
 
סך הכל שטימען: 62

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

אנקעטע: איז היינט שווערער מיט שידוכים ווי פאר 20 יאר צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

צייט פאר אן אנקעטע.

אויב שטימט איר, זייט אזוי גוט און זייט מסביר אויף וואס אייער שטימע איז געבויעט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

האסט עס דאך שוין געפראווט אלס א 'קריזיס' אין בלעטער לאנגע אשכולות, יעצט איז צייט פאר אן אנקעטע???,
אנקעטעס האסטע געדארפט מאכן פארן ערקלערן קריזיס
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

ביטע לייג צו א אפציע ״איך ווייס נישט״
אויב שטייט מען בכלל נישט קען מען נישט זעהן די רעזולטאטן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ראספשע האט געשריבן:האסט עס דאך שוין געפראווט אלס א 'קריזיס' אין בלעטער לאנגע אשכולות, יעצט איז צייט פאר אן אנקעטע???,
אנקעטעס האסטע געדארפט מאכן פארן ערקלערן קריזיס

די אנקעטע איז נאר פאר די וואס האבן נאך נישט געלייענט די בלעטער... די אלע וואס האבן געלייענט וועלן ווי פארשטענדליך שטימען אז עס איז ערגער..
שמואל הלוי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל הלוי »

וואס עפעס? האט געשריבן:ביטע לייג צו א אפציע ״איך ווייס נישט״
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

:lol:
קוים וואס א פראקציע באנוצער דא מאכן "היינט" חתונה, פרעגסטו נאך אויף 20 יאר צוריק?!... קיקיון, ווער נאך...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

שמואל הלוי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:ביטע לייג צו א אפציע ״איך ווייס נישט״

דער פראבלעם איז, אז אויב לייגט מען צו א פרישע אפציע מעקן זיך אלע שטימן אפ.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

פריילעך אידל האט געשריבן::lol:
קוים וואס א פראקציע באנוצער דא מאכן "היינט" חתונה, פרעגסטו נאך אויף 20 יאר צוריק?!... קיקיון, ווער נאך...

די וואס מאכו היינט חתונה, געדענקען דאך נאך פון ווען זיי און זייערע חברים האבן חתונה געהאט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שמואל הלוי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:ביטע לייג צו א אפציע ״איך ווייס נישט״

ווער ס'ווייסט נישט דארף נישט שטימען. די אנקעטע איז צווישן די וואס האבן א מיינונג אין דעם נושא.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:ביטע לייג צו א אפציע ״איך ווייס נישט״

ווער ס'ווייסט נישט דארף נישט שטימען. די אנקעטע איז צווישן די וואס האבן א מיינונג אין דעם נושא.


ליין מיין גאנצע תגובה העט אייך פארענטפערט ווערן אייער קשיא
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

עס איז שווער פשוט ווייל דער ציבור וואקס קע"ה, און פיל ווערן פארזען.
פשטות מוז מען ווערן מער פארגעשריטן, און עס זאל זיין א געהעריגע וועבסייט א דאטעבעיס מיט אינפארמאציע, וועלכע זאל ווערן געאפדעיטעט כסדר, און יעדער זאל האבן צוטריט דערצו פאר א מינימאלע אפצאל (פשוט צו באצאלן די ארבייטערס).
דאס אז די אינפארמאציע איז אפן, וועט דאס העלפן פאר א סאך עסקנים און גוטע פריינד וועלכע ווילן ארויסהעלפן און שידוכים, אבער האבן נישט די נויטיגע ידיעות.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

וואס עפעס? האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:ביטע לייג צו א אפציע ״איך ווייס נישט״

ווער ס'ווייסט נישט דארף נישט שטימען. די אנקעטע איז צווישן די וואס האבן א מיינונג אין דעם נושא.


ליין מיין גאנצע תגובה העט אייך פארענטפערט ווערן אייער קשיא

עס איז דא אן אפציע
זעה וואל אויסגאנג
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך האלט היינט איז שווערער, איך זעה נישט היינט אזעלכע שדכנים ווי ר' יושע יודא גלאנץ צו ר' דוד מרדכי מייזעלס. זיי אין זייערע גיטע צייטן ווען זיי זענען געווען פריש, האבן זיי געקענט אנטראגן צען שידוכים א טאג, אוודאי איז געפארן שידוכים, היינט א שדכן טראגט אן א שידוך אין צוויי וואכן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ביי מיידלעך ווייס איך נישט, אבער ביי בחורים - בפרט פון פשוטי עם שטובער, איז פיל שווערער.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך טראכט צוריק און ס'איז זייער שווער צו ענטפערן ווייל איך מיין אז פראצענטואל איז די זעלבע אדער אפילו אביסל בעסער, אבער אז פאר יעדע אלטער בחור / מיידל פאר צוואנציג יאר צוריק איז היינט דא 4-5 צוליב די פאפולאציע וואוקס איז סאך שווערער עס אויסצוהאלטן, פשוט ווייל דער רבוי עם מאכט נישט מען זאל ווייניגער זען דעם פראבלעם, ווייל די וואס ס'פארט גלאטיג זענען נישט אנזעבאר, נאר דער פראבלעם זעט מען ע"כ זעט מען און מען פילט פיר פינף מאל דעם פראבלעם כאטשיק סאיז די זעלבע (עכ"פ אין מיין ענגען צירקל)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סידיראם האט געשריבן:איך האלט היינט איז שווערער, איך זעה נישט היינט אזעלכע שדכנים ווי ר' יושע יודא גלאנץ צו ר' דוד מרדכי מייזעלס. זיי אין זייערע גיטע צייטן ווען זיי זענען געווען פריש, האבן זיי געקענט אנטראגן צען שידוכים א טאג, אוודאי איז געפארן שידוכים, היינט א שדכן טראגט אן א שידוך אין צוויי וואכן.

על זה אמר הכתוב 'אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה', ס'יז היינט אויך דא שדכנים וואס טויגן..... [און אגב, ר' ישוע יודא מיינעך לעבט נאך...]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

lebediger berel האט געשריבן:איך טראכט צוריק און ס'איז זייער שווער צו ענטפערן ווייל איך מיין אז פראצענטואל איז די זעלבע אדער אפילו אביסל בעסער, אבער אז פאר יעדע אלטער בחור / מיידל פאר צוואנציג יאר צוריק איז היינט דא 4-5 צוליב די פאפולאציע וואוקס איז סאך שווערער עס אויסצוהאלטן, פשוט ווייל דער רבוי עם מאכט נישט מען זאל ווייניגער זען דעם פראבלעם, ווייל די וואס ס'פארט גלאטיג זענען נישט אנזעבאר, נאר דער פראבלעם זעט מען ע"כ זעט מען און מען פילט פיר פינף מאל דעם פראבלעם כאטשיק סאיז די זעלבע (עכ"פ אין מיין ענגען צירקל)

איך קען מיך נישט איינהאלטן פון פרעגן א פערזענליכע פראגע שלא מן הענין, פארוואס אלץ ווען איך ליין וואס איר שרייבט הער איך אין מיין דמיון אן אויטאראזירטע דיקע שטימע רעדן?...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ר' יום טוב האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך טראכט צוריק און ס'איז זייער שווער צו ענטפערן ווייל איך מיין אז פראצענטואל איז די זעלבע אדער אפילו אביסל בעסער, אבער אז פאר יעדע אלטער בחור / מיידל פאר צוואנציג יאר צוריק איז היינט דא 4-5 צוליב די פאפולאציע וואוקס איז סאך שווערער עס אויסצוהאלטן, פשוט ווייל דער רבוי עם מאכט נישט מען זאל ווייניגער זען דעם פראבלעם, ווייל די וואס ס'פארט גלאטיג זענען נישט אנזעבאר, נאר דער פראבלעם זעט מען ע"כ זעט מען און מען פילט פיר פינף מאל דעם פראבלעם כאטשיק סאיז די זעלבע (עכ"פ אין מיין ענגען צירקל)

איך קען מיך נישט איינהאלטן פון פרעגן א פערזענליכע פראגע שלא מן הענין, פארוואס אלץ ווען איך ליין וואס איר שרייבט הער איך אין מיין דמיון אן אויטאראזירטע דיקע שטימע רעדן?...

ווייל עס דארף זיין פארקערט פון מיין ארגינעלע שטימע אלץ חשש גילוי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

יהיה כן האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:איך האלט היינט איז שווערער, איך זעה נישט היינט אזעלכע שדכנים ווי ר' יושע יודא גלאנץ צו ר' דוד מרדכי מייזעלס. זיי אין זייערע גיטע צייטן ווען זיי זענען געווען פריש, האבן זיי געקענט אנטראגן צען שידוכים א טאג, אוודאי איז געפארן שידוכים, היינט א שדכן טראגט אן א שידוך אין צוויי וואכן.

על זה אמר הכתוב 'אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה', ס'יז היינט אויך דא שדכנים וואס טויגן..... [און אגב, ר' ישוע יודא מיינעך לעבט נאך...]


ר' יושע יודא לעבט נאך אויף אלע באקן ב"ה.... ביז די 120.... אבער זיין ארבעט היינט איז א הונדרעטצטעל ווי אמאל, פשוט א מענטש ווערט נישט אינגער, אדער אנדערע סיבות, איך ווייס נישט.

ער האט מיך פארציילט (שוין לאאנג צוריק, געדענק נישט כל הפרטים בדיוק, פרעגטס אים אליין) אז אנפאנג פון זיין קאריע אלס א שדכן איז געווען עפעס א עושר וואס האט גענומען אים מיט נאך א שדכן, און אריינגעזעצט אין אן אפיס אז זיי זאלן דארט זיצן פון צופרי ביז ביינאכט, דער עושר האט זיי באצאלט א פעטן וועיזש, און יענע תקופה האט זיך געגאסן שידוכים לרחצה....

וועלכע עושר נעמט היינט אזא זאך אויף זיין זכות? שכרו יהיה כפול מן השמים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יא יא, פרעג אים נאר וויפיל ער האט געכאפט פון די בחורים.....
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

די צוויי יודן וואס האבן געשטימט אז סאיז גרינגער ווי אמאל ווערן געבעטן אריינצוקומען מיט א ערקלערונג, אז נישט וועט מען מיזן אננעמען אז דאס זענען באטס..
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ר' יום טוב האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך טראכט צוריק און ס'איז זייער שווער צו ענטפערן ווייל איך מיין אז פראצענטואל איז די זעלבע אדער אפילו אביסל בעסער, אבער אז פאר יעדע אלטער בחור / מיידל פאר צוואנציג יאר צוריק איז היינט דא 4-5 צוליב די פאפולאציע וואוקס איז סאך שווערער עס אויסצוהאלטן, פשוט ווייל דער רבוי עם מאכט נישט מען זאל ווייניגער זען דעם פראבלעם, ווייל די וואס ס'פארט גלאטיג זענען נישט אנזעבאר, נאר דער פראבלעם זעט מען ע"כ זעט מען און מען פילט פיר פינף מאל דעם פראבלעם כאטשיק סאיז די זעלבע (עכ"פ אין מיין ענגען צירקל)

איך קען מיך נישט איינהאלטן פון פרעגן א פערזענליכע פראגע שלא מן הענין, פארוואס אלץ ווען איך ליין וואס איר שרייבט הער איך אין מיין דמיון אן אויטאראזירטע דיקע שטימע רעדן?...


לכאורה ווייל איר הערט רעדן אזוי ווי א בער
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:די צוויי יודן וואס האבן געשטימט אז סאיז גרינגער ווי אמאל ווערן געבעטן אריינצוקומען מיט א ערקלערונג, אז נישט וועט מען מיזן אננעמען אז דאס זענען באטס..

קודם איז עס שוין דריי, אבער איך בין געווען די צווייטע,

די סיבה פארוואס עס איז גרינגער איז פשוט, 1] ווייל יעדער זאגט שווערער מיז איך זאגן גרינגער, 2] ווייל אמאל נאכן קריג איז געווען ס"ה געווען אפאר נקיבות ראו לשידוכים און מען האט געמיזט נעמען וואס עס איז דא משא"כ היינט צוטאגס ב"ה איז דא אן אויסוואל פון טויזענטער בחורים,

יא די גיאות איז שטארק געוואקסען אבער עס איז אן איגאו נישט א צירוק האלט.

למעשה זעהט מען נישט היינט קיין גרויע צעפ, און אמאל פארן קריג פלעגט מען יא זעהן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:די צוויי יודן וואס האבן געשטימט אז סאיז גרינגער ווי אמאל ווערן געבעטן אריינצוקומען מיט א ערקלערונג, אז נישט וועט מען מיזן אננעמען אז דאס זענען באטס..

קודם איז עס שוין דריי, אבער איך בין געווען די צווייטע,

די סיבה פארוואס עס איז גרינגער איז פשוט, 1] ווייל יעדער זאגט שווערער מיז איך זאגן גרינגער, 2] ווייל אמאל נאכן קריג איז געווען ס"ה געווען אפאר נקיבות ראו לשידוכים און מען האט געמיזט נעמען וואס עס איז דא משא"כ היינט צוטאגס ב"ה איז דא אן אויסוואל פון טויזענטער בחורים,

יא די גיאות איז שטארק געוואקסען אבער עס איז אן איגאו נישט א צירוק האלט.

למעשה זעהט מען נישט היינט קיין גרויע צעפ, און אמאל פארן קריג פלעגט מען יא זעהן.


דאס וואס איז אנגערופן געווארן "גרויע צעפ" פארן קריג (ביי מיידלעך) איז היינט יא דא אזויפיל "גרויע בערד" ביי די בחורים, (ס'האט נישט אייביג געמיינט טאקע עכט ממש גרויע האר, ס'איז געווען נעבעך אויך עכט אלטע מיט ממש גרויע וואס האבן קיינמאל געהייראט, אבער דעם אויסדריק האט מען אויך גענוצט ביי סתם פארעלטערטע מוידן)

ס'איז א דבר פשוט וואס איז שוין אויסגערעדט געווארן אסאך, אז דעמאלס האט די מיידעל'ס צד נאכגעלאפן דעם בחור במילא איז געווען גרויע צעפ, און היינט איז פארקערט
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום מוצ"ש אפריל 28, 2018 11:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:די צוויי יודן וואס האבן געשטימט אז סאיז גרינגער ווי אמאל ווערן געבעטן אריינצוקומען מיט א ערקלערונג, אז נישט וועט מען מיזן אננעמען אז דאס זענען באטס..

קודם איז עס שוין דריי, אבער איך בין געווען די צווייטע,

די סיבה פארוואס עס איז גרינגער איז פשוט, 1] ווייל יעדער זאגט שווערער מיז איך זאגן גרינגער, 2] ווייל אמאל נאכן קריג איז געווען ס"ה געווען אפאר נקיבות ראו לשידוכים און מען האט געמיזט נעמען וואס עס איז דא משא"כ היינט צוטאגס ב"ה איז דא אן אויסוואל פון טויזענטער בחורים,

יא די גיאות איז שטארק געוואקסען אבער עס איז אן איגאו נישט א צירוק האלט.

למעשה זעהט מען נישט היינט קיין גרויע צעפ, און אמאל פארן קריג פלעגט מען יא זעהן.


די אנקעטע איז פון יעצט צו ״20״ יאר צוריק...
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”