אומגלויבליכע השגחה פרטית רודערט אויף די וועלט - ר' דוד קלעצקין א"י

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

מעשה ר' דוד קלעצקין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

pdf ?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יאיר גאלד האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:דרעזנער אויף קול מבשר האט א שמועס מיט ר' דוד.
114

מיינסט טאקע ער האט געכאפט ר' דוד? ער קען דען אנקומען צו יעדעם?

Kletzkin said he cant pick up every phone call
this week

But he heard that kol mevaser is the biggest jewish hotline
so he put aside 1 hour to make interview on kol mevaser

and this is a zechus a few thousand should hear this amazing story
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

לבלוב האט געשריבן:
איך האב דא ארויף געלייגט דריי הודעות
די ערשטע: איז די ערשטע הודעה וואס ער האט ארויף געלייגט אויפן ווטצאפ פון פון זיין משפחה, און טאקע ער רעדט דארטן זייער משפחה'דיג
די צווייטע הודעה: איז א וואך שפעטער, נאך וואס ס'איז שוין אביסל נתפרסם געווארן די מעשה
די דריטע: איז א מוירעדיגע בין אדם לחבירו'דיגע מעשה, וואס ס'איז אנטפלעקט געווארן דורך די מעשה, מיט א מוירעדיגע מוסר הסכל.
איך בין זייער מציע אז מ'זאל עס הערן ביז'ן סוף, ס'איז א לעבעדיגע מוסר ספר

מ'זעט נישט וואו מ'קען הערן...... .........
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אברהמ'ס
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 7:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהמ'ס »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
ישראל אברהם האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:רוב משפחות אין א"י האבן אזא טלפון ליין צווישן די משפחה

להד"מ

אז ביי דיר אין משפחה איז נישט פארהאנען א ליין איז נישט געפערליך אבער וואס פעהלט דיר אויס צו פירקלען א תגובה און עס פארלייקענען? ביי אסאך איז יא דא...


זיי מברר וועסט הער'ן
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
ישראל אברהם האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:רוב משפחות אין א"י האבן אזא טלפון ליין צווישן די משפחה

להד"מ

אז ביי דיר אין משפחה איז נישט פארהאנען א ליין איז נישט געפערליך אבער וואס פעהלט דיר אויס צו פירקלען א תגובה און עס פארלייקענען? ביי אסאך איז יא דא...

איך ווייס אז ביי אסאך איז דא ווייל איך האב געזעהן אז רבנים שרייבען קעגען דעם... אבער ווייט פון "רוב".
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

קענסטו אפשר פארדינען אפאר מיליאן דאלער דורך אים סוען אז ער האט געזאגט רוב און נישט אסאך?... ודי
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

א סאך קען זיין א פאר הונדערט, רוב איז מאות אלפים
אברהמ'ס
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 7:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהמ'ס »

ישראל אברהם האט געשריבן:א סאך קען זיין א פאר הונדערט, רוב איז מאות אלפים



ואס שפארטזייך אויף א מציאות?
סאיז דא אלפים פון משפחות קהילות חבורות וואס האבן

רבנים האבן נישט געשריבן אויף די וואס רעדן נאר מענער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שוין געזען דריי גליונות די וואך ברענגן די מעשה, איז דא איינער וואס ברענגט דאסאין אידיש?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

קול מ'וואסער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כל טוב האט געשריבן:קול מ'וואסער

בכתב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מי יודע האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:קול מ'וואסער

בכתב

מאמענט קאווער נעקסטע וואך.
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

.
אטעטשמענטס
סיפור קלעצקין.pdf
(187.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 445 מאל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

איינער קען דא שרייבן די מעשה אין פלעין אידיש
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

געוואלדיג!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

געעפענט א האטליין צו הערן די מוראדיקע מעשה

hotline kletzkin.JPG
hotline kletzkin.JPG (123.9 KiB) געזען 3897 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איינער קען מיר ביטע שיקן אינישי אן אימייל אדרעס פון ר' דוד?
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

כאפט א ציטער
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

נישטא קיין ווערטער, אית דין ואית דיין
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

האמיר אויסגעהערט יעצט נאכאמאל די מעשה כדי צו קענען איבערפארציילן פאר די קינדער האב איך עס אפגעטייפט לפי וואס ער פארציילט עס, עמער עס דא שטעלן לזיכוי הרבים.

ווער עס וויל האט רשות צו נעמען וואס כ'האב אפגעטייפט און דריקן ארומדרייען טון דערמיט כבתוך שלו....
---

פארציילט ר' דוד קלעצקין, פאר פסח אדער חוה"מ פסח האב איך געהאלטן אינמיטן א קבורה, און אזוי אינמיטן באדעקן זע איך ליגן דארט א קליין צעטעלע, אן עדווערטייזמענט פון איינער וואס פאררעכט מצבות, און וויבאלד מען האט געהאלטן אינמיטן א קבורה האב איך עס נישט געקענט אפליינען גלייך, האב איך עס אריינגעלייגט אינעם הויזן טאש, און אינזינען געהאט עס צו לייענען שפעטער, אבער פארשטייט זיך א סעקונדע דערנאך האב איך שוין פארגעסן דערפון. אזוי איז עס געבליבן ליגן אין טאש.

מיטוואך פרשת תז"מ [לפי א"י] ביינאכט פאר מעריב איז ווידער געווען א לויה, און ס'איז געווען א רעגן און א שווערע בלאטע, און די הויזן איז מיר געווארן אינגאנצן שמוציג מיט בלאטע, פארשטייט זיך אז איך האב אזוי נישט געקענט גיין דאוונען מעריב, האב איך זיך איבערגעטויש, און פארשטייט זיך ארויסגענומען אלעס פונעם טאש און אראפגעלייגט אין צומער.

דאנערשטאג צופרי - כ"ז ניסן;

אויפשטייענדיג צופרי האב איך גענומען די פעקל מיט זאכן וואס כ'האב אויסגעליידיגט פון די טאשן, און אנגעהויבן דורכגיין זען וואס צוריק צולייגן אין טאש, איך גיי אזוי אריבער די צעטעלאך, און איך זע פאר מיר דעם צעטעלע מיט דעם עדווערטייזמענט, די ערשטע מחשבה איז געווען לאמיר דאס אוועקווארפן, אבער אז כ'האב עס שוין געהאלטן אין האנט האב איך עס שוין באטראכט, זע איך דאס איז אן עדווערטייזמענט פון איינער וואס פאררעכט מציבות, און ער האט דארט געלייגט צוויי בילדער פון א מצבה, איינס פארן פאררעכטן חרוב ונחרב שמוציג, און די אנדערע נאכן פאררעכטן.

פשוט אלץ נייגער האב איך זיך גענומען באטראכטן דעם בילד צו זען וועמענס מצבה דאס איז, ס'איז גאנץ שווער געווען צו ליינען, אבער דאס איז וואס כ'האב ארויסגעליינט:

[align=center]פ"נ האשה החשובה
עטקא טויבה בת הרב דוד שחור
...
הונה ועמלה מסרה לעסוק בתורה
זכתה להקבר בקבורה אשר לא זכתה אחיותיה
הצ' חיה וסאניע הי"ד
נפ' כ"ז ניסן תשל"א[/align]

שטייט נישטא קיין אשת, פארשטיי איך דערפון אז מן הסתם האט זי קיינמאל נישט חתונה געהאט, און ווי עסק קוקט אויס איז דאס ווארשיינליך א געראטוועטע פון די מלחמה, און אוועק פון די וועלט אן קיין קינדער.

און וואונדער איבער וואונדער, פונקט היינט איז איר יארצייט, וואס עס ווערט 47 יאר פון איר פטירה, האט דער בורא עולם געוואלט מען זאל איר געדענקן היינט, וואס האט ער געטון, אפאר וואכן צוריק ווארפט ער מיר אריין א צעטעלע, וואס אסאך האבן עס מן הסתמא געזען און איבערגעלאזט, און היינט צופרי מאכט ער מיר נייגעריג צו זען וועמענס מצבה דאס איז, און פונקט היינט איז די יארצייט.

נו, אז כ'בין שוין געווארן אזוי אנגעווארעמט, אז היינט איז די יארצייט, האב איך שפעטער ביים דאוונען - אין פינסק קארלין - געזאגט די דריי קדישים פון נאכן דאוונען מיט ברכו את השם המבורך, און קדיש פון קריאת התורה אלעס לטובת נשמתה.

נאכן דאוונען בין איך צוגעגאנגען צום פינסק קארלין'ער רבי'ן און געוויזן דעם צעטל, ער איז געווארן מרוגש דערפון, און זיך גלייך אראפגעזעצט לערנען א פרק משניות לטובת נשמתה און אנגעצינדן א ליכטל, און מיר אויך געזאגט צו צינדן א ליכטל, און האט געבעטן פון די מענטשן דארט אז ווער עס קען זאל לערנען משניות לטובת נשמתה.

[align=center]***[/align]

די מעשה איז ארומגעפארן איבערן גאנצן לאנד, איך האב אנגעהויבן צו באקומען טעלפאן רופן פון אלע זייטן, האב איך סוף טאג גערופן דעם נומער צו דער וואס פאררעכטן מצבות, די נומער וואס איז געשטאנען אויפן צעטל, און כ'פרעג אים וויפיל יאר צוריק האסטו געמאכט דעם צעטל מיטן עדווערטייזמענט, זאגט ער 12 יאר צוריק, פרעג איך אים אפשר געדענקסטו ווער ס'האט באשטעלט צו פאררעכטן דעם מציבה, זאגט ער אוודאי געדענק איך, עס איז א מגי"ש אין טשעבין הרב ר' בנימין רימר - די אינגסטע איידעם פון הרב אלישיב ז"ל.

פארציילט יענער - ער האט כסדר געזוכט איינער וואס זאל מסכים זיין צו לאזן לייגן א בילד פונעם מציבה פארן פאררעכטן די מציבה און נאכן פאררעכטן, אבער קיינער האט נישט מסכים געווען מען זאל לייגן פון זייערע עלטערן וכדו', און ווען ר' בנימין רימר האט אים געבעטן צו פאררעכטן די מציבה, האט ער אויסגעניצט די געלעגענהייט און געבעטן פון ר' בנימין צו ער גיבט אים רשות דאס צו ניצן פאר זיין עד.

ר' בנימין האט אים געזאגט אז ער וועט זיך איבערטראכטן און ענטפערן, שפעטער האט ער זיך איבערגעטראכט אז אפשר איז דאס טאקע א מצוה, א איד דארף עס פאר פרנסה איז עס דאך א חסד זאל עס זיין לעילוי נשמתה, און אפשר וועט נאך אמאל ארויסקומען דערפון א טובה.

פארציילט ר' דוד, אז איך האב דאס געהערט, האב איך אנגערופן ר' בנימין רימר און פארציילט די מעשה, זאגט ר' בנימין אוודאי איך האב היינט געהאלטן דעם יארצייט, פארציילט ער וואס דאס האט מיט אים, ס'איז זיין זיידנס שוועסטער ר' בנימין'ס מאמע איז א טאכטער פון ר' אלי' שחור, און זי איז טאקע געווען א מיידל פון 78 יאר, זי איז ארויף אום תרצ"ד קיין א"י פארן קריג, אירע שוועסטער'ס זענען געבליבן און טאקע אומגעקומען אינעם קריג.

פארציילט ר' בנימין, זי האט אמאל געראטעוועט איר טאטן'ס לעבן פון א זיכערן טויט, געווען איז עס ווען זיי האבן נאך געוואוינט אין רוסלאנד, אין מינסק, און דער פאטער האט עפעס געהאנדלט, און א טאג איז אנגעקומען די פאליציי צו זיי אין שטוב מיט א פארלאנג אים צו נעמען אויף אויספארשונג, מיטן טענה אז ער האט באהאלטן וואס ער האנדלט און נישט געצאלט שטייער, פארשטייט זיך דאס וואלט באדייט א געפאר ער זאל אנקומען אין סיביר.

די טאכטער עטקא טויבה וואס האט דאס צוגעזען, האט זי זיך געשטארקט און זיך גענומען שרייען אויף זיי, מיט א שטאלצקייט האט זי געשריגן, וואס ווילט עטץ האבן פון מיין טאטן, ער האט גארנישט געטון, איך בין דער וואס האט געהאנדלט, איך בין דער וואס האט נישט באריכטעט די שטייער, איך בין דער וואס האט געשווינדלט, און לאזט אפ מיין פאטער, און זי האט גע'חתמ'ט דערויף, איר טאטע האט געזען ווי שטארק זי איז האט ער געשוויגן.

פארציילט ר' בנימין ווייטער, נו, האבן זיי שוין נישט געקענט נעמען דעם טאטן, האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן נאכקוקן די זאך און צוריק קומען, אבער אין אמת'ן אריין האבן זיי קיין פרויען נישט געדארפט דארט אין סיביר, האט מען זיי אפגעלאזט און אוועק פון דארט.

דער טאטע האט געשפירט אז דא קען ער מער נישט בלייבן, האט ער איינגעפאקט די זאכן און גענומען די קינדער אין שטוב, און ארויף געפארן קיין א"י, און די צוויי אנדערע טעכטער חיה און סאניע וויבאלד זיי זענען שוין געווען חתונה געהאט זענען זיי טאקע געבליבן דארט, און שפעטער אומגעקומען ביים קריג הי"ד.

ווען ער איז אנגעקומען קיין א"י האט ער כסדר געזאגט אז די טאכטער האט אים געראטעוועט דעם לעבן, און ווען ער האט געקויפט א חלקה אויפן הר הזיתים, האט ער געקויפט פאר די טאכטער אויך. און ר' בנימין היט דעם יארצייט אום כ"ז ניסן.

פארציילט מיר ר' בנימין, אז זיי האבן געוואוינט אין די בתי ברוידא פאר צען-צוועלף יאר, און נאך וואס אירע עלטערן זענען נפטר געווארן, זי האט געהאט א שוועסטער-קינד ר' זלמן שחור, א גרויסער בעל חסד, און וויבאלד משפחת שחור האט געהאט א חוש אין רפואות האט ער איר צוגעשטעלט ארבעט אין די קופת חולים אין תל אביב, און דארט האט זי געארבעט אינעם מעדעצין-געשעפט במשך פון תש"ה ביז תשכ"ח בערך, דערנאך איז זי אריבער צו א עלטערנס-היים ביז זי איז אוועק אום יאר תשל"א.

[align=center]***[/align]

פארציילט ר' דוד, די וואך - פרשת אמור [בא"י] - אנפאנג וואך באקום איך א טעלפאן רוף, א איד רופט און שטעלט זיך פאר מיטן נאמען אהרן, פארציילט ער מיר אז ער האט געהערט דעם אויבנדערמאנטן מעשה, און ס'האט אים אנגעכאפט א ציטער און א שרעק דערמאנענדיג זיך א מעשה וואס האט פאסירט 50 יאר צוריק, ומעשה שהיה כך היה.

איך בין געווען א אינגע בחור'ל האב איך געקויפט א זאלב אין קופת חולים כללית אין תל אביב, נאכן עפענען דעם זאלב און אנהייבן ניצן אביסל, איז אים קלאר געווארן אז נישט דאס האט ער געוואלט קויפן, ער האט באשטעלט אן אנדערע זאלב, און באקומען די נישט ריכטיגע.

ס'האט אים מורא'דיג פארדראסן, און מיטן גאנצן כעס איז ער צוריק געגאנגען צום קופת חולים אז ער וויל עס איבערטוישן, ווייל נישט דאס האט ער געקויפט, האט אים דער פארקויפער געזאגט, אנטשולדיגט, אבער איר האט דאס שוין געעפנט און געניצט, מיר נעמען עס נישט צוריק.

דערציילט ער ווייטער - אז ער איז פון די תשובה געווארן נאך מער אין כעס, און ער האט זיי באשולדיגט אז ס'איז זייער שולד, האט דער פארקויפער אים געענטפערט אז ווען ער האט עס געקויפט איז געווען דארט נאך איינער וואס האט באשטעלט א זאלב, און מען האט ביידע געלייגט אויפן טיש, און איר האט נישט צוגעלייגט קאפ אז ענק האבן עס אליין פארטוישט.

פון וואנט ווייס איך - זאגט דער פארקויפער - ווייל דער אנדערער איז נאכדעם צוריקגעקומען זאגן אז מען האט אים געגעבן די נישט ריכטיגע זאלב, און וויבאלד זיינס איז נאך געווען פארמאכט און נישט געניצט האט מען אים עס אויפגעטוישט, אבער דו האסט שוין געעפנט דעם זאלב קענען אונז עס נישט צוריק נעמען, ווייל ס'איז דיין טעות.

פארציילט ער ווייטער - איך בין דערפון געווארן נאך אסאך מער ברוגז, און אנגעהויבן צו שרייען נאך מער, האט די פארקויפערן געזאגט איך בין נישט געווען דער וואס האט דיר עס פארקויפט, און זי האט גערופן פון אנדערען שטוב "גברת טויבה" "גברת טויבה", ווייל זי איז געווען דער וואס האט עס דאן פאר אים פארקויפט - זי איז טאקע געווען די "טויבה שחור" - און געזאגט אז דער אהרן וויל טוישן די זאלב.

זאגט ר' אהרן - איך האב טאקע באלד דערקענט אז זי איז געווען דער וואס האט עס מיר פארקויפט, אבער מיר האט נישט געפאסט צו מודה זיין אז ס'איז געווען מיין טעות, האב איך זיי באשולדיגט אז זיי געבן נישט גענוג אכטונג און געבן עס נישט אין האנט, און צוליב דעם איז געשען די טעות.

אבער זעענדיג אז זיי האלטן זיך ביי זייער'ס און ווילן אים נישט געבן קיין אנדערע - מעגליך צוליב די כעס מיט וואס ער האט עס פארלאנגט, האט ער מתוך כעס גענומען די זאלב, און געגעבן א קלאפ אויפן טיש קעגן דעם טויבה, און ער האט געגעבן א שריי צו איר, פאר דיינע קינדער זאלסטו ניצן דעם זאלב.

די אלטע טויבה האט זיך גארנישט אנגערופן, נאר די קאליר האט זיך איר געטוישט אין פנים, דער אנדערער פארקויפער האט איר אזוי אנגעקוקט, און אהרן זעענדיג אז זיי שטייען אזוי אן קיין ווארט, איז ער אוועק פון דארט.

[align=center]***[/align]

ס'איז אריבער אפאר יאר, פארציילט דער איד ווייטער - ביי זיי אין שול איז אין זוממער פאר מנחה דא א שיעור אין פרקי אבות פונעם רב פונעם שול, און דער רב לערנט פאר יעדן שבת איין משנה פון די פרק פון יענעם וואך, ער לערנט עס פאר גאר געשמאק מיט אלע מפרשים קלאר און גרינטליך.

איינע פון די שבתים האט דער רב מסביר געווען אין פרק ב' משנה ו', וואס שטייט דארט אויף הלל הזקן אף הוא ראה גלגולת אחת שצפה על פני המים, אמר לה על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפיך יטופון, און די רב האט עס מסביר געווען די משנה מיט די מפרשים, און איבערגעטייטשט בטוב טעם ודעת די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ם וואס שרייבט דארט:

"ואמרו חכמים במדה שאדם מודד בה מודדין לו, וזה דבר הנראה לעין, בכל עת ובכל זמן ובכל מקום, שכל מי שיעשה רע ויחדש מיני החמס ופחיתיות, שהוא עצמו יוזק מן הרעות ההם בעצמם אשר חידש, מפני שהוא למד מלאכה שתעשה נזק לו ולזולתו, וכן כל המלמד מעלה שמחדש פעל טוב מן הטובות, יגיעהו תועלת הפעל ההוא, מפני שהוא מלמד דבר שיעשה טוב לו ולזולתו, ודברי הכתוב בזה, טובים מאד, אמר, כי פועל אדם ישלם לו".

און דער רב האט מסביר געווען נאך מער, און מסביר געווען דעם מלבי"ם וואס טייטשט אפ די זאך אויפן פסוק אין איוב, אז דאס איז נישט קיין שטראף, נאר דאס איז די מציאות פון די טבע, פונקט ווי איינער וואס לייגט די האנט אין פייער וועט זיך אפבריען, און דאס איז נישט א שטראף.

די רב האט געענדיגט די שיעור און אויסגעפירט, אז ס'איז אסאך גרינגער זיך צו כאפן פאר דעם, ווי נאכדעם צו פאררעכטן - פארציילט ר' אהרן - ער האט זיך געמאכט א חשבון הנפש, אז ער גייט חתונה האבן אין אפאר וואכן, און האט מחליט געווען אז ער פלעגט זיך נישט אכט געבן, און פלעגט כסדר זיך אנרופן מיט הערות דא און דארט, און נישט אכט געגעבן צו ס'טוט יענעם וויי.

האט ער מחליט געווען לכבוד די חתונה וועט ער איבערבעטן אלע זיינע חברים משפחה און באקאנטע, און ער האט זיך גענומען דערצו מיט די פולסטע ערנסקייט איבערצובעטן, און אלע האבן אים מוחל געווען בשמחה רבה.

נו, ער האט חתונה געהאט, ס'גייט אריבער איין יאר און נאך א יאר, אזוי איז אריבער אפאר יאר, און רח"ל ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קיין קינדער.

איינע פון די טעג איז אים אויסגעקומען דורכצוגיין לעבן דעם קופת חולים, אזוי ווי ער איז דארט אריבער האט ער זיך דערמאנט, דא איז דאך געווען אמאל א מעשה מיט א זאלב, ער האט פון דעם אינגאנצן פארגעסן, ער האט דאך דעם טויבה קיינמאל נישט איבערגעבעטן.

האט ער מחליט געווען ס'איז צייט איר איבערצובעטן, איז ער דארט אריין און אנגעהויבן זיך אנפרעגן אויף דעם "טויבה", אבער קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, נישטא דא קיינער מיטן נאמען טויבה, ביז איינע פון די איינגעשטעלטע האט אים געזאגט, אז זי ארבעט מער נישט דארט, נאר זי איז אריין אין א עלטערנס-היים אין גדרה, נישט ווייט פון רחובות.

האט ער געפרעגט פון זיי אז כ'גיי זיכן א טויבה דארף איך וויסן א פולע נאמען, האבן זיי אים געזאגט אז זי הייסט "טויבה שחור". אויפן מינוט האט ער נישט געקענט אהין פארן, האט ער אריינגענומען אין קאפ אז ער דארף אמאל אנקומען קיין גדרה אויפזיכן "טויבה שחור" איבערצובעטן.

ס'איז אריבער נאך א תקופה, און ס'איז אים אויסגעקומען צו זיין אין יענעם געגענט, איז ער אריין אינעם עלטערנס-היים זיך נאכפרעגן אויף "טויבה שחור", אבער, קיינער ווייסט נישט פון אזא נאמען, זיי האבן אנגעהויבן זיכן אין די עלטערע פייל'ס, ביז זיי האבן געטראפן אז יא זי איז טאקע דארט געווען, אבער זי איז שוין נפטר געווארן.

פארשטייט זיך ס'איז אים געווארן זייער שווער אויפן הארצן, וואס טוט מען דא, האט ער זיי געבעטן אויב זיי האבן מער אינפארמאציע אויף איר, אירע עלטערנס נאמען וכדו', זאגן זיי יא איר פאטער'ס נאמען איז דוד, טויבה בת דוד שחור, און זי איז געווען אן עלטערע מיידל, און אוועק כ"ז ניסן תשל"א.

האט ער מחליט געווען אז אויב זי לעבט שוין נישט דארף ער טון עפעס מער, האט ער זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביים חברה קדישא אין יענעם געגענט, אבער קיינער האט נישט געהאט קיין אינפארמאציע איבער אזא נאמען.

האט ער מחליט געווען אז ער קען נישט איבערדרייען דעם גאנצן לאנד צו טרעפן ווי זי ליגט, און היות די נאמען ווייסט ער דעם טאטן'ס נאמען ווייס ער און די יארצייט אויך, לאמיר עפעס טון פאר איר נשמה, און לאמיר האפן דער באשעפער וועט אים מוחל זיין, האט ער זיך אונטערגענומען צו לערנען און דאוונען כ"ז ניסן לעילוי נשמת טויבה בת ר' דוד, און געהאלטן איר יארצייט, אזוי איז דורך אסאך יארן.

[align=center]***[/align]

פופצן יאר צוריק - דערציילט ווייטער ר' אהרן - איז ער אויפגעשטאנען מיט א קרומען מויל, און נישט סתם קרום, נאר קרום און מיאוס, נישט נאר דאס, נאר זיין קול איז אויך געווארן געטוישט צום שלעכטן, ער האט אנגעהויבן לויפן צו דאקטורים, אבער קיינער האט נישט געזען קיין פראבלעם דערמיט. א גרויסן דאקטער האט אים געזאגט אז ער קען מאכן אן אפעראציע אבער ס'איז מסוכן, און בכלל נישט זיכער אז ס'וועט מצליח זיין, אפשר גאר נאר א חלק. האט ער מחליט געווען נישט צו מאכן דעם אפעראציע.

ר' אהרן פלעגט זאגן אלע יארן א שיעור אין משניות אין בית מדרש צווישן מנחה און מעריב, פון זיין בר מצוה פלעגט ער זיין א בל קורא שבת ביי מנחה ביי צוויי מנינים, ער פלעגט זיין בעל תפלה אסאך מאל, שבת און יו"ט ימים נוראים, דאס אלעס האט זיך יעצט געענדיגט מיט דעם וואס די קול איז געטוישט געווארן, ער האט זיך פשוט געשעמט דערמיט, אזוי איז דאס אנגעגאנגען גאנצע פופצן יאר.

ער איז אריין צו א גדול בישראל און זיך אויסגערעדט, דער גדול האט אים געענטפערט אז ס'איז מקובל פון קדמונים אז דער באשעפער גיבט א קלאפ אויף א געוויסע נושא, דארף מען נאכקוקן וואס מען האט צו פאררעכטן אין דעם נושא. און צוגעברענגט די מעשה פון רב הונא מיט די וויין וואס איז געווארן חומץ

זאגט אים דער רב, זיכט וואס איר דארפט אכט געבן מיטן מויל, זאגט ער ער גיבט אלץ אכטונג צו עסן מיט א גוטן הכשר, זאגט דער רב פיין, דאס איז וואס קומט אריין אין מויל, אבער וואס גייט ארויס פון מויל, האט ער אנגעהויבן מתפלל זיין צום באשעפער ער זאל אים צואווייזן וואס ער האט צו פאררעכטן מיט זיין מויל, אזוי האט ער זיך ארומגעדרייט פופצן יאר מיט א קרומען מויל.

[align=center]***[/align]

פארציילט ר' אהרן - ר"ח אייר האט ר' אהרן געהערט דעם אויבנדערמאנטן מעשה, אזוי ווי ער האט דאס געהערט, איז ער דאך שוין יעצט געוואויר געווארן אז זי ליגט אין הר הזיתים, האט ער גלייך פארשטאנען אז דער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף אים, און אנגעהויבן צו מברר זיין פונקטליך ווי זי ליגט.

נו, איז געקומען די צייט צו טון למעשה ווי עס שטייט אין שו"ע, אז אויב דארף מען איבערבעטן איינער וואס לעבט שוין נישט, דארף מען ברענגן א מנין אידן צום קבר, און זאגן "חטאתי לאלקי ישראל ולפלוני זה שחטאתי לו", איז ער ארויפגעפארן קיין ירושלים און געדינגן א מנין בחורים, מען האט אים געזאגט אז זי ליגט לעבן לעלוב'ער רבי'ן, 5-6 שורות ליגט משפחת שחור און דארט ליגט זי לעבן די עלטערן.

ער איז אנגעקומען צום קבר, און אויסגעטון די שיך, און אנגעהויבן זאגן תהלים, די בחורים האבן לכתחילה געמיינט אז זיי קומען דא פאר א יארצייט, האט ער זיי געזאגט ניין, דאס איז א מעמד בקשת מחילה, און ער האט געזאגט די תהלים וואס מען זאגט ביי א יארצייט, און צוגעזאגט צדקה, און ער האט געגעבן א פלאץ אויס אין א געוויין און געגעבן א געשריי חטאתי לאלקי ישראל ולעטקא טויבה בת ר' דוד, און די בחורים האבן אלע געזאגט מחול לך מחול לך מחול לך, דערנאך האט ער געזאגט א קדיש.

נאכן קדיש זאגן האט ער געשפירט אז דאס איז עס, ער האט שוין זיין ישועה דא, אבער אז ער איז שוין געווען אין ירושלים האט ער מחליט געווען צוצופארן צום כותל המערבי, ער האט באצאלט פאר די אלע בחורים א דאפעלטע באצאלונג.

ער האט געדאווענט מנחה מעריב - זאגט ר' אהרן - ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געדאווענט אזא מנחה מעריב, מיט אזא געוויין, ביי סלח לנו, ביי רפאנו, דארט האט ער נאכאמאל געגעבן צדקה לעילוי נשמתה, און מיט עפעס אן אויסטערלישע גוטע הרגשה איז ער אהיים געפארן, און ער האט געזאגט רבוש"ע שיק מיר א ישועה און איך זאג צו אז איך וועל מפרסם זיין די מעשה ס'זאל זיין א קידוש שם שמים.

פרייטאג צונאכטס פאריגע וואך, ביי די סעודה איז ער געווען עפעס אזוי אויפגעלייגט, ער איז שוין יארן נישט געווען אזוי אויפגעלייגט, ער האט זיך געשפירט אזוי גוט אז דער רבוש"ע האט רחמנות געהאט אויף אים און ער האט געדאנקט דעם אייבערשטן מיטן גאנצן הארצן דערפאר.

שבת אינדערפרי, ר' אהרן שטייט אויף, וואשט זיך אפ זיין פנים, ער האט געכאפט א בליק אין שפיגל, און זיין מויל איז גלייך, ממש ווי פופצן יאר צוריק, ער האט געגעבן אזא שריי, ער האט אנגעהויבן צו רעדן, און זיין קול איז אויך צוריק ווי געווען, אלעס פארהיילט.

ער האט זיך אביסל געשעמט צו גיין אזוי אין שול, האט ער אנגעטון דעם טלית און אזוי געקומען אין שול דאוונען, מען קומט אן צו קריאת התורה, און דער בעל קורא וואס איז געווען הייזעריג האט באשטעלט א שטעלפארטרעטער, אבער ווען ס'איז געקומען למעשה צו קריאת התורה איז דער פארטרעטער נישט אנגעקומען.

ר' אהרן זעט דאס האט ער מחליט געווען ער גייט צו, טאקע שוין פופצן יאר וואס ער ליינט נישט, אבער ער איז געווען א גוטע בעל קורא איז ער צוגעגאנגען, אזוי ווי ער הייבט אן צו לייענען דעם ערשטן פסוק וידבר יי אל משה אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני יי וימתו, האט ער אויסגעפלאצט אין א שרעקליכן געוויין.

עס איז אים געקומען אין געדאנק דעם זוה"ק וואס ווערט געברענגט אין די פוסקים אין הל' יו"כ, "כל מי שמצטער, על מיתת בני אהרן או מוריד דמעות עליהם, מוחלין לו עונותיו, ובניו אינם מתים בחייו", און וויבאלד ער האט ליידער נאך אלץ נישט קיין קינדער, האט ער געהאט א שרעקליכע הרגשה אז ער האט אנגעוואוירען זיינע קינדער.

און ער האט דאן פארענט פונם ספר תורה מחליט געווען אז וויבאלד פיפציג יאר האט ער געהאלטן די מעשה ביי זיך און מיט קיינעם קיינמאל דאס נישט מיטגעטיילט, און יתכן ווען ער טיילט דאס מיט מיט איינעם וואלט ער אפשר יא געקענט אנקומען צו איר פריער און איבערבעטן, און זוכה זיין צו קינדער, וועט ער יעצט תשובה טון אפילו ס'איז זייער שווער, און מפרסם זיין דעם מעשה לזיכוי הרבים.

אזוי האט ער געוויינט פאר 10 מינוט, ווען ער האט זיך צוריקגעכאפט האט ער געליינט ביידע פרשת אחרי און קדושים מיט א געזונטן שטומע, נאכן דאווענן האט מען אים אנגעוואונטשן מיט אלע ברכות, די עולם האט פארשטאנען אז מן הסתם איז ער אריבער עפעס א באהאנדלונג, האט ער זיך אנגערופן מורי ורבותי איך בין מודיע אז היינט נאכט גייט פארקומען א גרויסן מלוה מלכה וואו איך וועל פארציילן די גאנצע מעשה.

מוצאי שבת האט ער טאקע געמאכט א גרויסן מלוה מלכה, און אינדערמיט האט ער זיך אויפגעשטעלט און פארציילט דברים כהווייתן, און אז דערמיט טוט ער מקיים זיין וואס ער האט צוגעזאגט אז ער וועט מפרסם זיין די מעשה כדי עס זאל ארויסקומען א גרויסן קידוש השם.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

the second half of the story false? (that he got healed and he was reading the Torah,

Kol mvaser erased the 2nd part.
Why??
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א גרויסן ייש"כ למעלה פאר דיין טירחא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מי יודע האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ למעלה פאר דיין טירחא
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

למעלה - תודה רבה

ארויסגעפרינט...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

פאראויס האט געשריבן:the second half of the story false? (that he got healed and he was reading the Torah,

Kol mvaser erased the 2nd part.
Why??

גארנישט איז נישט פארמעקט. איך האב עס יעצט געהערט אויף קול מבשר. מורא'דיגע מעשה דאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”