שוין איידערן ארויפשטייגן אויפן באס בין איך שוין געווען היפש אנגעצויגן, נעמליך איך דארף כאפן דעם אויטאבאס אין די קומענדיגע מינוט'ן און אנקומען צו מיין שכנ'ס פדיון הבן אין צייט, איך בין דאך דער כהן הפודה... איך שטיי ביים לעצטן באס סטאנציאן אין בארא פארק, איך ווארט אין די פרעסטן, אין די ציפעדיגע קעלט וואס עסט אויף די גלידער, איך שטיי מיט מסירות נפש, אלעס כדי צו שפארן אפאר דאללער און קענען כאפן א רייזע מיט די 'אמן באס'.
אויסער מיר, שטייען נאך עטליכע, זייער צורה און קליידונג זאגן עדות אז זיי פארן אנטייל נעמען צו א שמחה אין וומסב"ג, א טאטע מיט זיינע זעקס פיצלעך ווארטן אויפן אויטא באס, ווארשיינליך איז שוין זיין בני בית ארויפגעשטיגן אויפן פאריגן באס. דער עולם האלט שוין די דריי איינצעלנע דאללער'ס אין די הענט מיט נאך עטליכע קוואדער'ס און מ'ווארט בכליון עיניים אויפן אויטאבאס אין די ביטערע פרעסטן.
עס גייט פאריבער פינף מינוט און פופצן מינוט, און עס איז נישטא קיין זכר פון קיין אמן באס, יעדער פרעגט איינער דעם צווייטן: דו, זאג נאר! ווען האט דער באס געדארפט אנקומען?! איך אליין וואס איך בין שוין געווען נערוועז אויפן העכסטן גראד, האב יענעם געענטפערט צוואנציג מינוט צוריק. יענער מיט די זעקס פיצקעלעך געבט נישט אויף: דו ביסט זיכער? אפשר איז שוין די באס געפארן? הייב איך יענעם אן מסביר צו זיין אין די קעלט, אז איך בין שוין דא געווען דער ערשטער ביים סטאנציע, אין צייט, און איר אלע זענט אורחים דא ביים סטאנציע, נו, אז איך זאג אייך אז דער באס איז נאכנישט געקומען, איז דער באס נאכנישט געקומען, פארשטאנען?! דער אינגערמאן ווענדט זיך צו זיינע קינדער און זאגט זיי: קינדער: עטס האטס געהערט וואס די טאטע דא האט געזאגט?!...
תוך כדי דיבור, קומט צו קריכן עפעס א עלנדע פרוי וואס שלעפט זיך מיט הויפענעס פלאסטישע זעקלעך, און ווענדט זיך צו מיר כאילו זי רעדט יעצט צו איר מאן ווען ער איז נאך געווען בחיים חיותו.... זאגטשע נאר אינגערמאנטשיקל: איר ווייסט אפשר צו די באס מיט די 'באנטש' טירן איז שוין דא געווען?!... עס איז מיר זייער קאלט באקלאגט זי זיך... איך האב געזעהן אז עס ווערט מיר גוט, איך האב נישט געהאט קיין כח נאך א טאג ארבעט זיך מטפל צו זיין מיט די ישישה... איך האב געהויבן פוס, נישט עפעס אויסערגעווענליך שנעל, נאר פאמעליך, איך האב מיר געמאכט כאילו איך האב נישט געהערט פון אירע ווייטאגן און אירע בקשות למיניהם, איך ריק מיר אוועק טריט ביי טריט מאכנדיג כאילו איך רעד מיט איינעם אויפן טעלעפאון.
אבער זי געבט נישט נאך: אינגערמאנטשיקל, איר הערט נישט אז איך רעדט צו אייך? ווי איז אייער דרך ארץ? מיינע פיס ווייען מיר שוין, איך בין א עלטערע פרוי, איך ווארט אויפן באס, איך בין געגאנגן צופיס א לאנגן וועג, איך שטיי אין די קעלט וכו' וכו', זי שרייט אויף די העכסטע טענער, אבער אין קול ואין עונה... איך בין נישט מחוייב צו ענטפערן פאר יעדן מאן דהו, -'גאפל אפ פון מיר!' קלער איך צו מיר עטוואס הויעך.
זי האט געזעהן אז עס וועט איר נישט העלפן קיין כי-הוא-זה ווען זי וועט שרייען צום "אינגערמאנטשיקל" האט זי זיך געוואנדן צום דעם פאטער פון די ששה בנים ובני בנים, און זי האט אנגעפאנגן מיט גענוי די זעלעב פראגע'ס. יענער אינגערמאן זייענדיג א ערנסטער אינגערמאן האט מיט קאפ אראפ איר געענטפערט אויף אלע אירע פראגן ברחל בתך הקטנה.
דער עולם ווארט אויף שטארלן פון האפענונג, אז דער אור-אלטער באס זאל שוין איינמאל פאר אלעמל אנקומען צו איר דעסטינאציע, אבער אויפן האריזאנט זעהט מען גארנישט א חוץ די פארבייגייענדע מאטאריסט'ן און ביציקלעך וואס פארן מיט א שנעלקייט אריבער דעם רשות הרבים, מיט עטליכע כינעזע וואס קלייבן צוזאם באטל- נאך-באטל אין די בלויע זעקלעך, כידוע...
עודנו עומד און איך קוק אופן שאסיי מיט אנגעצויגענע בליקן ווארטנדיג צו הערן די גערודער פונעם אמן באס, די פרוי איז ווארשיינליך א משלחת וחוזרת, איך זעה ווי זי שלעפט זיך אין מיין ריכטונג... אוי, עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל: -ווענדט זי זיך צו מיר מיט א בקשה- "איך זעה אז די אויטאבאס קומט נאכנישט, אפשר וואלט איר מיר געקענט טוהן א מצוה, טוט מיר א טובה, און היט אויף מיינע פעקעלעך, און דערווייל וועל איך גיין צו דא דערנעבעדיגן געשעפט נעמען א שטרוי פאר מיין 'דרינק'?!?... עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל - זעצט זי פאר- איר הערט וואס איך בעט אייך? איר זאלט היטן מיינע זעק און איך גיי נעמען א שטרוי, איך בין דא צוריק אין א מינוט... ווען איך וואלט ווען אויסגעטוישט א ווארט מיט איר וואלט איך איר ערקלערט אז איר פלאן איז בכלל נישט קיין רעאליסטישטע, לו יצוייר אז דער באס וועט טאקע נישט אנקומען פאר א מינוט, אבער חשובע רעביצין: איר קענט אייך קוים באוועגן לויט ווי איר האט פריער מעיד געווען, נו, וואס איז אייער פלאן? ביז ווילאנג איר וועט נאר טראכטן פון אנהויבן טראכטן פון זיך א ריר צו געבן וועט שוין פארבייגיין לכה"פ 15 מינוט?... אבער איך זאג איר עס נישט, איך וויל נישט אריינגיין מיט איר אין א דין ודברים.
ראשי פרקים פון פארזעצונג
גערודער אויפן באס – דער משולח נעבן מיר מיט'ן קליינעם חומש'ל אין די האנט- די צוויי קליינע בארדענען – מיין שכן הערט קול מבשר אויפן העכסטן גראד און מיין שכן פון די רעכטע זייט מאכט מיר סתם אזוי נערוועז...