שניי-ווייז

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

שניי-ווייז

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מארטש 13, 2018 10:55 am

בס״ד


פאראשוטן פון נאטור
ווייס ווייס
ווארעמע קאלדרעס
פון קאלטע אייז

פארגאפט, פארשיכור׳ט
אטעם פארכאפנד
האריזאנטן באצוקערט
אבסטראק אבער טאפנד

פילפארביג געמאלן
נאר אן קאליר
בערג און טאלן
פון בלויז נאטור

פאדלאגעס ווייעך
פון הארטע שניי
טריט אין די הייעך
אבער אין תהומות גיי

דער הימל פלאך
צום ערד צובלאזן
דער גרויער דאך
קאלירט די גראזן

נאס און טרוקן
עקזיסטירנדע היפך
פיסטריט דערקוויקן
אין פלושענע טעפיך

דער גרינער יקום
פארפאקט אין וואטע
מיט ליבשאפט ארום
פון געטרייער טאטע

אפענע סתירה
קאמבאנירן טוט-אים
אין איין שורה
דער משנה עתים

יעדן טאג ניי
פול מיט קאנטראסט
מאך דערפון שניי
נישט מאראסט!

פארום
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג מארטש 13, 2018 10:59 am

WOW

אומנארמאלער טיפער פאעזיע!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג מארטש 13, 2018 12:22 pm

דאס איז א טיפיקל אפעקט וואס ווערט פארמירט פון ענדע צדיק מיט א שניי...

וואאו איט איז...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מארטש 13, 2018 12:55 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:WOW

אומנארמאלער טיפער פאעזיע!

;l;p-
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:02 pm

שמו האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:WOW

אומנארמאלער טיפער פאעזיע!

;l;p-

;l;p- ;l;p- ;l;p-

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:03 pm

בס"ד

שמו האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:WOW

אומנארמאלער טיפער פאעזיע!

;l;p-


ווי זאגט ר' יו"ט ערליך, "פלוש און זייד."

בלויז פאר'ן הערן פריש די באגריפן פלושענע טעפיך ט'זיך שוין געלוינט ס'גאנצע.

די פאום איז פאעזיע בתפארתו, יעדע שורה פאר זיך איז 3D פאעטיש; דאס גראמען נאר אייז אויפ'ן טארט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מארטש 13, 2018 6:23 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:WOW

אומנארמאלער טיפער פאעזיע!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 14, 2018 12:44 am

שוין... האביך געוויסט אז אז עפעס גוט'ס גייט ארויסקומען פון אזא שניי...

Wow
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
באלזאם
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » מיטוואך מארטש 14, 2018 8:07 am

wow
טאלאנט!

rt אלע מגיבים...
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:59 am

מזל מידיע האט געשריבן:די פאום איז פאעזיע בתפארתו, יעדע שורה פאר זיך איז 3D פאעטיש; דאס גראמען נאר אייז אויפ'ן טארט.

ייש״כ מזל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:18 pm

הערליך שיין. ש'כח.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ציפקע
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:29 pm

הערליך איז נישט דאס ווארט!

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך מארטש 14, 2018 9:36 pm

הערליך הערליך!

דיין פאעט צוזאם פארן
מיט די שניי, גאט'ס שענסטע נאטורן
פארגליווערט און פארפרארן
ווי א אייז א דורכזיכטיג א קלארן
שניי פאראייניגט אלע יארן
פאראלעזירט דעם זכרון
שטיי און קוק פארלארן
קענסט קיין ערגעץ פארן
דיין פאעט טוט דאס אדורך-בארן
שבת וינפש, די בריאה ווי אין אן ארון
אין ניו יארק ווי אין חרן
הנותן שלג כצמר, ווי שניי ווייסע הארן
ענדע צדיק, דיין פענע טוה נישט שפארן
זיי ממלא דעם חסרון
האסט ארויס-געקוועטש דעם שניי מיט אירע שענסטע מאנדורן
פאעטיר נאך, בהכשר ויתרון
על מי מנוחות ינהלנו


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט