מדה כנגד מדה - אית דין ואית דיין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

מדה כנגד מדה - אית דין ואית דיין

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:09 pm

אזוי לויפענדיג אין טאג טעגליכן לעבן ווען קומט אויס אמאל אריינצוטראכטן אינעם יש מנהיג לבירה, אבער דאך העלן מיר דא אריינווארפן 3 מעשה'לעך וואס מיר האבן לעצטענס מיטגעהאלטן אויף די אייגענע הויט...


דער וואסער טרעגער

מסתם א גוטע 5-6 יאר צוריק אויב נישט מער האבן מיר געדארפט עפעס אינסטאלירן פראוויזארישע זאך אין א ביהמ"ד, אזוי ווי יענע ביהמ"ד האט געדארפט סייווי אריבערגיין רענאוואציעס האט מען באשלאסן אז ס'וועט נישט אויסמאכן אז מען וועט אריינלייגן 2 סקרולס אין די וואנט, די 2 לעכער גייט מען דאך סייווי פאררעכטן בקרוב... למעשה האט מסתם געדויערט א 2-3 יאר ביז מ'האט עס ראנאווירט, און ס'האט גאר שטארק געבאדערט פאר'ן רב הביהמ"ד די 2 לעכער.

מה עשה הקב"ה? לעצטענס האבן מיר גערופן א בעל מלאכה צו אינסטאלירן עפעס ביינונז אין דיינונג רום, יענער האט געמאסטן אבער און אהין, געמאכט לעכער מיט סקרולס פאר סימנים, ווייל מ'גייט עס דאך סייווי אוועקשניידן... למעשה האט מען געריקט די גאנצע כוונה, און מיר זענען געבליבן מיט א שיינע פאר סעטס פון 2 לעכער אינעם דיינונג רום! ווי האט יענער געזאגט וואס דו ווילסט נישט מאכן ביי דיר אין דיינונג רום מאך נישט אין ביהמ"ד...


דער סידור האט געראטעוועט

אפאר יאר צוריק זענען מיר געטאנצן מויייירעדיג לעבעדיג ביי א חתונה, ווי די סדר איז פון גרויס התלהבות טאנצן אסאך מאל 'בטעות' אריין איין גרופע אין די צווייטע... אז איינער אט מיר אביסעלע נערוועז געמאכט, און ביי א שוואכע מינוט בין איך געגאנגען און אונטערגעשטעלט א פיסל פאר א יונגעלע, כ'האב גראדע פרובירט צו וואטשען ער זאל זיך נישט צוקלאפן...

מה עשה הקב"ה? אפאר וואכן צוריק האבן מיר ווידער געטאנצן לעבעדיג ביי א חתונה, מיט אפאר בחורים און אפאר יונגעלייטליך, אינמיטן איז פאר איין חכם פייגעבאלן אז יעצט גייט מען שנעל לויפן... זעענדיג דאס האבן מיר באשלאסן אפצופיצן פון דעם רינג אבער דער שכן מיינער איז געווען שטערקער און נישט געוואלט אפלאזן מיין האנט, פלוצלינג פיל איך איינעמ'ס פיס דארט אונטן... און בומפס דער גרויסער ריזיגער טאטע האט זיך בפישוט ידים ורגלים געטראפן אינעם אנדערן עק זאל, צוזעצט און צוביילט וואס כ'פיל עס נאך ביז יעצט! און ווער האט געלייגט דעם פיס? דער חתן פון חתונה הנ"ל!


דער בייגאלאך פארקויפער

נאך א מעשה, גראדע נישט אזוי ב'אטעמ'ט און רוב דעטאלן קען מען דא נישט אויסשמועסן, סאו ווער ס'וועט פארשטיין מעג פארשטיין... יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי איינעם אין שטוב, וואס האט אריינגענומען אן עלענדע מענטש צו זיך אין שטוב און אמת'דיג גאר גאר געטריי באדינט, האט זיך געמאכט איינמאל א נישט בא'טעמ'טער עסק מיט יענעם... געדענק איך ווי יענער איז געווען ביזי פארציילן פאר יעדעם ווי שווער דאס איז צו האלטן יענעם.......

מה עשה הקב"ה? יאאאאאארן שפעטער, איז די מענטש זעלבסט געשלאגן געווארן מיט א געוויסע מיחוש וואס אין רעזולטאט דערפון קען זיך נישט יענער קאנטראלירן אויף ממש דעם געוויסן עסק וואס יענער האט יענעם אזוי בארעדט.... וואס האט דאס מיט מיך? דער מסבב כל הסיבות האט צוגעברענגט אז יענער זאל איינשטיין ביי מיר פון צייט צו צייט און ס'איז ביטער שווער, און כ'בעט בתפלה ובתחנונים פונעם באשעפער אז כ'זאל ביישטיין דעם שווערן נסיון!

כ'בין נישט אין הימל, אבער פון צייט צו צייט זעט מען ממש בחוש פונקטליך אקוראט די מדה כנגד מדה...

ביי ביי כ'האב מיך סתם געדארפט אויסבלאזן

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:27 pm

איך מעג לאכן אז א טאטע איז געפלויגן בפישוט ידים ורגלים ביי א חתונה????......

גוטע לערע.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:59 pm

די מעשה מיט'ן בייגאלאך פארקויפער האלט איך ליידער אסאך מיט. אידן וואס געבן זיך אוועק פאר יענעם און נאכדעם בארעדן זיי

כאבאמאל געזען שטיין ערגעץ אז ס'איז יצא שכרו בהפסידו
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:44 pm

יוראפ האט געשריבן:אפאר יאר צוריק זענען מיר געטאנצן מויייירעדיג לעבעדיג ביי א חתונה, ווי די סדר איז פון גרויס התלהבות טאנצן אסאך מאל 'בטעות' אריין איין גרופע אין די צווייטע... אז איינער אט מיר אביסעלע נערוועז געמאכט, און ביי א שוואכע מינוט בין איך געגאנגען און אונטערגעשטעלט א פיסל פאר א יונגעלע, כ'האב גראדע פרובירט צו וואטשען ער זאל זיך נישט צוקלאפן...

איך וואלט זייער געוואלט זעהן יוראפ'ן טאנצן מויירעדיג לעבעדיג, וואלט געווען גאנץ אינטערסאנט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:10 am

הענדימען האט געשריבן:די מעשה מיט'ן בייגאלאך פארקויפער האלט איך ליידער אסאך מיט. אידן וואס געבן זיך אוועק פאר יענעם און נאכדעם בארעדן זיי

כאבאמאל געזען שטיין ערגעץ אז ס'איז יצא שכרו בהפסידו


וואס איז די מעשה מיט די בייגעלעך פארקויפער?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:13 am

נודה לך האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די בייגעלעך פארקויפער?

יוראפ האט געשריבן:דער בייגאלאך פארקויפער

נאך א מעשה, גראדע נישט אזוי ב'אטעמ'ט און רוב דעטאלן קען מען דא נישט אויסשמועסן, סאו ווער ס'וועט פארשטיין מעג פארשטיין... יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי איינעם אין שטוב, וואס האט אריינגענומען אן עלענדע מענטש צו זיך אין שטוב און אמת'דיג גאר גאר געטריי באדינט, האט זיך געמאכט איינמאל א נישט בא'טעמ'טער עסק מיט יענעם... געדענק איך ווי יענער איז געווען ביזי פארציילן פאר יעדעם ווי שווער דאס איז צו האלטן יענעם.......

מה עשה הקב"ה? יאאאאאארן שפעטער, איז די מענטש זעלבסט געשלאגן געווארן מיט א געוויסע מיחוש וואס אין רעזולטאט דערפון קען זיך נישט יענער קאנטראלירן אויף ממש דעם געוויסן עסק וואס יענער האט יענעם אזוי בארעדט.... וואס האט דאס מיט מיך? דער מסבב כל הסיבות האט צוגעברענגט אז יענער זאל איינשטיין ביי מיר פון צייט צו צייט און ס'איז ביטער שווער, און כ'בעט בתפלה ובתחנונים פונעם באשעפער אז כ'זאל ביישטיין דעם שווערן נסיון!

כ'בין נישט אין הימל, אבער פון צייט צו צייט זעט מען ממש בחוש פונקטליך אקוראט די מדה כנגד מדה...
לעצט פאראכטן דורך פערדס מיניסטער אום דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7017
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:15 am

א איד לעבט מיט מחשבה, כה לחי!

און מיר האבן נאך הנאה...
וואו איז דָוִי?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:17 am

יישר כח מיניסטער...
נישט באמערקט די קעפל פון די מעשה...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:19 am

מורא'דיג.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:20 am

איינמינוט...
וואס גייט דא פאר????
וואס פשט פון די קעפלעך?
סזאל אויסזען ווי דערציילונגען פון צדיקים פון מחניים?
קען זיין...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:25 am

יוראפ!

נקודות למחשבה! ייש"כ

ס'מען טוט, טוט מען פאר זיך אליינ'ס!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:54 am

ממש מורא'דיג, כ'וויל צולייגן א מעשה וואס כ'האב לעצטענס געהערט און ס'האט מיר געכאפט א טרייסל אין אלע ביינער:

איינער האט געהאט ביי זיך זיין עלטערע טאטע אין שטוב און ווי פארשטייט זיך ס'איז אים געגאנגען אויפן נערווען, בקוצור הדברים איין טאג האט ער אפגעמאכט גענוג איז גענוג, און ער האט אפגעמאכט מ'דארף אים זעהן אינדרויסן, און ער האט אנגעכאפט זיין טאטע און אנגעהויבן ארויסצופירן פון שטוב, ווען מ'איז אנגעקומען ביים טיר, גיבט זיך די טאטע א שטעל אפ, און זאגט "עד כאן" ביז דא, און ער איז ממשיך - איך האב געטוהן גענוי דאס זעלבע זאך צו מיין טאטע ווען ער איז געווען ביי מיר אין שטוב, און איך האב אים געפירט ביזן טיר, און דארט האב איך זיך אפגעשטעלט, עד כאן! ביז דא קומט זיך מיר!!! נישט מער!

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דינסטאג פאברואר 20, 2018 11:37 am

דאכט זיך אז דאס איז א מדרש.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 1:07 pm

אפשר האט איינער עפעס א גוטע מעשה אויך? אז פלוני האט געטוהן א מצוה מיט מסירות נפש און דער אויבערשטער האט איהם באצאלט מדה כנגד מדה?

דערמאן זיך נישט פונעם רבונו של עולם נאר ווען ער שטראפט מדה כנגד מדה, נאר אויך ווען ער באצאלט שכר, ס'איז דער זעלבער אני מאמין.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג פאברואר 20, 2018 1:22 pm

שפרינגער האט געשריבן:אפשר האט איינער עפעס א גוטע מעשה אויך? אז פלוני האט געטוהן א מצוה מיט מסירות נפש און דער אויבערשטער האט איהם באצאלט מדה כנגד מדה?

דערמאן זיך נישט פונעם רבונו של עולם נאר ווען ער שטראפט מדה כנגד מדה, נאר אויך ווען ער באצאלט שכר, ס'איז דער זעלבער אני מאמין.

עקזעקטלי, נישט אייביג ווען דיין ברויט פאלט אראפ איז עס אויפן זייט פון די פיטער, פשוט נאר דעמאלטס כאפסטו
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:04 pm

אל תגעו במשיחי - אלו תינקות של בית רבן

בדידי הוה עובדא,
לעצטע יאר אין חדר, פרשת תרומה, ביים פארלערנען די רש"י וועגן די ארון, ווי רש"י זאגט אויף די 3 ארונות, ושולים לכל אחד, את חטאי אני מזכיר, אז וויסנדיג אז די ריכטיגע טייטש פון שולים - איז זויל - אדער סויל, אווי די סויל פון די שיך, האב איך געטיישט זוים, נישט האבנדיג די געדולד זיך אריינצולאזן צו קלאר שטעלן די אידיש-טייטש פאר די קינדער, ווייל כ'האב געוויסט אז זיי זענען אזוי צוגעוואוינט, צו ווייל די פאריעריגע רבי'ס טייטשן אזוי, צו ווייל זיי באגענגענען זיך ביי די כלי המשכן און בגדי כהונה, מער מיט די ווארט שפה - זוים.

ומה עשה הקב"ה
די נעקסטע טאג די לעכטיגע קינדערלעך האבן געחזרט, און יעך דער גרויסער רבי'לע בין ארומגעגאנגען צווישן זיי, צו ענטפערן זייערע פראגעס, פיל איך פלוצים אז עפעס טויג נישט מיט מיין רעכטע שיך. כ'געב א קוק וה-סויל איננו. עס איז געליגן במנוחה אין די אנדערע עק כיתה! כ'האב געלערנט מיין לקח, כ'האב עס פארראכטן פאר די קינדער, צולייגנדעיג אז זיי קענען זעהן ווי ווייט מען נעמט זיך אן אין הימל פאר זייער תורה.
לעצטע וואך פרשת תרומה איז א אינגל פון די כיתה פון פאראיאר צוגעקומען פרעגן וויאזוי האט דער רבי נאר געטייטשט ושוליים, האף איך אז עס איז כאטש ארויס א תועלת פון דעם אז זיי זאלן דאס גוט געדענקען, על דרך אין אדם עומד על דברי תורה אא"כ נכשל בהם.

מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובהדורך מדי דברי » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:28 pm

אברבנאל שמות כ

והכוונה השנית באמרו למען יאריכון ימיך אינו לענין השכר אלא כאומר והנני מזהיר אותך על כבוד אב ואם מפני שיאריכון ימיך על האדמה אשר ה' אלהיך נותן לך ויהיו לך בנים ובנות ואם אתה תכבד לאביך ולאמך יכבדו אותך בניך בזקנתך כי הנה במדה שאדם מודד בה מודדין לו. וא"כ כבוד אב ואם אינו בלבד לתועלת הזקנים המכובדים כי גם הוא לתועלת הבן המכבד אותם כי גלגל הוא שחוזר בעולם ומפני שבאה הכוונה הזאת מסתתר' ובדרך קצרה במקום הזה לכן מרע"ה בסדר ואתחנן ביאר בה שתי הכוונות האלה באומרו (דברים ט"ו) למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך שביאר שתי הכוונות אשר זכרתי.


דברים ה

וענין השכר הזה הוא שבדברות הראשונות נתן השכר באריכות ימים כי בהיות האדם מכבד את אביו ואת אמו יאריך ימים ויהיו לו בנים ובני בנים ואמנם דור אביו יקלל ואת אמו לא יברך אין ספק שלא יראה זרעו ולא יאריך ימים כי יכרתו ימיו. וכמו שאמר (משלי י) ושנות רשעים תקצורנה. ואמר שהשכר ההוא מהארכת ימים יהיה על האדמה אשר ה' נותן להם בהיותם בגלות והוסיף עליו מרע"ה הנה ולמען ייטב לך. לומר שלא יחשב שהתועלת בכבוד האב והאם הוא בלבד אל האב המכובד והאם גם כן. כי גם כן ימשך התועלת ההוא אל הבן המכבדו כי בניו אחרי כן יכבדוהו גם כן כמו שהוא מכבד לאביו. יען וביען במדה שאדם מודד מודדין לו וזהו אמרו ולמען ייטב לך.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:33 pm

שפרינגער האט געשריבן:אפשר האט איינער עפעס א גוטע מעשה אויך? אז פלוני האט געטוהן א מצוה מיט מסירות נפש און דער אויבערשטער האט איהם באצאלט מדה כנגד מדה?

דערמאן זיך נישט פונעם רבונו של עולם נאר ווען ער שטראפט מדה כנגד מדה, נאר אויך ווען ער באצאלט שכר, ס'איז דער זעלבער אני מאמין.


מיינע עלטערן האבן געדארפט א פריזער וויכטיג, איך האב זיך אנגעשטרענגט צוזאמנעמען געלט פון אלע געשוויסטער כדי זיי צו קויפן א פריזער [און כאטש למעשה האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט וועגן א זייטיגע סיבה] אפאר חדשים נאכדעם האב איך געווינען א נייעם פריזער ביי א פארטי, נאכדעם וואס איך האב דאס אויך וויכטיג געדארפט און זיך נישט געקענט ערלויבן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:35 pm

רב טקסט האט געשריבן:אל תגעו במשיחי - אלו תינקות של בית רבן

בדידי הוה עובדא,
לעצטע יאר אין חדר, פרשת תרומה, ביים פארלערנען די רש"י וועגן די ארון, ווי רש"י זאגט אויף די 3 ארונות, ושולים לכל אחד, את חטאי אני מזכיר, אז וויסנדיג אז די ריכטיגע טייטש פון שולים - איז זויל - אדער סויל, אווי די סויל פון די שיך, האב איך געטיישט זוים, נישט האבנדיג די געדולד זיך אריינצולאזן צו קלאר שטעלן די אידיש-טייטש פאר די קינדער, ווייל כ'האב געוויסט אז זיי זענען אזוי צוגעוואוינט, צו ווייל די פאריעריגע רבי'ס טייטשן אזוי, צו ווייל זיי באגענגענען זיך ביי די כלי המשכן און בגדי כהונה, מער מיט די ווארט שפה - זוים.

ומה עשה הקב"ה
די נעקסטע טאג די לעכטיגע קינדערלעך האבן געחזרט, און יעך דער גרויסער רבי'לע בין ארומגעגאנגען צווישן זיי, צו ענטפערן זייערע פראגעס, פיל איך פלוצים אז עפעס טויג נישט מיט מיין רעכטע שיך. כ'געב א קוק וה-סויל איננו. עס איז געליגן במנוחה אין די אנדערע עק כיתה! כ'האב געלערנט מיין לקח, כ'האב עס פארראכטן פאר די קינדער, צולייגנדעיג אז זיי קענען זעהן ווי ווייט מען נעמט זיך אן אין הימל פאר זייער תורה.
לעצטע וואך פרשת תרומה איז א אינגל פון די כיתה פון פאראיאר צוגעקומען פרעגן וויאזוי האט דער רבי נאר געטייטשט ושוליים, האף איך אז עס איז כאטש ארויס א תועלת פון דעם אז זיי זאלן דאס גוט געדענקען, על דרך אין אדם עומד על דברי תורה אא"כ נכשל בהם.

soul searching! בדידי הוה עובדא'דיגע מעשיות.

א יישר כח פאר הרב יוראפ פאר עפענען אזא וויכטיגע אשכול.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:23 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די בייגעלעך פארקויפער?

יוראפ האט געשריבן:דער בייגאלאך פארקויפער

נאך א מעשה, גראדע נישט אזוי ב'אטעמ'ט און רוב דעטאלן קען מען דא נישט אויסשמועסן, סאו ווער ס'וועט פארשטיין מעג פארשטיין... יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי איינעם אין שטוב, וואס האט אריינגענומען אן עלענדע מענטש צו זיך אין שטוב און אמת'דיג גאר גאר געטריי באדינט, האט זיך געמאכט איינמאל א נישט בא'טעמ'טער עסק מיט יענעם... געדענק איך ווי יענער איז געווען ביזי פארציילן פאר יעדעם ווי שווער דאס איז צו האלטן יענעם.......

מה עשה הקב"ה? יאאאאאארן שפעטער, איז די מענטש זעלבסט געשלאגן געווארן מיט א געוויסע מיחוש וואס אין רעזולטאט דערפון קען זיך נישט יענער קאנטראלירן אויף ממש דעם געוויסן עסק וואס יענער האט יענעם אזוי בארעדט.... וואס האט דאס מיט מיך? דער מסבב כל הסיבות האט צוגעברענגט אז יענער זאל איינשטיין ביי מיר פון צייט צו צייט און ס'איז ביטער שווער, און כ'בעט בתפלה ובתחנונים פונעם באשעפער אז כ'זאל ביישטיין דעם שווערן נסיון!

כ'בין נישט אין הימל, אבער פון צייט צו צייט זעט מען ממש בחוש פונקטליך אקוראט די מדה כנגד מדה...

שקויעך פארן כאפן די דזשאוק
אן עקסטען שקויעך פארן עס ווארפן ווייטער צו דעיע וואס האבן נישט געכאפט מיטן ערשטן מאל הייסן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך פאברואר 21, 2018 5:45 am

טשיפקא האט געשריבן:דאכט זיך אז דאס איז א מדרש.

נו אדרבה קום אריין מיט א מקור.....

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:14 pm

חסורי מחסרי.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 4:57 am

טשיפקא האט געשריבן:חסורי מחסרי.

דאכט זיך די מעשה ווערט געברענגט אין א ספר אויף כיבוד אב ואם (כ'מיין אונטערן נאמען "למען יאריכון ימיך") פון ראזענפעלד פון סקווירא, און ער ברענגט עס אלץ א לעצטיגע פאסירונג....

אני נמצא במקום חוסר ספרים (ביים ארבעט...) ואין הספר תחת ידי...

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 1:27 pm

אנטשולדיגט מיר, מחמת המהירות האב איך דערציילט מיין מעשה נישט מדויק, צו אפשר גאר נישט ריכטיג, די הי"ל איז מיר אראפגעקומען, נישט די גאנצע סויל. כ'האב עס אבער דאך פרטייטשט אזוי, פארגעסנדיג דענסמאל דעם ריכטיגן נאמען פונעם היל. און סוף סוף איז עס א חלק פונעם סויל.
ואתכם הסליחה

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 5:03 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:חסורי מחסרי.

דאכט זיך די מעשה ווערט געברענגט אין א ספר אויף כיבוד אב ואם (כ'מיין אונטערן נאמען "למען יאריכון ימיך") פון ראזענפעלד פון סקווירא, און ער ברענגט עס אלץ א לעצטיגע פאסירונג....

אני נמצא במקום חוסר ספרים (ביים ארבעט...) ואין הספר תחת ידי...

טעיתי
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט