השגחה - צו טראסט דו אים טאקע?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

השגחה - צו טראסט דו אים טאקע?

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 12:06 am

ווער מאכט אפ וואספארא השגחה איז גוט, און צו ווייסט איינער באמת פון הונטער די קוליסן. צו עסטו דאס ווייל דאס אלעס וואס דו ווייסט?

מיר זיינען דא אויף א מיסיע אויפצווועקן דעם עולם, אז מען ברויך האבען עפעס אן אנונג וואס מען נעמט אין מויל אריין, אז ווער זאגט אז די הכשר פון אב"ד קהילת........ שליט"א, אדער דומ"ץ קהילת....... שליט"א, און צומאל סתם א נאמען, אדער ארגאניזאציעס אשר בכמה שמות יקראו. און דאס אז די קהילה האט אמאל געהאט א דיין מיט א פארשטאנד אין השגחות, צו מיינט דאס אז די קהילה איז שוין א השגחהארגאניזאציע? אז זיין טאטע/שווער/זיידע האט אמאל געגעבן א השגחה אויף שפרינג וואסער, צו מאכט דאס איז שוין א המשכה פון הגה"צ וואס זיין עלטער שווער איז געווען דער באוואוסטער בעל מכשיר?

לאמיר געבן א ביישפיל. מאנישעוויץ (נישט וועלטש מאנישעוויץ) (איך האב דירעקט גענומען א קאמפאני וואס איז נאכנישט אנגענומען ביים היימישן עולם ביזדערווייל), דאס איז א מילליאנערסקע קאמפאני, און זיי וועלן אויפנעמן א משגיח כשרות, אן ערנסטער און חשובער רב, און פארקויפן זייערע זאכען אין אלע געשעפטן און אדווערטייזן מיט דעם בעל מכשיר'ס נאמען, אז זיי האבען אויפגענומען א גאון און מומחה בעניני כשרות, און ער איז באמת אזא איינער, צו וועט עס נאכער זיין מאנישעוויץ, אדער דער בעל מכשיר וואס האט די מאנאפאלי. ווער גייט בוסטען וועם.

לגבי מה דברים אמורים. ווען זעמיר אונז געוואויר געווארען אז (כבודם במקומם מונח, ואין מוקדם ומאוחר), התאחדות, בד"ץ עדה החרדית, נירבאטור, וואלאווע, ווייסמאנדעל, טארטיקוב רב, טארטיקוב בי"ד, יאקע, איללאוויטש, און נאך אנדערע צו זיי זיינען גוט, און ווער פון אונז/ענק האט טאקע נאכגעקוקט ווער איז בעסער. און ווען איינער הייסט נישט גוט, צו איז ער נישט גוט, אדער איינער פון די גרויסע, אדער ....קלענערע... האבען אים אזוי באשמוצט. ווייל פאקטיש זיינען גאר א קליינער עולם פון אונז בעהאווענט אין די ענינים. און די מאכלים וואס אונזערע עלטערן האכען געגעסן פון וואס עס איז געווען צו קויפן גרייט אין געשעפט, וואלטן ווארשיינליך די אלע זאכען היינט צוטאג געווען כשר פון כמעט יעדן בעל מכשיר, ווייל עס איז געווען כמעט אלעס היימיש געמאכט אינדערהיים, אויסער אביסל הייווען און מעהל.

און נאך. געוויסע זאכען וואס איז נאר פערהאן פון איין בעל מכשיר, און קיינער קאן אים נישט, אבער מען ווייסט נישט פון בעסער לגבי דעם מאכל, ווייל מיט דעם ביזטו אויפגעוואקסען.

פארזעצונג קומט בעז"ה
בוי זיך זעלבסט

פאר'מוח'ט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:30 am

דאס איז גאנץ א אלטע פראבלעם, די אלגעמיינע אידישע גאס האט זיך אויפגעוועקט נאך די מעשה פון די פלייש (פינקל - מאנסי) תשס"ז, די עולם האט זיך שוין צוריק געלייגט שלאפן, אבער עס האט זיך אויפגעמאכט א ארגענעזאציע אונטערן נאמען "חמה" ח'ברה מ'בקשי כ'שרות זיי טוהן מיט די ענינים מיטן אינפראמירן די ציבור פון שאלות וואס קען זיך מאכן אפילו מיט פראדוקטן וואס האבן דעם זיגל פון גאר גוטע הכשרים און אזוי ווייטער.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:29 pm

גאר א שווערע מקצוע
@פארמוח ער רעדט פון א צווייטע זאך אינגאנצן ער רעדט נישט פון מכשולות וואס קען/מאכט זיך ביי חעדע השגחה. ער רעדט פון די עצם סדאנדארט אז דער אין דער איז א גוטע (ברענד נעם) השגחה פארוואס איז אזוי אנגענומען וכו.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג פאברואר 19, 2018 2:13 pm

זייער א שווערע נושא, אבער סהאט א קלארער מהלך, ממוז נישט צוקומען אז מיר זענען פאוני בלאוני, און אלעס איז גיט, אדער אלעס איז נישט גיט, ניין אויסדריקליך נישט,
מיר לעבן אין א תקופה, ווי רוב עסן זענען געפראסעסט, און סאיז זייער קאמפליקעטעד, וואס סליגט אלץ אין עסן, און וויאזוי ממאכט זיי
איך גלייב נישט אז דער רצון ה' איז, אז מזאל נאר עסן היימיש וואס ממאכט אונדערהיים,
קודם כל ווייל אפילו דעמאלטס וועט עס האבען צענדליגער באשטאנדטיילען וואס דארפן ווייטער א הכשר,
און נאכדעם סאיז נישט קיין מהלך פאר יעדן, סאיז קעגן דעם סדר העולם,
אודאי ווער סוויל מחמיר זיין איז תבוא עליו ברכה, אבער דאס איז נישט דער נושא,
און איך גלייב אויך נישט אז יעדער מענטש מוז ווערן א מבין, ווי אזוי ממאכט היינט אלע עסן און אלע פאבריקן,
לכן איז דער איינציגער מהלך, אז ממוז טראסטען דעם בעל מכשיר וואס איז אן אומן במלאכתו און א ירא שמים, און זיין אנגעוויזען אויף סייעתא דשמיא אז מוועט דיר נישט מכשיל זיין,
אבער דער וועג ווי אזוי סייעתא דשמיא ארבייט, איז והתקדשתם והייתם קדושים, זאגען חז''ל אדם מקדש עצמו מעט מלמעלה מקדשין אותו הרבה מלמעלה,
איז אזוי איינער וואס עסט מכל הבא ליד, ווייל אלע הכשרים זענען די זעלבע, האט נישט די הבטחה און די שמירה, לכן איז די וועג אז מוועלט אויס עטליכע הכשירים, וואס זענען באוויסט אלץ אומנים און יראי ה' (אדער אז דו קענסט זיי אדער סאיז אזוי אנגנומען ביי רוב עולם אדער וואס באלאנגען צו דיין קהילה) און זיי לעבן אויף דיין סטענדערט אידישקייט,
און נאר דאס עסט מען נישט ווייל אנדערע זענען נישט גיט, אבסעלוטלי נישט, נאר צוליב א גדר כדי איך זאל האבען א שמירה, אז מוועט מיר נישט אריינרוקען עפעס וואס סטויג נישט, און אויב יא איז אונס רחמנא פוטריה, איך קען נישט טוהן מער, אבער איינער וואס עסט מכל הבא ליד, ווייס איך נישט צו ער קען עס ענטפערן,
איך זאג במפורש פאר מיינע קינדער, סקען זיין אז אלע הכשרים אין גראסערי זענען גיט, אבער אונז עסן נישט נאר פון דעם און דעם, (און אויב גייט מען צו זיידי איז א עקסטערע זאך) איך מוז נישט קענען האבען יעדע טשו טשו און יעדע טשאקלאד פון יעדע קאמפעני, סאיז מיר גענוג פינעף מינע פון די קאמפעני וואס איך טראסט, און אזוי האף איך זוכה צו זיין צו סייעתא דשמיא
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 19, 2018 2:24 pm

אין א זייטיגע נאטיץ וואס האט א שטיקל משמעות אהער.

הרה"ג ר' יעקב יודא פאללאק ז"ל וואס האט אונז ליידער פארלאזט נישט צו לאנג צוריק, ווען ער איז אריינגעגאנגען אין השגחת הבשר, האבן אים די געשעפטן גע'עצה'ט אז ער דארף זיך נעמען א נאמען פאר די רבי'סטעווע, נאר אזוי קען מען מצליח זיין, וכן עשה, און פון דאן איז ער געווארן "אבד"ק דובענקא".

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18682
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 19, 2018 3:33 pm

לאו דוקא, ער איז געוועזן אין השגחה נאך לאנג איידער די נאמען איז צוגעטשעפעט געווארן צו אים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:30 pm

כך שמעתי מבני משפחתו, אולי טאקע שפעטער.

פאר'מוח'ט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג פאברואר 20, 2018 4:20 am

maybeeynot האט געשריבן:גאר א שווערע מקצוע
@פארמוח ער רעדט פון א צווייטע זאך אינגאנצן ער רעדט נישט פון מכשולות וואס קען/מאכט זיך ביי חעדע השגחה. ער רעדט פון די עצם סדאנדארט אז דער אין דער איז א גוטע (ברענד נעם) השגחה פארוואס איז אזוי אנגענומען וכו.

לאמיך דיך אביסל מער מסביר זיין וואס איך האב געמיינט צו שרייבן:
די ארגעניזאציע טוט נישט נאר אין די נושא פון טרעפן מכשולות זיי טוהן אויך אליינס נאכגיין יעדע זאך (ווער איז דער בעל מכשיר וואס ליגט אין דעם פראדוקט וכו' וכו') וואס דאס באדייט זיי טוהן נישט אנגעבן קיין טראסט און קיין שום השגחה, נאר זיי מאכן זייערע אייגענע פארש ארבעט, און דערנאך קומען זיי ארויס מיט זייערע תוצאות אז די פראדוקט פון די קאמפעני איז גוט אבער א צווייטע פראדוקט פון די זעלבע קאמפעני איז נישט גוט, אאז"וו, און זיי וועלן דיר אויך קענען אנצייגן אז אין די און די נושא האט די הכשר זיך געדארפט מיקל זיין מיט די קולא וועגן הפסד מרובה וכו' וכו'

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:15 pm

סארקאזי האט געשריבן:זייער א שווערע נושא, אבער סהאט א קלארער מהלך, ממוז נישט צוקומען אז מיר זענען פאוני בלאוני, און אלעס איז גיט, אדער אלעס איז נישט גיט, ניין אויסדריקליך נישט,
מיר לעבן אין א תקופה, ווי רוב עסן זענען געפראסעסט, און סאיז זייער קאמפליקעטעד, וואס סליגט אלץ אין עסן, און וויאזוי ממאכט זיי
איך גלייב נישט אז דער רצון ה' איז, אז מזאל נאר עסן היימיש וואס ממאכט אונדערהיים,
קודם כל ווייל אפילו דעמאלטס וועט עס האבען צענדליגער באשטאנדטיילען וואס דארפן ווייטער א הכשר,
און נאכדעם סאיז נישט קיין מהלך פאר יעדן, סאיז קעגן דעם סדר העולם,
אודאי ווער סוויל מחמיר זיין איז תבוא עליו ברכה, אבער דאס איז נישט דער נושא,
און איך גלייב אויך נישט אז יעדער מענטש מוז ווערן א מבין, ווי אזוי ממאכט היינט אלע עסן און אלע פאבריקן,
לכן איז דער איינציגער מהלך, אז ממוז טראסטען דעם בעל מכשיר וואס איז אן אומן במלאכתו און א ירא שמים, און זיין אנגעוויזען אויף סייעתא דשמיא אז מוועט דיר נישט מכשיל זיין,
אבער דער וועג ווי אזוי סייעתא דשמיא ארבייט, איז והתקדשתם והייתם קדושים, זאגען חז''ל אדם מקדש עצמו מעט מלמעלה מקדשין אותו הרבה מלמעלה,
איז אזוי איינער וואס עסט מכל הבא ליד, ווייל אלע הכשרים זענען די זעלבע, האט נישט די הבטחה און די שמירה, לכן איז די וועג אז מוועלט אויס עטליכע הכשירים, וואס זענען באוויסט אלץ אומנים און יראי ה' (אדער אז דו קענסט זיי אדער סאיז אזוי אנגנומען ביי רוב עולם אדער וואס באלאנגען צו דיין קהילה) און זיי לעבן אויף דיין סטענדערט אידישקייט,
און נאר דאס עסט מען נישט ווייל אנדערע זענען נישט גיט, אבסעלוטלי נישט, נאר צוליב א גדר כדי איך זאל האבען א שמירה, אז מוועט מיר נישט אריינרוקען עפעס וואס סטויג נישט, און אויב יא איז אונס רחמנא פוטריה, איך קען נישט טוהן מער, אבער איינער וואס עסט מכל הבא ליד, ווייס איך נישט צו ער קען עס ענטפערן,
איך זאג במפורש פאר מיינע קינדער, סקען זיין אז אלע הכשרים אין גראסערי זענען גיט, אבער אונז עסן נישט נאר פון דעם און דעם, (און אויב גייט מען צו זיידי איז א עקסטערע זאך) איך מוז נישט קענען האבען יעדע טשו טשו און יעדע טשאקלאד פון יעדע קאמפעני, סאיז מיר גענוג פינעף מינע פון די קאמפעני וואס איך טראסט, און אזוי האף איך זוכה צו זיין צו סייעתא דשמיא


זייער גיט געזאגט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך פאברואר 21, 2018 12:59 am

איך בין זייער מסופק צו איך זאל דא שרייבען אדער נישט, איך טוה באמת מחשיב זיין איינער וואס נעמט 5-6 הכשרים און נאר דאס ניצט ער, עס איז א מנהג טוב.

איך האב אויך אזוי געזעהן ביי מיינע עלטערען און איך האלט עס אן ווי ווייט מעגליך, א שטארקע טויש - מער אין מח - האט ביי מיר פאסירט ווען איך האב זיך באקענט מיט די השגחה ליניע פון זייער א נאנטע ענגעל ווי דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז איך האב זיך באקענט דירעקט מיט א גרויס טייל פון די רבני הכשרות פון די או יו ביז התאחדות.

איך קען זאגען אז אלע פאפיולערע כשרות ארגענעזאציעס טוהן היינט צוטאגס כל מה שביכולת צו האלטען די סטאנדארט פון כשרת אויף די העכסטע לעוועל מעגליך, די איינציגסטע כשרות ארגענעזאציע וואס איז ביי מיר אינטער ספק איז די לאקאלע רבנים וואס געבען הכשרים אין די קליינע געגענטער אויף דעם מיז מען זיך נאך פרעגן ביי חב״ד אדער הערן קראנט צו מען קען זיך פארלאזען אויף די בעל מכשיר.

איין זאך וואס א חסידישע יונגערמאן קען זיך נישט עכו פארלאזען אויף די אלגעמיינע כשרות ארגענעזאציעס איז מילכיגס.

שחיטת בית יוסף איז אויך נישט פשוט.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך פאברואר 21, 2018 2:36 am

די וויכטיגסטע זאך, אז דער רב המכשיר מוז זיין אויסער א מומחה און א יר"ש אויך א ת"ח און א מורה הוראה בישראל, וואס דו וואלסט פארלאזט אויף איהם מיט א ח"ב שאלה וכדומה, וואס דעמאלט טוסטו אלעס כהוראת חכם, און פונקט ווי ביי אלע שאלות וואס מאכט זיך ביי א אידיש שטוב פאלאזט מען זיך אויף א מורה הוראה, ה"ה מיט דעהם.

טאמער אבער איז דער בעל מכשיר איינער וואס דו וואלסט זיך נישט פארלאזט אויף איהם אויף אנדערע שאלות, האט נישט קיין שום האפט אז דו זאלסט עסען זיין הכשר.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 21, 2018 4:26 am


עת לדבר
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

תגובהדורך עת לדבר » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 8:20 am

איז טארטיקובע'ר רב פון ב"פ וואס פירט דין תורה'ס אויף 15'טע סטריט די זעלבע זאך ווי די הכשר?
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11939
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 8:47 am

עת לדבר האט געשריבן:איז טארטיקובע'ר רב פון ב"פ וואס פירט דין תורה'ס אויף 15'טע סטריט די זעלבע זאך ווי די הכשר?

ווער איז דאס?

עס איז דא 2 הכשרים "טארטיקוב"
איינס איז מחלקת הכשרות בד"צ מנחת חינוך
1452 55th street


די צוויטע איז

אבד"ק טארטיקוב הרב יחיא' באבד וואס וואינט אויף 5207 19th ave

עת לדבר
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

תגובהדורך עת לדבר » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 9:58 am

קיקיון האט געשריבן:
עת לדבר האט געשריבן:איז טארטיקובע'ר רב פון ב"פ וואס פירט דין תורה'ס אויף 15'טע סטריט די זעלבע זאך ווי די הכשר?

ווער איז דאס?

עס איז דא 2 הכשרים "טארטיקוב"
איינס איז מחלקת הכשרות בד"צ מנחת חינוך
1452 55th street


די צוויטע איז

אבד"ק טארטיקוב הרב יחיא' באבד וואס וואינט אויף 5207 19th ave

יא יא 1452 55 סטריט דארט איז דא א בי"ד לממונות
ווער איז דער?
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11939
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 10:19 am

עת לדבר האט געשריבן:יא יא 1452 55 סטריט דארט איז דא א בי"ד לממונות
ווער איז דער?

איך ווייס נישט
און אז טאמער איך ווייס איז וואס?
ווער איך בין ווייסט די אז די פרעגסט מיין מיינונג ?

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 10:25 am

קיקיון האט געשריבן:
עת לדבר האט געשריבן:יא יא 1452 55 סטריט דארט איז דא א בי"ד לממונות
ווער איז דער?

איך ווייס נישט
און אז טאמער איך ווייס איז וואס?
ווער איך בין ווייסט די אז די פרעגסט מיין מיינונג ?

דוכט זיך אז ביידע פון זיי זיצען ביי דיני תורה.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

קענדיס

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 2:32 pm

און די וועלט פון זיסווארג טוט זיך הימל און ערד
די גרויסע מבינים טענען אז זייער אסאך פון די קענדיס האבן דערין אסאך קולות מיט היתרים וואס רוב מענטשן וואלטן נישט געוואלט עסן

מען זעהט טאקע אז עטליכע גרויסע קענדיס קאמפעניס טראגן די הכשר פון א געוויסע השגחה וואס איז היפש א מיקל

פרעגט זיך די שאלה, זענען די קענדיס אזא צורך אז מען זאל פיטירען די עולם מיט אזוינע קילות?

זייער אסאך זיסווארג פארמאגן קעמיקאלן מיט חומרים וואס זייער באניץ איז געבויעט אויף צווייפכלהאפטיגע היתרים
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, א מוח, מהריץ און 14 געסט