ירידת הדורות! מאי אהני ליה רבנן? וויפיל נאך?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- דונש
- שר האלף
- תגובות: 1880
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
- לאקאציע: שבתדיגע זמירות
ירידת הדורות! מאי אהני ליה רבנן? וויפיל נאך?
איך בין נישט פון די מענטשען וואס וועלן אזויפיל וויינען אויף ירידת הדורות, איך וועל ענדערש זיך פרייען אויף וויפיל חלקים כלל ישראל איז נאך נישט געפאלן און ווי כלל ישראל שטייגט אין געוויסע ענינים, אבער דא עקא דאס וואס איך האב לעצטענ'ס מיטגעהאלטן קען שוין נישט פארנעמען קיין עצירות מצידי,
יעדע ווייסט אז א חלק פון כלל ישראל'ס שטארקייט איז געווען דאס אפווייכונג פון לוקסוס וכל שם וחניכא דאית להון, און ווי אלע אנדערע ענינים איז געווען מדרגות דערביי ס'איז געווען וואס האבן זיך אויסער דאס מינומום להחיות נפשם האבן זיי נישט אריינגענומען אין מויל אריין וכו', געווען אזעלעכע וואס האבן יא געגעסן עפעס איבריג, שטייצעך בתכלית הכשרות, ווידעראום איז געווען אזעלעכע וואס נישט נאר זיי האבן נישט נאכגעגבן ס'גוף וואס זי פארלאנגט נאר להיפך זיי האבן איר געפייניגט מיט'ן פאסטן משבת לשבת, נישט אריינגיין אין בעט, מיטן זיך וואלגערען אין שניי וכו'
איינער פון די גאר באקאנטע ביי כלל ישראל וואס האט געפייניגט דאס גוף איז געווען אברהמל'ע מלמד געמאכט גולגל שלג ס'גאנצע לעבן מיום עמדו על דעתו, און דעם שבת הער איך א קינד זינגען נישט מער און נישט ווייניגער בזה"ל : אברהמ'לע מלמד ליגט און בעט וכו'! אוי גיוואלד, ס'כאפט מיר א ציטער, לאן היגענו, ווער ווייסט וואס נאך ס'קומט, שומו שמים, רבן דקרו, אזא רינון ארויסצולאזן אויף אונזערע פריערדיגע, אין בעט ליגט ער? דאס ברויך פארדאמט ווערן אויפ'ן שטערקסטען אופן וואס שייך,
חזרט ענק טויזענט מאל
אברהמ'לע מלמד ליגט אין שניי, וכו'
האטס מיר אלע א פרייליכען חודש אדר און א לוסטיגען פורים
דונש

זוכט איר דוי?
זעענדיג ס'קעפל בינעך געווען זיכער אז יא, ירידת הדורות אויף אייוועלט, נאך א "וויכטיגע" אשכול, זעען מיר אז ס'עקטשועלי אן עליית הדורות... אהני לן דוי! אופס, אויטאקארעקט... אהני לן דונש!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
דו האסט נישט געשריבען די ערשטע האלב מעשה!
געווען איז ער אן ארימע מלמד אברהם ער פלעגט הונגערן א גאנצע וואך אבער פאר שבת פלעגט ער געבן פאר זיין ווייב די צדיקת שרה אפאר אפגעריבענע גראשען וואס ער האט פארדינט אלטס מלמד אז זי זאל אנקויפן פאר שבת,
אוי האט ער אפגעראכטן א שבת סעודה!
אבער היות די ארימקייט איז געווען געפערליך האבן זיי פארמאגט נאר איין בעט אויף וואס מקען שלאפן,
ליידער האט זיך די מצב אזוי אויסגעשטעלט אז איין נאכט איז די אלטע באבע שרה געליגען אין בעט און די ארימע מלמד אברהמ'עלע איז דאמאלטס געשלאפן און די שניי,
און די נעקסטע נאכט האט פאסירט די שוידערליכע פאסירונג, אז אברהמ'עלע מלמד געליגען און בעט,
מיט זיין שמאטע צוגעדעקט,
אוי וויי,
ברענג ער טיי,
די טיי איז ביטער,
לייגט ער צוקער,
די צוקער איז געווען זיס,
לעגט ער זיין פיס,
די מעשה האט בשעתו אויפגעשאקעלט די גאנצע דארף!
עלטערע יודען ווען זיי פארציילען די מעשה שטעלן זיך טרערן אין די אויגען פאר גרויס התרגשות ווען מזעהט ווי ווייט א פשוטע אידענע ווי די באבע שרה האט זיך מקריב געווען פאר א שטיקעל טיי...
די מעשה איז פאראייביגט געווארען מיט קופערנע אותיות ווי מזעהט קלאר דעם "מי כעמך ישראל"

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
אהההה... אברהמעלע מלמד איז דאך געווען די באבע יענטא דוואשע'ס אן עלטער פעטער, איי ווי מיר האבן פארגאסן לאכאניעס מיט טרערן אויף זיין געוואלדיגער מידת ההשתברות!
דער אמת איז אז עס פעלט א שיין שטיקל מעשה, פארוואס ער איז געלעגן אין בעט, און וויאזוי ער איז פון דארט אנגעקומען אין שניי. עס איז מיר געלונגען צו כאפן די ירושה ביכל דור אחר בן פון די באבע סערל, און אט זענען די אריכוואנאס:
אברהמ'לע מלמד גייט אין חדר אריין
טרעפט ער זיין בענקל פול מיט חריין
אוי וויי עס איז ביטער ווי א זית
די בענקל קוקט אויס ווי זיין שלום בית
שלום האט באשלאסן דעם צו לערנען
אנגעשמירט א בלבול אויף בערלען
די רבי האט בערלען פון חדר פארטריבן
ביז ער האט "כ'גיי זיין וואויל" 10 מאל געשריבן
דער פעדער פון רבי האט זיך אבער אויסעגנוצט
און פון גרויס שוואכקייט שטארק געגעניצט
איז אין זיין מויל געפלויגן א גרויסן מאראנץ
אלע רבי'ס ציינער אויף ארויס געגעבן א טאנץ
אן קיין ציינער דער רבי האט נישט געקענט שרייען
און פון די מאראנץ האט יעדער געכאפט שיריים
די נאז האט זיך צוקלעמט ווי אונטער א נזם
און דער רבי'ן האט מען ארויסגעקערט מיט א בעזעם
אויפן גאס האט דער רבי זיך געטראפן ליגן
אלע קינדער האבן אים באלד געטון בארואיגן
"דאס איז נאר די הקדמה" טוען זיי צוזאגן
דער רבי וועט זיך מיט אונז נאך אסאך פלאגן
מיט די לעצטע כוחות דער מלמד שטייט אויף
און צו זיך אין בעט ער לויפט ארויף
פון גרויס צער די בעט האט געזינקען
און די קינדער האבן צוזאמען אנגעהויבן זינגען...
"אברעימאלע מלמד ליגט אין בעט
מיט א שמאטע צוגעדעקט
אוי וויי געב מיר טיי
די טיי איז ביטער געב מיר צוקער
די צוקער איז זיס, לעק מיין פיס
די פיס איז פעט, גיי אין בעט
די בעט איז טונקל, גיי אין ווינקל
די ווינקל האב איך מורא, לערן תורה
די תורה איז הייליג, עס בייליג
בייליג איז פלייש, דו ביסט צוקנייטשט"...

די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
גרינגע מילצן עקסערסייז...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm