אוי, ווי די לאקשן ברענט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

אוי, ווי די לאקשן ברענט!

תגובהדורך שמחת עולם » דינסטאג פאברואר 13, 2018 7:33 pm

דער אמת איז, אז איך זוך איהם שוין לאנג צו לערנען טאנצן, נאר איך כאפ זיך אייביג ווען עס איז שוין דערנאך.

איך מוז אבער זאגן אז איך באוואונדער זיין חיתוך הדיבור, זיין פליסיגקייט אין עברי, עס איז עפעס אויסטערליש. נאך פון אלס קינד פלעג איך האלטענדיג ביי ״אתה חונן״ ארויסבליקן צו זיין ריכטונג און נישט קענען גלייבן אז ער מאכט שוין עושה שלום. ווען מיר האבן אין חדר ביי משניות ברכות געלערנט פון ״תפילה קצרה״ פלעג איך טראכטן פון איהם, איך האב געמישט צו די בילדער צו זעהן אויב ער טוט נישט דארט אפשר ערשיינען.

אינטערעסאנט אז כאטש וואס ראש חודש ביי הלל איז ער נישט פון דער וואס מאכן מיט דאס געלויף צו זיין דער ערשטער וואס שרייט ״מלך מהולל בתשבחות״, איז ער אבער דער וואס האט א דראנג שטענדיג צו שרייען אויפן קול ״יעלה ויבוא״, זיכער צו מאכן אז די עולם ווייסט אז ער האלט גוט חשבון. אויך מוצאי שבת איז ער שוין די באקאנטע שטימע וואס צושרייט זיך ״אתה חוננתנו״, וואונדערליך איז אבער אז נישט קיין נפקא מינא צו ״על הניסים״, ״אתה חונן״ אדער ״יעלה ויבוא״, אייביג וועט מען עס הערן 7 און א האלב סעקונדעס נאך וואס די באהן איז ארויסגעפארן.

ווער האט איהם געלערנט עברי? איך ווייס נישט גענוי, אבער די יודעי דבר ווייסן צו דערציילן, אז זיין טאטע איז געווען דער איינציגסטער אין דארף וואס האט זיך ״געקענט״ ערלויבן א מלמד פאר די קינדער, צו ער האט טאקע געדינגן איז נישט קלאר. יש אומרים אז מיט איהם איז געוועהן די מעשה מיטן גאלדענעם זייגער אונטערן היי.

הכלל, איך וויל איהם נישט לערנען קיין קמץ פתח, איך וויל איהם לערנען טאנצן. און דאסמאל וועט עס בע״ה געלונגען ווייל איך בין צוגעגרייט, אלעס איז געפלאנט. אוי, איך קען שוין זעהן זיינע בליקן, איך שפיר שוין זיין אויפברויז, אבער וואס זאל איך טוהן, ער מוז נישט אלעמאל זיין דער ערשטער זיך צו ריהמען און איינמעלדן פארן גאנצן ציבור אינמיטען שמו״ע אז ער האט נישט פארגעסן ״יעלה ויבוא״.

אומר ועושה, איך האב מלקט געווען אלע מיני נוסחאות און מנהגים, און פון יעדע ברכה האב איך אויסגעוועהלט די קערצסטע ווערזיע. ליתר שאת, האב איך איינגעשטעלט א רימיינדער, מיר צו דערמאנען פארן זיך שטעלן אז היינט נאכט איז ר״ח. כדי צו איבען אז מיינע ליפען זאלן שנעלער ארבייטען און דאס צינגל זאל לויפן גיכער, האב איך אגאנצען טאג זיך געמורמעלט דעם פסוק ״גד גדוד יגודנו...״.

איך בין אריין צו מעריב מיט עטליכע מינוט פריער און זיך געשטעלט מיט א צוויי פלעצער נעבן איהם, איך האב נישט אויפגעהערט איהם נאכצושפיאנירן און מיטהאלטן יעדע ריר זיינע, ווי א זעלנער בין איך געשטאנען גרייט צו א קאמפף.

מען האלט שוין אט אט ביי שמונה עשרה, איך שטיי שוין גרייט, דער בעל תפילה ענדיגט שוין קדיש. מיינע פיס זענען שוין גרייט זיך צו בייגן, די רוקן איז שוין האלבוועגס געבויגן, דער אלטער חלום׳ט נישט וואס פאר אן אטאקע עס לאקערט אויף איהם, ער לעקט נאך זיין פינגער כדי צו קענען גרינגער איבערמישן דאס בלעטל.

די לעצטע אמן האט זיך מיר אנגעהערט ווי איינער זאגט ״געגאנגען!״, און טאקע געגאנגען, איך האב גאלאפירט פון ברכה צו ברכה, די צוויי קנאקעס פון סלח לנו איז מיר געלונגען צו טוהן פאר מיין קאנקארענט, און אט האלט מען שוין ביי פיר סעקונדעס, פינעף, זעקס...

קוים מיט אן אטעם האב איך געגעבן א געשריי באגלייט מיט נצחון ״יעעעעלה ויבוא״ און נאך פאר איך האב געקענט צוריק כאפן אביסל לופט אין מיינע לונגען, האט זיך געהערט פלוצלינג א קול פון א מחאה, א קלאפעריי אינעם גאנצן שול, נעמען זיך טאקע אלע אן פאר דעם אלטן?

עס האט נישט געדויערט לאנג ביז איך האב פארשטאנען די רמזים פון מיין אנדערער שכן וואס האט נעבעך געמוזט ארויסקוקן פון סידור און מפסיק צו זיין שמו״ע, נאר מיך צו ערקלערן אז ראש חודש איז ערשט מארגן נאכט!

וואס עס האט זיך אפגעשפילט נאכדעם און מיין אמאליגע בית המדרש ווייס איך נישט, ווייל עלינו האב איך שוין געזאגט אינדערהיים!

וואס זאל איך אייך זאגן, מען טאר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, ווייל מען קען זיך גוט אפבריהען...

א פרייליכן חודש אדר מיינע טייערע ידידים!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג פאברואר 13, 2018 7:52 pm

פיין פיין
אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס דעם חודש הבעל''ט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג פאברואר 13, 2018 7:58 pm

גאר גאר גוט wow פיין געלאכט....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 13, 2018 8:04 pm

פיין פיין! ווי אימער! א שמחת עולם לוינט זיך צו ליינען

--
וואס איך פארשטיי נישט, וואספארא קורצע נוסח מענטשן האבן ביי "קוה אל ה'", ווייל ממש יעדן טאג ענדיגט 'יעדער' בעל תפילה בעפאר מיר. [היינט האב איך געזען אין אוצר הלכות אז טייל פירן זיך (אפשר קאמארנא?) אויסצולאזן חלק פון פיטום הקטורת און זאגען בלויז איינמאל די פסוקים פון ה' צבאות וגו', אבער איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ממש יעדער פירט זיך אזוי].
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג פאברואר 13, 2018 9:26 pm

לאקשן, יעלה ויבוא, גד גדוד, סוויט עז אין שמחת עולם!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג פאברואר 13, 2018 9:45 pm

איך האב שוין כמעט געשריגן יעלה ויבוא היינט ביי מעריב, נאכאמאזל איך האב געליינט דיין ארטיקל

אזוי בין איך ניצול געווארן פון דיינע בזיונות

פיין געשריבן
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:51 pm

פיינע לאקשן דאס!!!
האמיר געלאכט ווי א זיבעלע אויף א לאקשן ברע(נ)ט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:55 pm

דראמאטיש

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:04 pm

שמחת עולם האט געשריבן: דער אלטער חלום׳ט נישט וואס פאר אן אטאקע עס לאקערט אויף איהם, ער לעקט נאך זיין פינגער כדי צו קענען גרינגער איבערמישן דאס בלעטל.

:grin: ;l;p-
מיי פעווערעט!

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך פאברואר 14, 2018 9:04 am

שמחת איך מעג לאכן פון דיינע צרות (מ'שטיינס געזאגט)?...........

דו ברענגסט א שמחת עולם ווען מ'ליינט דיינע ארטיקלען...........
זוכט איר דוי?

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:28 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פיינע לאקשן דאס!!!
האמיר געלאכט ווי א זיבעלע אויף א לאקשן ברע(נ)ט!
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:45 am

שמחות נאר אויף לאקשן....

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מיטוואך פאברואר 14, 2018 12:06 pm

הנאה געהאט! א גוטן פעדער'ל! זיך געשפירט ווי מיטלעבנדיג די מעשה.

דא האט מיין הארץ פערפעלט א קלאפ, צו זעהן ווער סעטעס מאכן...
שמחת עולם האט געשריבן:די לעצטע אמן האט זיך מיר אנגעהערט ווי איינער זאגט ״געגאנגען!״, און טאקע געגאנגען, איך האב גאלאפירט פון ברכה צו ברכה, די צוויי קנאקעס פון סלח לנו איז מיר געלונגען צו טוהן פאר מיין קאנקארענט, און אט האלט מען שוין ביי פיר סעקונדעס, פינעף, זעקס...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
zibala
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מיטוואך פאברואר 14, 2018 2:09 pm

וואס כאפסטע הייסע לאקשען, סיז נאכנישט חודש אדר...

היט אפ א דרעפט נאך א פאר שעה...
שבעה מי יודע!?

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:50 pm

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
music helps your mood

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך פאברואר 14, 2018 6:17 pm

לכאורה האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט, וואספארא קורצע נוסח "מענטשן" האבן

די מענטשן זענען שוין געווענליך שוין יוצא די קטורת פון פארענט אויכעט

אז מ'רעדט שוין, הער איך די סידורים קאמפעניס האבן אריינבאקומען א קאמפלעין אז מ'דארף דריקן די פארענט נאך עלינו
אוי לנו שכך עלתה..

אגב מיין חברותא זאגט אלץ ער דארף נאך משלים זיין פון פארענט און הינטן, דער עולם קענץ עם אפשר, דרייט זיך מיט א סידור א גאנצן טאג...

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:01 pm

געטיימט מיין בע"ת היינט, פון קוה ביז בשלום 28 סעקונדען

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:14 pm

אדער יא האט געשריבן:געטיימט מיין בע"ת היינט, פון קוה ביז בשלום 28 סעקונדען

גאנץ לאנג..
ס'באקאנט די מעשה ווי רבי מאטעלע (לרפו"ש) האט פארגעהאלטן זיינס א חסיד פון ווסב"ג וואס דאווענט יעדן טאג מיט איינס פון די תרח מנינים, אז ער הערט אז ער דאווענט אפ יעדן טאג אין קנאפע 20 מינוט, האט אים דער חסיד גענטפערט, 'רבי, 20 מינוט נעמט עס נאר ר"ח'...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:12 pm

אנאנדער חסיד האטער פארגעהאלטן פארן נישט אריין געבן דעם שעות צעטל, יענער האט זיך פארענטפערט אז עריז יוצא מיט איזהו מקומן.. נא, זאגט דער רבי, כ'מיין עפעס וואס מ'זאגט נישט יעדן טאג. נו, דער רבי מיינט איך זאגעס יעדן טאג?..
--

שכח שמחת פארן אריין ברענגען די שמחה אין אדר אריין
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:17 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
שכח שמחת פארן אריין ברענגען די שמחה אין אדר אריין
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:43 am

וואסינייעס... דו האסט געזוכט בילדער פאר א תפלה קצרה.. דיינע חידושים זענען עפעס אויסערגעווענדליך.
ייש״כ הרב שמחת עולם


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: .onion, גוט זאגער און 20 געסט