אינטרעסאנטע משפחה (פאמיליע) נעמען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

אינטרעסאנטע משפחה (פאמיליע) נעמען

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג ינואר 28, 2008 9:12 am

אונז זענען געוואוינט צו די אלע משפ' נעמען ווי קליין, ווייס, שווארץ, און די אלע וואס ענדיגן זיך מיט א וויטש אדער יין צום סוף.

פאר א פאר וואכן צוריק האביך געפרעגט איינעם וואזיין לעצטע נאמען איז, זאגט ער מיר מארגנבעסער איך האב געשמייכלט, פרעגט ער וואס שמייכל איך? זאג איך א שיינע נאמען און איך וועל עס לייגן אין קרעטשמע, פרעגט ער ווי? זאגיך אין קרעטשמע, ער פארשטייצעך האט נישט געוויסט וואסיך רעד.

מיט די צייט האביך פארגעסן דערפון.

נעכטן קומט איינער אריין צו קאסטומער סערוויס אויפיקן עפעס, פרעג איך עם וואס די נאמען פליז? זאגט ער תרשיש. איך האב מיר ממש צופלאצט פאר געלעכטער אריינגייענדיג אין צימער ווי די פיק-אפ ליגט, פרעג איך מיין ארבעט'ס שותף 'יש משו בשם תרשיש?' זאגט ער יא און ער לאכט.

ביי די חבדסקער קען מען טרעפן נאך אינטרעסאנט נעמען, און אויך ביי די גורער חסידים.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 28, 2008 2:18 pm

די שמועס איז לדעתי נישט רעלעוואנט. וואס ביי מיר איז נישט אינטערסאנט, איז ביי א צווייטן יא.... כ'מיין, יעדע אינגל קוקט אן א פרעמדן אין שוהל, ווי פון די לבנה, אלא מאי???
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום מאנטאג ינואר 28, 2008 9:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג ינואר 28, 2008 2:39 pm

רעלעוואנט, ניין, מען קען עס איז באנק נישט דעפאזיטן, אבער היות רוב עולם דא טראגט דאס זעלבע שטייגער נעמען, איז פאר אונז יא אינטערסאנט (טאקע נישט רעלעוואנט) צו ברענגן אנדערע סטייל נעמען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 28, 2008 7:29 pm

מיר איז אינטערסאנט איבערצובליקן דעם באבובער אנ"ש ביכל, עס איז מלא וגדוש מיט נעמען וואס גרילצן אין אונזערע אויערן. זייענדיג א וויליאמסבורגער פלעג איך אלץ שמייכלן פון "חדר שלאף" אין גרויסן באבובער בית המדרש אין ב"פ (כ'פלעג עס רופן אויף אידיש שלאף שטוב).

די נעמען פעפערקארן און ביגלאייזן קלינגן מיר שוין היינט נישט אזוי קאמיש, אבער אלס קינד פלעגט דאס זיין אזוי ווילד פרעמד ווי די קאסקיאסקא בריק.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג ינואר 29, 2008 10:16 am

אז מען רעדט שוין פון פאני נעמען קען מען נישט אויסלאזען די נעמען פון די שול'עדא האט איר אפאר וואס ליגט מיר אין קאפ.

1)סלאטפינע

2)פאלעטישאן

3)העמערויד (האמאראד) איך האב א קרים דערפאר אין דער היים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 29, 2008 10:24 am

ליהוי ידוע אז איך האלט נישט פונעם גאנצן אשכול. ס'פאסט נישט.

(און ניין, איך הייס נישט תפלינסקי אדער היישעריטשיק.)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דזשאמבא
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 10:38 am

תגובהדורך דזשאמבא » דינסטאג ינואר 29, 2008 10:36 am

וואס איז יענער שולדיג אז ער האט די נאמען? אין נאכמער, איז עס דען בכלל א פראבלעם? ביי קינדער קען מען אמאל הערן אז עס איז אינטרערסאנט ביי זיי א נאמען, אבער נעמען א אנ"ש ביכל אין אפיר קראצן נעמען וואוס זענען אפשר מער אויפאלענד, אויף וואס ארויף? קיין פראבלעם זאל יעדער הייסן וויאזוי ער וויל. עס לאנג מען איז א נארמאלער מענטש מיט מדות איז אלעס פיין, נישט די נאמען איז די עיקר, בעסער לאמיר רעדן פון דעם, וויפיל יודישע קינדער פארשעמען זייער נאמען, ואין כאן מקום לפורטם.(..)

אבער דא רעדט מען ווען איינער שעמט זיך מיט זיין נאמען איז עס טאקע נישט גלייך.. אבער פארט אויב איז ער א גוטער יוד, דאן וואס איז די פראבלעם?

סארי דזשובוי.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » דינסטאג ינואר 29, 2008 3:26 pm

און היינט איז געווען איינער מטן נאמען 'טוסאק'
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג ינואר 29, 2008 10:14 pm

אבער דו זשובאוי, מאכסטעך ווי "כאילו" קיינער האט נאך נישט מגיב געווען דא...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי און 8 געסט