קאמענטארן, דיסקוסיעס, פראגעס און ענטפערס אויף "מגילות מדבר יהודה"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:04 pm

wow וואס דא גייט נישט פאר. געבוקמארקד אויף א שפעטערע געלעגנהייט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:00 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:wow וואס דא גייט נישט פאר. געבוקמארקד אויף א שפעטערע געלעגנהייט.

!!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:27 am

צי מיר מונע זיין פון דאנקען, איז לא תחסום שור בדישו.... אבער רצונו של אדם זה כבודו.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג פאברואר 12, 2018 9:52 am

רט חזוןאישניק...מאסיווע ארבעט! טענקס!
...

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מאנטאג פאברואר 12, 2018 9:57 am

איך קען מיך נישט איינהאלטען.. Wow איז דאס א קרעזי ארבעט.. איך ליין מיט דורשט, אין ווארט אויפען המשך..

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

קאמענטארן, דיסקוסיעס, פראגעס און ענטפערס אויף "מגילות מדבר יהודה"

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג פאברואר 12, 2018 10:59 am

"מגילות מדבר יהודה"

איך גלייך נישט צו דיקטירן וואו און וואס מען זאל שרייבן, אבער אזוי ווי מען האט מיר געבעטן און עס וועט זיין בעסער פאר יעדן אן עקסטער פארום צו אויסשמועסן אסאך זאכן, ווי מען וועט זעהן, וועלן אסאך זאכן אויספעלן א ברייטערע שמועס, וואס אין אן ארטיקל איז דאס נישט געשמאק צו אנאליזירן, צוליב וואס עס באמוטשעט דעם לייענער.

די דעבאטע איבער ווער עס האט געשריבן די מגילות פון די היילן אין קומראן גייט שוין אהן זינט מען האט דאס פארעפענטלעכט אין די 1950'ס יארן. קיין קלארע פאקטן איז נישט דא. איינע פון די מקורות איז יסופון וואס שרייבט אז די געגנט האבן געוואוינט די 'איסיים' און אזוי איז דא גאלאנען מיט טינט פארגאסן איבער פארשידענע טעאריעס ווען איין שרייבער פארשרייט דעם צווייטן אלס דברי הבל. צווישן די, איז דא עטליכע וואס ווילן מאנופילירן אויף די געפינסן מיטן טרעפן צוגלייכן צו זייערע אנשויאינגן, ווי די נוצרים האבן געפונען עטליכע שורות אין א אפגעריבענע פראגמאנט וואס האט מעגליך עטליכע ווערטער פונעם טמא'נעם ברח"ד, וואו מען ברויך צולייגן אותיות צו פארענדיגן ווערטער, און דאס געשריבן אלס א פאקט, אז די כת קומראן זענען גאר נוצרים. מיר זאגן נישט אז נישט, אבער קודם דארף מען וויסן פון וואו די טעאריע קומט, און אזוי ביי אלע אנדערע פעלער.

די איין ווארט וואס שרייבער פארפעלן צו צולייגן איז די ווארט "מעגליך", וואס מיר ניצן כסדר ווען מען קען "מעגליך" עפעס ארויס לערנען פון עפעס א געפינס. אנשטאט וועלן די שרייבער עס אראפמאלן אלס פאקטן, אן שרייבען אויף וואס פאר א באזיס מען קומט צו צו די מסקנא. דא קענען די לייענער אליין באשליסן און דעבאטירן איבער וואס איז מעגליך און וואס נישט.

אויסער דעם, וועט די באשרייבונג נישט דווקא באהאנדלן די מגילות אין קומראן, עס איז דא אסאך אינטערעסאנטערס פון דעם. מעגליך אז שפעטער וועט זיך עס יא אריינציען.

האטס א געשמאקע רייזע, ווי מיר גייען צוריק צו גאר א ווייטע פארגאנגענהייט. אין די פינסטערע היילן פון מדבר יהודה און זיך באקענען פון דערנאנט - ווי ווייט מעגליך די היילן וועלן אונז ערלויבן מיט די מענטשן וואס האבן דאס אינהאביטירט.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מאנטאג פאברואר 12, 2018 11:14 am

בענקל נישט דא קיין ווערטער!
געשלינגן מיט דארשט יעדע ווארט,
זיך געפיעלט שפאצירנדיג צווישן די אויפשטענדלער מיט זייער אנגסט און די רשעותדיגע רוימישע סאלדאטן וואס ווארטן אינדרויסן זיי צי ציפליקן, און נעבעך זייער טראגישע אומקום,
לעצט פאראכטן דורך שעמעדיגער אום דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:54 pm

די הקדמה אנגעקומען איז אנגעקומען אינדערמיט צוליב וואס מ'האמיר אריבערגעברענגט די תגובות פונעם אנדערן אשכול.

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:11 pm

זייער אינטרעסאנט א יישר כח גדול זייט ממשיך ביטע

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:24 pm

wow
we want more!
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג פאברואר 13, 2018 3:45 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די הקדמה אנגעקומען איז אנגעקומען אינדערמיט צוליב וואס מ'האמיר אריבערגעברענגט די תגובות פונעם אנדערן אשכול.

עס איז א ספעציעלע עהרע צו האבן "ענדע צדיק" אלס פותח האשכול.

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג פאברואר 13, 2018 3:57 pm

יש"כ הרב בענקל, זייער הנאה געהאט פון אייערע ארטיקלען מלא תוכן וידיעות, און זייער געשמאק באשריבן, ביטע זייט ממשיך.

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:39 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:יש"כ הרב בענקל, זייער הנאה געהאט פון אייערע ארטיקלען מלא תוכן וידיעות, און זייער געשמאק באשריבן, ביטע זייט ממשיך.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג פאברואר 16, 2018 12:19 pm

מוראדיגע סחורה! מיליאן מאל בעסער ווי וויקי!

גיימיר מעיין זיין אין א רוהיגערע געלעגנהייט.

א קליינע הערה, דאכט זיך די מגילות ווערן אנגערופן "מגילת ים המלך" אדער death sea scrolls

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 16, 2018 4:12 pm

זייער שיין און ציענד!

איז דאס נישט די זעלבע ארטיקעל וואס לויפט יעצט אין מאמענט?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מוצ"ש פאברואר 17, 2018 9:03 pm

Wow ישר כח גדול!! זייער געשמאק צום ליינען און זייער זייער אינטערעסאנט!! די ידיעות וואס איך האב קונה געווען פון דיר איז אין לשער!

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:20 am

ש'כוח, שיינע ארבעט!

דענק איך אז די מגילת זענען אויף אויסלייג אין מוזיאן ירושלים

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג פאברואר 26, 2018 6:13 pm

Wow ישר כח גדול!! זייער געשמאק צום ליינען און זייער זייער אינטערעסאנט!! די ידיעות וואס איך האב קונה געווען פון דיר איז אין לשער!
אז יענער קען קענסטו אויך

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג פאברואר 26, 2018 9:16 pm

א הערליכע ארבייט, WOW.

דא האט מען אריינגעלייגט א סך ארבייט, עס איז זייער עפרישיעטעד.

א שיינעם דאנק.

אגב, די בריוו קען אויך זיין אז עס איז בתורת ״קאודס״ - מיז נישט זיין אז עס איז האט די אמתע כונה אויפען פאפיר.

עס איז געוועהן מלחמה צייטען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג פאברואר 26, 2018 9:57 pm

וואס איז די קוועשטען מארק ביי נ"ב שנה?
אגב דארף מען נזהר זיין וויאזוי מ'דרוקט זיך אויס אויף בר כוכבא. סוכ"ס רעדט מען פון א אדם גדול

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג פאברואר 27, 2018 11:02 am

די בריוו'ן און דאקומענטן פון בר כוכבא
מטעמים האט געשריבן:אגב, די בריוו קען אויך זיין אז עס איז בתורת ״קאודס״ - מיז נישט זיין אז עס איז האט די אמתע כונה אויפען פאפיר.

עס איז געוועהן מלחמה צייטען.

מעגליך עטליכע ווערטער, אבער רוב איז איינפאך פארשטענדליך.

בראשית ברא האט געשריבן:וואס איז די קוועשטען מארק ביי נ"ב שנה?

די "סדר עולם רבה" האט אסאך הערות און גרסאות מעגליך טעות הדפוסים, אויך איז עס אביסל אנדערש פון חז"ל. (די מדרש איז מיוחס לימי חז"ל). נ"ב שנה איז צו ווייניג עס מוז זיין כאטש זעכציג יאהר נאכן חורבן. וועגן דעם איז גרינגער עס צו רעכענען פון "פולמוס של קיטוס, וואס אזוי שטימט דאס בעסער מיט אנדערע מקורות אלס 62 יאהר נאכ'ן חורבן בית שני.

דא איז פון סדר עולם זוטא פרק א', מיט די אויסגערעכנטע יאהר ליצירה אריינגערינגלט:
"מאדם עד המבול אלף ושש מאות וחמשים ושש שנים: ומן המבול עד הפלגה שלש מאות וארבעים שנה. (היא שנת אלף תתקצ"ו ליצירה): ומן הפלגה עד שנולד יצחק חמשים ושתים שנה. [היא שנת ב' אלפים מ"ח ליצירה]: משנולד יצחק עד שיצאו ישראל ממצרים ארבע מאות שנה. (היא שנת ב' אלפים תמ"ח ליצירה): וארבעים שנה שהיו ישראל במדבר. (היא שנת ב' אלפים תפ"ח ליצירה): ושמונה מאות וחמשים [שנים]. משבאו לארץ ועד שגלו הימנה. (היא שנת ג' אלפים של"ח ליצירה): ושבעים שנה [גלות בבל] בין בית ראשון לבית שני. (היא שנת ג' אלפים ת"ח ליצירה): ובניין בית שני [עמד] ארבע מאות ועשרים [שנה ונחרב]. (היא שנת ג' אלפים תתכ"ח ליצירה): ומשחרב הבית ועד עכשיו אלף וחמשים ושלש שנה. והם בכלל ארבעת אלפים ושמונה מאות (ושמונים) ואחת [שנה ליצירה]"

פולמוס של קיטוס איז א ביטערע קאפיטל אין אידישע היסטאריע, דאס איז געווען נישט לאנג נאכן חורבן בית שני ווען אידן האבן דורכאויס די יאהרן כסדר רעוואלטירט און געוואלט אונטערברענגען די רעגירונגען אין עטליכע לענדער וואו מען איז געווען אין גלות. מעגליך זייענדיג אזויפיל יאהרן מיט א אייגן לאנד און א אייגענע מלוכה האט זיך עס שווער אנגענומען צו זיין אונטערדרוקט אין א פרעמד לאנד. ביז גענעראל קיטוס האט דאס ברוטאל דערשטיקט. שפעטער ביי די מלחמה מיט בר כוכבא האט אנדריאנוס געוואלט מאכן א סוף איינמאל פאר אלעמאל צו די אידישע האפענונג פאר אן אייגן לאנד און דאס הייליג לאנד מיט אירע שטעט אינגאנצן פארניכטעט. שיבנה במהרה מתוך רחמים וחסדים.
בראשית ברא האט געשריבן:אגב דארף מען נזהר זיין וויאזוי מ'דרוקט זיך אויס אויף בר כוכבא. סוכ"ס רעדט מען פון א אדם גדול

אוודאי. וואו האט מען זיך דא אויסגעדרוקט נישט ווי עס ברויך צו זיין?
אפילו דער הייליגער רמב"ם א טויזנט יאהר שפעטער רופט איהם אן מיטן טיטל 'מלך'.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג מארטש 04, 2018 8:16 am

בענקעל האט געשריבן:די בריוו'ן און דאקומענטן פון בר כוכבא

איעצך שלא תבהל לבדות זמנים מעצמך.
נ"ב מבואר בכמה מקומות ובירושלמי במס' תענית, וכן באיכה רבתי, ובהרבה ספרים ואין טעות בגירסא

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:55 pm

אומגלויבליך וואס דא טוט זיך! א מין ארבעט אריינגעלייגט. יישר כח בענקל מעומק הלב. איך האלט נאך אינמיטן ליינען, אבער איך שלונג מיט דורשט יעדעס ווארט. אזוי קלאר, אויף מאמע לשון, מיט בילדער און מאפעס.

בראשית ברא האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:די בריוו'ן און דאקומענטן פון בר כוכבא
מטעמים האט געשריבן:אגב, די בריוו קען אויך זיין אז עס איז בתורת ״קאודס״ - מיז נישט זיין אז עס איז האט די אמתע כונה אויפען פאפיר.

עס איז געוועהן מלחמה צייטען.

מעגליך עטליכע ווערטער, אבער רוב איז איינפאך פארשטענדליך.

בראשית ברא האט געשריבן:וואס איז די קוועשטען מארק ביי נ"ב שנה?

די "סדר עולם רבה" האט אסאך הערות און גרסאות מעגליך טעות הדפוסים, אויך איז עס אביסל אנדערש פון חז"ל. (די מדרש איז מיוחס לימי חז"ל). נ"ב שנה איז צו ווייניג עס מוז זיין כאטש זעכציג יאהר נאכן חורבן. וועגן דעם איז גרינגער עס צו רעכענען פון "פולמוס של קיטוס, וואס אזוי שטימט דאס בעסער מיט אנדערע מקורות אלס 62 יאהר נאכ'ן חורבן בית שני.

דא איז פון סדר עולם זוטא פרק א', מיט די אויסגערעכנטע יאהר ליצירה אריינגערינגלט:
"מאדם עד המבול אלף ושש מאות וחמשים ושש שנים: ומן המבול עד הפלגה שלש מאות וארבעים שנה. (היא שנת אלף תתקצ"ו ליצירה): ומן הפלגה עד שנולד יצחק חמשים ושתים שנה. [היא שנת ב' אלפים מ"ח ליצירה]: משנולד יצחק עד שיצאו ישראל ממצרים ארבע מאות שנה. (היא שנת ב' אלפים תמ"ח ליצירה): וארבעים שנה שהיו ישראל במדבר. (היא שנת ב' אלפים תפ"ח ליצירה): ושמונה מאות וחמשים [שנים]. משבאו לארץ ועד שגלו הימנה. (היא שנת ג' אלפים של"ח ליצירה): ושבעים שנה [גלות בבל] בין בית ראשון לבית שני. (היא שנת ג' אלפים ת"ח ליצירה): ובניין בית שני [עמד] ארבע מאות ועשרים [שנה ונחרב]. (היא שנת ג' אלפים תתכ"ח ליצירה): ומשחרב הבית ועד עכשיו אלף וחמשים ושלש שנה. והם בכלל ארבעת אלפים ושמונה מאות (ושמונים) ואחת [שנה ליצירה]"

פולמוס של קיטוס איז א ביטערע קאפיטל אין אידישע היסטאריע, דאס איז געווען נישט לאנג נאכן חורבן בית שני ווען אידן האבן דורכאויס די יאהרן כסדר רעוואלטירט און געוואלט אונטערברענגען די רעגירונגען אין עטליכע לענדער וואו מען איז געווען אין גלות. מעגליך זייענדיג אזויפיל יאהרן מיט א אייגן לאנד און א אייגענע מלוכה האט זיך עס שווער אנגענומען צו זיין אונטערדרוקט אין א פרעמד לאנד. ביז גענעראל קיטוס האט דאס ברוטאל דערשטיקט. שפעטער ביי די מלחמה מיט בר כוכבא האט אנדריאנוס געוואלט מאכן א סוף איינמאל פאר אלעמאל צו די אידישע האפענונג פאר אן אייגן לאנד און דאס הייליג לאנד מיט אירע שטעט אינגאנצן פארניכטעט. שיבנה במהרה מתוך רחמים וחסדים.
בראשית ברא האט געשריבן:אגב דארף מען נזהר זיין וויאזוי מ'דרוקט זיך אויס אויף בר כוכבא. סוכ"ס רעדט מען פון א אדם גדול

אוודאי. וואו האט מען זיך דא אויסגעדרוקט נישט ווי עס ברויך צו זיין?
אפילו דער הייליגער רמב"ם א טויזנט יאהר שפעטער רופט איהם אן מיטן טיטל 'מלך'.

איעצך שלא תבהל לבדות זמנים מעצמך.
נ"ב מבואר בכמה מקומות ובירושלמי במס' תענית, וכן באיכה רבתי, ובהרבה ספרים ואין טעות בגירסא

איז אזוי. צוויי הערות וואס קומט אויס פונעם בארימטן ערליכן חוקר רבי יצחק אייזיק הלוי ראבינאוויטש אין "דורות הראשונים".

ערשטנס לגבי די זמן פון מרידת בר כוכבא און חורבן ביתר ארבעט ער אויס גאר שטארק אז ביידע מקורות זענען גערעכט. די מלחמת ביתר איז אנגעגאנגען כמעט 10 יאר! אנגעהויבן פונעם אויפשטאנד נ"ב שנה אחר החורבן ביז 9-10 יאר שפעטער ווען די אויפשטאנד איז ענדליך אונטערדרוקט געווארן און עס איז געווען בעוה"ר חורבן ביתר. רבי יוסי זאגט אין סדר עולם אז "נ"ב שנה עשת ביתר אחר חורבן הבית" וואס מיינט אז די ימי שלוה אין ביתר נאכן חורבן ירושלים איז געווען 52 יאר, און פון דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה.

והשנית, דאס וואס דו שרייבסט וועגן מרידות פון אידן איבער אסאך לענדער, טענה'ט ער אז דאס איז אויסגעזויגן פון פינגער דורך די גוי'אישע מלכים און היסטאריקער, וועלכע האבן געזוכט תירוצים צו פארפאלגן די אידן אין יעדע תקופה. אמת אז עס זענען געווען שרעקליכע הריגות און פאגראמען קעגן די אידן אין זייער אסאך מדינות, אבער דאס איז נישט געווען צוליב א מרידה פון די אידן, נאר פשוט צוליב שנאה און כעס אז די כלל ישראל גייט ווייטער אן נאך דעם ביטערן חורבן ווען זיי זענען געווען זיכער אז מען איז איינמאל פאר אלעמאל פטור געווארן פון דעם עם הנצחי.

די איינציגסטע אמת'ע מרידה איז געווען די מרידת בר כוכבא וואס איז געקומען אין רעזולטאט פון די "גזירת שמד" פון אנדריינוס וואס האט פארבאטן צו מקיים זיין א צאל מצות התורה, און נישט צוליב פשוט'ע פאליטישע סיבות פון זעלבסטשטענדיגקייט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:12 pm

תמחול לי, ס'איז בכלל נישט אזוי אינטערעסאנט וואס ער האט צו זאגן און חלומ'ן

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:57 pm

בראשית ברא האט געשריבן:תמחול לי, ס'איז בכלל נישט אזוי אינטערעסאנט וואס ער האט צו זאגן און חלומ'ן

כ'האב קיין טענות אויב פאר דיר איז עס נישט אינטערעסאנט, אבער גאנץ מעגליך אז פאר אסאך ליינער דא וועט זיין זייער אינטערעסאנט און ווערדפול וואס דער סאמע גרעסטער פון צווישן די ערליכע היסטאריקער האט צו זאגן
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט