דער אינגל ברויך א סכום צדקה געלט. פון וועמענס טאש?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

דער אינגל ברויך א סכום צדקה געלט. פון וועמענס טאש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א גוטע וואך

מיר ברענגען דא אויף א דערהער וואס מען האט היינט אדורכגעשמועסט בין גברא לגברא...

דאס אינגל זאגט אז זיין רבי האט געזאגט אז יעדער זאל אריינברענגען כאטש 10 דאללער (אדער סיי וועלכע באשטומטע סכום). איז עס אויסגעשלאסען אז אויב מאכט ער נישט דעם באשטומטען סכום, זאל ער עס נעמען פון א אומריינע פלאץ, צו זאל דאס מיינען די מאמעס פאקעטבוק, טאטעס בערזל, אדער פושקע?

מיר פארשטייען אז דאס איז די קנאת סופרים. אבער נישט יעדער קאן דאס באווייזן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

כ'זאג ניש אז סיז מותר צו נעמען בשתיקה פונעם מאמע'נס פאקעטבוק
אבער דאס איז זיכער אז פארן מאמע איז מער ניחא אז ער זאל נעמען בשתיקה פאר צדקה
ניש אווי אין אונזערע צייטן ווען מ'האט גע'לקח'ענט צו קענען קויפן טשו טשו'ס צו האבן וואס צו קייען דורכאויס מתמידים
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

די סיבה פארוואס מ'שיקט די יונגלעך און בחורים נאך געלט איז ווייל די רבי ז''ל האט געוואלט אויס לערנען יונגערהייט גיין נאך געלט, די געלט אליין וואלט געדארפט ווען גיין טויערדס די שכר לימוד פון די עלטערן וואס מוטשן זיך עס צו באצאלן, ווי אויך ווער באצאלט פרישטאג פאר די טאג ווי אויך שכר לימוד.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מען ברויך שיקען נאך געלט, אבער איך רעד פון באצווינגן א סכום וואס דער קינד "מוז" אריינברענגען.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

נו וואדע האט געשריבן:כ'זאג ניש אז סיז מותר צו נעמען בשתיקה פונעם מאמע'נס פאקעטבוק
אבער דאס איז זיכער אז פארן מאמע איז מער ניחא אז ער זאל נעמען בשתיקה פאר צדקה
ניש אווי אין אונזערע צייטן ווען מ'האט גע'לקח'ענט צו קענען קויפן טשו טשו'ס צו האבן וואס צו קייען דורכאויס מתמידים

אמת די מאמע איז מער ניחא פאר צדקה אבער דאס קינד איז נישט מבחין אין היינט נעמט ער פאר צדקה ( ווייל ער מוז דעך ברענגען 10$ ) אין מארגן נעמט ער פאר זיינע טשו טשו'ס
איך זאג נישט אז שיקן נאך געלט איז א פראבלעם אין איך האלט נישט אז דאס לערענט אים אויס לקחנ'ן ח"ו נאר דאס אז די מאמע איז מער ניחא ווי איר זאגט איז בכלל נישט קיין תירוץ
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”