א מומחה א שוטה - נקודה למחשבה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

א מומחה א שוטה - נקודה למחשבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ווען דער שר המשקים האט פארציילט וועגען יוסף הצדיק, האט ער איהם גערופען 'נער עברי עבד לשר הטבחים'. רש"י לערנט אז דער שר המשקים האט מיט די ווערטער געמיינט אוועקצומאכען יוסף הצדיק, טראץ זיין אומוויליגער דערמאנען איהם. פארטייטשט רש"י, נער - שוטה.

לכאורה אויב יוסף איז א שוטה, פארוואס שלאגט ער פאר אז פרעה זאל איהם פארציילען דעם חלום? גייט מען דען זיך דורשמועסען מיט יעדער טיפש?

נאר פשט איז פשוט אז ער האט גע'טענה'ט יוסף איז טאקע א שוטה, אבער ער פארמאגט דעם טאלאנט פון קענען פותר זיין חלומות, און דערין איז ער א יחיד מומחה.

מיר קענען זיך אפלערנען דערפון צוויי זאכען:

א. בלויז דאס אז איינער פארמאגט א געוויסע טאלאנט, אפילו איינס וואס איז פארגעבליך א חכמה (עז אפאוזד צו א טאלאנט מיט די הענט וכדומה), מאכט נאך נישט יענעם פאר א חכם וואס מען דארף ממליך זיין. עס קען געמאלט זיין אז דער איז נאך גאנץ א שיינער נאר, און מען דארף איהם נישט שטעלען אלס מנהיג.

ב. דאס אז איינער איז א טיפש שליסט נישט אויס אז אין געוויסע זאכען זאל ער יא זיין א מומחה. צו קלערען אז מען גייט נישט פרעגען אדער זיך לערנען ביי פלוני אויף א ספעציפישען ענין וואס יענער טויג דערין, בלויז ווייל מען האלט זיך היבש קלוגער פון יענעם בדרך כלל, איז נישט מדרכי החכמה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דארף מען נאר א מומחה און א חכם צו מחלק זיין צווישן די צוויי נקודות ...

דשאסט קידינג, שיינע געדאנק, יישר כח פארן מיטטיילן.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

אנעים קומסט אריין זייער קלאר!
זוכט איר דוי?
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

זייער א שטארקע געדאנק
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שיין.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שיינע געדאנק
אבער דאס איז געווען די טענה פונעם שר המשקים, נישט אזוי?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אנעים שכוח פארען אריינקומען איך בענק דיינע אשכולות.

הצלחה וברכה
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איינס האט געשריבן:שיינע געדאנק
אבער דאס איז געווען די טענה פונעם שר המשקים, נישט אזוי?


דהיינו?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:זייער א שטארקע געדאנק

טיף און קען גענוצט ווערן אין אסאך תחומים וואו למשל זינגערס וואס זענען געווארן היינט גאנצעטע דאה זאגער וכדו!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אנעים זמירות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:שיינע געדאנק
אבער דאס איז געווען די טענה פונעם שר המשקים, נישט אזוי?


דהיינו?


שר המשקים האט געטענעט אז ״בלויז דאס אז איינער פארמאגט א געוויסע טאלאנט, אפילו איינס וואס איז פארגעבליך א חכמה (עז אפאוזד צו א טאלאנט מיט די הענט וכדומה), מאכט נאך נישט יענעם פאר א חכם״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”