א בליק אויף ירושלים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

א בליק אויף ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך זעה א פארשפארט אשכול ווי מען האט זיך געאמפערט אויף ירושלים
אך קום נישט דא צירוק ענפערן אין קום נישט דא מאכן קיין טענעריי, איך שרייב נישט צירוק פאר די וואס מיינען זיי האלטן אנדערש, איך שרייב פאר די וואס זענען יא בדעה אחת פשוט אביסל אויסקלארן בעסער צו פארשטיין וואס מען רעדט

איך זעה זייער אסאך מאל ביי די ענינים פין ירושלים, ארץ ישראל, וכדומה אז מענטשן מישן זייער אסאך די רוחניות פין דעי ענינים אין די גשמיות פין דעי ענינים, אין גראדע איינע פין די הויפט כפירה פין די רעיון הציוני איז דאס מגשם זיין רוחניות'דיגע מושגים צו גשמיות'דיגע באגריפן

הבריאה
די גאנצע בריאה איז איינגעטיילט יעדע זאך איז דא וואס משרשם איז ממקורות וואס זענען נובע פין די טומאה נאכדעם וואס איז גלייך פין מקור טומאה אליינס, אין כנגדם וואס זענען ממקור הקדושה
אין די מענשהייט זענען די גוים שרשם ממקור הטומאה די זרע עמלק פין די טומאה אליינס אין יודן עם ה' ממקור הקדושה וואס אויסערלעך איז אונזער גוף ווי אלע מענטשען אויף די וועלט אבער אין פנימיות זענען מיר די עם ה' אין א חלק אלוקי ממעל מיט א נשמה וואס דאס מאכט אונזער גוף אויך הייליג
אזוי איז מיט חיות ובהמות אין יעדע זאך די כשרע זענען ממקור הקדושה אין קדושה איז מקור החיות זענען זיי נישט טורפים אין דאס מעגן יודן וואס זענען ממקור הקדושה עסן די טמא'נע חיות זעענן שורשן ממקור הטומאה אין די חזיר איז פין די טומאה אליינס, אין פארדעם איז לעתיד ווען עס וועט זיין רוח הטומאה אעביר מין הארץ וועט עס זיין מותר אין א לייב וועט פאשענען מיט א שאף
איז אזוי איז מיט יעדע זאך אין די זעלבע מיט לענדער
ארץ העמים איז שרשם ממקור הטומאה אין די שרי מעלה הערשן דארט, הר שעיר איז די טומאה אליינס ווי די ס"מ הערשט אין נאכדעם איז דא ארץ ישראל ווי די באשעפער אליינס דארף הערשן, אויסערלעך די זעלבע ווי אלע לענדער אין די וועלט אין ירושלים ווי אלע הויפט שטעט, אבער אין פנימיות איז עס די עיר ה' אין ירושלים די שער השמים, אין דאס מאכט דע גוש אויך הייליג

חומר בקודש
אין פונקט ווי ווען א איד וועט זינדיגען איז עס זיין ערגער ווי ווען א גוי זינדיגט, וויל מען נעמט די קדושה אריין אין די טומאה די זעלבע ווען מען זינדיגט אין אר"י במקום הקדושה איז ערגער ווי ווען מען זינדיגט אין חוץ לארץ,
אונזער גלות איז נישט דאס אליינס אז מיר גופים הערשן נישט אויף ירושלים נאר אז אונזער רוחניות אונזער כוחות הקדושה הערשט נישט אויף ירושלים אין די קדושה פין ירושלים איז אין גלות אין אז די כוחות הטומאה האבן פארטריבן די שכינה פין איר הערשאפט

אין ווען מען איז דארט מושל שלא עפ"י תורה ובפרט ווען פושעים אין כופרים זענען דארט מושל איז עס אסאך ערגער ווייל דאס מיינט אז אר"י וירושלים איז אין גלות ביי יודן וואס די מינים וכופרים איז די גרעסטע טומאה אין זי זענען די ס"מ ווייל די ערב רב זענען מזרע עמלק אליינס אין דאס מיינט אז די ס"מ איז מושל

זיי די ציונים האבן אויסגעניצט אונזער נשמה'דיגע בענקשאפט צו קדושת ארץ ישראל, פאר זייער שקצות מגשם געווען די גאנצע ענין אין א גשמיות'דיגע זאך ווער עס הערשט אין אר"י אין ליידער זייער אסאך יודן האבן זייער גוטע געפילן מיט דעם ווי צו זאגן די אראבער די קריסט יעצט האב מער אונז עס אזא סארט געפיל וואס די רוס האט אין קריימיע אזא גשמיות'דיג מחלוקה אידיש גופים זענען שולט אויף אונזער לאנד

שהם משתחווים להבל וריק
אן אריין גיין בעומק אבער אנדערע רעליגיעס ווי מוסלעם אין קריסטען זייער גאנצע העכערקייט באגריפן איז גשם אלעס עולם הזה'דיגע באגריפן לכתחלה, דעם אויבשטער אליינס פארשטיין זיי אז עס איז נישט א גוש אבער די גאנצע רעליגיע איז גשמיות'דיגע מושגים, ווייל פנימיות עם ישראל אונזער העכערקייט איז בעיקר אין תורה של בעל פה אין זיי האבן עס קיינמאל נישט באגריפן, אין ביי זיי איז זייער נוגע ווער עס איז פאקטישע מושל אין ירושלים, די אראבערס האלטן זיי דארפן הערשן אין די קריסטן לויט זייער חזיונות אז יודן דארפן הערשן כדי זיי זאלן עס באקומען

ירושלים שלנו
אבער ביי אונז יודן איז ירושלים נישט די גשמיות שבו פאר כלל ישראל ביז משיח קומט איז נישט נוגע אין מאכט נישט אויס אלץ וואס ירושלים איז אין גלות מיינט ביי אונז עפעס אנדערש איז דאס איז ווען סיי ווער עס מושל דארט פאר די גאולה
ארץ ישראל איז נישט ווי די קריימיע פין אוקריינע אין אונז וויין מער נישט ווייל די אידיש פאוער האט דארט געהערשט אין מען האט אונז פארטריבן אין אונז פריי מיר זיך נישט ווען אונז קען מיר עס צירוק כאפן

יעצט לענינו יעצט ווען מיר רעדן צו די גוים, אין מיר זאגן אז ירושלים איז נישט אונזער הויפט שטאט רעדן מיר לויט זייער באגריפן איז דעי רעליגיעזע גשמיותדיגע פייט ווער עס זאל היינט הערשן אויף אר"י אין אויף דעם איז די תירוץ אז דאס איז נישט אונזער הויפט שטאט מיר קריגן זיך נישט דערויף אין אלץ אמעריקאנער איז עס נישט נוגע, אין אזוי ווי ר' יוסף חיים זאנעפעלד האט געשריבן בשעתו אז פאר קדושת ירושלים איז נישט קיין נפקה מיניה צו כוסעין פין ירדן הערשט דארט צו א צווייטער

ירושלים של מעלה
ווען מען רעדט צו לחם לשובע אין אבן יקרה יא אונזער הויפט שטאט איז ירושלים דאס הייליגע שטאט וואס דארט איז שערי שמים אין די קדושה איז אויף אייביג ווייל ווי עס איז געווען השראת השכינה בלייבט א קדושה אין ירושלים ווי די שכינה אליינס האט גערוט א גאר גרויסע קדושה אין אזוי ווייטער מירון אין אלע פלעצער ווי ערליכע יודן האבן מיט זייער עבודה אראפ געברענט א קדושה בלייבט א קדושה לפי דרגתם, יא ירושלים איז די הויפט שטאט פאר אונזער נשמות, עס איז בפנימיות אונזער הויפט שטאט, גופים ווען איך וועל מיך דרייען אויף לי עוו צו ירושלים מאכט עס נישט אויס אבער א נשמה קען יא זיך אויסדרייען אויף לי נגד ירושלים די שערי שמים, דעי ירושלים צו די קדושה האט די הייליגע בעש"ט געוואלט גיין צו די קדושה צו די אורות איז די אור החיים ה"ק ארויף געפארן,

אין דאס איז אונזער ווייטאג ווען אונזער טיפע בענקשאפט פין אונזער נשמה צו אונזער הייליג לאנד אין הייליג שטאט ווערט פארמישט מיט צינוסטישע פראפעגאנדע אין ווען עס געשענט היפוך פין וואס אונז בענק מער ווען די טומאה שטארק זיך די כפירה ווערט גרעסע קענען אחינו בשרינו זיך פרייען אין האבן געפילן פין פרייד, אין ווען אונז זאג מער העלאו דעי נארישע גשמיותדיגע פייט וועלכע פין די כוחות הטומה זאל הערשן אין די עולם העשיה איז מיר נישט נוגע איז דא יודן וואס שרייען כופר

איך האב אנגערירט שטארקע יסודות היהדות בקיצור בקיצור נמרץ וואס ווערט באריכות ארום גערעדט אין תורתו ומשנתו של רבינו זי"ע אויב האטסטי מיר פארשטאנען איז גוט אז נישט למשל איך האב גארנישט געזאגט
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:49 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

וואף... פרידן אין זיינע שענסטע קאלירען, מען קען גארנישט צולייגן דא, דאס איז באמת די וועג וואס א ערליכע איד דארף ווען טראכן און רעדן.
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

אמת ויציב יעדע ווארט
יענקל לעדערמאן
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

יפה מאוד
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

גענאגעלט.
פונקט אזוי האט עס א"י דאמריקה אראפגעלייגט.
aguda.PNG
aguda.PNG (195.62 KiB) געזען 1793 מאל
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

זייער שטארק ארויסגעברענגט הרב פרידן!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

גוט געשריבן און צו די זאך, ישר כח פאר די קלארקייט.

האמיר שוין פון וואס צו רעדן שבת ביים טיש - כ"א כסלו - פאר די קינדער.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שטאלצער יוד האסט נישט געלייגט די ערשטע העלפט וואס מאכט ווערדלאז די צווייטע העלפט וואס אגב די צוויטע העלפט אליינס, איז אויך נישט די זעלבע ווי וואס איך זאג טאקע דקות'דיגע חילוקים אבער דאך א גרויסע נפקא מיניה, אונזער יחס צו ירושלים איז נישט עפעס וואס א גוי קען פארשטיין, ירושלים איז נישט הייליג ווייל די בית המקדש איז דארט געווען, אין מיר זענען דארט געווען, נאר ווייל ירושלים איז הייליג מיסודו אין איז די אויבשטערס לאנד וועגן דעם איז דארט געווען די בית המקדש אין כלל ישראל

אבער די צו די סטעיטמענט פין די אגודה, ליין איך דא אז לגבי דעי פאליטיק ווי די קעפיטעל פין די מדינה זאל זיין, וואס באמת מאכט נישט אויס פאר א ערליכע יוד אין עס מיינט גארנישט אויב עפעס ערגער ווען די כופרים האבן עס, נעמען זיי א שטעלונג אין זייער שטעלונג פארוואס זיי פילן זיי האבן וואס אריין צו רעדן איז ווייל עס איז כאילו א אידישע פראגע, גראב כפירה אין הגשמה, ווייל וואס אמעריקע זאל אנעמען אין סיריע רעדן זיי דאך נישט אריין אבער דא איז דאך עס נוגע כלל ישראל, אזוי צו זאגן, אין זיי האלטן דא אין אמעריקא אז די איזרעליס האבן די רעכט אין עס שוין א אלטע געזעץ, אין יעצט אז די האסט עס יא געטון ווי אונז האלטן האסט געדארפט טוען פאליטיש אויס, זאלסט אבער וויסן אז מצד רעליגיע אויס מאכט נישט אויס וואס די זאגסט דאס איז אונזער הייליג ארט עני וועי
אטעטשמענטס
אגדות.jpg
אגדות.jpg (90.69 KiB) געזען 1537 מאל
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ר..ט קראמפלי האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט הרב פרידן!


יישר כח הייליגע דיבורים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

טייערע ווערטער.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

א שכח פאר אלע דברי חיזוק
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”