איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

נודה לך האט געשריבן:שווער צוגלייבן אז פאר 1800 זאל דאס זיין די ענטפער
אפשר דער וואס האט עס געגעבן זאל אנרופן פרעגן פארוואס מהערט גארנישט פון אים?

די ענפער וועט זיין אזוי, איך טוה, איך האב שוין היינט געמאכט עטליכע פאון קאלס אין דעם ענין. און איך האף אז עפעס וועט בקרוב קומען. "די מיינסט אז איך וויל נישט די 10000$ ?"
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב נישט דורך געליינט אלע 10 בלעטער אבער איך וועל אריין ווארפן מיינע פאר סענט

מיין בנ"ב האט אונגעטראגען א שידך פאר א נאנטער און עס האט געקאכט פאר איבער א וואך און צום סוף איז עס נישט געווארען. אבער זייט דענמלץ פלעגט זי קאלען זיך דורך רעדן אויף אסאך מיידלעך וואס מען האט אונגעטראגן עד כדי כך אז איינמאל האט זי געקאלט אויפן סעל און מיין בנ"ב האט געענטפער אז זי זאל עס מאכען שנעל ווייל זי איז אינטערוועגענס אין עס האט געדארט איבער 2 שעה. אזוי פלעגט עס זיין יעדן מאנטאג און דאנעשטאג צום סוף ווען זיי האבען א שידך געטיען האט איך געמיינט אז גיי אויך עפעס באקומען.. אבער זיי האבען אינץ גערופען צום תנאים לכבוד זיי העלפן אסאך

איך רעד פון מאלטי מילאנערען די תנאים האט געקאסט 30 אלפים.און די חתנה מסתם אריבער 2 מאות.. איך בין געווען זייער נייגעריג וויפל די שדכן האט באקומען און די טשעק פונעם שדכן איז אונגעקומען צו די ביזנעס ווי איך ארבעט און ער האט באצאלען $2,000.00 איך האב עס נישט געקענט גלייבען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

נודה לך האט געשריבן:שווער צוגלייבן אז פאר 1800 זאל דאס זיין די ענטפער
אפשר דער וואס האט עס געגעבן זאל אנרופן פרעגן פארוואס מהערט גארנישט פון אים?

זארג נישט - ער האט צוריק געקאלט נישט נאר איין מאל - נאר עטליכע מאל, און אים אנגעטראגן גרושות וחליצות נישט פון דאהי... פארשטייט זיך אז אים האט ער נישט געזאגט די ריכטיגע סיבה.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

דארפסמאן האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט אלע 10 בלעטער אבער איך וועל אריין ווארפן מיינע פאר סענט

מיין בנ"ב האט אונגעטראגען א שידך פאר א נאנטער און עס האט געקאכט פאר איבער א וואך און צום סוף איז עס נישט געווארען. אבער זייט דענמלץ פלעגט זי קאלען זיך דורך רעדן אויף אסאך מיידלעך וואס מען האט אונגעטראגן עד כדי כך אז איינמאל האט זי געקאלט אויפן סעל און מיין בנ"ב האט געענטפער אז זי זאל עס מאכען שנעל ווייל זי איז אינטערוועגענס אין עס האט געדארט איבער 2 שעה. אזוי פלעגט עס זיין יעדן מאנטאג און דאנעשטאג צום סוף ווען זיי האבען א שידך געטיען האט איך געמיינט אז גיי אויך עפעס באקומען.. אבער זיי האבען אינץ גערופען צום תנאים לכבוד זיי העלפן אסאך

איך רעד פון מאלטי מילאנערען די תנאים האט געקאסט 30 אלפים.און די חתנה מסתם אריבער 2 מאות.. איך בין געווען זייער נייגעריג וויפל די שדכן האט באקומען און די טשעק פונעם שדכן איז אונגעקומען צו די ביזנעס ווי איך ארבעט און ער האט באצאלען $2,000.00 איך האב עס נישט געקענט גלייבען

אומגלויבליך. ווען נישט וואס מען רעדט פון א איד העט איך ווען געזאגט, פוי.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

נישט יעדער כאפט אז ווען מענטשן פרובירן צו העלפן ווארטן זיי אויף די געלט נאכן ווערן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

חדשות האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט אלע 10 בלעטער אבער איך וועל אריין ווארפן מיינע פאר סענט

מיין בנ"ב האט אונגעטראגען א שידך פאר א נאנטער און עס האט געקאכט פאר איבער א וואך און צום סוף איז עס נישט געווארען. אבער זייט דענמלץ פלעגט זי קאלען זיך דורך רעדן אויף אסאך מיידלעך וואס מען האט אונגעטראגן עד כדי כך אז איינמאל האט זי געקאלט אויפן סעל און מיין בנ"ב האט געענטפער אז זי זאל עס מאכען שנעל ווייל זי איז אינטערוועגענס אין עס האט געדארט איבער 2 שעה. אזוי פלעגט עס זיין יעדן מאנטאג און דאנעשטאג צום סוף ווען זיי האבען א שידך געטיען האט איך געמיינט אז גיי אויך עפעס באקומען.. אבער זיי האבען אינץ גערופען צום תנאים לכבוד זיי העלפן אסאך

איך רעד פון מאלטי מילאנערען די תנאים האט געקאסט 30 אלפים.און די חתנה מסתם אריבער 2 מאות.. איך בין געווען זייער נייגעריג וויפל די שדכן האט באקומען און די טשעק פונעם שדכן איז אונגעקומען צו די ביזנעס ווי איך ארבעט און ער האט באצאלען $2,000.00 איך האב עס נישט געקענט גלייבען

אומגלויבליך. ווען נישט וואס מען רעדט פון א איד העט איך ווען געזאגט, פוי.

פון די אנדערע זייט איז דא זייער אנשטענדיגע מענטשען וואס אויב ארבעט מען פאר זיי פאר שידוכים און צום סוף טוהן זיי א אנדערע שידוך וואס א צווייטער האט אנגעטראגן און אויסגעפירט שיקן זיי אפאר דאלאר אלס א שכוח פארן פרובירן, און דאס געט אפעטיט צו ארבעטן ווייטער פאר די משפחה פאר קומענדיגע קינדער

אגב כאב אויך נישט דורכגעליינט אלעס ביז אהער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויך נישט געליינט ביז אהער; קען איינער ביטע מאכען א סך הכל?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

SPUSMN האט געשריבן:אויך נישט געליינט ביז אהער; קען איינער ביטע מאכען א סך הכל?

גיי מיר פראבירן.
1 יעדער איז איינשטימיג אז עס איז דא א שידוכים קריזיס. יאך האב געוואלט זאגן אז עס האט אסך צו טוען וויבאלד שדכנים באקומען אין די לעצטערע יארן סך ווייניגער באצאלט ווי אמאל ווען מען רעכענט אריין אינפלאציע. (מן הסתם א פיפטעל פון 30 יאר צוריק).
2. אנדערע האבן ארויסגעברענגט אז עס האט אויך גאר אסך צו טוען וויבאלד שדכנים באקריגן נישט הכרת הטוב פון מענטשען, קענען ארבעטן א לאנגע צייט בחנם און צום סוף ווערט נישט, מענטשען פירן ארום, געבן עדיטוד וכולי.
3. נאך א נקודה, מען לעבט היינט מער און מער פאר יענעם, און דאס ברענגט אז מענטשען זאלן האלטן אין איין אפשטופען ווען מען דארף מאכן א נחות דרגא, ווייל... יענער וועט זאגן.
4. אנדערע האבן געזאגט אז דער פראבלעם איז מער ביי בחורים ווי ביי מיידלעך. עטליכע הסברים זענען געווארן אנגעגעבן. מיידלען זענען א גרעסערע פראצענט וואויל. עס ווערן געבוירן מער אינגלעך ווי מיידלעך. בחורים זענען מער דעספרעט, זיי קאסטן געלט און ווילן זיך זען אינדרויסן פון ישיבה, משא"כ מיידלעך פארדינען געלט און יאגן זיך נישט.
5. אנדערע האבן געברענגט אז ביי די ליטווישע איז גאר פארקערט וויבאלד די בחורים ווערן חתנים שפעטער ממילא איז דא מער מיידלעך וואס זוכען צו ווערן כלות ווי בחורים וכולי, טא אפשר קענען די חסידישע בחורים נעמען ליטווישע מיידלעך.

דאס איז וואס איך געדענק.. והרוצה להוסיף יוסיף.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

חוקר האט געשריבן:דערמאנט עס מיר א מעשה פון א אינגערמאן וואס האט געוואלט אריינגיין און די ליין (וואס ער וואלט פיין געטויגט צו דעם לפענ"ד) און ווען ער אנגעטראגן זיין ערשטער שידוך זאגט עהם דער מחותן "די ביסט נאך אינג איך וויל האבן א ערפארענדע שדכן" און ער האט גענומען א צווייטע שדכן און דער ערשטער געגבן א שליש מיט א פראסק (פאר עהם און פאר אלע וואס ער וואלט געקענט העלפן ווען ער גייט אריין און דער וועלט)

נאך א מעשה פון א חבר מיינע וואס האט אנגעטראגט א שידוך און דער מחותן האט געזאגט אז עס איז נישט אינטערסאנט און אנגערופן א צווייטע שדכן און דער שידוך איז געווארן און דער ערשטע האט אפילו א יישר כח נישט באקומען און דא האט זיך גענדיגט זיין שדכנות קאריער (אפשר קען מען נישט ברענגן קיין ראיה פון אזא געמיינע אקט וואס מאכט זיך נישט יעדער טאג)

לכאורה ביי די צוויי מעשיות האבען זיי געדארפט ע"פ הלכה צאלען דאס איז שוין מער ווי אומענטשען
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:דערמאנט עס מיר א מעשה פון א אינגערמאן וואס האט געוואלט אריינגיין און די ליין (וואס ער וואלט פיין געטויגט צו דעם לפענ"ד) און ווען ער אנגעטראגן זיין ערשטער שידוך זאגט עהם דער מחותן "די ביסט נאך אינג איך וויל האבן א ערפארענדע שדכן" און ער האט גענומען א צווייטע שדכן און דער ערשטער געגבן א שליש מיט א פראסק (פאר עהם און פאר אלע וואס ער וואלט געקענט העלפן ווען ער גייט אריין און דער וועלט)

נאך א מעשה פון א חבר מיינע וואס האט אנגעטראגט א שידוך און דער מחותן האט געזאגט אז עס איז נישט אינטערסאנט און אנגערופן א צווייטע שדכן און דער שידוך איז געווארן און דער ערשטע האט אפילו א יישר כח נישט באקומען און דא האט זיך גענדיגט זיין שדכנות קאריער (אפשר קען מען נישט ברענגן קיין ראיה פון אזא געמיינע אקט וואס מאכט זיך נישט יעדער טאג)

לכאורה ביי די צוויי מעשיות האבען זיי געדארפט ע"פ הלכה צאלען דאס איז שוין מער ווי אומענטשען

די צווייטע מעשה ביסטו גערעכט
אבער ביים ערשטער פאל האט דער מחותן געגבן א שליש (וואס איז די הלכה פאר א פארשלאג) איז יעצט די שאלה קען ער עהם נישט זאגן אז איך וויל נישט די זאלסט גיין ווייטער איז אדער איז די שידוך נישט אינטערסאנט אדער באקומסטו א שליש. איז דאס נישט אויסגעהאלטן הלכה'דיג?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך מיין מען קען צולייגען צום ליסט די מינדערויכטיגע פרטים אויף וואס אסאך עלטערען שטעלען זיך , ווי וועלכע ביהמ'ד מען וועט דאווענען, וועלכע מוסדות וועלען די קינדער לערנען, וועכלכע פלייש עסען, ווי צי וואוינען, צי מעג מען פארען אויף א'י, און נאך צענדליגע זאכען וואס מאכט גארנישט אויס אויף די שידוך אבער עלטערען בלייבען עקשנים און פילען זיך גוט אז זיי לאזען גארנישט נאך, אודאי ערנסטע מסורה ווי לבוש זאל מען נישט נאכלאזען אבער איבריגע זאכען זאל מען זיך אדורך רעדן מיט א ערליכע יוד א בר דעת און נישט זיין שטאלץ צו זיין א עקשן.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

חדשות האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אויך נישט געליינט ביז אהער; קען איינער ביטע מאכען א סך הכל?

גיי מיר פראבירן.
1 יעדער איז איינשטימיג אז עס איז דא א שידוכים קריזיס. יאך האב געוואלט זאגן אז עס האט אסך צו טוען וויבאלד שדכנים באקומען אין די לעצטערע יארן סך ווייניגער באצאלט ווי אמאל ווען מען רעכענט אריין אינפלאציע. (מן הסתם א פיפטעל פון 30 יאר צוריק).
2. אנדערע האבן ארויסגעברענגט אז עס האט אויך גאר אסך צו טוען וויבאלד שדכנים באקריגן נישט הכרת הטוב פון מענטשען, קענען ארבעטן א לאנגע צייט בחנם און צום סוף ווערט נישט, מענטשען פירן ארום, געבן עדיטוד וכולי.
3. נאך א נקודה, מען לעבט היינט מער און מער פאר יענעם, און דאס ברענגט אז מענטשען זאלן האלטן אין איין אפשטופען ווען מען דארף מאכן א נחות דרגא, ווייל... יענער וועט זאגן.
4. אנדערע האבן געזאגט אז דער פראבלעם איז מער ביי בחורים ווי ביי מיידלעך. עטליכע הסברים זענען געווארן אנגעגעבן. מיידלען זענען א גרעסערע פראצענט וואויל. עס ווערן געבוירן מער אינגלעך ווי מיידלעך. בחורים זענען מער דעספרעט, זיי קאסטן געלט און ווילן זיך זען אינדרויסן פון ישיבה, משא"כ מיידלעך פארדינען געלט און יאגן זיך נישט.
5. אנדערע האבן געברענגט אז ביי די ליטווישע איז גאר פארקערט וויבאלד די בחורים ווערן חתנים שפעטער ממילא איז דא מער מיידלעך וואס זוכען צו ווערן כלות ווי בחורים וכולי, טא אפשר קענען די חסידישע בחורים נעמען ליטווישע מיידלעך.

דאס איז וואס איך געדענק.. והרוצה להוסיף יוסיף.

א יישר כח חדשות. כ'האב געליינט אויך אייער ערשטע תגובה אינעם אשכול און האלט אויך אז מיר האבען גאר א ערענסטען פראבלעם; ועל ראשון ראשון לאמיר פראבירען צו פארשטיין.

איך מיין אז כ'עפען אויף א באזונדער אשכול איבער יעדער פראגע דא, ווייל דא האלט שוין ביי 10 בלעטער, און ווייניג זענען גרייט אריין צו רעדען נישט האבען דורך געליינט און דיידזעסטעד די ערשטע 10 בלעטער.

דא
viewtopic.php?f=3&t=35623&p=1561535#p1561535
דער ערשטע קשיא: "וואס דארף זיין דער (מינימום) פרייז פון שדכנות געלט?".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

די עצה פון ארויפגיין מיט די פרייז קען העלפן מצד אחד אבער מצד השני וועט עס מאכן נאך שווערער פאר שווערע פעלער למשל אז די פרייז פון א נארמאלע שידוך גייט ארויף גייט א שווערע שידוך אסאך מער ארויף, בכלל מיין איך אז די וועג וויאזוי מען באהאנדלט שדכנים שטיפט אוועק אסאך מער ווי די געלט ווי אנדערע האבן שוין אויסגעשמועסט.
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

חוקר האט געשריבן:היינט גערדט צו א שדכן און געפרעגט, וואס באדערט עהם און דעם פעלד? זאגט ער מיר
איך האב כך וכך שעה אין טאג צו טיהן אין שידוכים, אז איינער דרייט מארגן, נעקסטע וואך, וכו' און דערנאך זאגט ער געב מיר נאך צייט, און מען שטופט אפ און מען מאכט צודרייט. פאר אזא איינער טראג איך מער נישט אהן קיין שידוכים. נישט ווייל איך וויל זיך אפרעכענען מיט יענעם, נאר פשוט איך האב נישט די נערוון און עס ציעט מיר שוין נישט.(געדענקסט האסט מיר געבעטן איך זאל עפעס טיהן פאר א חבר דיינעם איך האב פראבירט איינמאל ער האט צודרייט געמאכט צוויי וואכן און דערנאך געפרעגט ווי מען קען זיך נאכפרעגן אויף די בחור און דאס איז די ערשטער און לעצטער שידוך איך האב עהם אנגעטראגן)
פרעג איך עהם וועגן געלט? זאגט ער מיר
עס וואלט מיר נישט געבאדערט אז מען זאל הייבן די פרייז אבער נישט וועגן דעם טראג איך יא אהן אדער נישט א שידוך

דערמאנט עס מיר א מעשה פון א אינגערמאן וואס האט געוואלט אריינגיין און די ליין (וואס ער וואלט פיין געטויגט צו דעם לפענ"ד) און ווען ער אנגעטראגן זיין ערשטער שידוך זאגט עהם דער מחותן "די ביסט נאך אינג איך וויל האבן א ערפארענדע שדכן" און ער האט גענומען א צווייטע שדכן און דער ערשטער געגבן א שליש מיט א פראסק (פאר עהם און פאר אלע וואס ער וואלט געקענט העלפן ווען ער גייט אריין און דער וועלט)

נאך א מעשה פון א חבר מיינע וואס האט אנגעטראגט א שידוך און דער מחותן האט געזאגט אז עס איז נישט אינטערסאנט און אנגערופן א צווייטע שדכן און דער שידוך איז געווארן און דער ערשטע האט אפילו א יישר כח נישט באקומען און דא האט זיך גענדיגט זיין שדכנות קאריער (אפשר קען מען נישט ברענגן קיין ראיה פון אזא געמיינע אקט וואס מאכט זיך נישט יעדער טאג)

נאך אמאל איז געווען ווען מען האט מיר אנגעטראגן א שידוך פון א ---- ממש האב איך געזאגט דער שדכן "יישר כח פארן אנטראגן אבער עס איז מיר נישט אינטערסאנט, אבער יישר כח נאכאמאל ווייל יעדער שידוך איז איינס נענטער" ער רופט צוריק בערך א שעה שפעטער מיט נאך א שידוך, גאר א שיינע זאך וואס איז כמעט געשען. וואס וואלט איך אויפגעטיהן ווען איך האלט עהם אפיר די ערשטער מאל???

היוצא לנו מכל זה
אז די ווילסט מען זאל דיר אנטראגן א שידוך באהאנדל דער שדכן מיט ריספעקט און כבוד, נישט פאר עהם נאר פאר דיר ער זאל וועלן צוריק קומען צו דיר, און זיכער נישט אנשרייען אדער אפיהאלטן פארן אנטראגן אזא שוואכע שידוך (וואס איז אין דיינע אויגן שוואך)

נ.ב. אינז האבן נאך בכלל נישט אנגערירט דעם נושא פון קלויבעדיגע עלטערן.

זיער א שיינע רייכע תגובה און ליידער אמת

האב איך מיטגעהאלטן לעצטנס ווי א יונגערמאן האט אויסגעפירט זיין ערשטן שידוך , אז דער יונגערמאנס חבר רופט אים אן מיט א גרויסן WOW און שטארקע חיזוק אז ער זאל אנגיין ווייטער , עס איז זיכער אז עס טוט אויף און עס איז אומשאצבאר יענעמס זכות פון מחזק זיין א נייעם שדכן

איך האלט אז די אוממענטשליכע עדיטוט איז פון די שטערקסטע זאכן וואס מאכט א מענטש נישט וועלן רופן , (ומבשרי אחזה ...) , זייער אסאך יונגעלייט רופן אנטראגן מער אלס טובה און זכות ווי פאר די געלט און מיט יעדן רעספעקטפול אנטווארט איז מען אים מחזק אויף ווייטער און וכן להיפך

דאס איז אויך א נקודה פאר יונגעללייט וואס האלטן אז זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם , אבער אז ער ווייסט פון א חבר אדער באקאנטער וואס פירט אויס א שידוך , זאל ער אים גראטולירן און זאגו אפאר גוטע ווערטער , עס קאסט נישט קיין געלט און העלפט שטארק צו פרובירן ווייטער
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט אלע 10 בלעטער אבער איך וועל אריין ווארפן מיינע פאר סענט

מיין בנ"ב האט אונגעטראגען א שידך פאר א נאנטער און עס האט געקאכט פאר איבער א וואך און צום סוף איז עס נישט געווארען. אבער זייט דענמלץ פלעגט זי קאלען זיך דורך רעדן אויף אסאך מיידלעך וואס מען האט אונגעטראגן עד כדי כך אז איינמאל האט זי געקאלט אויפן סעל און מיין בנ"ב האט געענטפער אז זי זאל עס מאכען שנעל ווייל זי איז אינטערוועגענס אין עס האט געדארט איבער 2 שעה. אזוי פלעגט עס זיין יעדן מאנטאג און דאנעשטאג צום סוף ווען זיי האבען א שידך געטיען האט איך געמיינט אז גיי אויך עפעס באקומען.. אבער זיי האבען אינץ גערופען צום תנאים לכבוד זיי העלפן אסאך

איך רעד פון מאלטי מילאנערען די תנאים האט געקאסט 30 אלפים.און די חתנה מסתם אריבער 2 מאות.. איך בין געווען זייער נייגעריג וויפל די שדכן האט באקומען און די טשעק פונעם שדכן איז אונגעקומען צו די ביזנעס ווי איך ארבעט און ער האט באצאלען $2,000.00 איך האב עס נישט געקענט גלייבען

אומגלויבליך. ווען נישט וואס מען רעדט פון א איד העט איך ווען געזאגט, פוי.

פון די אנדערע זייט איז דא זייער אנשטענדיגע מענטשען וואס אויב ארבעט מען פאר זיי פאר שידוכים און צום סוף טוהן זיי א אנדערע שידוך וואס א צווייטער האט אנגעטראגן און אויסגעפירט שיקן זיי אפאר דאלאר אלס א שכוח פארן פרובירן, און דאס געט אפעטיט צו ארבעטן ווייטער פאר די משפחה פאר קומענדיגע קינדער

אגב כאב אויך נישט דורכגעליינט אלעס ביז אהער

100% עס איז דא מענטשן וואס שיקען עפעס פאר א יעדע נארמאלע שידוך וואס די שדכן האט אריינגעלייגט ארבעט, איך קען א יוד וואס שיקט $50.00 פאר א יעדע נארמאלע שידוך וואס מען טראגט אים אן (מען רעדט נישט פון א עושר)

מי כעמך ישראל...

די עיקר וואס צאלען נישט געהעריג זענען די גרויסע עשירים. זיי צאלען נאר שיין פאר גרויסע פראפעשנאל שדכנים וואס מען קען זיך אויפטיען אז זיי זענען געווען שדכון ביי זיי..... דאס מאכט אז יונגע זאלען נישט אריינגיין און די ליין ווייל עס דארט יארען צו באקומען די קלינגעדיגע נאמען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שטארקע נקודה דאס וואס עטליכע ברענגן ארויס אז מגיבט נישט די געלעגענהייט פאר די פרישע אינגעלייט זיך אריינצודרייען אין די ליין
נו דארף מען מאכן עפעס אויפוואכונג אין די ענין
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

זעט אויס ווי דער אשכול איז איינגעשלאפן. האט נאך עמיצער עפעס מוסיף צו זיין?
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

חדשות האט געשריבן:זעט אויס ווי דער אשכול איז איינגעשלאפן. האט נאך עמיצער עפעס מוסיף צו זיין?

יא, 'מוסיף זיין' געלט פארן שדכן....
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

א שדכן איז א געפילישע זאך און אויך געלט
און היינט צוטאגס האבן מענטשן נישט קיין געפילן אלעס איז געלט

איך קען צענדליגע מעשות פון די לעצטע פאר יאר וואס האבן באצאלט פאראויס טויזענטערס פאר שדכנים און ניטאמאל איין שידוך האבן זיי אנגעטראגן

עס האט גארנישט מיט געלט

די גאנצע שדכן ביזנעס איז א אלט מאדישע סיסטעם און איך מיין פשוט סאיז נישדא קיין וועג עס אריינצופארעמען אינעם היינטיגן 2018 וועלט ,און דעריבער ארבעט עס נישט

רוב שידוכים ווערן היינט צוטאגס פון משפחה /באקאנטע /ידידים און מען נוצט א שדכן עס צו צו ענדיגען , און פארשטייט זיך אז סאיז נישט געווען יענעמס איידיע צאלט מען נישט קיין גרויסע זאכן

פשוט איך קוק צוריק און קוק ווער זענען געווען אמאל די שדכנים ,זע איך נישט אז עס פיט אריין אין די היינטיגע מאדערנע וועלט

טאמער איינער ווייסט וואס האט שוין געטין אין ריעל עסטעיט בראקעריזש ,איז עס אויך שדכנות באמת , און נאר די וואס האבן הלל'ס געדילד סיי מיט אויסווארטן ביזן מאכן א דאלאר און סיי ארבעטען אומזיסט שעות אז טאמער גייסטו מאכן געלט , די חילוק איז נאר אז שדכנות איז דיני נפשות וויל זיך נישט יעדער שמיציג מאכן די הענט , די פוינט וואס איך מיין איז אז שדכנות דארף א אלט מאדישע געפיל וואס איז נישט געמאכט פארן היינטיגן דור צו ארבעטען אומזיסט שעות און ער ברויך יענעם אראפקלאפן פערזענליך צו בכונה צו נישט

עס איז נישט די געלט אזוי ווייט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רעסטאראנט האט געשריבן:
די גאנצע שדכן ביזנעס איז א אלט מאדישע סיסטעם און איך מיין פשוט סאיז נישדא קיין וועג עס אריינצופארעמען אינעם היינטיגן 2018 וועלט ,און דעריבער ארבעט עס נישט

גארנישט אזוי אלט מאדיש,
אין די גוישע און פרייע וועלט הייבט דאס יעצט אן אריינציקומען,
סאיז זיך צו באלעק ודי פינגערס צו הערן ווי אפגעגאלקטע קעפ זענען מסביר די מעלות פון שידוךן און נישט דעיטן, ווען מהערט עס און מזהעט דאס נישט קען מען מיינען אז א ראש ישיבה פון בני ברק רעדט דארט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

איינס האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
די גאנצע שדכן ביזנעס איז א אלט מאדישע סיסטעם און איך מיין פשוט סאיז נישדא קיין וועג עס אריינצופארעמען אינעם היינטיגן 2018 וועלט ,און דעריבער ארבעט עס נישט

גארנישט אזוי אלט מאדיש,
אין די גוישע און פרייע וועלט הייבט דאס יעצט אן אריינציקומען,
סאיז זיך צו באלעק ודי פינגערס צו הערן ווי אפגעגאלקטע קעפ זענען מסביר די מעלות פון שידוךן און נישט דעיטן, ווען מהערט עס און מזהעט דאס נישט קען מען מיינען אז א ראש ישיבה פון בני ברק רעדט דארט

נא אדרבה ברענג אהער יענעם סיסטעם

ביי זיי ארבעט עס מער אז די טרעפסט דיך מיט אפפוינטמענט מיטן שדכן און זיי מאכן א אנאליז מיט טויזענט קשיות און אלעס ווערט אראפגעשריבן

דערנאך איז דא א פי צו צוצאלן פארדעם , איך ווייס הישט צו זיי האבן אזא זאך ווי אפאר טויזענט דאלאר שדכנות

זיי מאכן סעמינארס און דרשות און דערנאך יעדן פרייוועט מיט אפאר דאלאר

אפשר טאקע דארף מען דאס טו דא ,אז קודם האבן די שדכנים שבת צו מאכן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נאך א חודש אריבער, און דער פראבלעם איז בתפארתו.

א חבר מיינער זאגט מיר אז אין קהלת סאטמאר מהרי"י זענען איבער 50% פון בחורים און מיידלעך פון 19 אהאלב נאך נישט קיין חתנים/כלות. אויב איז עס וואר איז עס אן עכטער קריזיס וואס איז קיינמאל נאך נישט גווען. יענער זאגט אז ביי קהלת מהר"א איז עטוואס בעסער, אבער נישט צו סך.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

די סעקרעטאר פון ישיבות מהר"א האט איבערגעגעבן אז פון 20 און ארויף איז דא בערך 250 בחורים אומפארהייראט וואס זענען דורך די ישיבה טויערען !!! עס כאפט א ציטער
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

איינס האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
די גאנצע שדכן ביזנעס איז א אלט מאדישע סיסטעם און איך מיין פשוט סאיז נישדא קיין וועג עס אריינצופארעמען אינעם היינטיגן 2018 וועלט ,און דעריבער ארבעט עס נישט

גארנישט אזוי אלט מאדיש,
אין די גוישע און פרייע וועלט הייבט דאס יעצט אן אריינציקומען,
סאיז זיך צו באלעק ודי פינגערס צו הערן ווי אפגעגאלקטע קעפ זענען מסביר די מעלות פון שידוךן און נישט דעיטן, ווען מהערט עס און מזהעט דאס נישט קען מען מיינען אז א ראש ישיבה פון בני ברק רעדט דארט

פיר אן דא דעם זעלבן סיסטעם וויזוי זיי טיען דאס וואלט עס געווען א נחמה פורתא

נישט אז עס איז מעגליך וועגן מעט זאגן אז לפי יודישקייט און מסורה קען מען נישט

אזוי ווער עס דענקט איז געווען צענדליגע דא אויף אייוועלט האבן געטענהט מיט א ערענסקייט אז חתונה תקנות ווי ר יואל ראטה איז קעגן די תורה און קעגן מסורה....מיט אזאנע מענטשן קען מען נישט ערווארטן קיין טויש
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ווייסע זאקן האט געשריבן:די סעקרעטאר פון ישיבות מהר"א האט איבערגעגעבן אז פון 20 און ארויף איז דא בערך 250 בחורים אומפארהייראט וואס זענען דורך די ישיבה טויערען !!! עס כאפט א ציטער

נאך ערגער איז אז יעדעס יאר ווערט דער פראבלעם נאך ערגער. דער ציבור פון עלטערע בחורים ווערט וואס א יאר גרעסער, עס איז שוין דא גאנצעטע ישיבות פאר עלטערע בחורים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”