איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
רבי ניס קראכער......... קוק וואָס עס איז געווען געשריבן געווארן פריער
דורך א שדכן » זונטאג נובעמבער 19, 2017 9:37 pm
ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג נובעמבער 19, 2017 7:24 pm "אבער די צענטראלע סיבה פארן קריזיס איז, עפעס וואס איך האב שוין עטליכע מאל דא געשריבן, אז מחמת איזה סיבה איז דער קריזיס פילפאכיג ביי בחורים ווי ביי די מיידלעך!! ביי די שוועסטערס האט מען אראפגעריסן דעם טעלעפאון און אויסגעכאפט איינס צוויי."
ווילאנג מען וועט דאס נישט אדרעסירן און אנאלאזירן די סיבה דערצו, וועט נישט זיין קיין גענצליכע לעזונג.
אין איעדע אידוסטערי איז דא אזא זאך וואס הייסט "סופליי און דעמענד" די גאנצע וועלט דרייט זיך אויף דעם ארום.
פאר די וואס פארשטייען נישט. קורצע הסברה. די פרייז פון אן אייטעם ווענד זיך אין וויפיל דעם עולם זיכט עס צו קויפן "דעמענד" און אין וויפיל עס איז למעשה דא צו באקומען "סופליי"
אין אונזער מארקעט איז פאקטיש נישט קיין קונץ צו זיין א גיט מיידל משא"כ צו זיין א גיטע בחור דארף מען הארעווען. לכבוד דעם איז דא זייער אסאך עווערידש בחורים און ווייניג גיטע. משא"כ מיידלעך איז מער ווייניגער יעדע מיידל א גיט מיידל ביטע הייבט'ס נישט אן צו לערנען מיינע ווערטער בעיון רב. איך רעדט פון אן אויבן אויף בליק וויאזוי דער אלגעמיינער עולם קוקט. דא איז דער עיקר פראבלעם. רוב מיידלעך ווילען דוקא א גיטע בחור זיי איילן זיך נישט אין ערגעץ זיי מאכן ביז דערווייל געלט, ווייל זיי ארבייטן. אבער דער עווערידש בחור שפרינגט פון זיין הויט ער האט נישט וואס צו טוהן און ער קאסט פארן טאטן געלט. סא די דעמענד קומט פון די בחורים זייט. זיי זענען די וואס לויפן נאך די שדכנים פאר א שידוך. אטאמאטיש רופט קודם דער שדכן פרעגן דעם מיידל זייט. וויל זיי זענען ידם על עליונה, פארוואס זאל ער פרעגן דעם בחור זייט? ער וועט דאך אודאי וועלען. אבי איינער וויל אים..
קומט אויס אז דער טאטע פון די מיידל זעהט אז ער האט א גרויסן אויסוואהל, נו נו זעצט ער דיך אראפ רואוג אויפן קאוטש און רילעקסט. און כ"ש אויב די מיידל הייסט שוין א מיידל וואס קען פארטראגן א עווערידש בחור דעמאלדס לעשט די טאטע שוין אויס זיין פאון פון אזויפיל קאלס. איך מיין אז פון דא און ווייטער קענט איר שוין אליין פארשטיין וואס עס געשעהט. פארוואס ביי בחורים איז די טעלפון שטיל און פארוואס ביי די מיידלעך ראסט מען אראפ דעם קאפ צו באקומען א מיידל
די עיצה צום פראבלעם (ביז די שורש ווערט געפיקסט) דורך א שדכן » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 10:21 pm
טייערע יודן. נישט די פרייז וועט פיקסן דעם פראבלעם! איך בין א שדכן און איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז די פרייז זאל ארויף, מיר זענען באמת אינטערגעצאלט. און עס קען אפשר אביסל גרינגער מאכן די מצב אז מען וועט צאלן מער.
די פראבלעם איז אז די מארקעט איז נישט באלאנסירט צווישן די בחורים און מיידלעך.
מען קען עס קלאר זעהן וויל אין לעיקוואד איז די קריזיס פונקט פארקערט, אזויווי שוין אויך אויבן דערמאנט. דאס איז היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה. דארט זענען די בחורים אין אלגעמיין יא מציונים און זיי זענען די וואס קלויבן. (עס קומט דארט צו נאך א פראבלעם אז די בחורים הייבן אן זיכן שפעט און נעמען יונגערע מיידליך וואס אטאמאטיש איז דא אסאך מער מיידליך ווי בחורים. ווייל ווי א שפעטערע דור איז דאך דא מער קינדער
דאס איז אבער קלאר ווי סע הייבט זיך אן די קריזיס, - און מער ווייניגער די פראבלעם,

$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
חדשות ?? דינסטאג ינואר 16, 2018 5:17 pm האט געשריבן "דער קריזיס גייט אן ביי די מיידלעך אויך. עס איז דא גאר אסך עלטערע מיידלעך אויך"
חדשות » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:52 pm האט אויך געשריבן
עטליכע הסברים זענען געווארן אנגעגעבן. מיידלען זענען א גרעסערע פראצענט וואויל. בחורים זענען מער דעספרעט, זיי קאסטן געלט און ווילן זיך זען אינדרויסן פון ישיבה,
משא"כ מיידלעך פארדינען געלט און יאגן זיך נישט.
חדשות » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:52 pm האט אויך געשריבן
עטליכע הסברים זענען געווארן אנגעגעבן. מיידלען זענען א גרעסערע פראצענט וואויל. בחורים זענען מער דעספרעט, זיי קאסטן געלט און ווילן זיך זען אינדרויסן פון ישיבה,
משא"כ מיידלעך פארדינען געלט און יאגן זיך נישט.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
חדשות האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:יא. שיעור ד' איז די עידזש פון שיעור ג' אין קרית יואל.
דאס פאנגט שוין אן צו שטומען
אבער לויט מיין אינפאו
קומען אן אין שיעור ג' (קר"י)
לאמיר זאגן פון 300-320 בחורים
קומען דארט אן אן ערך פון 80-90 בחורים אינקלאודיט חתנים
ביים זומער זמן איז שוין נישטא קיין 60 בחורים
OK.
וויפיל איז יא דא אנהייב זומער זמן?
איך געדענק נישט אויפן מינוט
אבער ס'קומען צוריק אין ישיבה מיט חתנים רעדט מען פון ארום 60 בחורים
אזוי ליגט מיר אין קאפ
וויפיל בחורים?
די אנדערע נומערן שטימען
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8836
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
yoy האט געשריבן:חדשות ?? דינסטאג ינואר 16, 2018 5:17 pm האט געשריבן "דער קריזיס גייט אן ביי די מיידלעך אויך. עס איז דא גאר אסך עלטערע מיידלעך אויך"
חדשות » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:52 pm האט אויך געשריבן
עטליכע הסברים זענען געווארן אנגעגעבן. מיידלען זענען א גרעסערע פראצענט וואויל. בחורים זענען מער דעספרעט, זיי קאסטן געלט און ווילן זיך זען אינדרויסן פון ישיבה,
משא"כ מיידלעך פארדינען געלט און יאגן זיך נישט.
סאו וואס זאל מען טוען ?
די בחור זאל זיך נישט יאגן ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8836
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8836
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
אחת ואחת האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:דאס פאנגט שוין אן צו שטומען
אבער לויט מיין אינפאו
קומען אן אין שיעור ג' (קר"י)
לאמיר זאגן פון 300-320 בחורים
קומען דארט אן אן ערך פון 80-90 בחורים אינקלאודיט חתנים
ביים זומער זמן איז שוין נישטא קיין 60 בחורים
OK.
וויפיל איז יא דא אנהייב זומער זמן?
איך געדענק נישט אויפן מינוט
אבער ס'קומען צוריק אין ישיבה מיט חתנים רעדט מען פון ארום 60 בחורים
אזוי ליגט מיר אין קאפ
וויפיל בחורים?
די אנדערע נומערן שטימען
איך מיין אז די נומערן שטימען.
וואס איז דאס http://lezaveg.com/ ? קוקט אויס נאר א פארם אויסצופילן, ווער שטייט אונטער דעם?
#בשיטה נישט
- פאליטיקאנט
- שר העשר
- תגובות: 25
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:57 am
- לאקאציע: רעאליטעט
לזווג
איך האב שוין אריינגעשיקט א געדאנק און די קומענדיגע טאג האב איך שוין נאכגעהערט אז א שדכן האט זיך שוין אריינגעטון (ליין: געפרעגט אפאר מענטשן)
מען דארף גארנישט צאלן. אדרבה באקומט באצאלט אויב ארבעט זיך עס אויס!

יא איך בין א געבוירענע פאליטיקאנט און דאך זאג איך נישט קיין ליגנט ! ! !
פאר דעם אליין געב א לייק !
פאר דעם אליין געב א לייק !
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
נו שוין האט געשריבן:וואס איז דאס http://lezaveg.com/ ? קוקט אויס נאר א פארם אויסצופילן, ווער שטייט אונטער דעם?
viewtopic.php?p=1599401#p1597593
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איך זעה אז יעדער שרייט אז די שדכנים באקומען ווייניג באצאלט עס איז מיר אינטרעסאנט, א שדכן קען אויספירן צוויי שדכים א חודש פארדינט ער 6,000 דאלער א חודש אין קעש איך מיין אז דאס איז זייער שיין באצאלט ווער רעדט נאך אויב איינער פין די מחותנים האבן געלט באקומט ער נאך מער דאס קען אויסקומען 80,000 א יאר ער דארף נישט אינוועסטירן געלט ער קען האבן נאך אן ארבעט, יא ער דארף האבן א גיטען שפראך, אסאך שדכנים ארבעטן געהעריג אין טוהען עס אינמיטן די ארבעט אסאך זענען מגידי שערים מלמדים משגיחים איבערהויפט ווען מען רעדט פין פרויען שדכנים זיי טוהן זייער שטוב ארבעט געהעריג איך זעה נישט פארוואס יעדער שרייט אז א שדכן באקומט ווייניג באצאלט
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
השמש האט געשריבן:איך זעה אז יעדער שרייט אז די שדכנים באקומען ווייניג באצאלט עס איז מיר אינטרעסאנט, א שדכן קען אויספירן צוויי שדכים א חודש פארדינט ער 6,000 דאלער א חודש אין קעש איך מיין אז דאס איז זייער שיין באצאלט ווער רעדט נאך אויב איינער פין די מחותנים האבן געלט באקומט ער נאך מער דאס קען אויסקומען 80,000 א יאר ער דארף נישט אינוועסטירן געלט ער קען האבן נאך אן ארבעט, יא ער דארף האבן א גיטען שפראך, אסאך שדכנים ארבעטן געהעריג אין טוהען עס אינמיטן די ארבעט אסאך זענען מגידי שערים מלמדים משגיחים איבערהויפט ווען מען רעדט פין פרויען שדכנים זיי טוהן זייער שטוב ארבעט געהעריג איך זעה נישט פארוואס יעדער שרייט אז א שדכן באקומט ווייניג באצאלט
פארהאן גרויסע ריזיגע שדכנים וואס קען דורכגיין חדשים ווואס מען האט נישט אויסגעפירט למעשה קיין איין שידוך. [חוץ א לשם מצוה צווייטע גע'גט'ע קאזין אויף וואס מען מאכט קיין פרוטה בלויז קאפ וויי שפעטער].
נאך א זאך, איך האב פאר אייך נייעס, אסאך אסאך אידן צאלן בלויז ארום 1200 פארן שדכן.... ביודעי ובמכירי.
א זאך וואס האט מיר אויפגערעגט בייז בלוט - טראץ וואס איך בין נישט קיין שדכן, קהילת מהר"א האט ארויפגעלייגט שדכנות געלט אויף די קאטעגאריעס רשימה, וויאזוי איינער וואס מאכט חתונה אויסגערעכנט צאלט פארן שדכן בלויז 1500. פארוואס ברענגסטו בכלל אזא זאך? שטעלט די קהילה צו פול טיים גוטע שדכנים? זענען דא אן איבערפלוס פון שדכנים אין די קהילה? אויב יא לאזט מיר וויסן, איך לויף אהין נאך היינט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
קוקט דא וועט איר זען וואס איך מיין.
כאילו שדכנות איז פון די זאכן אויף וואס מען דארף שפארן. פונקט פארקערט, מען דארף מאכן אן אסיפה אז מען טאר נישט צאלן אונטער דריי אלפים.

- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
און איך פארשטיי נישט פשט פון זאגן א פרייז כך וכך, פארוואס פאר איינעם וואס ער האט אריינגעלייט נאר 10 שעה, און פאר א צווייטן וואס ער האט אריינגעלייגט איבער 100 שעה זאל די פרייז זיין די זעלבע? פארוואס פאר איין שידוך וואס האט נישט מער ווי אויסגעפעלט איינער זאל עס זאגן, און פאר א שידוך וואס מען האט געדארפט ממש ברעכן אייז און גיסן ליגנט'ס און מאכן מעשיות... זאל די פרייז זיין די זעלבע?
אלא מאי אז די זאך ווענד זיך נישט וויפיל צייט און כח מען האט אריינגעלייגט, נאר א שדכן האט א פרייז, פונקט ווי א מחבר ספרים, וואס לייגט אריין כוחות עד אין לשער, אבער מאכט צומאל כמעט נישט צוריק, וועט נישט גיין אויסרעכענען אז כך וכך שעות האב איך דערין אריינגעלייגט, און אזויפיל און אזויפיל בעט איך פאר א שעה, און ער האט געדריקט כך וכך ספרים, וועט ער נישט בעטן פארן ספר כדי עס זאל זיך אויסצאלן, נאר ער מאכט אפ א פרייז וואס מענטשן קענען זיך ערלויבן צו צאלן כדי מען זאל עס קויפן.
נו אויב אזוי ווער זאגט וואס די פרייז פאר א שדכן איז כדי מען זאל אים אויסהערן? אפשר איז 2000 שוין צופיל? אבער אפי' ווען נישט, וויבאלד ס'איז נישט תלוי וויפיל כח מען לייגט אריין פארוואס זאל מען נישט קענען טוישן די דיפאלט פרייז אויף ביליגער?
אלא מאי אז די זאך ווענד זיך נישט וויפיל צייט און כח מען האט אריינגעלייגט, נאר א שדכן האט א פרייז, פונקט ווי א מחבר ספרים, וואס לייגט אריין כוחות עד אין לשער, אבער מאכט צומאל כמעט נישט צוריק, וועט נישט גיין אויסרעכענען אז כך וכך שעות האב איך דערין אריינגעלייגט, און אזויפיל און אזויפיל בעט איך פאר א שעה, און ער האט געדריקט כך וכך ספרים, וועט ער נישט בעטן פארן ספר כדי עס זאל זיך אויסצאלן, נאר ער מאכט אפ א פרייז וואס מענטשן קענען זיך ערלויבן צו צאלן כדי מען זאל עס קויפן.
נו אויב אזוי ווער זאגט וואס די פרייז פאר א שדכן איז כדי מען זאל אים אויסהערן? אפשר איז 2000 שוין צופיל? אבער אפי' ווען נישט, וויבאלד ס'איז נישט תלוי וויפיל כח מען לייגט אריין פארוואס זאל מען נישט קענען טוישן די דיפאלט פרייז אויף ביליגער?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
יעדער ווייסט אז פון די עיקר סיבות פארוואס עס איז נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען צאלט ווייניג. איז זאל מען צאלן ווייניגער? דער מינימום דארף זיך העכערן. אויף ארויף איז נישטא קיין שיעור.
אבער זאגן אז אן אויסגערעכנטער מענטש צאלט בלויז כך וכך און א ספענדער צאלט 2000 איז מאדנע און אומדערהערט אין די היינטיגע שידוכים-קריזיס עפאכע.