די נאטור: הערבסט קאלירן

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאטאגראפירער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:51 am

די נאטור: הערבסט קאלירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאגראפירער »



פאר די וואס וואוינען אין צפון מזרח אמעריקע ספעציעל פון אפסטעיט ניו יארק און העכער, קענען אין די וואכן מיטהאלטן איינע פון די שענסטע וואונדער וואס גאט ב"ה האט באשאפן, די ספעקטאל ווי טויזענטער ביימער טוישן קאלירן, פון גרין צו רויט, געל, אראנדזש, פערפול, און דערנאך צו ברוין, ביז די בלעטער פאלן אראפ און די ביימער בלייבן ליידיג.

מן הסתם ווייסן רוב די סיבה פארוואס די בלעטער טוישן אזוי שיין קאלירן, אבער עס וועט אייך מעגליך זיין אינטערעסאנט צו ליינען אז אפי' אונזערע קלוגסטע סייענטיסטן קענען נישט מסביר זיין מיט א זיכערקייט פארוואס געוויסע בלעטער ווערן אזא שיינע קאליר.



וועלמיר אביסל איבערגיין און זעהן, קודם פארוואס האבן בכלל ביימער און געוואוקסן בלעטער? פארוואס איז א בלעטל גרין? און פארוואס טוישט עס קאלירן? דערפון וועלן מיר זעהן די וואונדער פונעם גרויסן באשעפער.

יעדע געוואוקס צו קענען וואקסן מוז עס באקומען עסן, דאס עסן וואס עס עסט איז א קארבעהיידרעיט וואס גיבט דעם בוים כח צו וואקסן, פראדוצירן פרוכט, איבערלעבן דעם ווינטער אא"וו, פארשטייט זיך אז א בוים האט נישט קיין מויל מיט וואס אריינצונעמען דאס עסן, האט עס אבער ווארצלן וואס שלענגלן זיך אינטער דער ערד און ציען אריין וואסער, און דאס בוים האט אויך בלעטער וואס זאפן איין סיי לופט דורך גאר פינציקע לעכער אינטער יעדעס בלעטעל, און אויך זון שטראלן, יעצט פאנגט זיך אן די ארבעט עס צו מאכן פאר נארהאפטיגע שפייז פארן בוים.



דאס ווערט בעארבעט דורך די בלעטער מיט די דריי וויכטיגע באשטאנדטיילן, דאס ערשטע איז וואסער און מיניראלן וואס דער בוים שלעפט ארויס מיט די ווארצלען פון דער ערד און שוקט עס צו די בלעטלעך דורך די ספעציעלע אדערן, דאס צווייטע איז קארבאן דיאקסייד וואס די בלעטער אטעמען פון די לופט, דאס דריטע ווערט דערנאך ווען די זון שיינט, דינען די בלעטער ווי א סאולער פאנעל און שטעלן צוזאם די וואסער און די לופט און פראדוצירן א מין ציקער און ליפערן עס צוריק צום בוים וואס טוט זיך דערמיט ערנערן, פראדוצירן פרוכט און זומען, און לייגט אויך אביסל אוועק פאר די ווינטער טעג.

אין די סייענטיפישע שפראך ווערט דאס אנגערופן פאטאסינטעסיס, און פארן בלעטעל דאס צו קענען טוהן נוץ דאס א באשטאנדטייל וואס רופט זיך קלאראפיל, אט די קלאראפיל איז גאר וואונדערליך מיט אירע פונקציעס וויאזוי עס ארבעט, אבער פאר אונז איז גענוג צו וויסן אז עס טוט אויסארבעטן די ענערגיע קראפט פון די זון שטראלן און פראדוצירט דאס עסן פארן בוים.



די קלאראפיל איז גרין, און הוית יעדעס בלעטעל איז אנגעפילט דערמיט דערפאר זענען אלע בלעטלעך שיין גרין דורכאויס ווען דער בוים וואקסט, די קלאראפיל ווערט אבער אויסגענוצט מיט די ארבעט, טוט דאס בוים אים כסדר צושטעלן נאך און נאך.

ווען עס פאנגט און ווערן קעלטער, טוהן די ביימער אויפהערן אריינצוברענגן וואסער, ווייל דורכאויס די ווינטער טעג איז שווערער צו טרעפן וואסער ווען עס איז געפרוירן, אזוי אויך קען עס נישט דערהייבן צו האבן בלעטער אויף זיך, צו ווייל ווען עס שנייט וועט עס צוברעכן דעם בוים, צו ווייל מיט אזוי ווייניג וואסער קען עס נישט אויפהאלטן אזויפיל בלעטער.

און אז די ביימער ליפערען נישט קיין וואסער צו די בלעטער, ליפערען זיי אויך נישט נאך קלאראפיל פאר די בלעטער, איז צוביסלעך ווען די קלאראפיל נוצט זיך אויס, פאנגען די אנדערע באשטאנדטיילן וואס געפונען זיך אין בלעטער אן ארויסקומען, און אין טייל ביימער זענען זיי געל, און אין א טייל רויט, און אזוי ווייטער, ביז דאס בלעטל ווערט אונגאנצען אויסגעטריקענט, דאן ווערט עס ברוין און פאלט אראפ.



ביז דא איז אלעס פארשטענדליך פאר די סיינעטיסן אבער נאכן שטודירן די בלעטער און ביימער האבן זיי באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, יא מערסטענס בלעטער וואקסן גלייך מיט די קאלירטע באשטאנדטיילן אין זיך נאר ווערן פארשטעלט פון א ריזיגע מערהייט פון קלאראפיל וואס טוט איבערשטארקן אלע אנדערע קאלירן איז ווילאנג דער בוים גיבט עס איז דאס בלעטל גרין, אבער האבן זיי באמערקט אז געוויסע ביימער טוהן פארן ווינטער ספעציעל פראדוצירן די אנדערע באשטאנדטיילן וואס מאכט דאס בלעטעל אנדערע קאלירן צבש"פ רויט, פארוואס אבער? וואס האט דער בוים פון צושטעלן און אוועק געבן כח פארן בלעטעל צו באקומען די קאלירן?

דער אמת'ער סיבה ווייסט קיינער נישט, סברות און טעאריעס האבן זיי גענוג, אבער קיין איינס נישט זיכער, מיר אידן גלייבן אבער אין באשעפער אז ער מאכט נישט קיין שום זאך אן א חשבון כאטש מיר פארשטייען עס נישט.

עס איז נאך דא אן אריכות צו שרייבן איבער די נושא, פארוואס נאר אין געוויסע ערטער אויף די וועלט געשעהט דאס, פארוואס בלייבן די עווערגרין בלעטער יא אויפן בוים, וויאזוי שטעלט די בוים אפ דאס וואסער, אזוי אויך איבער די קאלירן איז דא א געוואלד צו שרייבן.

נאר היות דאס גאנצע האב איך בלויז געשריבן אלץ אן אריינפיר פאר עטליכע בילדער וואס כ'האב גענומען אין די לעצטערע יארן, האב איך געוואלט אביסל ארויס ברענגן די נפלאות הבורא וואס מען קען זעהן אין יעדע קליינע זאך, גערעכט אז די קאלירטע ביימער זענען היינט גארנישט קליין, פארקערט היינטיגע צייטן זענען דאס געווארן א ריזיגע טוריזום אינדעסטרי, אויף אזוי ווייט אז געוויסע שטעט אין אמעריקע פארדינען איבער א ביליאן דאלאר פון די הערבסט קאלירטע ביימער, פארט איז עס נישט מער ווי א קליין בלעטעלע.



כ'וועל צוענדיגן מיט א פסוק אין ישעי' הנביא קאפיטל ו' פסוק י"ג, וואו דער נביא רעדט פונעם גלות קיין וואו גאט וועט אונז פארטרייבן פון אונזער הייליג לאנד, זאגט ער "והיתה לבער כאלה וכאלון אשר בשלכת מצבת בם זרע קודש מצבתה" כלל ישראל וועט ווערן אויס גערוימט און לעהר ווי די ביימער ווען זיי טוהן אראפווארפן זייערע בלעטער און בלייבן בלויז א נאקעטער בוים, און בלויז די ערליכע אידן וועלן איבערבלייבן, דער תרגום און נאכמער דער רד"ק דארט אויפן פלאץ, זענען מסביר אז דאס איז גאר אן הבטחה פאר כלל ישראל.

זאגט דער רד"ק אזוי, דער נביא זאגט אונז נבואות, פונקט ווי די ביימער ביים הערבסט וואס טוהן אראפווארפן זייערע בלעטער אן בלייבן אינגאנצען ליידיג, נאכמער אז איינער וועט באטראכטן דעם בוים אינמיטן ווינטער וועט זיך אים דאכטן אז דער בוים איז גאר טויט, איז עס אבער נישט אמת, ווייל איינמאל ניסן קומט אינטער וועלן זיי צוריק אנהייבן בלוהען, און פרישע בלעטער און פרוכט וועלן אנהייבן וואקסן.

אזוי אויך זאגט דיר נביא, אידישע קינדער ענק גייען טאקע אלע גיין אין גלות און נעבעך מיט מאכן צרות, רדופות און הריגות, זאלט איר ח"ו נישט טראכטן דאס איז עס מיר וועלן שוין דא אייביג פארבלייבן, ניין עס וועט נאך קומען די זמן פון גאולה און מען וועט צוריק ארויפגיין קיין ארץ ישראל.

זאל עס שוין טאקע זיין במהירה בימינו...















פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

הערליך!! הערליך!! הערליך!!

אין וועלכע פלאץ האט איר געכאפט די בילדער?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

Wow! Stunning
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Beautiful thanks
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

WOW!!!

מעסטערפיעס!!!

די הערליכע בילדער!

די שיינע ארטיקל!

די ווארימע חיזוק ווערטער!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אן ארטיקל אזוי שיין ווי די נאטור,
פראכטפולע בילדער, ספעציעל די לעצטע
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

WOW איז נישט די ווארט! הערליך הערליך שיין!
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

אומגלויבליך! די מיט די באן איז עפעס אויסנאם!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שטא קיין ווערטער! WOW!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פאטאגראפירער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאגראפירער »

פארטראכטער האט געשריבן:
הערליך!! הערליך!! הערליך!!

אין וועלכע פלאץ האט איר געכאפט די בילדער?
א דאנק פארן קאמפלימענט.

ס'רוב בילדער זענען גענומען אין אדער ארום בער מאונטענס סטעיט פארק.

@געלעגער, @שאהן הענניטי, @הלשון @פאקטען @למעלה משבעים, @נגיד און @ענדע צדיק.

יישר כח פאר די קאמפלימענטען.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

הערליך!!! משוגע צו ווערן!!
איזי
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

Wow א מושלם!!!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מייסטערהאפטיג און אויגפארכאפענד.

א שיינעם דאנק.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

very nice
music helps your mood
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

wow

יישר כח
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אויסערגעווענליך הערליך שיין! שכח פארן ברענגן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

הערליך!!!!!!
פון ווי איז די בילד פון די באן?
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

האמיר שטארק הנאה געהאט!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ששששששששששששששש!!!!!!!!!!!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

געוואלדיג!! מיר ווארטן אויף נאך!!
דא האט איר א אדרעסס פאר די וואס זענען פאליעזש פאלאוערס.
https://newengland.com/seasons/fall/fol ... liage-map/
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ פאטאגראפירער פארן אונז מהנה זיין!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Wow! די בילדער זענען נישט נארמאל שיין און די באשרייבונג איז א מייסטער ווערק, ייש"כ פאטאגראפירער.
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאטאגראפירער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאגראפירער »

@טראבל מעיקער, @בדרך אפשר, @בערל קראקאווער, @שירה פען, @תכלית הידיעה שלא נדע, @באקסער בוים און @מונאוויטש.

יישר כח פאר די קאמפלימענטן.

@אור

שכוח, די בילד פון די באן איז אויך פון יענעם געגענט, אונטער בער מאונטענס.

@יאסעלע, @קלאצקאפ

סארי טו דיסעפאונט, נישטאמאל נאנט דערצו.

@shalsheles

שכוח פאר די קאמפלימענט, און פאר די לינק עס קען צוניץ קומען.

@פארשער

שכוח פאר די קאמפלימענט, און דיין ארטיקל דארט איז גאר באלערנד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”