קליינטשיגער האט געשריבן:הערליך א גרויסע דאנק סיי פאר דער עפענען פונעם אשכול (איך כאפ נישט זיין נאמען)
viewtopic.php?p=1520244#p1520244
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קליינטשיגער האט געשריבן:הערליך א גרויסע דאנק סיי פאר דער עפענען פונעם אשכול (איך כאפ נישט זיין נאמען)
SPUSMN האט געשריבן:דער מעשה האט א המשך מיט נאך ארומיגע פרטים אבער וועט שוין מוזען ווארטען ביז נאך יום הקדוש.
מען מוז נישט ווארטען ביז דעמאלט און מען מעג קאמאנטירען.
בענקעל האט געשריבן:א געוואלדיגע מעשה אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. ישר כח שפוזמן.
די מעשה לערנט ווי שטארק אונזער ליבע פאטער האט געהאט א נחת רוח פון דעם וואס ער האט בלויז נישט געארבייט יום הקדוש. וואס נאך ער האט געהאלטן אין אידישקייט ווייס איך נישט, אבער דער הייליגער באשעפער האט נישט געוואלט אויפגעבן די תענוג וואס ער האט ווען 'בערל יערוסלאב' ארבייט נישט יום כיפור.
נשמה האט געשריבן:מורא'דיג. מ'זעהט טאקע קלאר אז ס'לוינט זיך אויסטערליש שטארק אנצוהאלטן דאס ביסל יוד, אפילו מ'האלט וואו מ'האלט איז מען נישט א גארנישט, און מ'וועט פרובירן פון הימל אפצוהאלטן פון אן עבירה, און פון חילול השם, ווייל אפילו וואו מ'זאל נאר נישט האלטן, איז יעדע נייע פגם א זאך וואס לוינט זיך אפצוהאלטן פון הימל. קוקט אויס אז אן עבירה פון 'אזא בערל' איז אין הימל פונקט אזוי וויכטיג אים אזוי שטארק אראפצוהאלטן אזש ביזן שעדיגן. נישטא אזא זאך ווי "ס'איז גארנישט אז דו גייסט ווייטער, ווייל דו האלסט שוין סייווי דא", אין הימל איז נישטא אזא זאך ווי 'סייווי'. אין הימל איז נישטא אזא זאך ווי "האסט שוין סייווי א פעקל עבירות, סאו איך לאדיך טון וואס דו ווילסט" ניין! מ'זעהט קלאר אז מיט דעם אלעם וואס ער איז געווען, אבער די זאך וואלט געווען אזא 'פגם' אז ס'האט זיך געלוינט אים איבערצודרייען און 'אפהאלטן'.
נחום וואהלינער האט געשריבן:אן ענדליכען קידוש ה' איז פארגעקומען אמאל ווען א געוויסע באקאנטע ספארטס שפילער האט זיך אפגעזאגט איינמאל פון שפילן לכבוד יום כיפור, די גאנצע לאנד האט געמאלטס גע'רעש'ט פון דעם.
אפילו ער איז געווען איינער וואס האט מיט אידישקייט גארנישט געהאט און מסתם האט ער פאר זיך נישט געהאלטען יוה"ק, אבער ברבים האט ער נישט געוואלט שפילען.
Koufax is also remembered as one of the outstanding Jewish athletes in American sports. His decision not to pitch Game 1 of the 1965 World Series because it fell on Yom Kippur, garnered national attention
נודה לך האט געשריבן:יישר כח שטארקע מוסר השכל.
וואס הייסט אז קיינער ווייסט נאך נישט דערפון?
יתגדל ויתקדש שמיה רבא
SPUSMN האט געשריבן:געטראכט די זעלבע; ווער ס'ווייסט א מעשה וואס ער ווייסט אז ס'האט פאסירט זאל עס דארט דערציילען.
ווער וויל גיין פתיחה?
אז קיינער וועט זיך נישט אנרופען וועט מען עס מוזען פארקויפען (און מען מעג מכבד זיין וועם מען וויל)
נא_שכל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דער מעשה האט א המשך מיט נאך ארומיגע פרטים אבער וועט שוין מוזען ווארטען ביז נאך יום הקדוש.
מען מוז נישט ווארטען ביז דעמאלט און מען מעג קאמאנטירען.
יישר כח פאר די מעשה, און די הרהורי תשובה וואס ס'האט נאכגעברענגט.
אלס א חלק פון די מעשה, מ'האט באפרייעט דעם מוצאי יוה"ק דעם שפילער או. דזשעי. סימפסאן.
In Israel, there was no coverage at all, but not for lack of interest. Television and radio stations were off the air as the country observed the solemn holy day of Yom Kippur, the Day of Atonement.
טראבל מעיקער האט געשריבן:זעה איך אז עס איז געווען נאך א קידוש השם!In Israel, there was no coverage at all, but not for lack of interest. Television and radio stations were off the air as the country observed the solemn holy day of Yom Kippur, the Day of Atonement.
מקור
eller האט געשריבן:לאס וועגאס אידן רעאגירן
צו שיסעריי אטאקע
לאס וועגאס – די פרעסע האט אפגעהאלטן א שמועס מיט פארשידענע אידישע פירער אין לאס וועגאס, צו הערן זייער רעאקציע איבער דער שיסעריי וואס איז דארטן פארגעקומען. צווישן די וואס האבן גערעדט צו דער פרעסע איז געווען הרב נחום מעטה, דער פירער פון א שוהל אין לאס וועגאס, וועלכער האט געזאגט אז די שוהל געפינט זיך 15 מייל אוועק פונעם שטאט צענטער, און דערפאר האט מען נישט ממש געשפירט די ווירקונג פון דער שיסעריי, אבער די וואַך איז פארשטייפערט געווארן אין דער גאנצער שטאט. הרב מעטה האט אנגעוויזן אז זיין שוהל דינט אלס קירוב שוהל, און דערפאר קומען דארטן אפטמאל אריין דערווייטערטע אידן, וועלכע זענען פילייכט יא באטראפן געווארן. די פרעסע האט אויך גערעדט צו הרב מענדל לעווין, וועלכער פירט אן א דזשואיש דעי סקול אין לאס וועגאס, וועלכער האט געזאגט אז מען האט געמוזט צוקומען צו קאונסלערס צו העלפן די שילער זיך ספראווען מיט די נייעס. הרב לעווין האט אנגעוויזן אז א אידישע פרוי, וועלכע איז ליידער נישט אזוי רעליגיעז, האט זיך אדאנק זיינע קירוב טאטן פארגענומען דאס יאר צו פאסטן געהעריג יום כיפור, און האט טאקע געפלאנט צו גיין צום מוזיק פעסטיוואל וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, אבער זי האט געליטן א קאפ-ווייטאג פונעם פאסטן יום כיפור, האט עס איר פארמיטן פון דארטן גיין, אזוי איז זי געראטעוועט געווארן. הרב לעווין האט ערווענט דעם נאמען פון א אידישע פרוי, וועלכע איז יא אנוועזענד געווען ביים שיסעריי און איז רח"ל שווער פארוואונדעט געווארן. דער נאמען איז חנה רחל בת שרה לרפו"ש.
דער איד דעלי