יום כיפור איז נישט קיין שפיל! - מעשה שהיה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

קליינטשיגער האט געשריבן:הערליך א גרויסע דאנק סיי פאר דער עפענען פונעם אשכול (איך כאפ נישט זיין נאמען)

viewtopic.php?p=1520244#p1520244
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

שכוח פארן צו ווייזן.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

קליינטשיגער האט געשריבן:הערליך א גרויסע דאנק סיי פאר דער עפענען פונעם אשכול (איך כאפ נישט זיין נאמען) און סיי פאר מונאוויטש, ביידע זענען מורא׳דיגע מעשיות.

די ניק שפוזמאן, איז ראשי תיבות שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

שפוזמאן הערליך הערליך....
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

מענין לענין שלא באותו ענין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געציילטע וואכן צוריק קומט א איד אריין אין א שול אין ירושלים און זעהט דער גאנצער עולם זאגן תהלים.
ער פרעגט איינעם "וואס האט פאסירט?"
ענטפערט יענער אז עס קומט א צונאמי אויף טעקסעס פארדעם זאגן זיי תהלים.
און ער לייגט צו, אני לא יודע מה זה צונאמי, אני לא יודע מה זה טעקסעס, אבל יהודי בצרה זאגט מען תהלים.

מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ

א גמר חתימה טובה פאר אלע אידן בכל מקומות מושבתיהם
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

SPUSMN האט געשריבן:דער מעשה האט א המשך מיט נאך ארומיגע פרטים אבער וועט שוין מוזען ווארטען ביז נאך יום הקדוש.

מען מוז נישט ווארטען ביז דעמאלט און מען מעג קאמאנטירען.

יישר כח פאר די מעשה, און די הרהורי תשובה וואס ס'האט נאכגעברענגט.

אלס א חלק פון די מעשה, מ'האט באפרייעט דעם מוצאי יוה"ק דעם שפילער או. דזשעי. סימפסאן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פותח האשכול הרב שפושמ"ן און הרב מונאוויטש פאר די הערליכע סיפורי מעשיות דא.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך מיין מקען עפענען אזא סארט אשכול צו מיטטיילן אזעלכע סארט געשעענישן און געדאנקן א גאנץ יאר
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געטראכט די זעלבע; ווער ס'ווייסט א מעשה וואס ער ווייסט אז ס'האט פאסירט זאל עס דארט דערציילען.

ווער וויל גיין פתיחה?

אז קיינער וועט זיך נישט אנרופען וועט מען עס מוזען פארקויפען (און מען מעג מכבד זיין וועם מען וויל)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בענקעל האט געשריבן:א געוואלדיגע מעשה אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. ישר כח שפוזמן.

די מעשה לערנט ווי שטארק אונזער ליבע פאטער האט געהאט א נחת רוח פון דעם וואס ער האט בלויז נישט געארבייט יום הקדוש. וואס נאך ער האט געהאלטן אין אידישקייט ווייס איך נישט, אבער דער הייליגער באשעפער האט נישט געוואלט אויפגעבן די תענוג וואס ער האט ווען 'בערל יערוסלאב' ארבייט נישט יום כיפור.

נשמה האט געשריבן:מורא'דיג. מ'זעהט טאקע קלאר אז ס'לוינט זיך אויסטערליש שטארק אנצוהאלטן דאס ביסל יוד, אפילו מ'האלט וואו מ'האלט איז מען נישט א גארנישט, און מ'וועט פרובירן פון הימל אפצוהאלטן פון אן עבירה, און פון חילול השם, ווייל אפילו וואו מ'זאל נאר נישט האלטן, איז יעדע נייע פגם א זאך וואס לוינט זיך אפצוהאלטן פון הימל. קוקט אויס אז אן עבירה פון 'אזא בערל' איז אין הימל פונקט אזוי וויכטיג אים אזוי שטארק אראפצוהאלטן אזש ביזן שעדיגן. נישטא אזא זאך ווי "ס'איז גארנישט אז דו גייסט ווייטער, ווייל דו האלסט שוין סייווי דא", אין הימל איז נישטא אזא זאך ווי 'סייווי'. אין הימל איז נישטא אזא זאך ווי "האסט שוין סייווי א פעקל עבירות, סאו איך לאדיך טון וואס דו ווילסט" ניין! מ'זעהט קלאר אז מיט דעם אלעם וואס ער איז געווען, אבער די זאך וואלט געווען אזא 'פגם' אז ס'האט זיך געלוינט אים איבערצודרייען און 'אפהאלטן'.

בענקעל און נשמה, גוט ארויס געברענגט; ביי דער אייבערשטער איז חשוב אויך א יום כיפור איד.

ווילאנג די פלאם איז נאך נישט אויס געלאשען (ועד יום מותו תחכה לו).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נחום וואהלינער האט געשריבן:אן ענדליכען קידוש ה' איז פארגעקומען אמאל ווען א געוויסע באקאנטע ספארטס שפילער האט זיך אפגעזאגט איינמאל פון שפילן לכבוד יום כיפור, די גאנצע לאנד האט געמאלטס גע'רעש'ט פון דעם.
אפילו ער איז געווען איינער וואס האט מיט אידישקייט גארנישט געהאט און מסתם האט ער פאר זיך נישט געהאלטען יוה"ק, אבער ברבים האט ער נישט געוואלט שפילען.

ריכטיג, עס איז געווען דער בעיסבאל שפילער סענדי קאופעקס (Sandy Koufax) וואס האט געמאכט א קידוש ה' ווען ער האט זיך אנטזאגט צו פיטשען אין דער 1965 World Series ווייל עס איז אויס געפאלען אין יום כיפור (תשכ"ו). זעה דא
https://en.wikipedia.org/wiki/Sandy_Koufax
Koufax is also remembered as one of the outstanding Jewish athletes in American sports. His decision not to pitch Game 1 of the 1965 World Series because it fell on Yom Kippur, garnered national attention
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

המשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נודה לך האט געשריבן:יישר כח שטארקע מוסר השכל.

וואס הייסט אז קיינער ווייסט נאך נישט דערפון?

מענטשען וואס האבען דענמאלט מיט געהאלטען און געהערט בערי גרעי עס אליין דערציילען ווייסען זיכער דערפון, אבער האבען עס שוין פשוט פארגעסען (כך דרכו של עולם). מיר וואלטען עס אויך מסתמא פארגעסען ווען נישט נאך א חלק וואס האט זיך אפגעשפילט וואס מן השמים האט מען געוואלט אז מיר זאלען דאס אויך אין אכט נעמען וואס האט עס שוין געמאכט הפלא ופלא, און שוין שווערער צו פארגעסען.

דער געווענליכער שטעל פארטרעטער וואס פלעגט איבער נעמען בערי גרעי ווען ער האט גענומען א טאג אוף, איז געווען באב אהרנסאן, וואס לויטען זכרון פון דענמאלט האבען מיר געשמועסט אין שטוב אז ער האט אים איבער גענומען אין יענעם יום כיפור (ווייל לכאורה איז דער אהרנסאהן א יום כיפור איד אויך ליידער נישט געווען; אבער מען קען עס גאנץ גרינג מברר זיין צו ער פלעגט טאקע אלע יאר אים איבער נעמען אין יום כיפור, פאר מען קומט צו אזא קאנקלוזען), און אונז זעמער דענמאלט געווען אינטערען אימפרעשאן אז ער האט אים טאקע איבער גענומען אין יענעם יום כיפור.

מיר האבען דענמאלט געהערט גלייך נאך יום כיפור אז נעבעך באב אהרנסאן האט אויך געליטען א געפערליכער עקסידענט, וואס פארענדיג אויף א ביציקעל אין ניו דזורזי האט אים א קאר אוועק געקלאפט און ער איז געבליבען אזוי ליגען א לאנגע צייט אינעם זייט פון ראוד ביז איינער האט אים פיינעלי באמערקט, און ער איז געווען אין א קאומע גאר א לאנגע צייט, און שוין קיינמאל נישט צוריק געקומען לאיתנו הראשון און צו זיין קאריערע.

אזוי איז פאבליבען אין אונזער זכרון אז בערי גרעי מיט זיין שטעל פארטרעטער האבען ביידע געהאט עקסידענטס!

נאך זיכענדיג די רעקארדס יעצט און טרעפענדיג א אביטשוערי פון באב אהרנסאן שטייט דארטען אז זיין עקסידענט איז געווען אין סעפטעמבער (דאס הייסט ערב יום כיפור; ווייל יום כיפור איז דענמאלט אויס געפאלען אין דריטען פון אקטאובער), איז אויב איז עס נישט א טעות מיט א חודש ולא דק (ווייל פאר א אביטשוערי איז נישט קייין גרויסע נפקא מינה צו עפעס איז געשעהן דייקא אין סעפטעמבער אדער אקטאובער) און איז נישט א טעות; איז האט ער געהאט דער עקסידענט גלייך פאר יום כיפור ווען ער איז געווען געסקעדיולד אים איבער צו נעמען פאר יום כיפור.

צו אזוי צו אזוי, צו האט ער אים נאר געדארפט איבער נעמען, אדער טאקע איבער גענומען ווי מיר געדענקען דענמאלט שמועסען, מאכט עס דער מעשה מער אויסטערליש.

דא איז דער אביטשוערי פון ראבערט (באב) אהרנסאן
http://www.legacy.com/obituaries/dailyr ... =165327793
--
מיר זענען מודיע אז מיר האבען דער מעשה געשריבען צו מפרסם זיין, און גיבען רשות און אויך דערצו א ברכה פאר ווער עס וויל עס דריקען און מפרסם זיין. מיר דארף נישט קיין קרעדיטען, אבער פארשטייט זיך דארף מען יא קרעדיטען דער בעל אכסניא דא "אייוועלט".

אויך, גיב איך ענק דא פאקטען, ווען, ווי, ווער, און וועם; און מען קען (און מען זאל) נאך גיין די אלע פרטים. סיי WOR און זיכער Museum of Broadcast Communications האבען טעיפס פון די שאוס, און מען זאל זיי אויף זיכען דארטען, זעה דא
https://en.wikipedia.org/wiki/Museum_of ... unications

אז מען קען איז אלזא וויכטיג אז מען האט די פינקטליכע ווערטער וואס גיבט צו צום אוטענטישקייט פון דער מעשה.

די וואס קענען, ביטע אונז אויף זיכען זיין בורט סערטיפיקעט און ווער זיין טאטע און מאמע זענען געווען)
--
באלד אי"ה דער שלוס פונעם דערציילונג
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אקטאבער 03, 2017 12:31 pm, פארראכטן געווארן 12 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

שלוס פונעם מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען דערציילט לאמער שוין אויך דערציילען פון דער זכות (זכותים) פון בערל יערוסלאב, זיינע לעצטע יארען עלי אדמות.

ער האט נאך דערלעבט איין יום כיפור וואס ער האט טאקע געהאלטען זיין צוזאג, און נאכדעם נפטר געווארען אין עלטער פון אכציג יאר אין י"א טבת תשנ"ז (December 21, 1996) דערגרייכענדיג די גבורות, תנצב"ה.

סוף ימיו; מיר ליגט אין זכרון אז עס איז געווען נאך פאר דער מעשה פון יום כיפור, איז זיין ברידער געשטארבען. ער האט זיין ברודער זייער ליב געהאט און געהאלטען אין איין פארציילען אויף זייך שאו אז ער גייט אין שוהל יעדען אינדערפרי צו זאגען קדיש פאר זיין ברודער.

א גאנצע יאר איז ער געגאנגען יעדען טאג זאגען קדיש פאר זיין ברודער! מען דארף פארשטיין, מען רעדט דא פון א אמת'ע פרייע איד וואס פלעגט גיין אין שוהל נאר איין טאג אין יאר אין יום כיפור, אבער זיין ברודער האט ער ליב געהאט און פון באשעפער האט ער נישט אין גאנצען פארגעסען.

אבער ווער האט געזאגט קדיש פאר בערל יערוסלאב ע"ה? איך האב מורא אז קיינער. זאל דער מעשה זיין לטובת נשמתו און א קדיש פאר אים
יתגדל ויתקדש שמיה רבא
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אקטאבער 03, 2017 12:32 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק פאר אלע קאמענטס; יעדער איינס טרעפליך. פון טייל בין איך געווארען גערירט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רירענד!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

SPUSMN האט געשריבן:געטראכט די זעלבע; ווער ס'ווייסט א מעשה וואס ער ווייסט אז ס'האט פאסירט זאל עס דארט דערציילען.

ווער וויל גיין פתיחה?

אז קיינער וועט זיך נישט אנרופען וועט מען עס מוזען פארקויפען (און מען מעג מכבד זיין וועם מען וויל)


קומט אריין דא
viewtopic.php?f=3&t=35176
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נא_שכל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער מעשה האט א המשך מיט נאך ארומיגע פרטים אבער וועט שוין מוזען ווארטען ביז נאך יום הקדוש.

מען מוז נישט ווארטען ביז דעמאלט און מען מעג קאמאנטירען.

יישר כח פאר די מעשה, און די הרהורי תשובה וואס ס'האט נאכגעברענגט.

אלס א חלק פון די מעשה, מ'האט באפרייעט דעם מוצאי יוה"ק דעם שפילער או. דזשעי. סימפסאן.

זיכער נישט קיין צופאל דאס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שוין געוואלט זאגן שכח - נישט אנגעקומען סע נישט צו שפעט

שכח פיינע געדאנקען
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

זעה איך אז עס איז געווען נאך א קידוש השם!
In Israel, there was no coverage at all, but not for lack of interest. Television and radio stations were off the air as the country observed the solemn holy day of Yom Kippur, the Day of Atonement.


מקור
איזי
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טראבל מעיקער האט געשריבן:זעה איך אז עס איז געווען נאך א קידוש השם!
In Israel, there was no coverage at all, but not for lack of interest. Television and radio stations were off the air as the country observed the solemn holy day of Yom Kippur, the Day of Atonement.


מקור

א ייש"כ פאר דער שיינע הוספה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

אידישע פרוי געראטעוועט אין זכות פון פאסטן יום כיפור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

היות דאס איז אויך א יום כיפור מעשה ברענג איך עס דא.
eller האט געשריבן:לאס וועגאס אידן רעאגירן
צו שיסעריי אטאקע

לאס וועגאס – די פרעסע האט אפגעהאלטן א שמועס מיט פארשידענע אידישע פירער אין לאס וועגאס, צו הערן זייער רעאקציע איבער דער שיסעריי וואס איז דארטן פארגעקומען. צווישן די וואס האבן גערעדט צו דער פרעסע איז געווען הרב נחום מעטה, דער פירער פון א שוהל אין לאס וועגאס, וועלכער האט געזאגט אז די שוהל געפינט זיך 15 מייל אוועק פונעם שטאט צענטער, און דערפאר האט מען נישט ממש געשפירט די ווירקונג פון דער שיסעריי, אבער די וואַך איז פארשטייפערט געווארן אין דער גאנצער שטאט. הרב מעטה האט אנגעוויזן אז זיין שוהל דינט אלס קירוב שוהל, און דערפאר קומען דארטן אפטמאל אריין דערווייטערטע אידן, וועלכע זענען פילייכט יא באטראפן געווארן. די פרעסע האט אויך גערעדט צו הרב מענדל לעווין, וועלכער פירט אן א דזשואיש דעי סקול אין לאס וועגאס, וועלכער האט געזאגט אז מען האט געמוזט צוקומען צו קאונסלערס צו העלפן די שילער זיך ספראווען מיט די נייעס. הרב לעווין האט אנגעוויזן אז א אידישע פרוי, וועלכע איז ליידער נישט אזוי רעליגיעז, האט זיך אדאנק זיינע קירוב טאטן פארגענומען דאס יאר צו פאסטן געהעריג יום כיפור, און האט טאקע געפלאנט צו גיין צום מוזיק פעסטיוואל וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, אבער זי האט געליטן א קאפ-ווייטאג פונעם פאסטן יום כיפור, האט עס איר פארמיטן פון דארטן גיין, אזוי איז זי געראטעוועט געווארן. הרב לעווין האט ערווענט דעם נאמען פון א אידישע פרוי, וועלכע איז יא אנוועזענד געווען ביים שיסעריי און איז רח"ל שווער פארוואונדעט געווארן. דער נאמען איז חנה רחל בת שרה לרפו"ש.
דער איד דעלי
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נעכטען האביך עפעס געזוכט (א צעטל צווישען הונעדערטער צעטליך) און אזוי ווי געווענליך טרעפט מען עפעס אנדערש; איז צוה איך ארויס א צעטל וואס איך האב מיר פארצייכענט בשעת'ן עוסק זיין אין דעם ארטיקעל דער דאטום פון בערל יעריסלאב'ס פטירה אז דאס איז י"א טבת. טראכט איך צו מיר "וואס איז היינט"? עשרה בטבת (פארשטייט זיך איך פאסט דאך). און ווען איז די יארצייט? מארגען י"א טבת. האביך געזעהן א השגחה פרטית צו טרעפען "פינקט" נעכטען דער צעטל, און דערפאר געזאגט היינט א קדיש און געצינדען א ליכטעל לעילוי נשמתו.

(אויב איך זאל זאגען א קדיש און צינדען א ליכטעל אויף יעדען, איז עס ממש א דבר שאין לו סוף, וועמען יא, וועמען נישט. אבער אז מען באקומט א רמז, נעמט מען דער רמז. אויך, ווייל כ'שפיר אז מען האט מיר מזכה געווען [פאר סאם ריזען] מיט שרייבען דער אשכול, איז עס שוין געווארען מיין ביזנעס)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אינטערסאנט! (ממש א קלעצקין מעשה...)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געטראפען אויך נאך א צעטל איבער א אשכול וואס מיר פלאנען שוין לאנג צו עפענען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אויף דעם האט איר אויך געזאגט קדיש...?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”