ערב שבת אין א אידישע היים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס וואלסטו געטאן יעצט?? (נישט וואס מען דארף טאן)

זיך גענימען טיילען פעטש רעכץ אין לינקס
4
11%
געגעבען צו עסען פאר די קינדער
7
20%
גענימען שרייען אויף א יעדעם
4
11%
ארויס פון שטוב
3
9%
אריינגעאמט זיך פראביריט צו בארואיגען
4
11%
צו טיילט צווישען אלע קינדער וואס צו טון כדי עס זאל ווערען מסודר
6
17%
זיך גענימען טאנצען
3
9%
געמאכט א קבלה אז מען וועט מסדר זיין די שטוב פרי
4
11%
 
סך הכל שטימען: 35

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

ערב שבת אין א אידישע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

ב"ה מען איז אויפגעשטאנען פרי מען וועט אלעס קענען מסדר זיין אויפען בעסטען אויפען, רוהיג אין גוט-מאטיג, גשמאק אין באקוועם,
9 אזייגער די קינדער גייען אין חיידער, די פיש איז שוין אויף די פלאם די ווייסע טישטך ליגט שוין אויפן טיש,
די לאכטערס זענען שוין אויס געפיצט, די לעכט איז שוין גרייט צו צינדען,
11 אזייגער די פיש ליגט שוין אין פרידש, די חלות אין אויוון,
די קינדער קימען שוין כמעט אהיים פון חיידער, מען דארפ צו גרייטען מיטאג פאר די הינגעריגע זיסע שעפעלך,
די באס דארף שוין אנקימען מען ווארט אויף די באס, די חלות דארף מען שוין ארויסנעמען פון אויוון,
די באס קימט נישט אן אין צייט, די חלות ווערט צוגעברענט,
די טשאלנט לויפט אויס פון וואסער, די זופ רינט איבער,
בקוצר די שטוב פארט אויפ רעדער, אין די באס איז נאך אלץ נישט דא עס איז שוין א האלבע שעה שפעט
ווי זענען די קינדער, וואס וועט זיין מיט די חלות, ווער וועט עפענען די דעקל פון די זופ אז עס זאל נישט איבער רינען,
ווען פון דערוויטענס זעט מען אן באס, מען איז שוין זיכער אז דאס איז די זיסע קינדערלך,
עס דרייט זיך אבער איין אין א צוייטע גאס,
ענדליך די באס קימט אן די קינדער זענען אפגעמיטשעט, הינגעריג, מיד,
די שטוב איז צעפארען, אנגעווארפען, א מעס בלא"ז,
די גויטע קימט נישט אן, די קינדער שרייען, וויינען, זענען הינגעריג, זיי פייטען,
וואס עס איז ייעצט געשען איז שוין א יעדער מודה אפילו די עקסטערעם ראיוגע מענטש,
אז עס איז מער ווי די גבול,
עס צעברעכט זיך א גלאז מושי שרייט מזל טוב, חיים טאנצט הקפות ארים די קליינע שטיקליך,
מאיר וויל זען וויי אזוי עס זעט אויס פון אינעווינדיג א גלאז,

וואס וואלסטו געטאן יעצט??

זיך גענימען טיילען פעטש רעכץ אין לינקס

געגעבען צו עסען פאר די קינדער

גענימען שרייען אויף א יעדעם

ארויס פון שטוב

אריינגעאמט זיך פראביריט צו בארואיגען

צו טיילט צווישען אלע קינדער וואס צו טון כדי עס זאל ווערען מסודר

זיך גענימען טאנצען

געמאכט א קבלה אז מען וועט מסדר זיין די שטוב פרי
לעצט פארראכטן דורך שלומה אום דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 2:39 pm, פארראכטן געווארן 18 מאל.
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
Airport Way
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Airport Way »

גיט ארוויס געברעבקט
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך האב געוועלט פאר נומער איינס,
האסט נישט געפרעגט וואס מדארף טוען,
האסט געפרעגט וואס איך וואלט געטוהן
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חחחח

פיין אראפגעלייט, די זאך איז אז ביי איינעם פאנגט זיך אן די מצב אום 12 ווען די באס קומט אהיים, אבער ביי א אנדערן פאנגט זיך עס אן נענטער צום זמן, און ווען די שבת קומט אריין איז נאכאלס נישט רואיג.

מ'טרעפט נישט דעם שבת זייער פאר די עירקאנדישן אדער האט פלעיט, אדער דער קליינער יאנקי האט זיך פונקט געשפילט מיט די ציינדלך.

דער פיצעלער זרח האט פונקט יעצט באשלאסן אז ער גייט אויך פאלישען זיין שוך (פלאר) לכבוד שבת... אדער ער גייט אויסגראדען די פלעסטיק טישטוך אונטער די שמן זית ליכט... אא"וו פילע סיטואציעס וואס מאכט זיך זייער אפט, און ס'זייער שווער צו שווייגן דעמאלטס
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

סארקאזי האט געשריבן:איך האב געוועלט פאר נומער איינס,
האסט נישט געפרעגט וואס מדארף טוען,
האסט געפרעגט וואס איך וואלט געטוהן

נעבעך וואס זענען זיי שולדיג? ביסט א שטיקל אכזר... ביסט בועט אין די פקדון וואס די אייבירשטער האט דיר פארטרויעט
א'מונה ב'טחון ג'עלט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

Amazing האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:איך האב געוועלט פאר נומער איינס,
האסט נישט געפרעגט וואס מדארף טוען,
האסט געפרעגט וואס איך וואלט געטוהן

נעבעך וואס זענען זיי שולדיג? ביסט א שטיקל אכזר... ביסט בועט אין די פקדון וואס די אייבירשטער האט דיר פארטרויעט


עס איז דא וויטאמינען פארדעם
א שאד אז קינדער זאלן ליידן בלויז צוליב נישט איינעמען אפאר וויטאמינען טעגליך.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

#סארקאז(י)'עם אלערט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

די פראבלעם ערב שבת אין א יודישע שטוב איז שוין זייער אן אלטע פראבלעם, עס ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא (מסכת גיטין), דאס איז א חלק פון א יודישע שטוב, נישט קיין חילוק ווינטער אדער זומער, פאר'ן זמן וועט מען זיך יאגן מיט'ן נשמה אין די האנט, יעדער איינער קען פארציילן א ביך פון מעשיות וואס מלעבט אלץ דורך אין ערב שבת, פעיס די פעקט!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

איך וואלט געזאגט נומער 2, אין ענגליש איז דא אן עקספרעשין Food Makes the mood !!
די לעצטע 5 זאכן איז נישט קיין מציאות פארן טון #2 (חוץ איינער וואס איז באמת אויסגעארבעט אין מדות הסבלנות... אבער נישט זיכער אז עס ריכטיג) אין די איבעריגע איז בדוק ומנוסה אז אויב מ'עסט נישט גייט עס געשען, ממילא איז פשוט אז דאס איז לכאורה די בעסטע אין היבש גרינג צן טון
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

יליד אונגארן האט געשריבן:איך וואלט געזאגט נומער 2, אין ענגליש איז דא אן עקספרעשין Food Makes the mood !!
די לעצטע 5 זאכן איז נישט קיין מציאות פארן טון #2 (חוץ איינער וואס איז באמת אויסגעארבעט אין מדות הסבלנות... אבער נישט זיכער אז עס ריכטיג) אין די איבעריגע איז בדוק ומנוסה אז אויב מ'עסט נישט גייט עס געשען, ממילא איז פשוט אז דאס איז לכאורה די בעסטע אין היבש גרינג צן טון

מען דארף אבער געדענקען אויכט אליין צו עסען,
אפילי איך האב עס נישט געשריבען וואלט איך געזאגט אז די בעסטע זאך וואס מען דארף טאן אין אזא מעניט איז צו זיין רואיג,
מען דערחאבט זיך די הארץ מיט א שטיקל מזונות, מען געט צו עסען פאר די קינדער,
שרייען, שלאגען, וכדו איז נישט קיין סעלאשען
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

פיין ארויסגעברענגט.
אבער איך מיין אז מ'באשליסט 'יהי' מה שיהי', 'איך גיי מיך האלטן רואיג', און איך זאג פאר די קינדער, "ס'איז ערב שבת און מ'דארף נאך אסאך אנקומען, יעדער גייט צולייגן א האנט." און אז מ'באשליסט זיך צו האלטן רואיג, + א שטיקל שטארקקייט (קאנפידענס בלע''ז) 'איך גיי מאכן סדר מיט א רואיגקייט', קען מען גרינגער מחליט זיין וואס צו טון, און געווענליך קומט דער שבת אריין מיט א רואיגקייט.

מ'מעג אמאל געבן א פאטש, ווען ס'איז דא די אויבנדערמאנטע כללים. (מאך זיכער ס'פעלט טאקע אויס!) אבער טיילן פעטש רעכטס און לינקס, בין איך נישט מקנא יענעם'ס שבת... ( און אז וועסט האנדלען מיט א רואיגקייט וועסטו זען אז ס'פעלט כמעט קיינמאל נישט אויס.)

א שטארקער כלל: נעם אריין די קינדער אין די ארבעט! מיט א געשמאקייט. ד.ה. אנשטאט צו אנהייבן זיך פייטן מיט זיי, זאל מען זיי ארייננעמען אין די זאך, זיי זאלן זיין א חלק פון די מצב, אזוי אז זיי זאלן 'אליין וועלן' קאאפערירן. ווי יונגער די קינדער זענען ווען מ'הייבט אן מיט דעם מהלך, אלץ גרינגער איז עס שפעטער. (קורץ גערעדט)

מ'קען שרייבן אן א שיעור דערוועגן, און פארשטייט זיך אז ס'איז גרינגער צו שרייבן ווי טון למעשה... אבער ס'איז קלאר אז די ארבעט פון יעדע אידישע טאטע איז אנצוקומען צו דעם.
הצלחה רבה
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

פארשטייט זיך אז מיר האבן געוועלט פאר: געגעבען צו עסען פאר די קינדער. וויל אז מען איז הונגעריג וויאזוי קען ווערן רואיג
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מען האט אמאל געפרעגט א בעל עגלה, וואס טוהט א פראפעשאנעל בעל עגלה ארויסצוגיין פון א בלאטע? האט דער בעל עגלה געענטפערט אז א גוטע בעל עגלה קומט נישט אן דארט.

לענינו, מאך זיכער דו קומסט נישט אן דארט און אז יא, פאררעכט דעם פראבלעם בעוד מועד ווייל אז נישט גייען דיינע קינדער מיינען אז עס איז אן ענין זיך צו בייזערן פרייטאג נאכמיטאג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

מטעמים האט געשריבן:מען האט אמאל געפרעגט א בעל עגלה, וואס טוהט א פראפעשאנעל בעל עגלה ארויסצוגיין פון א בלאטע? האט דער בעל עגלה געענטפערט אז א גוטע בעל עגלה קומט נישט אן דארט.

לענינו, מאך זיכער דו קומסט נישט אן דארט און אז יא, פאררעכט דעם פראבלעם בעוד מועד ווייל אז נישט גייען דיינע קינדער מיינען אז עס איז אן ענין זיך צו בייזערן פרייטאג נאכמיטאג.

נישט אזוי ריכטיג וואס איר זאגט ווייל דאס ווערט שוין געברענגט אז די שטן פארלייגט זיך צו אריינברענגן מחלוקות אין אנגעצויגענקייט אין א אידישע שטוב עש"ק, אוודאי דארף א איד ארבעטן אז ער זאל זיך קענען קאנטרעלירן אין אזא זמן אבער די שאלה איז געווען וואס מ'טוט ווען ס'געשעט יא ווייל אין מציאות געשעט עס אין יעדע אידישע שטוב (און לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ווי ס'געשעט נישט איז עפעס ראנג....)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”