וואס איז באהאלטן אין דעם שווארצן זעקל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:38 pm

וואס איז באהאלטן אין דעם שווארצן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרדס הסופר »

בס"ד

7:55 אינדערפרי, איך שטיי אויף מיין מקןם קבוע מיטן טלית אויפן פלייצע גרייט צו הייבן מיינע הענט און אויסשרייען ברכי נפשי, ווען עס שפאצירט אריבער מיר א קליין בחור'ל, א בחן'טע פנים, די פיאות טראפן נאך טיפין טיפין פון די הייסע מקוה אין וואס ער האט זיך נארוואס געווייקט, און ער גיבט זיך א שטעל אוועק הארט נעבן מיר, און אויפן טיש לייגט ער געמיטלעך אראפ א שווארצן קליינע זעקל, און נעמט זיך דרייען די רעכטע פיאה אזוי מיט קאפ שיף אויף לינקס כנהוג בכל תפוצות הבחורים הנחמדים.

איך געב א האלבע בליק און דריי זיך אוועק, נאך א בליק און נאך א דריי אוועק, ווייל בעצם איז דאך גארנישט אינטרעסאנט דא, אבער איין זאך האט שטארק געצויגן מיין אויג, און דאס איז געוועהן די שווארצע זעקל. וואס ליגט דארטן? איך קוק און איך טראכט, ביז נאך אפאר קורצע מינוטן גיבט ער א שליידער ארויס נישט מער און נישט ווייניגער..... זיין תפילין בייטל! יא, זיין פשוטע תפילין בייטל וואס ער קומט יעדן טאג אין שוהל מיט דעם האט ער היינט מחליט געוועהן צו באהאלטן אין א שווארצן זעקל.

מיין אויג איז געבליבן פארגאווט, כ'טראכט צו מיר, כ'מיין, כ'האב שוין אסאך מאל געזעהן בחורים זיך דרייען מיט די געלע גל-פז זעקלעך וואס די אותיות זענען שוין מער ווייניגער אפגעקראצט, אין ארץ ישראל איז עס געוועהן מער אנגענימען, ווער ווייסט פארוואס, אפשר די עלטערע בחורים האבן געוואלט פארהוילן זייער נאמען? אפשר אין אר"י מיט די בערג און טאלן איז גרינגער צו האלטן די זעקל וואס האט צוויי גלייכע לעכער, גיי ווייס.

אבער דא? אין אמעריקא? א קליין 13 יעריגע בחור'ל? דו וואוינסט דאך נישט מער ווי א גאס אוועק פון ביהמ"ד, יעדער קען דיך אויפן פנים, וואס האט דיך געמאכט אריין לייגן דיין תפילין בייטל אין א בעג? און פארוואס אין א שווארצע פלעסטיק בעג וואס איז מעורר תמיהה ארום דיר?

איך האב געטראכט, און געטראכט, און איך האב באקוקט דעם זעקל מיטן בחור אינאיינעם.
און איך האב באמערקט.

איך האב באמערקט א דבר פלא, יעדעס מאל וואס איך האב מיך אויסגעדרייט צו עם און ער האט באמערקט מיין בליק, יעדעס מאל וואס אונזער אויגן האבן זיך געטראפן אינאיינעם, איז די תפילין בייטל נאך אביסעלע ארויס פונעם זעקל, נאך אביסל און נאך אביסל, יא יא, דעם קליין בחור'ל האט פיין געארבייט אויף מיר, צו כאפן מיין נייגער אז איך זאל פשוט און פראסט ווילן זעהן זיין נאמען שיין אריינגענייט אין זיין תפילין בייטל.

אבער איין מינוט, וואס גייט מיך אן ווער ער איז? וואס זיין נאמען איז? וואס וויל איך פון זיין נאמען און וואס וויל ער פון מיין קוקן? הלא דבר הוא.

שוין, געזעהן דעם נאמען, איך בין צופרידן, ער איז העכסט צופרידן, יעדער קען גיין דאווענען מיט א רוהיגקייט און געשמאק.

די דאווענען איז אדורך גאנץ פיין, כ'זאג נישט, אביסל מער כוונה וואלט נישט געשאדט, אבער מהיכי תיתי, ווי נישט ווי האב איך מיך געלייגט שפעט און אויפגעשטאנען פרי, סוף כל סוף איז דאך נאך נוהג דיני אבילות ביז חצות, נו, מארגן וועט זיין בעסער.

אבער איין זאך איז מיר נישט ארויס פון קאפ, וואס האט מיר געמאכט קוקן אויף דעם קליינעם בחור'ל'ס תפילין בייטל, וואס האט ער געוואלט פון מיר האבן.

איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, וואס בעצם די ספה"ק שרייבן אז א יעדע זאך וואס פאסירט ביי א מענטש דארף ער ארויסנעמען פון דעם עפעס א ענין אויף עבודת השי"ת, האב איך מצמצם געווהן מיינע מחשבות צו אויפקומען מיט א רעיון.

ווען אונזער צדיק'ל דעם בחור'ל קומט ווען אריין מיט זיין תפילין בייטל אין זיין האנט פונקט ווי יעדן טאג, וואלט דאך קיינער עם נישט אנגעקוקט, ער וואלט אראפגעלייגט די תפילין זיך געשטעלט דאווענען, און קיינער וואלט עם גארנישט באמערקט, קיינער וואלט ניטאמאל געוויסט אז ער איז געקומען אדער געגאנגען, ער וואלט געבליבן פארהוילן און און פארלוירן צווישן די מאסן.

א פשוטע חשבון מאכט ער זיך פארן ארויסגיין פונדערהיים, איך וועל טוהן עפעס אינטרעסאנט, עפעס מאדנע, איך וועל אויפקומען מיט א געדאנק וואס וועט כאפן די אויג פון מענטשן ארום מיר, אפשר אזוי וועט מיר איינער אנקוקן.
און אז איך טוה שוין עפעס אינטרעסאנט, וועל איך מאכן זיכער זיך צו שטעלן נעבן איינעם א בר הכי, אזוי אז מיין ארבייט זאל זיך אויסצאלן בכפליים.
אומר ועושה, ער גייט ברענגען זיין תפילין אין א... שווארצע שאפינג בעג, יא, דעיע בעג וואס מאכט גערודער ווען מען עפנט דעם קניפל פון אויבן, מעטשן וועלן קוקן, מענטשן וועלן זעהן, און אזוי וועט מען מיך באמערקן.

וכך הוה.

*
דער גרויסער בורא כל עולמים, אונזער טאטע אונזער קרוין, איז מיט אונז יעדן טאג און יעדע מינוט, יעדע רגע און יעדע סקונדע, און אלעס ווערט געפיהרט מיט א מורא'דיגע חשבון און א געוואלדיגע פונקטליכקייט.

אסאך מאל מאכט זיך ביי אונז, אז טאקע צוליב דעם וואס אלעס ווערט געפיהרט אזוי גלאטיג און אזוי מסודר, קען מען ח"ו צוקומען צו א מצב ווי עס ווערט א געוואוינהייט, און מען הייבט אן צו פארגעסן ווער איז דער וואס שטייט דא גלייך נעבן אונז, ווער ברענגט און ווער מאכט, ווער גיבט און ווער נעמט, און נישט ח"ו ווייל מען גלייבט נישט אדער מען פארגעסט, נאר פשוט ווייל ער איז דא יעדע רגע, און אלעס היינט זעהט אויס פונקט ווי נעכטן, א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך, ס'איז עולם כמנהגו נוהג ווי מען זאגט.

דער רבונו של עולם וויל דאך אבער מען זאל עם זעהן, מען זאל עם באמערקן, מען זאל טראכטן פון עם און עם געדענקן, לייגט ער זיך כביכול אריין פון מאל צו מאל אין א שווארצן זעקל וואס מאכט א גערויש, עס שרעקט אביסל די מענטש, ער הייבט אן צו בליקן און טראכטן וואס איז דאס? פארוואס איז עס דא? וואס ליגט דא אין דעם שווארצן זעקל? ער ווערט אביסל דערשראקן און נערוועז, אבער טאקע אין די מינוטן ווען ער הייבט אן צו קוקן, ווען ער הייבט אן צו טראכטן, ווערט דעם הייליגן תפילין בייטל ארויסגעשלעפט, די בורא כל עולמים הייבט זיך אן צו אנטפלעקן פאר עם, דאס איז די גאנצע וואס איך האב געוואלט, טראכט פון מיר און קוק אויף מיר, וועסטו זעהן די הערליכע גאלדענע אותיות וואס זענען ארויף געקריצט אויף מיר.

ויה"ר שנזכה תמיד לראות אמיתת הדבר הזה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

:smile:
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שיין געזאגט.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

באמת גוט! שיינע געדאנק
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

אגב, אין דבר יום איז שוין אמאל געשטאנען דערקעגן וואס די עלטערע בחורים לייגן אריין די תפילין בייטעלך אין זעקלעך און די שדכנים קענען נישט זעהן די נאמען..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

אבער לאמיר נישט פארקריכן די אשכול..
כ'בין נתפעל ווי האסט גענומען א געדאנק וואס יעדער האט שוין געהערט עטליכע מאל, אז כביכול וויל מ'זאל אים געדענקן מאכט ער שווארצע רוישיגע בעג..
אבער ביסט געקומען פון א פרישע ענגעל, אז כ'האב עס אפגעליינט ביז צום סוף און זיך נישט אפגעשטעלט ביים אנהייב פונעם נמשל.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

געוואלדיגע ווערטער!

שכח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאכט זיך מיר אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל, אלזא, שלום עליכם און וועלקאם צו די אידישע וועלט פון שרייבער! פיין געזאגט ר' פרדס!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שטעל דיך פאר דער בחור ברענגט עס אין א ווייסע בעג און עס פאלט ארויס פון עס קענדיס מיט לאליס וואלסטו נישט געקוקט????

בעטען מיר פון דיר רבוש"ע נעקטסטע מאל לייג עס אריין אין א ""ווייסע"" זעקעל מיט קענדיס און טשאקאלאד, גאראנטירט אז דאס וועט אויכעט כאפן די אונזער אויג!!!
ווי טייטשען די ספרים "ק-ל קנא נוקם", ק-ל איז א שם של רחמים, מע קען זיך נוקם זיין מיט רחמנות!!!!!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיגע דיבורים

--
שכח ר' דניאל פאר די הוספה
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

א הערליכע מוסר השכל פון א פשוט'ע גשעעניש וואס מיר באגעגענען א יעדן טאג...

דאס איז וואונדערליך
פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרדס הסופר »

א הארציגן יישר כח פאר די קאמפלימענטן און הוספות.
ר' לכאורה, יא מיין ערשטע דא אין דעם וועלטל, ב"ה נישט מיין ערשטע אויף אנדערע מקומות.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

Wow איך האב נישט די ווערטער... גאר שיין מיסטער פרדס, זע צו שרייבן נאך.
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

wow
חילך לאורייתא ולכתיבה
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”