היסטאריע: פעטיציע פון 1,500 עלטערן וועט איבערגעגעבן ווערן צו הנהלת סאטמאר וומ"ס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

היסטאריע: פעטיציע פון 1,500 עלטערן וועט איבערגעגעבן ווערן צו הנהלת סאטמאר וומ"ס

תגובה דורך חדשות »

אינגאנצען 3 וואכן צוריק האב איך די ערשטע מאל געהערט רעדן אין ביהמ"ד וועגן דעם רעיון פון א וועד ההורים און דעמאלס געשריבן די פאלגענדע תגובה. viewtopic.php?f=3&t=34430
זייט דעמאלס זענען זאכן געגאנגען מיט א אומגלויבליכע שנעלקייט. אן אסיפה פון די עלטערן אין ביהמ"ד בית יעקב נחמיה ווי עס איז איינשטימיג באשלאסן געווארן אז א וועד ההורים איז א קריטיש וויכטיגע זאך; א פעטיציע דרייוו וואס איז יעצט אין פולן קראפט אויפצוטרייבן 1500 חתימות (מען האלט שוין יעצט קרוב צו א דריטל פונעם ציל); און אפילו א פערזענליכע מיטינג פנים אל פנים מיט די ראשי המוסדות און די עסקנים ווי עס איז קלארגעשטעלט געווארן אומצווייזייטיג אז דער עולם פארלאנגט א וועד וואס וועט ווערן ערוועלט דורך די עלטערן.

בייגלייט איז דער פעטיציע פאר די עלטערן אונטערצושרייבן. ווי איר קענט זען איז עס א דבר השוה לכל נפש. עס איז געשריבן מיטן גרעסטען מאס רעספעקט און הכרת הטוב פאר די הנהלת המוסדות, אבער אין דער זעלבער צייט ברענגט ארויס אונזער פשוטע רעכט וואס אונז האמיר הן עפ"י תורה והן עפ"י פשוטע ישרות צו האבן א וועד וואס זאל אונז פארטרעטן.

אזוי אויך איז דער פעטיציע אויסגעשטעלט אז אייער אונטערשרייבן האט בכלל נישט קיין שייכות מיט אייער שכ"ל סטאטוס. דהיינו נישט קיין חילוק אויב איר זענט א גביר און איר זענט גרייט צו באצאלן טאפ דאלאר פער קינד, אדער איר זענט א באקאנטער ארעמאן וואס די ישיבה האט אייך שוין נאכגעגעבן אז מען טשארזשד אייך שכ"ל כמעט בחנם, און אלע אינצווישען. נישט קיין חילוק אייער פערזענליכע סטאטוס איז עס א מוראדיגע טובה פאר יעדעם אז אזא וועד זאל געשאפן ווערן. (דער אמת איז אז עס איז א טובה פאר די הנהלה אויך, ווייל אז עס איז נישטא קיין טראסט צווישן די עלטערן און די הנהלה, איז עס א זאך וואס קען קען נישט ארבעטען אינעם לאנגן טערמין.)

סא רבי איד, איר ווילט עס ממילא אינטערשרייבן, טועט א טובה פאר זיך אליינס און טועט עס יעצט. זייט אויך מזכה אייערע נאענטע, ברודערס און שוואגערס. מטעם די עסקנים ווערט איבערגעגעבן אז אייער חתימה וועט ווערן געהאלטן שטרענג געהיים, און וועט נאר ווערן ארויסגעגעבן איינמאל מען דערגרייכט 1500 אינטערשריפטן. ווי די עסקנים געבן איבער, איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס עס איז וויכטיג צו האבן 1500 חתימות, ווייל מיט אזא שטארקן כח הרבים, וועט מען בעז"ה קענען טרעפן די פאסיגע מענטשען מיט די ריכטיגע עקספיריענס וואס וועלן קענען טוען די ארבעט בשלימות וואס איז דאך דער אולטימעט ציל..

יישר כחכם
אטעטשמענטס
היסטארישע בריוו.pdf
(125.98 KiB) געווארן דאונלאודעד 1339 מאל
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

אונטעגעשריבן. האף מיר אריינצוברענגן נאך א צאל אינטערשריפטן.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

Very well said!
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

כ׳מײן אז מ׳קען שױן רואיג שטעלן א טישל אין די שוהלן זאמלען די איבריגע חתימות, ס׳נישט עפעס װאס די הנהלה גײט קענען אדער אפי׳ װעלן זיך נוקם זײן אין די עסקנים, זײ האבן שױן פײן אײנגעזען אז מ׳רעדט נישט דא פון אפאר העצער׳ס נאר דאס איז דער דעת הקהל פון אפאר טױזענט אנגעװײטאגטע עלטערן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

זע איך אז עס איז שוין דא 174 דאונלאעדס. אויב יעדער וואס דאונלאעד שיקט אריין קען מען פילייכט שוין מארגן דערגרייכן דעם ציל.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

חדשות האט געשריבן:זע איך אז עס איז שוין דא 174 דאונלאעדס. אויב יעדער וואס דאונלאעד שיקט אריין קען מען פילייכט שוין מארגן דערגרייכן דעם ציל.

אלס מיין דאונלאוד רעכן נאר אויף 173
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

לא לנו האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:זע איך אז עס איז שוין דא 174 דאונלאעדס. אויב יעדער וואס דאונלאעד שיקט אריין קען מען פילייכט שוין מארגן דערגרייכן דעם ציל.

אלס מיין דאונלאוד רעכן נאר אויף 173

פארוואס טאקע???
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

חדשות האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:זע איך אז עס איז שוין דא 174 דאונלאעדס. אויב יעדער וואס דאונלאעד שיקט אריין קען מען פילייכט שוין מארגן דערגרייכן דעם ציל.

אלס מיין דאונלאוד רעכן נאר אויף 173

פארוואס טאקע???

פארוואס כ'האב עס געדאונלאוד פרעגסטו?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

חדשות האט געשריבן:
בייגלייט איז דער פעטיציע פאר די עלטערן אונטערצושרייבן. ווי איר קענט זען איז עס א דבר השוה לכל נפש. עס איז געשריבן מיטן גרעסטען מאס רעספעקט און הכרת הטוב פאר די הנהלת המוסדות, אבער אין דער זעלבער צייט ברענגט ארויס אונזער פשוטע רעכט וואס אונז האמיר הן עפ"י תורה ולבדיל עפ"י ישרות צו האבן א וועד וואס זאל אונז פארטרעטן.


ועשית הישר והטוב איז א פסוק חומש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

דריידל האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
בייגלייט איז דער פעטיציע פאר די עלטערן אונטערצושרייבן. ווי איר קענט זען איז עס א דבר השוה לכל נפש. עס איז געשריבן מיטן גרעסטען מאס רעספעקט און הכרת הטוב פאר די הנהלת המוסדות, אבער אין דער זעלבער צייט ברענגט ארויס אונזער פשוטע רעכט וואס אונז האמיר הן עפ"י תורה ולבדיל עפ"י ישרות צו האבן א וועד וואס זאל אונז פארטרעטן.


ועשית הישר והטוב איז א פסוק חומש

גערעכט. פארראכטן.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך פארשטיי נישט אויב וועט נישט זיין גענוג געלט, גייט דער וועד ההורים עס באצאלן?
וואס פונקטלעך גייט דער וועד זיין בעסער ווי די איצטיגע עסקנים/וועדד וואס איז געשטעלט דורך וואלן/אדמו"ר שליט"א/ראשי קהלה/?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב וועט נישט זיין גענוג געלט, גייט דער וועד ההורים עס באצאלן?
וואס פונקטלעך גייט דער וועד זיין בעסער ווי די איצטיגע עסקנים/וועדד וואס איז געשטעלט דורך וואלן/אדמו"ר שליט"א/ראשי קהלה/?

[וואלן?, ווען וואו? איז געווען די וואלן??]
זאגסט דאך אליינס דעם תירוץ...
זיי גייען נישט זיין געשטעלט דורך די ראשי הקהלה.... נאר דורך די עלטערן...
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובה דורך פארשער »

צו די אלע סקעפטיקער וואס צווייפלען וואס א וועד קען שוין אויפטון וויל איך פרעגן וואס פונקטליך קען מען שוין דערלייגן מיט אינטערשרייבן?
פאטענציאלע שאדן פון גרינדן א וועד = 0
פאטענציאלע פארדינסט = ???
ס'נעמט שנעלער אינטערצושרייבן דעם בריוו ווי צו שרייבן א תגובה מיט קריטיק...
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

פארשער האט געשריבן:צו די אלע סקעפטיקער וואס צווייפלען וואס א וועד קען שוין אויפטון וויל איך פרעגן וואס פונקטליך קען מען שוין דערלייגן מיט אינטערשרייבן?
פאטענציאלע שאדן פון גרינדן א וועד = 0
פאטענציאלע פארדינסט = ???
ס'נעמט שנעלער אינטערצושרייבן דעם בריוו ווי צו שרייבן א תגובה מיט קריטיק...

גוט ווארט. מאנכע וועלן טרעפן אלע מיני געוואלדיגע איינפעלער, אלס פארוואס נישט צו געבן זיין טייערן אינטערשריפט וואס נעמט בערך 4 סעקונדעס אויפן זייגער צו ערלעדיגען...
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

A lot of signatures are coming in, keep on spreading the word.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בר דעת האט געשריבן:A lot of signatures are coming in, keep on spreading the word.

בערך ביי וויפיל חתימות האלט מען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

פארשער האט געשריבן:צו די אלע סקעפטיקער וואס צווייפלען וואס א וועד קען שוין אויפטון וויל איך פרעגן וואס פונקטליך קען מען שוין דערלייגן מיט אינטערשרייבן?
פאטענציאלע שאדן פון גרינדן א וועד = 0
פאטענציאלע פארדינסט = ???
ס'נעמט שנעלער אינטערצושרייבן דעם בריוו ווי צו שרייבן א תגובה מיט קריטיק...


א וועד קען זיין א גרעסערע פראבלעם ווייל א מענטש מיט א פראבלעם קען גיין צו די הנהלה מען זאל אים מאכען אן אויסנאם משא"כ אויב עס איז דא א וועד וועט די הנהלה שיקען צום וועד (אין אויב דער וועד האלט אזוי ווי די הנהלה) וועט די וועד זאגען מען קען גארנישט טוען וחוזר חלילה ומפטירין כדאתמול א משל אזוי ווי עס גייט א ביי א לענדלער מיט א בראוקער ביים בראקער קען מען גארנישט האנדלען

די הנהלה וועט זיך אראפ זעצען מיטן וועד אין געבען אלע טויזענט אין ניינציג הסברים פארוואס מען האט נישט קיין ברירה אין שוין
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

I don't know the exact count, but we still have a way to go.
A lot of people that are in the catskills have not seen the petition yet.

Please PRINT out as many copies as you can, and spread it around to family, friends and neighbors.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:צו די אלע סקעפטיקער וואס צווייפלען וואס א וועד קען שוין אויפטון וויל איך פרעגן וואס פונקטליך קען מען שוין דערלייגן מיט אינטערשרייבן?
פאטענציאלע שאדן פון גרינדן א וועד = 0
פאטענציאלע פארדינסט = ???
ס'נעמט שנעלער אינטערצושרייבן דעם בריוו ווי צו שרייבן א תגובה מיט קריטיק...


א וועד קען זיין א גרעסערע פראבלעם ווייל א מענטש מיט א פראבלעם קען גיין צו די הנהלה מען זאל אים מאכען אן אויסנאם משא"כ אויב עס איז דא א וועד וועט די הנהלה שיקען צום וועד (אין אויב דער וועד האלט אזוי ווי די הנהלה) וועט די וועד זאגען מען קען גארנישט טוען וחוזר חלילה ומפטירין כדאתמול א משל אזוי ווי עס גייט א ביי א לענדלער מיט א בראוקער ביים בראקער קען מען גארנישט האנדלען

די הנהלה וועט זיך אראפ זעצען מיטן וועד אין געבען אלע טויזענט אין ניינציג הסברים פארוואס מען האט נישט קיין ברירה אין שוין

האסט שוין געהערט פון אויסנאמען ביי די הנהלה????!!! (חוץ זייערע פרענדס)
ס'איז גרינגער צו רעדן צו א וואנט וואו צו באקומען זייער עדיטוט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

בר דעת האט געשריבן:I don't know the exact count, but we still have a way to go.
A lot of people that are in the catskills have not seen the petition yet.

Please PRINT out as many copies as you can, and spread it around to family, friends and neighbors.

איך בין היינט געווען אין א פארשטופטע קאנטרי, איך גלייב נישט אז איינער האט דארט צוטריט צום געוועב, און עטליכע אזעלכע בראשורן זענען געליגן אויף די טישן.
bedford st
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:46 am

תגובה דורך bedford st »

וויפיל עלטערען האט די מוסדות ?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
ווי האלט איך דא האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:צו די אלע סקעפטיקער וואס צווייפלען וואס א וועד קען שוין אויפטון וויל איך פרעגן וואס פונקטליך קען מען שוין דערלייגן מיט אינטערשרייבן?
פאטענציאלע שאדן פון גרינדן א וועד = 0
פאטענציאלע פארדינסט = ???
ס'נעמט שנעלער אינטערצושרייבן דעם בריוו ווי צו שרייבן א תגובה מיט קריטיק...


א וועד קען זיין א גרעסערע פראבלעם ווייל א מענטש מיט א פראבלעם קען גיין צו די הנהלה מען זאל אים מאכען אן אויסנאם משא"כ אויב עס איז דא א וועד וועט די הנהלה שיקען צום וועד (אין אויב דער וועד האלט אזוי ווי די הנהלה) וועט די וועד זאגען מען קען גארנישט טוען וחוזר חלילה ומפטירין כדאתמול א משל אזוי ווי עס גייט א ביי א לענדלער מיט א בראוקער ביים בראקער קען מען גארנישט האנדלען

די הנהלה וועט זיך אראפ זעצען מיטן וועד אין געבען אלע טויזענט אין ניינציג הסברים פארוואס מען האט נישט קיין ברירה אין שוין

האסט שוין געהערט פון אויסנאמען ביי די הנהלה????!!! (חוץ זייערע פרענדס)
ס'איז גרינגער צו רעדן צו א וואנט וואו צו באקומען זייער עדיטוט!

;l;p- 100% right
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די עיקר אויפטו אז מען וועט נישט קענען זאגן פאר א מענטש אז די ביסט דער איינציגסטער משוגענער וואס קאמפלעינט
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

רבותי, מאכט זיכער צו פארשפרייטען די petition אין די קעטסקילס במשך די וויקענד. זייער אסאך מענטשן וואס זענען נישט אין די סיטי און האבן נישט קיין קאמפיוטער עקסעס ווייסן נאכנישט פון די גאנצע זאך, אדער ווייסן נישט וויאזוי צו אונטערשרייבן.
אטעטשמענטס
היסטארישע בריוו.pdf
(125.98 KiB) געווארן דאונלאודעד 206 מאל
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בר דעת האט געשריבן:רבותי, מאכט זיכער צו פארשפרייטען די petition אין די קעטסקילס במשך די וויקענד. זייער אסאך מענטשן וואס זענען נישט אין די סיטי און האבן נישט קיין קאמפיוטער עקסעס ווייסן נאכנישט פון די גאנצע זאך, אדער ווייסן נישט וויאזוי צו אונטערשרייבן.

זייער אסאך מענטשן וואס זענען יא אין די סיטי און האבן נישט קיין קאמפיוטער עקסעס ווייסן אױך נאכנישט פון די גאנצע זאך, לדעתי דארף עס װערן אױפגעהאנגען אין אלע שוהלן אױף א פראמינענט מקום, (יאל בי סירפרײזד סעט נישט װערן אראפגעריסן, און סעט ארײנקומען אפאר הונדערט חתימות יענעם טאג) that's what i think
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”