שוידער! דער בית המקדש איז חרוב געווארן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

שוידער! דער בית המקדש איז חרוב געווארן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

שוידערליכע קראנטע באריכטען קומען אריין פון ירושלים, אומגלויבליכע, אבער אמת, שווער צי שרייבן... אבער דאס איז די ביטערע מציאות... און דאס איז ליידער געשעהן בעווה"ר, אז די איטאליענע טרופן האבן אינגאנצן איבער גענומען קאנטראל איבער די הייליגע שיינע שטאט ירושלים, עס אינגאנצן חרוב געמאכט, און יא, אפילו די הייליגע הויז די ביהמ"ק, דער קרוין פון אינזער קאפ, האבן זיי אינגאנצן פארברענט! שוידערליך! עס פארברענט און חרוב געמאכט עד היסוד.
און נישט נאר דאס, נאר זיי האבן גענומען אלע איינוואוינער, די טייערע הייליגע ירושלים'ער אידן אין געפענגעניש... ווייט אוועק, אוועק פון דער הייליג לאנד, אינזער לאנד, דאס שיינע לאנד...

איי... ווי האבן אונז דען גע'חלומ'ט אין אינזערע ווילדסטע חלומות אז אזא זאך זאל קענען פאסירען, ווי אזוי וועלן מיר קענען ווייטער ממשיך זיין מיטן לעבן אהן אונזער הייליגער בית המקדש, ווי וועט דין דער זון אויפשיינען מארגן, ווי אזוי וועלן מיר נאך קענען עפס אין מויל נעמען, בעת ווען עם ישראל פארלאזט אינזער הייליג לאנד...

גיב איך זיך א דערמאן, ווי געשמאק איז געווען צי ארויף גיין עולה רגל זיין... אומבאשרייבליך... דאס הייליגקייט וואס האט אונז ארום גענומען, מיר האבן זיך פשוט געהויבן צען טפחים העכער די ערד, פארגעסן פון אונזער גשמיות'דיגע געברויכען... און יעצט... איי... ווי וועלן מיר נאך קענען פראווען א יו"ט אהן עולה רגל זיין... וועלן מיר דען בלייבן אינדערהיים?...

אוי... די היילגע קרבן פסח וואס מיר האבן יעדער ערב פסח מקריב געווען, און געגעסן, בקדושה ובטהרה, דאס גייען מיר מער נישט האבן!

געדענקן מיר די הייליגע לעכטיגע שמחה וואס האט אונז ארום גענומען ביי שמחת בית השואבה, די אבוקות של אור וואס האט לעכטיג געמאכט גאנץ ירושלים, דער אומבאשרייבליכער שמחה, וואס איז נישטא זיינס גלייכען... דאס אלעס איז געעענדיגט... אוי...

א יוהכ"פ אין ביהמ"ק, איז דען דאס מעגליך צי באשרייבן? וועלן אינזערע קינדער דאס פארשטיין בכלל? דער הייליגער עבודה פון די כהן גדול, דער עומדים צפופים ומשתחווים רווחים, דער שטריק וואס האט זיך געטוישט פון רויט אויף ווייס ווען אינזערע זינד האבן זיך פארמעקט, דער שם המפורש וואס מיר האבן געהערט... איי... וואס גייט יעצט זיין?...

דערמאן איך זיך סתם א וואכן טאג, ווען ס'האט זיך אנגעכאפט א בענקעניש צום רבש"ע און מיר זענען ארויף מיט א קרבן שלמים קיין ירושלים, אדער מיט די מעשר שני, דער קדושה וואס האט אונז דארטן ארום גענומען, דער רוח הקודש וואס מיר האבן באקומען, דער שמחה וואס האט עולה געווען על גדותיו, משוש כל הארץ, דער טהרה, ווען מען האט געשפריצט אויף אונז דער דם הפרה, און ווען מיר האבן געזעהן די עשרה נסים, וואס מיר האבן דארט טאג טעגליך געזעהן, דער השראת השכינה, דער שירת הלויים, דער ווארמער לחם הפנים וואס מיר האבן מיט די אייגענע אויגן געזעהן גיין א פרישער רייעך נאך א וואך! דער ווארעמקייט און העכערע גייסט אינען הייליגען הויז, און ווען מיר האבן מקריב געווען די קרבנות, און עס דערנאך געגעסן, און סתם מיטן זיך דרייען אינעם הייליגען שטאט... מען האט דארט נישט גענעכטיגט מיט א זינד אין די האנט... דאס גליקליכקייט וואס מיר האבן דארט באקומען איז אין לשער...דאס האט אונז געגעבן כוח צי אנגיין מיטן טאג טעגליך לעבן, ווער ס'דארט נישט געווען קען דאס פשוט נישט באגרייפן... איז דאס אלעס געענדיגט?...

צי זעהן דער הייליגער כהן גדול מיט די בגדי כהונה, דער ציץ הקודש, דער חושן המשפט, דער אורים ותומים... צי הערן די כהנים דוכנ'ען מיטן שם המפורש... דאס גייט מער נישט זיין?...

געדענקן מיר ווען מיר זענען חלילה נכשל געווארן בשוגג אין א חטא, דער שוידער וואס נעמט אינז ארום... מיר זענען באלד געגאנגען קויפן א פעטן בהמה, עס מעלה געווען צי ירושלים ווען טרערן גיסן זיך פון אינזער אויגן... זיך אנגעלענט אויף דעהם אין ביהמ"ק, און די הארץ האט זיך געעפנט, דער טרערן וואס האבן זיך געגאסן ביז מיר זענען ריין געווארן, וואס גייט יעצט זיין?...

דער הערלכער שיינקייט פון ביהמ"ק, דער מארמאערנער שטיינער וואס האט באדעקט די ווענט, מיט גאלד ציגעדעקט, וואס האט געבליטשקעט איהר שיינקייט ביז ווייט... ווען דער זוהן איז אויגעאנגען און דער קריסטאלענע נברשת האט געגלאנט... אלע גויים האבן דאך געדאווענט ביי דעהם בנין... ירושלים וואס איז דאך געווען דער שפיץ פון שיינקייט... דער בארימטער חכמה פון די ירושלים'ער קינדערלעך... דער כבוד וואס די אומצאליגער ירושלים'ער אידן האבן געהאט... א אייגען וואג אין גאלד האט מען געדארפט אפגעבן פאר נדן פאר ירושלים'ע טאכטער... זייער הייליגע מדות.... זייער אומבאגרייפליכער רוח הקודש... אלעס איז חרוב ונחרב... זיי זענען אלע פארטריבען געווארן... אוי מה היה לנו...

איי.... איי... וואס גייט דא זיין?... מער נישט קיין ביהמ"ק.... קיין בכורים... קיין עליה לרגל... קיין קרבנות.... קיין כהנים בעבודתם... גארנישט...

ווער ווייסט דען וואס אזא ביטערע גלות קען אונז נאך אנברענגען... ווי פיל שפיכות דמים וואס זאל נישט געשעהן... ווי זאלן מיר זיך מתחזק זיין ווען עס וועט חלילה קומען נסיונות אהן קיין ביהמ"ק?... ווער וויסט דען וואס גייט דא זיין?... אינזערע קינדער וועלן זיך נאך קענען איינגלידערען אין די גוי'שע לענדער... און נאך ערגער... דיי וועלן נאך חלילה מיינען אז דארט איז זייער היים... איי... וואס אינז געבליבען?... פון וואס וועלן מיר שעפן חיות?... נאר די היילגע לעכטיגע תורה איז אונז געבליבען... לאמיר זיך מיט דעהם מתחזק זיין און האפן אז עס וועט לאנג נישט נעמען, בוז דער אייביגער ביהמ"ק וועט ווידער געבויעט ווערן בב"א.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום דינסטאג יולי 25, 2017 6:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

געוואלדיגע ווערטער, גוט אראפגעלייגט! עס ברענגט אריין בענקשאפט און געפיהל אפילו פאר אונז בני דור האחרון וואס מיר זענען ליידער אזוי ווייט.

יישר כח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

405px-Jerusalem_Modell_BW_3.JPG
405px-Jerusalem_Modell_BW_3.JPG (86.31 KiB) געזען 4228 מאל

איהר זעהט די בילד, שיין, דאס איז אבער נישט א אמת'ער, דאס האט נאר איינער געמאכט לפי וואס ער האט געהערט און לפי זיינע אייגענע פראסטע געפיהלן, דער אמת'ער איז געווען צענדליג מאל מער שיין.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

דבר בעתו (בעט״ו) מה טוב
זייער שיין אין רייך
א יישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

אוי... דאס איז דאך שרעקליך!!! אזאנס??

איינער מיט בילדער אדער קליפס?! שנעל אהער.
וואס זאגן די פאליטיקאנטן אויף דעם?!
האט מען דאס נישט פאראויס געזעהן?!
וויפיל איז ווערט דער שטח? איז עס אויף סעיל?!

------------

שכח זייער שיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
405px-Jerusalem_Modell_BW_3.JPG

איהר זעהט די בילד, שיין, דאס איז אבער נישט א אמת'ער, דאס האט נאר איינער געמאכט לפי וואס ער האט געהערט און לפי זיינע אייגענע פראסטע געפיהלן, דער אמת'ער איז געווען צענדליג מאל מער שיין.

לעני''ד קלאפט עפעס נישט אונעם בילד, ווייל לויט ווי מיינע אויגן זעהען עס, ליגט די עזרה און די אוהל מועד אויף די ברייט פונעם הר הבית, ווען באמת דארף עס ליגן אויף די לענג פונעם הר הבית.
אפעטיט
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפעטיט »

זייער גיט אראפגעלייגט וואס מיר האבן ליידער פארלוירן. ס'העט זיכער זיין גרינגער צי פארלאזן א טרער צוויי דריי דעם קומענדיגע תשעה באב (משיח זאל אוודאי דא זיין פארדעם) ווען מ'ווייסט אין מ'פילט וואס מיר האבן פארלוירן.

אין יא! די סיבה פארוואס מען זיכט אזוי אוועקצילויפן פין די 9 טעג איז טאקע דעיס ווייל קיינער האט אינז קיינמאל נישט דערציילט וואס מיר האבן פארלוירן. אונז (איך) האמיר נאר געוויסט אז אין די ניין טעג איז מען מער גערעגט אין נערוועז ווי א גאנץ יאהר. אין פארשטייצעך כאפן 9 טעג חומרות... אין די 9 טעג איז נישט קיין שום ענין צו זיין גערעגט נערוועז אדער דעפרעסט. מ'מעג אין מ'דארף ווייטער זיין פרייליך אין גריסען א חבר מיט א שמייכל. אין שלחן ערוך שטייט זייער קלאר די זאכן וואס מען איז זיך מונע וועגן די ניין טעג אין מ'מיז נישט צילייגן. אין אז מ'ווייסט וואס מיר האבן פארלוירן איז מען אין הארץ ציבראכן געניג אין נאך אין מען איז מתפלל שיבנה ביהמ"ק במהרה אמן
מיין גאול איז נישט צו זיין בעסער פין א צווייטן, נאר צו זיין בעסער פין וואס איך בין געווען נעכטן
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

יישר כח ס'שוידערט דער באריכט
נאך אזא לייוו רעפארט פון חזון איש'ניק איז שווער צו גיין הערן אין רעסטוראנט א סיום פאר א געפרעגעלטע שטיקל בשר.
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

מענדי האט געשריבן:אוי... דאס איז דאך שרעקליך!!! אזאנס??

איינער מיט בילדער אדער קליפס?! שנעל אהער.
וואס זאגן די פאליטיקאנטן אויף דעם?!
האט מען דאס נישט פאראויס געזעהן?!
וויפיל איז ווערט דער שטח? איז עס אויף סעיל?!

------------

שכח זייער שיין אראפגעלייגט.

ווען ס'געשענט היינט וואלן אסאך מענטשן געכאפט קליפ'ס
היינטיגע דורות...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח חזונישניק!

די ריכטיגע דיבורים אריין צו ברענגען אביסל די ימי אבילות און דערמאנען אביסל די געגועים איבער וואס מיר האבן פארלוירן

אוי! מה היה לנו
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

געקלערט האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
405px-Jerusalem_Modell_BW_3.JPG

איהר זעהט די בילד, שיין, דאס איז אבער נישט א אמת'ער, דאס האט נאר איינער געמאכט לפי וואס ער האט געהערט און לפי זיינע אייגענע פראסטע געפיהלן, דער אמת'ער איז געווען צענדליג מאל מער שיין.

לעני''ד קלאפט עפעס נישט אונעם בילד, ווייל לויט ווי מיינע אויגן זעהען עס, ליגט די עזרה און די אוהל מועד אויף די ברייט פונעם הר הבית, ווען באמת דארף עס ליגן אויף די לענג פונעם הר הבית.

איך ווייס נישט, אבער די פארשוינען וואס האבן געבויעט די מאדעל זענען נישט ממש קיין גרויסע צדיקים, ודי, זייענדיג דארט בין איך שאקירט געווארן אז עס שטייט אז די מאדעל איז געבויעט געווארן לפי (איך געדענק נישט צי שטייט בכלל מסכת מדות) ספר יוסיפין און להבדיל... דער ברית החדשה ה"י.
למשל, די זיילן וואס מען זעהט אויפן וואנט פון דעהם היכל אינדרויסן דאכט זיך אז עס האט נישט קיין מקור אין חז"ל.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

לחם לשובע האט געשריבן:

הייסט דאס איז א בילד פון א מאדעל?

ווי קען מען עס זעהן?

בד''וו וואס איז דער ברית החדשה?
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

ס'זעהט אויס אזוי ווייל די בילד איז פין אויבן, אבער די אמת אז ס'איז געווען פיר עקעדיג
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ישראלי האט געשריבן:

כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדט'ס וואס איז געווען פיר עקעדיג ?

בד''וו וואס איז דער ברית החדשה?[/quote]
ס'איז דא אין ירושלים לעבן בית וגן, פיר הויכע געביידעס און די פיפטע איז אסאך העכער, ס'הייסט הולילנד, (איך וייס נישט צו די וייסט, אבער אונזערע אמאליגע ראש ממשלה אולמרט איז אריין אין תפיסה וייל ס'איז געווען דארט bribery - שוחד) דארט איז געווען אמאל א הוטעל מיט נאמען הולילנד, דארטן איז עס געוועהן יארן
היינט ליגט דאס אין מוזיאון ישראל אין ירושלים
נ. ב. ברית החדשה איז די בייבל פון די גויים
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

געקלערט האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
405px-Jerusalem_Modell_BW_3.JPG

איהר זעהט די בילד, שיין, דאס איז אבער נישט א אמת'ער, דאס האט נאר איינער געמאכט לפי וואס ער האט געהערט און לפי זיינע אייגענע פראסטע געפיהלן, דער אמת'ער איז געווען צענדליג מאל מער שיין.

לעני''ד קלאפט עפעס נישט אונעם בילד, ווייל לויט ווי מיינע אויגן זעהען עס, ליגט די עזרה און די אוהל מועד אויף די ברייט פונעם הר הבית, ווען באמת דארף עס ליגן אויף די לענג פונעם הר הבית.

ס'זעהט אויס אזוי ווייל די בילד איז פין אויבן, אבער די אמת אז ס'איז געווען פיר עקעדיג

כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדט'ס וואס איז געווען פיר עקעדיג ?

דו האסט גערעדט וועגגן די עזרת נשים, ניין? די עזרת נשים איז געווען פיר עקעדיג, מרובע, די עזרת ישראל איז געווען זייער שמאל, נישט אויף דעם רעדסטו, ניין?
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ישראלי האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
405px-Jerusalem_Modell_BW_3.JPG

איהר זעהט די בילד, שיין, דאס איז אבער נישט א אמת'ער, דאס האט נאר איינער געמאכט לפי וואס ער האט געהערט און לפי זיינע אייגענע פראסטע געפיהלן, דער אמת'ער איז געווען צענדליג מאל מער שיין.

לעני''ד קלאפט עפעס נישט אונעם בילד, ווייל לויט ווי מיינע אויגן זעהען עס, ליגט די עזרה און די אוהל מועד אויף די ברייט פונעם הר הבית, ווען באמת דארף עס ליגן אויף די לענג פונעם הר הבית.

ס'זעהט אויס אזוי ווייל די בילד איז פין אויבן, אבער די אמת אז ס'איז געווען פיר עקעדיג

כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדט'ס וואס איז געווען פיר עקעדיג ?

דו האסט גערעדט וועגגן די עזרת נשים, ניין? די עזרת נשים איז געווען פיר עקעדיג, מרובע, די עזרת ישראל איז געווען זייער שמאל, נישט אויף דעם רעדסטו, ניין?

ניין, איך רעדט אז די גאנצע בית המקדש איז געלעגן אויפן הר הבית אויסגעדריידט צו די אנדערע זייט, די בית המקדש איז געלעגן אויף די לענג פונעם הר הבית, און נישט אויף די ברייט פונעם הר הבית אזוי ווי דא אויפן בילד.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שכח חזונישניק!

די ריכטיגע דיבורים אריין צו ברענגען אביסל די ימי אבילות און דערמאנען אביסל די געגועים איבער וואס מיר האבן פארלוירן

אוי! מה היה לנו
...
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

יעצט האב איך פארשטיינען, וואס זאל איך זאגן? לך לאומן וכו ואמור לו מה מכוער כלי זה, וואס ווילסטו פון א חילוני אדער א מזרוחניק וואס ארבע לויט די ברית החדשה, ס'איז דא אין ארץ ישראל אסאך אזעלכע זאכן, איך בין געווען ביי א פלאץ וואס הייסט 'מעלית הזמן' - טיים עלוועיטער, מזיצט און א זאל און מזעהט א מובי 3d אויף ירושלים, צום סוף רעדט מען ווי די שטאט וועט זיין אמאל שיין און גרויס...
אן א ווארט אויף די בית המקדש השלישי!!!!! :cry: :cry:
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

און ווייטערע באריכטן, וואס טוט זיך ביי די מיליאנען אידן וואס זענען פארטריבן געווארן אין גלות.

שווערע יאמערליכע געוויינען הערט זיך ווי מען גייט און ווי מען שטייט, בכיות נוראות, טייכן טרערן גיסען זיך.... טייל זענען גאר היסטעריש... שוידערליכע באריכטן הערט מען כסדר וואס גיבט נישט צו צום מוט... למשל קומט יעצט אריין באריכטן פון א שיף פון פיר הונדערט ערליכע הייליגע אידישע יונגלעך און מיידלעך וואס דער גענעראל טיטוס האט גענומען אויפן וועג צי רוים, און ווען די הייליגע נשמות האבן פארשטאנען וואס גייט געשעהן האבן זיי פשוט... אריין געטאנצן אין ים... פולע אידן האבן א נדר געמאכט אז זיי גייען מער נישט עסן פלייש און טרינקען וויין... טייל פון גדולי ישראל קלערן אפילו פון מאכן א גזירה אז מען זאל מער נישט טארן חתונה האבן...

טייל אידן האבן פראבירט זיך צי ציגעוואוינען צום נייען ביטערען מציאות, אבער דא הייבט עס אן פאטשן אין פנים... דער פיזישער כוח וואס מיר פלעגן האבן האבן מיר שוין ליידער נישט! דער גבורה, געדענקן מיר נאך ווי מיר דער כהן האט געווארפן דער לייכטוואגיקער זפק פון עוף 64 פיס ווייט! היינט איז אונזער כח ווייט, זייער ווייט פון דעהם... געדענקן מיר נאך די זאפטיגע פרוכט פון ארץ ישראל, די פירות גנוסר פון טבריה, די טייערע וויין פון די גולן בערג, אפילו דאס איז שוין מער נישט דא... אפילו די גשמיות'דיגע טעם פון די פרוכט איז נעלם געווארן...

דער פרוכטבארע הייליגע לאנד וואס האט געהאט די זאפטיגסטע געשמאקסטע פרוכט און תבואה, איז היינט איין שטיק זאלץ מיט שוועבל... מיט די מערסטע פארגעשריטענע פאטענטן קען מען גארנישט איינזייען... אפילו א פייגל האט מורא צי פליעהן העכער ארץ ישראל... אוי מה היה לנו...

און ווער רעדט נאך פון די רוחניות'דיגע דרגות... דער ריינע שטארקע אמונה אין באשעפער ברוך הוא... מען פלעגט אפילו נישט גיין ארבעטען און מיט בטחון באקריגן די געלט... א קראנקער איז נישט געגאנגען צי דעם דאקטאר נאר אין ביהמ"ד תשובה צי טוהן... די אלע דרגות האבן מיר אזוי שנעל פארלוירן...

די פולצאליגע מסכתות וואס מיר האבן געלערנט אין ביהמ"ד האבן מיר געדענקט אויסעווייניג... און יעצט פלוצלינג הייבט מען אהן פארגעסן...

א ציטער איז א דורך אין די ביינער הערנדיג ווי א גוי'שער שייגעץ זאגט פאר זיין חבר: "גיבט אכט אויף דיין געלט, כדי דו זאלסט נישט אויסזעהן ווי די אידן וואס האבן נאר באקסער צי עסן...", אדער "איך ווינטש דיר אריכת ימים אזוי ווי דעם איד'ס שבת קלייד..."... איי... וואס איז דא געשעהן מיט די עם הנבחר?!....

רעדנדיג מיט אונזער רבי, אונזער מורה דרך, א הייליג איד, א בעל רוח הקודש, זאגט ער אונז אז אונזער קומט בכלל נישט צי צי כביכול דער צער פון השי"ת... ווי קענען מיר אנגיין מיטן לעבן נאכן הערן וואס ער האט אונז פארציילט... וואס פארשטייען אונז, וואס האבן מיר דען אן השגה, אלס איז דאך א משל, פארשטייט זיך, אבער דאס וואס ער זאגט אונז... דער מלך מלכי המלכים כביכול קלאגט: "איך האב שוין נישט ווי צי וואוינען אויף דער וועלט, וועל איך צוריק גיין צי מיין וואוינונג אין הימל..." וויטער קלאגט כביכול: "וויי איז צי מיר... וואס האב איך געטוהן... איך האב דאך גערוהט מיין שכינה אויף דער וועלט נאר צוליב די אידן... און ווייל זיי האבן געזינדיגט האב איך זיי פארטריבען... בין איך דען חלילה געווארן צי שפאט ביי די גויים..." מלאכים פראבירן צי טרייסטן דעם אייבירשטען, אבער דער רבש"ע זאגט עס אפ... אייער דברי ניחומים זענען נאר שטעך ווערטער...

דער רבש"ע איז אראפ זעהן דעם חורבן... און קלאגט... "וויי איז צי מיין שטוב... מיינע קינדער, ווי זענען ענק?!... מיינע כהנים, ווי זענען ענק?!... איך האב דאך אייך געווארנט און ענק האבן נישט תשובה געטוהן...." "איך בין דאך אזוי ווי א אטאע וואס האט געהאט אן איין איינציג קינד, און אינטער דער חופה איז דאס קינד געשטארבן... דער גאנצער וועלט האב איך דאך באשאפן פאר מיינע קינדער, און יעצט זענען זיי געאנגען אין גלות... וואס האב איך פון די גאנצע וועלט..."

די אבות הקדושים, משה רבינו שטייען אויף פון קבר, אברהם אבינו וויינט, רייסט זיינע האר, שלאגט זיין פנים, רייסט זיינע קליידער, מלאכי השרת וויינען מיט מיט איהם... אלע אותיות הקדושים קומען וויינעם צים באשעפער...יצחק אבינו און יעקב איבינו קומען אויך וויינען און קלאגן אויף זייערע קינדער.. משה רבינו איז דא... אלע פראבירן מלמד זכות זיין... משה רבינו שרייט אהן דעם זין אויף איהר חוצפה צי וויטער שיינען... ביז רחל אימנו איז געקומען... דא האט דער באשעפער שוין איהר ציגעהערט, און ציגעזאגט: הער אויף צי וויינען, וועט נאך קוממען די טאג וואס דיינע קינדער וועלן זיך צוריק קערן צי איהרע גרעניצן, בב"א.

רוב פון זאכן וואס איז דא געשריבען געווארן ווערט געברענגט אויף חורבן בית הראשון.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הארציג
אט אזוי און נאר אזוי ווען מען מעורר זיין אונזערע שטיינערנע הערצער צו משיג זיין וואס אונז האבען פארלוירען

איך טראכט אסאך מאל אז ח"ו ח"ו ח"ו איראן סטראשעט צו אפווישן א"י מיט א נוקלעאר באמבעלע , חלילה ווען אזוינס פאסירט און סאיז דא טויזענטער טויטע און פארווינדעטע , ווי שאקינג וואלט עס געווען, ווער וואלט געווען געקענט גיין צין רעסטוראנט עסן א מילכיגע מעניו, אפילו עס איז נישטא קיין ביהמ"ק און כהנים סנהדרין נאר סתם ערליכע אידן, אז מען טראכט אריין איז נישט קיין סאך בעסער געווען ביי אונזערע זיידעס אין ביהמ"ק, מסתמא נאך אפילו שווערער אין מדרש שטייט עס האט זיך געגאסן אזויפיל בלוט, עס איז געווען די טראגעדיע פונעם דור, מיר דארפען שטארק אריינטראכטען וואס האט פאסירט !
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

געקלערט האט געשריבן:[q

בד''וו וואס איז דער ברית החדשה?

ווייסט טאקע נישט???

ישראלי האט געשריבן:יעצט האב איך פארשטיינען, וואס זאל איך זאגן? לך לאומן וכו ואמור לו מה מכוער כלי זה, וואס ווילסטו פון א חילוני אדער א מזרוחניק וואס ארבע לויט די ברית החדשה, ס'איז דא אין ארץ ישראל אסאך אזעלכע זאכן, איך בין געווען ביי א פלאץ וואס הייסט 'מעלית הזמן' - טיים עלוועיטער, מזיצט און א זאל און מזעהט א מובי 3d אויף ירושלים, צום סוף רעדט מען ווי די שטאט וועט זיין אמאל שיין און גרויס...
אן א ווארט אויף די בית המקדש השלישי!!!!! :cry: :cry:

לדוגמה נעם
אטעטשמענטס
Screenshot 2017-07-27 16.59.51.png
Screenshot 2017-07-27 16.59.51.png (646.53 KiB) געזען 3600 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ חזונאיש-ניק
זייער הארציג און גוט געשריבן ליידער

זאל דער רבוש"ע העלפן זאלסט אינגיכן קענען שרייבן פון די גאולה שלימה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

ב"ה

דרך העולם, ווען עס געשעהט חלילה א טראגעדיע, אויף אלע שונאי ישראל געזאגט, איז אין אנהייב פראסקעט דער אומגליק אין פנים, דער ביטערע פאקט ציפט פון אלע זיין, אבער ווי א טאג עס גייט פאריבער, טוט זיך דער מצב פארלייכטערען, בוז מען געוויינט זין אינגאנצן צי צי דער מצב.

נישט ווי יעדער טראגעדיע איז אונזער טראגעדיע, און נישט ווי אן אנדער אומגליק איז אונזערס, נאר ווי א יאר עס גייט פאריבער, ווערט די פארערגערט זיך אונזער אומגליק, מי דערווייטערן זיך אלס מער פון די שכינה הק', די נסיונות ווערט שווערער, ירחם ה'.

ווער עס קוקט אריין אין מדרש איכה, ווער עס זעהט וואס עס שטייט אין חז"ל, אויף די גרעסטע לעכטיגקיין, אויף די שטארקע קדושה, וואס איז געווען בזמן שביהמ"ק היה קיים, ווערט דערציטערט צי זעהן וואס מיר האבן ליידער נישט.

א אידיש קינד, וואס האט א הייליג נשמה, לעכצעט נאך קדושה, נאך העכערקייט, אפילו מיר פילן זיך אזוי דערוויטערט, ווייסן מיר נאך אונזער אמת'ער רצון, אונזער אמת'ער תכלית.
צום ביישפיל, מען וועט פרעגן א 60 יעריגער איד, וואס אין די שנה ראשונה איז ער געפארן האני מאן אויף די שווייצע בערג אין א 5 שטערינדיגער האטעל, א העכסט געלונגענע טריפ, גוט ענזשויעט, וועט מען איהן פרעגן 40 יאר שפעטער, זאג'זשע ר' איד, אפשר דערציילסטו מיר א ביסל איבער יענער טריפ, ווי פונקטליך ביסטו געווען, וואס וועט ער זאגן, אה, ווי נאכאמאל בין איך דעמאלטס געווען, לאמיר זיך דערמאנען, אפשר אראזא, נע, איך געדענק שוין נישט, שוין אריבער א שיינע 40 יאר פון דעמאלט, אפשר מיין רעביצין געדענקט...

וועסט אבער פרעגן א סאטמאר'ע חסיד, וואס אין זיינע יונגער יארן איז ער געווען א כל נדרי ביים רבי'ן זי"ע, אדער א בעלזער חסיד וואס איז געווען א ר"ה ביים רב ז"ל, וכו' וכו', פארצייל מיר וואס איז דאן געווען, באלד וועט יענער אנהייבן רעדן מיט גרויס בענקעניש און נאסטאלאגיע און מיט טרערן אין די אויגן, איבער יענע דערהויבענע מאמענטן.

צי וואס בענקט זיך יענער? צי די נישט עקסטער שיינער שוהל וואס מען האט געדאווענט? צי די שטופעניש? צי די שטוקעדיגע תל-אביב לופט? פארשטייט יעדער אז יענער בענקט זיך צי די געהויבענע מינוטן, די מינוטין וואס ער איז געווען העכער, נענטער צום בורא, הייליגער.

איי... קען מען זיך דער פארשטעלן ווי העכער מיר זענען געווען בזמן שביה"ק היה קיים, ווי פיל הייליגער, ווי דער ווילנער גאון זי"ע האט געזאגט אז ער קען האבן א השגה גאר אין א ראשון, אבער נישט אין א פשוט'ער איד בזמן הבית, יעדער איד האט געהאט רוח הקודש, יעדער איז געווען הייליג, דער רמב"ן זאגט דאך אז אפילו צי א דאקטאר דארף א איד נישט גיין בזמן חולי ל"ע, נאר באלד זיך געוואנדן צום גרויסען באשעפער, דאס איז דאן געווען, דער אמונה איז דאך געווען אומגעהויער גרויס, ציזעענדיג יעדער טאג די עשרה נסים, די הייליגער עבודה, די קרבנות, די השראת השכינה וכו' וכו', לא לן אדם בירושלים וחטא בידו, א ודאי און א ודאי דארפן מיר זיך בענקען און בענקען אן אויפהער.

טראכט איך זיך אריין אין מיין מצב, איי, ר' איד, ווי פיל מאל האסטו היינט געטראכט פונעם באשעפער, התשכח קל מחוללך?! ווי נערוועז ווערט מען פאר פרנסה, איז דען דאס בטחון?! און ווי אזוי האט דיין דאווענען אויסגעזעהן?! דיין לערנען?! אוי באשעפער, ווי ווייט איז פון מיר ביז דיר... ווי דערשטיקט ווערן מיר דא אין דעם ביטערן גלות הדעת... דאס אלעס איז דאך דאן נישט געווען.

און אז מיר טראכטן אריין, ווער איז אונזער אח לצרה, כאפט דאך א שוידער אין אלע ביינער, מיר האבן נישט קיין שמץ של מושג ווי ווייט מיר האבן נישט קיין מושג, און זיכער פאר יעדער מאמין אז די אלע מידות און מצבים וואס זענען דא ביי א בשר ודם איז בכלל נישט שייך ביי כביכול, אבער דאס איז דאך זאכן וואס שטייען, ווי דער גרויסער הייליגער באשעפער, וואס איז נתאווה לו להיות דירה בתחתונים. צי רועהן זיין שכינה אויף מעשה ידיו, האט ליידער געדארפט אוועק גיין פון דא, כביכול, שכינתא בגלותא, דער שכינה הק' קלאגט, און נעמט נישט אהן קיין נחמה, און קלאגט שוין באלד 2000 יאר.

ווען דער באשעפער האט באשאפן זיין וועלטל האבן קין והבל א קרבן מקריב געווען, שפעטער נאך דעהם גרויסן מבול האט נח מקריב געווען קרבנות, שטייט דעמאלט, וירח ה' את ריח הניחוח און ער האט געשוואוירען אז קיין מבול וועט מער נישט קומען, אלע אבות הק' האבן קרבנות מקריב געווען, ביז מען האט דעהם משכן געבויעט, און דער באשעפער האט באפוילן די אידן מיט מצוות הקרבנות, און דער טעם שטייט קלאר, לריח ניחוח, כביכול איז דאס א פארגעניגען פארן אייבירשטען.

אזוי איז אנגעגאנגן פאר לאנגע יארן, ביז... ביז תשעה באב פאר באלד 2000 יאר צוריק, דאמאלטס האט זיך די ריח הניחוח אפגעשטעלט, און זיך נאכנישט צוריק געקערט, פאר כמעט צוויי אלפים, ס'נישא קיין ריח ניחוח לרצות פארן באשעפער...

שטייען מיר דא אין ת"ב, די יום המר והנמהר, און מיר זיצען אויף די ערד און קלאגן, און ציזאמען מיט אונז קלאגט די הייליגער שכינה, ער איז אונזער שותף די טאג, זאגט וועגן דעהם ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע אז דעמאלטס איז א עת רצון, און ווען א איד דארף עפעס זאל ער דעמאלט בעטן, אבער קיין שמייכל זאל ער חלילה נישט געבן, דאס איז סכנת נפשות, ווייל דעמאלט לאכט מען ווען די שכינה וויינט, און מען דערווייטערט זיך פון איהר.

געווען מאל א פרינץ וואס ער איז פארטריבן געווארן מבית המלך, צוליב זיינע זינד, ווייט, ווייט, אבער געדענקט האט ער נאך אז ער איז א קינד פונעם קעניג, געגעסן האט ער נאר מאכלים העולים על שולחן מלכים, ער איז דאך נישט קיין דארפס מאן, ער געפינט זיך טאקע דא, ווייט, אבער וועט נאך קומען די טאג די טאטע וועט איהם צוריק אהיים רופן, און די בענקעניש צי די טאג איז גרויס.

דורך געגאנגן א פאר יאר, און די צייט מאכט איהרע, און ציביסלעך, ציביסלעך, די בן מלך געוויינט זיך צי, ער פארגעסט שוין פון ווי ער קומט, ער בענקט זיך שוין נישט אזוי צי דער טאג, ער עסט שוין וואס ס'איז דא....

פונדערווייטנס זיצט די טאטע די מלך, ער בענקט זיך צי זיין קינד, זיין בענקעניש איז גרויס, און עס לאזט נישט נאך, גייט דורך א יאר מיט נאך איינס, אבער די צייט מאכט נישט איהרע, ער פארגעסט נישט פאר א רגע פון זיין באליבטער בן יחיד, ער ווארט צי הערן פון זיינע שליחים וואס קוקען נאך די פרינץ, וואס איז די פרינץ'ס מצב, און אט הערט הער, א בראך, דער פרינץ האט אינגאנצן פארגעסן פון ווי ער קומט, ווי ער באלאנגט, אך, די טראגעדיע איז א סך גרעסער... מען מוז איהם באלד איסלייזען...

אויב אונזערע זיידעס האבן געקלאגט אויפן חורבן, געוויינט, געקומען די ימי בין המצרים איז די מצב געווארן פול מער אומעטיג, (עד כדי כך אז צדיקים האבן געטייטשט, משנכנס אב ממעטין בשמחה, אז די פורעניות פון אב קען מען ממעט זיין דורך שמחה, מען זאל נישט פארגעסן פון די חובת עבדו את ה' בשמחה, אזוי ווי ירמיהו הנביא בשעת'ן קלאגן, און שרייבן די מגילת איכה, האט דאך געקריגען נבואה, ואין הנבואה שורה מתוך עצבות אלא מתוך שמחה, ועל כרחך אז ס'נישט קיין סתירה, אזוי זאגט דער חזון איש זי"ע, היינט דארף מען אבער טייטשן משנכנס אב ממעטין בשמחה, אז מען דארף זיך ווייניגער פרייען...) און די צפייה לגאולה איז געווען גאר גרויס, איז היינט די מצב גאנץ אנדערש, זאל נישט אויסגערעדט ווערן, לאמיר האפן אז טאקע דאס זאל אונז אויסלייזען, אין בן דוד אלא בהיסח הדעת.

נאענט איז די מינוט, ווי די התגלות כבוד ה' וועט זיך אנטפלעקן ווי קיינאל בעפאר, איי, ווי גליקיליך מיר וועלן דעמאלטס זיין, ונגלה כבוד ה', אלע נסיונות, אלע אומגליקען, אלעס וועט אוועק פאלן, און נתברר ווערן אז דאס איז א גאר א חלק פון די גאולה, אזוי ווי ביי מגילת אסתר, אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רינה, אוי ווי גוט וועט דעמאלט זיין, מיר האבן בכלל קיין השגה נישט.

אוי, ווי קענען מיר זוכה זיין דאס צי זעהן? ווי קענען מיר זוכה זיין פרעגן מיר? וואס איז די שאלה? חז"ל זאגן אונז דאך, כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, איז לאמיר שנעל א קרעכץ געבן, א טרער אויף די צער השכינה, איידער עס איז צי שפעט, און מיר וועלן אלע זוכה זיין צי זעהן בשמחתן של ישראל בביאת גו"צ, בב"א.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך ווער נתפעל פון די געשרייבעכט'ס מער און מער

ייש"כ מרובה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”