כ'האב אקארשט אויסגעפירט א טויט אורטייל,

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

כ'האב אקארשט אויסגעפירט א טויט אורטייל,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקי פיש »

ער האט זיך אריינגעחאפט צ מיר אינדערהיים, אן רשות, סתם אזוי מירניש דירניש, און ער האט זיך אנגעהויבען באקוועם מאכען, כאילו ער וואלט געווען א שוויגער צו וואס....
איך ווייס שוין פון עקספיריענס אז מען מוז גלייך אראפשטעלען די פיס, נישט ווארטען, טאמער איז מען מוותר נעמט ער עס אן ווי כאילו א הסכמה פאר זיינע שאנדפולע טהאטען,

אין דער מחוצף האט זיך דערוואגט צי מאכען א וועב וואס איז געווען אנגעחאפט אין מיין תהילים'ל וואס איז געווען אויפען טיש לעבען די וואנט ווי דער ספיידער האט זיך באקוועם געמאכט,

דאס איז שוין געווען אריבער די רויטע ליניע, כ'האב גלייך פארריפען א דרינגדע אסיפה, פון איך מיט מיינע שתי כליות, און ס'איז באשלאסען געווארען פה אחד, אז פאר די חוצפה אליינס קומט זיך עים טויט שטראף אן קיין מעגליכקייט צו אפעלירען, און אז די אורטייל ברויך צו אויסגעפירט ווערען תיכף ומיד, למען ישמעו ויראו,

האביך גענומען א טישא און אים ציקוועטשט צום טויט, כן יאבדו כל שונאי ישראל,

למעשה האב איך נישט געוויסט וואס פאר א שערוריה דאס וועט אנווערטשאפטען, די האנטיגע משוגענע ליבעראלען וואס שטייען פאר גלייכבארעכטיגונג פאר פליגען און מייזען (נאר נישט פאר מענטשען...), האבען אויפגעהויבען א וויי געשריי, היתכן צו אומברענגען א ספיידער אזוי אכזריות'דיג, אן קיין געהעריגע משפט, די יוא-ען יומען רייטס קאמישען איז אריין און אובער דרייוו, פארדאמונגען זענען געפלויגען פון אלע לינקע ארגענעזאציעס, אנדערע האבען געסטראשעט מיט סאנקציוס....

כ'האב נישט געוויסט וואס דא איז געשעהן, כ'מיין.... ס'נאר א ספיידער.... בארואיגטס ענק.... שרייען זיי צוריק... יא, ס'הייבט זיך אן ביי א ספיידער און ווער וויייסט ווי ס'ענדיגט זיך... וואס?!

אנדערע האבען געווארפען פאשקעווילען, האטליינס האבען געקאכט און געשימפט,

ס'נישט נארמאך, איך געדענק נאך צייטען וואס מען האט געקענט הארגענען א ספיידער און קיינער האט נישט געגעבען קיין דעםם, היינט .... משוגע מטורע,

האלו, קריכטס אראפ פון מיר באצייטענס, ווייל טאמער וועט עטס מיר אויפרעגען דאן וועל איך אנהייבען ביי פרעה און ענדיגען ביי גאנץ מצרים,
רעגטס מיר נישט אויף, ס'נישט קיין שום פראבלעם צו הארגענען ספיידערס, גענוג מיט דעי הבלים, כ'ווארען ענק מיט שיינעם,

עם ישראל חי וקים לנצח נצחים !
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin:
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

לאקשן!!!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

זאג נאר... פיש מעג מען אויך טייטענען?? הא? איך הער נישט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

שלום עליכם, יהא בואך לברכה!
נהניתי
...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פיינער פעדער דער פיש יונגערמאן. כאמאזעל ער איז אהערגעקומען
Get your facts first, then you can distort them as you please.
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

זייער זיס
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פיינער ארטיקעל דאס ;l;p-

און איך האב דאס נעכטן געהאט מיט א פליג, א חוצפה און העזה, איך זיץ אין א פארמאכטען פארשפארטען אפיס, איך קען נישטאמאל אויספיגער'ען וויזוי ער האט זיך איליגעל אריינבאקומען, און אויף איינמאל ער איז דא, ער קיצלט מיין האנט, און דערנאך ויסעו מ'האנט ויחנו ב'נאז, ער קיצעלט מיר מיין נאז, עד כאן האבעך באשלאסען, בחרבי ובקשתי, איך האב תיכף גענומען די אידישע געווער וואס שטייט מיר אייביג גרייט ביי די האנט (ביי די קאפ), מיין קאפל איז אראפגעקומען, און נאך א 3 שמוצן איז ער געלעגן טויט ווי אלע טויטע, כן יאבדו אמן.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יענקי א זאפטיגע ארטיקל, וועלמיר דיר שיקן נאך אפאר ספיידעט, זאלסט שרייבן נאך גוטע זאכן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ווער בין איך אריינצורעדען און די גרוסע מלחמה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יענקל, דו האסט מיר אנגעשיקט די לויה היינט?

נישט לאנג צוריק טרעף איך פלוצים ביי מיר אין קאנצעליי א מחנה שפעדער הויערן אויף איין ארט כמעט אומבאוועגליך, זעהט אויס אז דאס איז געווען די גרויסע לויה.

איך ווארן דיר נאך איינמאל דו שיקסט מיר אזוינס!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יענקל, דו האסט מיר אנגעשיקט די לויה היינט?

נישט לאנג צוריק טרעף איך פלוצים ביי מיר אין קאנצעליי א מחנה שפעדער הויערן אויף איין ארט כמעט אומבאוועגליך, זעהט אויס אז דאס איז געווען די גרויסע לויה.

איך ווארן דיר נאך איינמאל דו שיקסט מיר אזוינס!

'שפעדער' :P

אריין אין מעלות..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פיינע ווארע דאס...
פרישע פיש
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

נעעע נישט אזוי הארגעט מען א ספיידער.... קודם דארף מען ארויסנעמען די 6 פיס דערנאך נעמט מען די טישא...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”