ווער ס'וויל נאך א לאמטערנע, זאל אויפהייבן די האנט!

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ווער ס'וויל נאך א לאמטערנע, זאל אויפהייבן די האנט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מיר זענען אלע געזעסן ארום דעם טשעטל, און דיסקוטירט די ווייטערדיגע פלענער.

פלענער זענען געקומען און געגאנגען, היציגע וויכוחים און שארפע דיסקוסיעס זענען געפארן אין אלע ריכטונגען, און דאן איז עס אראפ פון די רעלסן, דאס פייערל האט זיך אפגעקילט, די טענער האבן גענידערט, און די מאראל האט געטראסקעט...

באטראכטנדיג די פרוכט פון אונזער הארעוואניע, האבן מיר באשלאסן אז מיר וועלן מוזן ארויפגיין מיט א שטאפל. לאמטערנע איז נישט עפעס וואס קומט ארויס יעדן טאג. און אז לאמטערנע נומער צוויי איז געווען עפעס א אויפרייס, מוז נומער דריי זיין עפעס וואס וועט אייך פראסט און פשוט אראפשליידערן פון בענקל...

א לאמטערנע, נעמט אריין אין זיך די איבערמידליכע ארבעט פון די אייוועלט לייבן, וועלכע זענען אלע אינגעלייט בעלי פרנסה, וואס זענען גענוג טרוד פאר זיך, אבער זיי זענען גרייט מקריב צו זיין שעות, טעג און וואכן, אז אידישע קינדער זאלן הנאה האבן אויפן כשר'ן פארנעם, רייך, אינפארמאטיוו, מייסטערהאפטיג, תוכנדיג, אויסגעהאלטן און עפעס ספעציעל.

דער צווייטער לאמטערנע איז געווען עפעס, וואס מיר קענען אייך נישט שילדערן וואס עס איז אלץ אריין דערין. מיר קענען נישט, ווייל אפילו איך מיט מיין זאפטיגער שפראך, בין נאכאלץ נישט אומשטאנד אייך צו מסביר'ן במה דברים אמורים!

וויפיל ארטיקלען מ'האט געזיפט און גענאגלט, איבערגעגאנגען און איבערגעקנעטן, געכשרט און גע'פסלט, עס איז נישט געווען אזוי גרינג, מיר האבן שווער געארבעט דערויף, גארנישט האט מען נישט גענומען פאר לייכט אדער לייכטזיניג, עס איז אדורך ניקס על גבי ניקס פון וואס איר האט נישט קיין מושג, און ב"ה, עס איז ארויס כליל בהדרו, הערליכע גראפיק, הערליכע תוכן, הערליכע ארטיקלען, און הערליכע אינערהאלטונג!

נו, וויל מיר גיין פאראויס. אבער איך זע אז דער עולם איז עפעס נישט מיט מיר... מ'איז נישט אזוי ענטוזאיסטיש און גוטמוטיג, דער עולם הייבט זיך שווער די מוסקלען, פארמאכט און עפנט הילכיג די אויגנברעמען, און איז עפעס... עפעס... נו, וויאזוי רוף איך עס?...

נאכן אפירנעמען איינע פון די ניקס אין א זייט, האט ער מיר דאס געזאגט זייער קלאר: "מיינסט אז איינער איז בכלל נייגעריג דערפאר?"

מיינע אויגן האבן זיןך געעפנט מיט שאק, אזוי גרויס ווי צוויי טעלערס זופ. "יא, אוודאי מיין איך אזוי, דו נישט?"

"ניין. איך פערזענליך האב אוועקגעגעבן דערויף דריי גאנצע נעכט, און אפשר 10 שכח'ס האב איך באקומען... דו האלטסט טאקע אז איינער איז נייגעריג צו דעם?! האלטסט אז דער עולם האט הנאה און פארגינט נישט א גוט ווארט? קלערסט אז מענטשן זענען געשלאגן מיט לייכטזיניגקייט? מען לייענט עס דורך, זיך מחי' ארטיקל נאך ארטיקל, און ס'פאלט נישט ביי פאר קיינעם אז עס קומט זיך עמיצן א דאנק דערפאר?! אלא מאי, קיינער איז נישט נייגעריג דערפאר"...

נאכן טאפן דעם דופק ביי די אנדערע חברי המערכת לאמטערנע, האבן מיר געזען אז יעדער איז ביי דעם מיינונג, דער עולם עפרישיעט נישט, פארוואס זאל איך מיר אנשטרענגען פאר זיי?...

תכלית, מיר האבן באשלאסן אז עכ"פ ווילאנג עס ווערט נישט קלארגעשטעלט פארקערט, שטעלט מען אפ אלע אקטיוויטעטן און פלענער. מיר ווילן פשוט עס זאל ביי אונז מקויים ווערן דער פסוק למען לא ניגע לריק!

וועט זיין א לאמטערנע נומער דריי? ימים ידברו.

אבער דערווייל זעט נישט אויס אז יא...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

שא שטיל קיינער זאגט גארנישט. נישטא קיין ווערטער
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הרב שמעלקא.
איך מיין אז מדארף לייגן יעדע ארטיקל עקסטער דא אויפן וועלטל צו רעאגירן דערויף. עס איז אזוי סאך אז אסאך האבן נאכנישט אנגעהויבן אפילו צו ליינען ווייל עס פאדערט זיך צייט, און ווען מליינט שוין ביז מקומט אהער פארלירט זיך די התפעלות און מדארף זיכן די אשכול זיך צו באדאנקען און דערווייל ווערט מען פארשלעפט מיט אנדערע תגובות אויפן וועלטל. בכלל אפשר איז זייער אסאך אויף איינמאל אז די מענטש ביים דריטן ארטיקל פארגעסט ער שוין ווי איבערראשט ער איז געווען ביים ליינען די ערשטע....

שטעל זיך פאר איינער זעצט זיך אראפ שבת נאכמיטאג עס ליינען - די ערשטע פאר מינוט איז די הרגשים מורא'דיג מורא'דיג פונעם בלעטערן אפילו, וואו הייבט מען אהן, ענדליך מגייט ליינען די איטערעסאנטסטע.... אין איין אטעם אפגעליינט איינס... WOW מעכטיג.... יעצט די צווייטע.... נאך א האלבע שעה ליינען באקומט מען עפעס א הרגש ווי א מים שאין להם סוף... (אפשר שמעלקא מיט דיין פעדער וועסט עס קענען אראפשרייבן) יעצט דארף מען געדענקן זונטאג די ערשטע זאך צו מיטטיילן די ערשטע הרגשים....

נאך קלער איך אז די ערשטע האט טאקע צוגעגעבן דאס אויפרייצן פון פאראויס וואס האט געברענגט א שטארקע התלהבות נאכן ליינען....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

נאך נישט געענדיקט ליינען.... אבער מזעט די מעכטיקע ארבייט וואס איז אריין אין דעם פון ר' אביגדור מילער ביז די מייסטער שווינדלער... ס' איז מעכטיק, איך האלט מ'דארף באצאלן די שרייבער
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

שמעלקא הייב נישט קיין הענט!!! אראפ מיט די הענט!!!!!!
איך זיץ מיט די 'פיס ארויף' און איך ליין און איך ליין כ'שפיר נישט גארנישט וואס ס'טוטצעך ארום מיר ביז איכאפ מיך אז נא מנחה!! אבער די פיס איז פארפרוירען און ער האלט זיך נישט ביים זיך רירן, נו ווילסטו איך זאל נאך זאגן שעקויעך? קום וועק מיר אויף מיין פיס נאכער העלמער רעדן!
אבער באמת האלט איך טאקע אז די נעקסטע זאל נישט זיין פאר דריי חדשים, מ'זאל קענען גוט אויס קוועטשן דעי, און אויך ווייל מ'זאל זיין גוט הונגעריג
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

;l;p-

אגב דאס מיין ערשטע גרינע אויף איי וועלט, איך בין זיך בדרך כלל מונע פון דעם, נאר צוליב ערעב שמעלקע עט מען זיךערלויבן.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

און וואס זאגט דער צווייטער זייט?
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מאנטאג יולי 17, 2017 9:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איך וויל נאך איינס.

איך ווייס נאר נישט צו ס'איז פאר מיינע כוחות...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך וויל נאך איינס.

איך ווייס נאר נישט צו ס'איז פאר מיינע כוחות...


אז דער רעדאקטער אליין זאגט אזוי, זעמיר אין גרויס טראבל! :evil: :cry:
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איך וויל זאגן אז איך וויל ווייל באמת וויל איך נאר כוויל נישט זאגן נאך איינס ווייל כוויל נישט מזאל מיינען אז כוויל נאר נאך איינס ווען כוויל באמת אסך מער נאר כוויל נישדט זאגן אז כוויל אסך ווייל מהאט נישט געפרעגט אויב מוויל אסך מהאט נאר געפרעגט אויב מוויל איינס אה! כהאב א סאלאשן...
מיר ווילן נאך אסאך לאמטערנעס!!!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

ווער ס'וויל נאך א לאמטערנע, זאל אויפהייבן די האנט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אייעם אין!

טיטשער. איך קען שוין אראפלייגן די האנט?
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

איך הייב אויף ביידע הענט!!

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז מען נישט מגיב, ווייל מליינט עס על פי רוב ארויסגעפרינטערהייט אינטערן בוים, אין נישט אחן פארענט פינעם קאמפיוטער.

כהארט עס נאך אינמיטן ליינען אבער מדערקענט ענקער שווערע ארבעט!! יישר כח! (פאר די טעגליך נייע ניקים חדשים לבקרים וואס פארשטייען נישט פארוואס דער עולם איז איםציפרידן פינעם ׳מאמענט׳ אויסגאבע. הרי שלך לפניך. ליינטס דאס דורך וועטס עטס זעהן וואס דער עולם גלייכט. אינפארמאטיוו. ציענד. אימגעגנבעט. רייך אין פיל אן קיין נייעס אין גאסעפ.)

פין די ארטיקלעך וואס כהאב געליינט דערווייל האבעך די מערסטע הנאה געהאט פין די אינטערוויו מיט ר׳ יואל דיקמאן. זייער רייך און אינטערעסאנט! דער לעבט אין אטעמט נגינה. דער גיבט פאר ליינער א טור בעמקי לבו. זייער רייך!!


חזקו ואמצו!!

ווי עס רעדט אין נאמען פין די הינדערטער ליינער וואס זענען נאכנישט אנגעקימען זיך צי באדאנקען,
-כלל וכלל
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

כלל וכלל האט געשריבן:איך הייב אויף ביידע הענט!!

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז מען נישט מגיב, ווייל מליינט עס על פי רוב ארויסגעפרינטערהייט אינטערן בוים, אין נישט אחן פארענט פינעם קאמפיוטער.

כהארט עס נאך אינמיטן ליינען אבער מדערקענט ענקער שווערע ארבעט!! יישר כח! (פאר די טעגליך נייע ניקים חדשים לבקרים וואס פארשטייען נישט פארוואס דער עולם איז איםציפרידן פינעם ׳מאמענט׳ אויסגאבע. הרי שלך לפניך. ליינטס דאס דורך וועטס עטס זעהן וואס דער עולם גלייכט. אינפארמאטיוו. ציענד. אימגעגנבעט. רייך אין פיל אן קיין נייעס אין גאסעפ.)

פין די ארטיקלעך וואס כהאב געליינט דערווייל האבעך די מערסטע הנאה געהאט פין די אינטערוויו מיט ר׳ יואל דיקמאן. זייער רייך און אינטערעסאנט! דער לעבט אין אטעמט נגינה. דער גיבט פאר ליינער א טור בעמקי לבו. זייער רייך!!


חזקו ואמצו!!

ווי עס רעדט אין נאמען פין די הינדערטער ליינער וואס זענען נאכנישט אנגעקימען זיך צי באדאנקען,
-כלל וכלל

גא"מ סאיז עפעס איסערגעווענליך מאיז פשוט נישט נלויקעל ביים ליינען פארגעסט מען צי שרייבן א דאנקע שיין. אויך ליינט מען עס אסך שב"ק...נאכאמאל א ריזיגן דאנק .חזקו ואמצו!לכו בכחכם ותהנו עם ישראל!!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אין מיינע אויגן א איז די סיבה פארוואס מען דאנקט נישט טאקע ווייל ס'איז אזוי פראפעסיאנעל!

ביים ליינען שפירט מען נישט ווי מען ליינט עפעס א ארטיקל וואס עמיצער א אייוועלט ניק האט זיך געמוטשעט צו שרייבן שלא על מנת לקבל פרס נאר ענדערש ווי מען ליינט א 'דער שטערן' אד"ג

די גראפיקס, די ארטיקלן (כהאלט נאך אין ערגעץ נישט אבער וויפיל כ'האב שוין געזעהן) קיינער האט נישט די געפיהל ביים ליינען אז דא טועט זיך א גמ"ח אדער עפעס, נאר ענדערש א העכסט פראפעסיאנאלע אויסגאבע וואס דארף זיך נישט שעמען פון אלע אירע קאנקורענטן!

ביי די וואס האבן געצאלט געלט עס צו קויפן איז דאס נאך שטארקער. און דאס אז ס'איז שוין די צווייטע אין די סעריע גיבט נאך מער צו
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך ווארט עס צובאקומען אויפען פאסט, (דירעקט נישט ארויסגעפרינט כדי צו שטיצן די מערכת) מיר וועלן אי''ה באדאנקן נאכן ליינען. אבער אלס דיפאזיט זאג איך א ש'כח אויף אייערע האראוואניע. יעדע שרייבער עקסטער וואס האט געארבעט בחינם אונז מהנה צו זיין, ועל כולם דער חשוב'ע גרעפיקס מייסטער, זאלט איר אלע האבען מכל טיב וטוב.
החותם,
אגמ"ט.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

א לאמטערנע מלא וגדיש פון דעקל צום דעקל איך ווייס נישט ווי אנצוהייבען ווייל איך האב מורא איך וועל איינעם אויסלאזען אבער איין זאך קען איך יא זאגען אלע וועכנטליכע אויסגאבעס קענען זיך אפלערנען,
איך קען שוין אראפלייגען מיין הענט.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך מיין אז ס'דא נאך א פוינט אז טאקע דאס ווען איך זע אז ס'שוין דא צען שעקויעך'ס פיל איך נישט ווי ס'פעלט נאך אויס אן עלעפטע...! איינער עגריד מיט מיר?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

כא כא כא האט געשריבן:איך מיין אז ס'דא נאך א פוינט אז טאקע דאס ווען איך זע אז ס'שוין דא צען שעקויעך'ס פיל איך נישט ווי ס'פעלט נאך אויס אן עלעפטע...! איינער עגריד מיט מיר?


הייגלי דיסעגרי!

קיינער איז נישט אינטערעסירט צי ארבעטן שעות על גבי שעות שלא על מנת לקבל פרס, אין נאר באקימען אפאר בכללותדיגע שכויעחס. מבשרי אחזה.

אויב הינדערטער האבן געדאונלאוד אין הנאה געהאט מעגן די ארויסגעבער ערווארטן מינומום צענדליגער שכויעכס.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איך הייב אויף מיין האנט, און לייג עס אראפ... גראד אויפן קיבארד... איך וויל זעהן נאך איינס און איך וויל אריינלייגן מיינע כוחות דערין, אבער ס'זאל נאר זיין פאר וועמען זיך אנצושטרענגען.

זאפטי, קענעך שוין אראפלייגן מיין האנט?
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

איך הייב אויף מיין האנט.
נאך נישט זיך באדאנקט ווייל איך האב נאך נישט געענדיגט ליינען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זאג נאר דו מאכסט שהכל'ס אויך אדער נאר בורא נפשות'ער?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זאג נאר דו מאכסט שהכל'ס אויך אדער נאר בורא נפשות'ער?

קודם דארף מען עסען כזית בכדי אכילת פרס, נאכדעם קעמין אויסרעדן...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

צוערשט אבער א פאר ברכה.

אבער כאטש א 'ננננננווו' ?!...

(דערנאך א לחיים, עטליכע זמירות, און א לאנגער ערליכער ברכהמ"ז)
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

איך האלט נאך ממש ביים אנהייב, אזוי ווי יעדער שרייבט, איך ליין עס שבת נאכמיטאג אונטערן בוים מיט א לעמאנעיד אייסעס, דעמאלטס איז אוממעגליך צו קאמעטן.
אבער מיר שרייען אויס הויך, א גרויסן ישר כח.
מיר ווילן נאך זעהן מערערע לאמטערנעס!!!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך פארשטיי ענק זייער גוט - די גאנצע לאמטערנע טיעם. עס איז זייער וויכטיג, און נישט סתם, נאר קריטיש וויכטיג צו באקומען די מינימאלע שטיצע פאר אזא אומגעהויערע אומבאצאלטע הארעוואניע.

דא ליגט שעות, טעג, נעכט, וואכן, חדשים, פון איבערמידליכע ארבעט, שרייבן, צופיצן, מגיה זיין, פארעכטן. און אפגערעדט פון די אויגפארכאפענדע גרעפיקס און לעיאוט, ס'איז נישט צו פארשטיין ווי אינגעלייט געבן אוועק טייערע צייט אהער צו שטעלן אזא פראפעסיאנעלע שרייב ווערק ממש א לאמטערנע.

וואס יא, פארשטייט זיך ווי אלעס און איבעראל, איינעם שמעקט דאס מער און איינעם דאס ווייניגער, אבער איר האט דאך נישט באצאלט דערפאר קיין פרוטה, איז פרייט אייך מיט וואס מען סערווירט אייך אזוי אויף א גאלדענעם טאץ בחנם אין כסף.

איז די ערשטע זאך איז א מאס''ט ווי מען זאגט דא אויף אידיש, זיך צו באדאנקן.

איך לעצמי בין איך נאך אפילו נישט אנגעקומען צו ליינען די גאנצע חומר, איך באלעק מיר צוביסלעך אזוי מיט ארטיקל נאך ארטיקל, איך שעם מיר פשוט אז איך בין נאך נישט אנגעקומען ביז יעצט זיך צו באדאנקן, היות מיר זענען נישט געווען דאהי.

און דאס איז א וויכטיגע נקודה אז מען ברויך האבן אן אשכול פון יעדן ארטיקל באזינדער, סיי פארן מגיב זיך קענען פריוואט באדאנקן, און דער שרייבער זאל קענען עפעס א טראפקעלע באקומען זיין פארדינטער דאנק.

לאמיר שוין צוקומען צום ווארט: ''א ריזן דאנק'', עס איז אוממעגליך זיך צו באדאנקען פאר אזא מאסיווען ווערק.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”