צייט צו פארמירן א וועד ההורים אין די מוסדות?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

פרידן האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:ווייסט איינער מער פרטים איבער די מיטינג וואס איז פארגעקומען לעצטע וואך צווישן די עסקנים און הנהלה?

איך האב נאכגעהערט, אז איינער האט דארט געפרעגט א קלאץ קושיא. אויף די צעטלעך שטייט אז א מיידל קאסט פארן מוסד 417$ א חודש. דארף מען פארשטיין, פאר א טיטשער צאלט מען דאך ווי באקאנט $150 א וואך וואס איז $650 א חודש, 2 טיטשערס איז $1300, צוטייל עס אין 30 קינער קומט עס אויס גאנצע $43 א חודש. עסן ווערט געקאווערט דורך לאנטש פראגראם, טראנספארטעישאן דורך טראנספארטעישאן פראגראם אדער טשארזשעס, בני עניים ווערט געקאווערט דורכן וואטשערס פראגראם.... סא וואס זענען די קאסן פון נאך $374 א חודש פער קינד?

עפעס איז דער תירוץ גווען אינשורענס... כך שמעתי.

אויב איז דאס טאקע דער תוכן השמועס און אינשורענס איז טאקע ווי דער לאך ליגט, איז דא קאנצעפט ביי ריזיגע ביזנעסער וואס הייסט סעלף אינשורענס וואס קען פילייכט שפארן פאר די מוסדות (אונז) מיליאנען דאלאר. מען קען מער מרחיב זיין בדיבור, אבער איך וויל קודם הערן קראנט וואס די פראגע און ענטפער איז גווען.

סאררי איך פארשטיי נישט די קשיא, איך ווייס נישט די די 417 איז די נומבער אבער די קשיא איז נישט קיין קשיא
לאנטש פראגראם דעקט נישט אלע הוצאות פין אויפהאלטן א קאך, וואס איז מיט מעינטענענס פאר בילדינגס וואס רעכענט אריין לעקטער געז סופליי מענעזשערס גוים פיקסן, וואס איז מיט די אויפהאלטן אפיס אנציפירן א 50 מיליאן דאללער'דיגע בוזשעט, וואס איז מיט די סופליי וואס מען ניצט פאר די לימודים די ווייסט זיי האבן למשל א אייגענע קאפי צענטער גרעסער ווי אסאך גרויסע קאמפעניס מיט א שיינע פאר איינגעשטעלטע וכהנה וכהנה


בקיצור, אויב 90% פונעם בוזשעט (45 מיליאן) גייט אויף אויפצוהאלטן בילדינג מעינטעינענענס, קאפי צענטערס, און די אפיס אנצופירן די 50 מיליאן דאלאר, און קאך, איז עפעס זייער נישט בסדר.

אפשר וועט דער וועד פארלאנגן מען זאל אויפגעבן דעם קאפי צענטער, אזוי ווי עס איז גווען פאר 20 יאר צוריק? אולי.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

כ'ווייס נישט צו מען מיינט קאפי coffee אדער copy
אויב איז די כוונה אויף copy, האט מען געשניטן עטוואס די הוצאה, מיטן אפזאגן עטליכע איינגעשטעלטע ביי די קאפי מאשין....
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

El Rushbo האט געשריבן:אלד וויליאמסבורג.

מ'האט געגעבן מער סלאטס, אבער מ'האט געשניטן וויפיל זיי געבן פער קינד.


דעס מיינט נאך משפחות גייען באקומען, אין אנדערע ווערטער ווען די הנהלה וויינט אז מען האט געשניטען מיינט אז מ'האט צוגעלייגט פון די אנדערע זייט.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

אזוי ווי מ'האלט שוין ביי 20 בלעטער, איז שווער דורך צו ליינען אויב איינער האט שוין אויפגעברענגט די פראגע.
אינעם בראשור וועלכע מ'האט געשיקט פאר די זומער, איז געשטאנען אז די העכערונג אין שכר לימוד איז צוליב א לאך פון 6 מיליאן דאללער, וואס 2 מיליאן וועט געשניטן ווערן די הוצאות, 2 מיליאן פון נדבות, און 2 מיליאן דארף ווערן געדעקט דורך די העכערונג
ילמדנו רבינו, דוכט זיך די אפציעלע נומער פון קינדער און די מוסדות איז 11 טויזענט, לויט מיין קאלקיולעטער קומט דאס אויס בערך 180 דאללער פער קינד פער יאר. דאס איז בערך 15-16 דאללער א חודש. און אפילו נניח, אז האלב פון די טאטעס וועלן נישט באצאלן, (כלי קודש, איינגעשטעלטע, בני עניים), בלייבט עס פאר די אנדערע האלב נישט מער ווי 32 דאללער א חודש העכערונג פער קינד. איז פארוואס איז די העכערונג געלאפן צו לכה"פ 100 דאללער א קינד?
זאג מיר נישט: "האסט נישט געזעהן די ביכער", ווייל איך רעד נאר לויט וואס זיי אליינס האבן געשריבן אין די בראשור, אז די ציל פון די העכערונג איז 2 מיליאן דאללער, פארשטיי איך נישט די גאנצע איבערקערעניש.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובה דורך Bookkeeper »

עפעס געטון געווארן?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

איך האב דאס באקומען ביי אימעיל פון [email protected] און איך בין עס דא מפרסם מיט זייער רשות, זיי פלאנען א בליץ אקציע פאר די קומענדיגע 48 שעה, אויב איר זענט גרייט ארויסצוהעלפן שיקט זיי א אימעיל


צום ערשט א דאנק פארן זיין איינע פון די אומצאליגע עלטערן וואס האט זיך גענומען די מיה צו חתמנן און צוריקשיקן דעם וועד ההורים פעטיציע. די פעטיציע דרייוו גייט אן אין פולן שוואונג אין עס האלט ב"ה אין איין אריינקומען נאך און נאך חתימות פון עלטערן

צו קענען גיין ווייטער, דארפן מיר האבן נאך עסקנים-וואלאנטירן. מיר דארפן האבן סך הכל 5-10 אינגעלייט וואס זענען גרייט אוועקצוגעבן אביסל צייט. אויב קענט איר אוועקגעבן א שעה צוויי פאר דעם דבר נשגב, ביטע ענטפערט אויף דעם Email

יישר כוח און תזכו למצוות
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

די יאכנעס האבן היינט ציפריה געשמועסט ביים באס-ווארטן מיטינג, אז וויזניץ אין וומבס"ג גייט ארויף מיט שכ"ל צו 450 א קינד!
וואר אדער נישט?
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובה דורך יאנקל »

קען איינער געבן א באריכט פון די לעצעט צווי מיטינגען ביי 82 מיט עלטערן?
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובה דורך IMBZ »

יאנקל האט געשריבן:קען איינער געבן א באריכט פון די לעצעט צווי מיטינגען ביי 82 מיט עלטערן?

איך בין נישט געגאנגען און איך ווייס פין אנדרע וואס מען האט געריפען און נישט געגאנגען איך בין נישט אינטערסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגען
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:בר דעת איר רעדט מיט דעת.

אויב וועט די נייע וועד ההורים איינזען אז מען דארף טאקע העכערן שכ"ל. זענען מיר מוכן ומזומן, מען רעדט דאך פון אינזערע קינדערלעך, די טייערסטע וואס מיר פארמאגן. אבער לעת עתה טוען א סאך עלטערן נישט פולשטענדיג טראסטן די הנהלה אז די שכ"ל איז א הכרך.


דארף מען מפרסם זיין פאר די וואס שרייבן אונטער אז זייי נעמען אויף זיך די געפינסן פונעם וועד..

איך האב גוטע באווייזן אז דאס גייט למעשה זיין די תוצאה, אויב ס'וועט זיין א וועד וועט מען זיי צייגן די נומערן און זיי וועלן מסכים זיין צו נאך א העכערן שטייער.

ווער ס'העט האבן טענות וועט מען זאגן, גייט צום וועד וואס איר האט פארלאנגט!... טאיז נישט מער ווי רעכט דאס צו מעלדן פאראויס פאר די אלע אידן.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:

איך האב גוטע באווייזן אז דאס גייט למעשה זיין די תוצאה, אויב ס'וועט זיין א וועד וועט מען זיי צייגן די נומערן און זיי וועלן מסכים זיין צו נאך א העכערן שטייער.

ווער ס'העט האבן טענות וועט מען זאגן, גייט צום וועד וואס איר האט פארלאנגט!... טאיז נישט מער ווי רעכט דאס צו מעלדן פאראויס פאר די אלע אידן.

אויב גייט עס איז זיין ווי דו זאגסט וועט עס זיין ווייל מ'האט זיי נישט געוויזען אלע חשבונות.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובה דורך רחש לבי »

עבר קציר כלה קיץ ואנחנו לא נושענו
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובה דורך רחש לבי »

געזעהן א סטעיטמענט פון איינע פון די קלענערע מוסדות אין וומס"ב, עס האט מיר געכאפט א ציטער זעהנדיג די נומערען...
ס׳איז היבש טייערער ווי מ׳צאלט אין די ב״פ קלענערע מוסדות וואס דארט פארדינט כאטש דער מלמד מינימום 50% מער ווי אין וומס״ב.
די מוסדות האבען אפיציעל אנגענומען א מהלך ווי זיי פירען ווען א ביזנעס מיט אייטעמס וואס רופן זיך קינדער...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

קען איינער ארויפלייגן די לינקס פון די גאווערמענט פאנדינגס פאר UTA?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:
טשעסטנאט רידש האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:

איך האב גוטע באווייזן אז דאס גייט למעשה זיין די תוצאה, אויב ס'וועט זיין א וועד וועט מען זיי צייגן די נומערן און זיי וועלן מסכים זיין צו נאך א העכערן שטייער.

ווער ס'העט האבן טענות וועט מען זאגן, גייט צום וועד וואס איר האט פארלאנגט!... טאיז נישט מער ווי רעכט דאס צו מעלדן פאראויס פאר די אלע אידן.

אויב גייט עס איז זיין ווי דו זאגסט וועט עס זיין ווייל מ'האט זיי נישט געוויזען אלע חשבונות.


פון וואנעט ווייסט איר? איר האט דאס שוין יא געזען?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

פאראינטערסירט האט געשריבן:קען איינער ארויפלייגן די לינקס פון די גאווערמענט פאנדינגס פאר UTA?


גא"מ
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

רחש לבי האט געשריבן:עבר קציר כלה קיץ ואנחנו לא נושענו


אויף אזויפיל האט אויפגעטוהן די noise אז די נייע געהעכערטע שכ״ל טשארזשעס זענען נאכנישט אויפן בילל און ווען מ׳רעגיסטרירט בעט מען נאר ביז אלול... בקיצור מ׳ביללד נאכנישט די נייע פרייז

#ווארשיינליך איז הויעך יו״ט אונטער די קאונטער
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובה דורך איש האשכולות »

שנת 2016 https://www.usaspending.gov/Pages/Advan ... =781297056
חלק משנת 2017 ( די יאר האט זיך נאכנישט גענדיגט) https://www.usaspending.gov/Pages/Advan ... =781297056
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

איש האשכולות האט געשריבן:שנת 2016 https://www.usaspending.gov/Pages/Advan ... =781297056
חלק משנת 2017 ( די יאר האט זיך נאכנישט גענדיגט) https://www.usaspending.gov/Pages/Advan ... =781297056

די לינק'ס זענען נאר פון די USDA וואס איז לכאורה פאר די עסען פראגראמען, אבער א גרויס חלק הכנסה איז היינט פון די וואוטשערס פראגראם, וואס דאס איז א נ.י. סיטי פראגראם, און ס'נישט אויף יענע וועבזייטל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובה דורך געדענקסט נאך »

רחש לבי האט געשריבן:געזעהן א סטעיטמענט פון איינע פון די קלענערע מוסדות אין וומס"ב, עס האט מיר געכאפט א ציטער זעהנדיג די נומערען...
ס׳איז היבש טייערער ווי מ׳צאלט אין די ב״פ קלענערע מוסדות וואס דארט פארדינט כאטש דער מלמד מינימום 50% מער ווי אין וומס״ב.
די מוסדות האבען אפיציעל אנגענומען א מהלך ווי זיי פירען ווען א ביזנעס מיט אייטעמס וואס רופן זיך קינדער...

די קליינע מוסדות זענען נאר א פועל יוצא פון די גרויסע מאכטפולע פאורפול מוסדות (לייען ביזנעסער ...)
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

וואס איז דער חשבון פון די אדמיניסטראטארן???
לאמיר זאגן על צד זיי זענען גערעכט....., אבער וואס מיינען זיי????, מענטשן האלטן דען מיליאנען אינטער די מאטראצן????
אדער גייט מען טאקע נאר אננעמען די בני העשירים, און די בני העניים זאלן גיין אין די פאבליק שולע'ס????
ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין
איינער האט עפעס א הסבר????
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

וואטשער'ס איז נישטא אפילו אין נ. י. סיטי!!
די איינציגע וועג צו קריגן וואטשערס איז דורך ארויף צו גיין אויף דעם פאר'חזיר'טן וועלפעיר סיסטעם, און בלייבן דערויף, [ווען מען פאלט אראפ דערפון איז אויס מיט די וואטשערס] וואס איז זייער ווייט פון בא'טעמ'ט, ודי ודי לדלים....
און מיט דעם אלעם, קלער איך, אז ס'וועט נישט לאנג אנהאלטן ביז די געלט הונגעריגע אדמיניסטראטארן וועלן זיך נעמען אויך צו די וואטשער געניסער, און הייבן די פרייזן אויף די איבריגע קינדער וואס זענען נישט אינעם פראגרעם [אדער דורך אנדערע אופנים צו רייסן געלט]

און אויב איז די כוונה טאקע דאס, צו צווינגען דעם רוב פונם ציבור זאל זיך איינגעבן פארן וועלפעיר פראגרעם, איז דאס טאקע דער דרך הטוב והישר?, וואס גייט זיין די תוצאות???? .... ודי ואכמ"ל.....
און ווען אידן וועלן זיצן אין תפיסות, ווער וועט זיין דער גורם דגורם דערפאר?????

זאל זיך דער הויכגעשעצטער אדמיניסטראטאר אויפשטעלן דעם קומענדן כ"א כסליו פייערונג, און ערקלערן בטוב טעם ודעת.... אדרבא.......

[אנטשולדיגט מיר פארן עס אויסשמועסן אזוי ברבים, כ'האב פשוט נישט וועמען צו פרעגן די סארט קשיות....., והבן]

אדער קלער איך, האבן זיי אנגענומען איתמר גינזבורג'ס וואדזשנע עצה, הייבן די פרייזן אזוי הויך ביז דער קאסטומער זאגט ניין.....
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זבחי צדק האט געשריבן:וואס איז דער חשבון פון די טאטעס???
לאמיר זאגן על צד זיי זענען גערעכט....., אבער וואס מיינען זיי????, די מוסדות האלטן דען מיליאנען אינטער די מאטראצן????

איינער האט עפעס א הסבר????
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

don't get me wrong
איך פראשטיי גוט וואס דו זאגסט איך בין אויכעט פון די אפעקטירטע (ביי א אנדערע מוסד...)
אבער נאר צו בעלענסן די קשיא האב איך עס געטון
די אדמיניסטרעיטאס האבען א גערעכטע טענה איך בין נישט מחוייב צו שנארען פאר דיינע קינדער,
אבער ביידע דארפען זיין ריספאנסיבל און פראבירען צו ציפרידענשטעלען איינעקר דעם צווייטען
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:don't get me wrong
איך פראשטיי גוט וואס דו זאגסט איך בין אויכעט פון די אפעקטירטע (ביי א אנדערע מוסד...)
אבער נאר צו בעלענסן די קשיא האב איך עס געטון
די אדמיניסטרעיטאס האבען א גערעכטע טענה איך בין נישט מחוייב צו שנארען פאר דיינע קינדער,
אבער ביידע דארפען זיין ריספאנסיבל און פראבירען צו ציפרידענשטעלען איינעקר דעם צווייטען


אהא,
כל ערליי צוועקן,
פון אלע וועלט עקן,
פארשטייסטו אז מיר דארפן דעקן
נאר פאר אייגענע אנ"ש
וואס האבן נישט אין טאש,
צו צאלן אין קאש,
מאכט מען אויף זיי אזא רעש,
דער דין איז אבער מבואר,
עניי עירך איז פריער,
שכר לימוד צו נעמען מיט א שיעור,
און נישט ווייזן דעם טיהר,
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”