סווימינג פול אין בעדפארד גארדענס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

סווימינג פול אין בעדפארד גארדענס

תגובהדורך איך ווייס » זונטאג יולי 02, 2017 2:07 pm

עענדליך!!!!!
נאך לאנגע יארן פון איבעמידליכע השתדלות
איז געלינגען צו איבערצייגן פאר די בארימטע משפחת קרויס מענעדזשמענט
אז זיי זאלן לאזן אפען די סווימינג פאול וואס איז אינטער זייער באזיס
יעצט ווען זיי בויען(?) איבער די גאנצע בעדפארד גארדענס שפאגל ניי
קומט אריין די גיטע נייעס אז די שווים באסיינען וועלן בלייבן אפען ווי געהעריג
אומבארירט
די שעות פאר די סווימינג פול איז יעדע מאל ביי א רעגן אין ביז 5 שעה נאכן ענדיגן רעגן
די פול געפינט זיך אויף א מקום רחבת ידים
צווישן 84 אין 94 ראסס סטריט
עס איז צוגעשטעלט געווארן דריי ענטרענסעס
1) אויף ווייט עוועניו (ביי די טרעפ ארויף)
2) וומ"ס וועסט (דארט ווי ס'איז סטאנצירט די בוילער טראק)
3) ביי די רעמפ אראפ (יא יענע וואס ווערט שמעלער אויבן אזאש אז מען קען נישט וואקן צוזאמען)

אזוי אויך איז צוגעשטעלט געווארן געניג בענק דארט

אגב אז מען רעדט שוין פון משפחת קרויס דארף מען זיך אויסדריקן מיט א העסליכע דאנק
אז זיי האבן אנגעצייכנט מיט ווייסע טשאק איבעראל ווי מען קען זיך איבערדרייען
אזוי אויך האבן זיי צוגעשטעלט נאך לאנגע יארן דעכער כדי ווען ס'רעגנט זאל זיין ווי זיך צו באשיצן

בשם כל תושבי השכונה טוען מיר אפגעבן א ריזיגן דאנקע שיינע
פאר משפחת קרויס (מעדזשמענט בלע"ז)

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יולי 02, 2017 2:18 pm

גוט אראפגעלייגט.

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובהדורך FedEx » זונטאג יולי 02, 2017 2:19 pm

בילדער?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג יולי 02, 2017 2:32 pm

און ווי אויך קומט זיך זיי א שכוח פאר די גאר געשמאקע גרוך פון פרישע פרישטאג לאנטש און סאפערס צוזאמגעמישט מיט די שבתדיגע טשולענט וואס שפירצעך אויף ראס סט.

שוין א אלטע פראבלעם פאר דרייווערס וואס פארן ארויף ראס סט אין די צייט ווען די געלע באסעס נעמען אפ די קינדער פון חדר, מען שטייט אין טרעפיק און ווארט אז עס זאל זיך רירען, מען ווייסט נישט וואס צו טוען נעקסט.

דא קומט קרויס אריין מיט די ישועה, זיי האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלע אפטיילונג הארט נעבן די גאס, מיט עטליכע גרויסע גארביטש קאנטענערס וואס נעבן זיי קען די קליינע ווייס ברוינע טרעקטאר אויסשפייען די גארביטש אין גרויסע הויפענעס גלייך אויף די קרקע, בשעת די זאפט פון די זעקלעך שלענגלען זיך אין לייכטע טייכלעך אראפ ביז ווי די מענטשן גייען, און צו די הנאה פון די דרייווערס וואס שטייען אין טרעפיק אונטער די געלע באסעס און זיכן צו פטור ווערן פון די גאז גרוך וואס די באסעס לאזן נאך זיך, קענען זיי שמעקן וואס מיסיס לאנדא האט אנגעסאפערט נעכטן נאכט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יולי 02, 2017 3:09 pm

;l;p- ;l;p-
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

Efroiach
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » זונטאג יולי 02, 2017 3:35 pm

אז מען שפאצירט שוין אין בעדפארד גארדענס, פארצייל שוין ביטע פון די ווייסע רעגן פארנט פון 70 ראסס.....

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג יולי 02, 2017 3:36 pm

נישט געוואוסט אז עס זענען נאך דא יונגעלייט אין די אלטע וויליאמסבורג?!

אדער אפשר האבן די אלטע זיך געומען שרייבן.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג יולי 02, 2017 3:40 pm

און יעצט בשעת'ן איבערבויען קען מען פון צייט צו צייט באקומען א העפליכן גוט מארגן דורכן פענסטער....
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » זונטאג יולי 02, 2017 3:43 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:נישט געוואוסט אז עס זענען נאך דא יונגעלייט אין די אלטע וויליאמסבורג?!

אדער אפשר האבן די אלטע זיך געומען שרייבן.

גענומען א סקונדע צו כאפן....
גראדע פון דעם נעמען זיי יא אביסל קעיר
וואס קאסט עס שוין דען ?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג יולי 02, 2017 3:55 pm

נאסטאלגיע, מיינע קינדערישע זכרונות...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג יולי 02, 2017 4:14 pm

Efroiach האט געשריבן:אז מען שפאצירט שוין אין בעדפארד גארדענס, פארצייל שוין ביטע פון די ווייסע רעגן פארנט פון 70 ראסס.....

אטא דארט, נאך א אומאיינגענעמע פארסירונג, האט מען מיר אויסגעלערענט אז ווער עס ווערט באגאסן ווערט א עושר.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יולי 02, 2017 4:15 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:אז מען שפאצירט שוין אין בעדפארד גארדענס, פארצייל שוין ביטע פון די ווייסע רעגן פארנט פון 70 ראסס.....

אטא דארט, נאך א אומאיינגענעמע פארסירונג, האט מען מיר אויסגעלערענט אז ווער עס ווערט באגאסן ווערט א עושר.

מיר האט מען עס אויסגעלערנט ביי ווייט אינטער די הייוועי.....
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

bedford st
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 10:46 am

תגובהדורך bedford st » זונטאג יולי 02, 2017 4:24 pm

אז מ'רעט שוין פין בעדפארד גארדענס: איינער קען אפשר פועל'ן אז אויבען פין די רעמפ זאל מען עפענען אביסל ברייטער ס'איז דארט אייביג טרעפיק

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5011
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 02, 2017 5:32 pm

יאו כ'האב מיר שוין כמעט געפרייט . יעצט פרייען זיך מיינע קינדערלעך.........
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 02, 2017 6:07 pm

זכרונות...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג יולי 02, 2017 6:23 pm

;a-1;

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג יולי 03, 2017 12:24 am

איך זעה מיר האבן צוזאמען אין די אינגע יארן אויף דיזע גאס...

געווען צייטן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג יולי 03, 2017 12:34 am

זיס געשריבן ("איך ווייס" דען נישט?..).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג יולי 03, 2017 8:37 am

אוי גוטע זכרונות

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג יולי 03, 2017 6:24 pm

העלאו האט געשריבן:אוי גוטע זכרונות


זעה איך אז דיר גאנצער עולם פון יענע יארן טרעפט זיך צוריק דא...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » פרייטאג יולי 07, 2017 12:10 pm

ווער קומט שווימען ?
אגב הערט מען
אז אוי די BQE טוט זיך מיט וואסער אד כדי כך אז מען קען נישט געהעריג פארן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט