גיין אין קעמפ - צו פעלט דאס טאקע אויס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

זבחי צדק האט געשריבן:אז מען גייט נישט 'נאר' דריי יאר אין קאנטרי (אדער קעמפ, יו נעים איט), קען מען חתונה מאכן זייער שיין, אן זיך דארפן מבזה זיין מיטן סערווירן א שלש סעודות מעניו אין שוהל.....
און אויב מען גייט נישט 'פינף' יאר אין קאנטרי, קען מען חתונה מאכן ווי א מלך....

איין קינד קען מען פון דעם חתונה מאכען.
.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די גאנצע קעמפ געגייאכטס האט זיך נישט אנגעהויבן וועגן שמירת ענים, עס איז פשוט געווען א סכנה צו בלייבן אין שטאט וועגן די היץ, עס איז נישט געווען אמאל קיין עירקאנדישענס, עס איז געווען און די ניינציגער'ס די טעמראטור איז מען געווארן צושמאלצען, יעדע יאר פלעגט זיין פאטעלאטעטן פון די היץ, עס איז נישט געווען קיין צווייטע ברירה אדער אריינזעצן די קליינע קינדער אין וואנע א גאנצען טאג אדער פארן אין קעמפ אז נישט איז געווען א סכנה.

מען זאל נאר היינט אויסטרייען איין טאג ווען עס איז 90 אן א עירקאנדישען וועט יעדער פארשטיין פארוואס אמאל איז מען געפארן אין קעמפ, גארנישט געהאט מיט שמירות ענים איינגעלייגט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:אז מען גייט נישט 'נאר' דריי יאר אין קאנטרי (אדער קעמפ, יו נעים איט), קען מען חתונה מאכן זייער שיין, אן זיך דארפן מבזה זיין מיטן סערווירן א שלש סעודות מעניו אין שוהל.....
און אויב מען גייט נישט 'פינף' יאר אין קאנטרי, קען מען חתונה מאכן ווי א מלך....

איין קינד קען מען פון דעם חתונה מאכען.

נו, יעדע דריי יאר שפארט מען פאר נאך א קינד, שלעכט געשעפט?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די גאנצע קעמפ געגייאכטס האט זיך נישט אנגעהויבן וועגן שמירת ענים, עס איז פשוט געווען א סכנה צו בלייבן אין שטאט וועגן די היץ, עס איז נישט געווען אמאל קיין עירקאנדישענס, עס איז געווען און די ניינציגער'ס די טעמראטור איז מען געווארן צושמאלצען, יעדע יאר פלעגט זיין פאטעלאטעטן פון די היץ, עס איז נישט געווען קיין צווייטע ברירה אדער אריינזעצן די קליינע קינדער אין וואנע א גאנצען טאג אדער פארן אין קעמפ אז נישט איז געווען א סכנה.

מען זאל נאר היינט אויסטרייען איין טאג ווען עס איז 90 אן א עירקאנדישען וועט יעדער פארשטיין פארוואס אמאל איז מען געפארן אין קעמפ, גארנישט געהאט מיט שמירות ענים איינגעלייגט.


איך פראביר צו כאפן פון וועלכען יאר איר רעד...
איבער זיצן אין די קאלטע וואנעס איבערן טאג 1920?

וואס איז נישט פארבליבן נאך עפעס הנהגות טובת פון די ניינצן צוואנציגער יארן.. גיי ווייס
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

העליך דיר זאגען. אין די 80'ער יארען איז געווען (אויב) איין עיר קאנדישאן אין א היים
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אונזערע מוסדות דא וואס זענען 'אמאל' געווען די סימבאל פון שפארזאמקייט, ווי די דאגה פון רבין ז"ל און די מענטשן וועם ער האט געשטעלט צו פירן מוסדות, איז געווען אז אידן זאלן נישט אינטערברעכן, צדקה וחסד איז געווען די עיקר וואס מען האט אונז געלערנט.

ליידער, היינט איז עס געווארן די פאן טרעגער פון העכערן פרייזען, די גאנצע מוסד איז א קעש קאו, האט אנגעהויבן מאכען שיינע קעמפס צו קענען אויסרייסען געלט פון אומשולדיגע טאטעס, קעמפס וואס האבן געקאסט 600-1100 א קינד איז געווארן פארטוישט מיט קעמפס וואס קאסטן 3000 אי קינד, און נאכען פארשווארצען די פנים ווי א שנארער קען מען מען באקימען א ארימע הנחה פון 100-300 דאלער, ווער האט דאס געבעטן, ווער דארף נייע קעמפס אז מען קען אס נישט אפצאלען.
און אין דעם זענען יא שולדיג מנהלים און מגי"ש וואס פרייען זיך צו א שיינע באנגעלאו און רעכענען זיך נישט מיט עלטערן וואס בליטיגן.

אבער די זעלבע איז מיט שכר לימוד, מען שיקט ארום בריוו מיט איבער געשרויפטע פרייזן וואס כלומרשט קאסט א קינד, פרייזען 40 פראצענט העכער ווי דער זעלבער אדמיניסטראטאר האט געזאגט ביים דינער א האלבע יאר צוריק, און אין די זעלבע וואך וואס וואוטשער געלט איז געשטיגן מיט שווערע געלט, און צום באוואונדערן אז מען קען זיך נישט פאראייניגען מיט אן אנדערע קהילה פאר קיין שום אידישקייט זאך, אבער עס קומט צו אויסרייסן טאשן איז אויס מחלוקה, מאן ארבעט מייסטערהאפטיג צוזאמען.

און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער.

נענה רשב"י ואמר כל מה שתיקנו לא תיקנו אלא לצורך עצמם - מרחצאות לעדן בהן עצמן, גשרים ליטול מהן מכס.
.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

כהיום יום, איז פארהאן ערקאנדישאן, אין ביהמ"ד, אין באנגעלאו, אין באנק, און אין קעמפ-חדר
אינדערהיים, אין דיינונג רום, אין בעדרום, און וואו נישט?
סאו, וואס און וואו פונקטליך איז די נפקא מינה פון קעמפ ביז די שטאט?

אמאל, [אמאל, מיין איך נישט אין די ניינצן צוואנציגער יארן, נאר די יארן וואס איך געדענק אלס קינד און אלס בחור] אין קעמפ, איין אדער צוויי ציבראכענע עירקאנדישאן אין ביהמ"ד, און א ריזיגע עירקאנדישאן וואס האט געמאכט מער נאויז ווי לופט, אין לאנטש רום
נישט געווען קיין ערקאנדישאן, נישט אין באנק, נישט אין וואלד [חדר בלע"ז], רעגן חדרים האבן בכלל נישט עקזיסטירט... [און געקאסט האט דער קעמפ א שיבוש...]

אלדי אלדי, אוי זאגסטו פיין, כ'האף נאר אז די מנהלים וועלן דא נישט זיין אינטער געקויפט פון די חברה און מעקן דיינע אויפריכטיגע דיבורים.....
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

פארוואס קוקט מען נישט אויף אנדערע פלעצער אין די וועלט למשל אין ארץ ישראל איז סאך הייסער ווי דא און מען פארט נישט אכט וואכען אין קעמפ נאר צויי וואכען איז די חופש און די גאנצע משפחה גייט ארויס צוזאמען אויף שיינע פלעצער נישט אז די מענער זיצען אינדערהיים אליינס פאר אכט וואכען און די וייבער זענען אין קעמפ אליינס און עס קאסט נישט פאר קיינעם גארנישט
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אונזערע מוסדות דא וואס זענען 'אמאל' געווען די סימבאל פון שפארזאמקייט, ווי די דאגה פון רבין ז"ל און די מענטשן וועם ער האט געשטעלט צו פירן מוסדות, איז געווען אז אידן זאלן נישט אינטערברעכן, צדקה וחסד איז געווען די עיקר וואס מען האט אונז געלערנט.

אבער די זעלבע איז מיט שכר לימוד, מען שיקט ארום בריוו מיט איבער געשרויפטע פרייזן וואס כלומרשט קאסט א קינד, פרייזען 40 פראצענט העכער ווי דער זעלבער אדמיניסטראטאר האט געזאגט ביים דינער א האלבע יאר צוריק, און אין די זעלבע וואך וואס וואוטשער געלט איז געשטיגן מיט שווערע געלט, און צום באוואונדערן אז מען קען זיך נישט פאראייניגען מיט אן אנדערע קהילה פאר קיין שום אידישקייט זאך, אבער עס קומט צו אויסרייסן טאשן איז אויס מחלוקה, מאן ארבעט מייסטערהאפטיג צוזאמען.

און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער.

זייער גערעכט, און ס'זייער ווייטאגליך פאר א גרויס חלק פונעם ציבור.

לאור המצב הקשה הערט מען, אז די רבנים פון פראנקרייך האבן דערהערט דעם ווייגעשריי פון ווילאמסבורג, און זיי האבן זיך צוזאמגענומען, און זיי קומען אהער מחזק זיין דעם עולם בגוף ובממון. ולה' הישועה!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

צ/ק 9!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

רבניש האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די גאנצע קעמפ געגייאכטס האט זיך נישט אנגעהויבן וועגן שמירת ענים, עס איז פשוט געווען א סכנה צו בלייבן אין שטאט וועגן די היץ, עס איז נישט געווען אמאל קיין עירקאנדישענס, עס איז געווען און די ניינציגער'ס די טעמראטור איז מען געווארן צושמאלצען, יעדע יאר פלעגט זיין פאטעלאטעטן פון די היץ, עס איז נישט געווען קיין צווייטע ברירה אדער אריינזעצן די קליינע קינדער אין וואנע א גאנצען טאג אדער פארן אין קעמפ אז נישט איז געווען א סכנה.

מען זאל נאר היינט אויסטרייען איין טאג ווען עס איז 90 אן א עירקאנדישען וועט יעדער פארשטיין פארוואס אמאל איז מען געפארן אין קעמפ, גארנישט געהאט מיט שמירות ענים איינגעלייגט.


איך פראביר צו כאפן פון וועלכען יאר איר רעד...
איבער זיצן אין די קאלטע וואנעס איבערן טאג 1920?

וואס איז נישט פארבליבן נאך עפעס הנהגות טובת פון די ניינצן צוואנציגער יארן.. גיי ווייס

איך רעד פון די 1950 יארן אדרבה פרעג דיר נאך,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין די פופציגער יארן האט מען זיך איינגעטיילט ווער עס זאל שלאפן אויפן פייער סקעיפ, כך שמעתי פון עלטערע אידן.

--

אין יענע יארן האט נישט געקאסט צו אויסרישן די קינדער פאר קעמפ, וועש אנצוטאן האט אויך קעמפ צוגעשטעלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

די נושא איז א יערליכע דעבאטע צווישען דעם עושר און דעם ארעמאן,

״קעמפס״ איז נאר א ״משל״ ווי אויפציווייזען די דיפרענטץ, די ״נמשל״ איז די טאג טעגליכע הלוך ילך ביים היימישען ציבור.

דער עושר קען זיך ערלויבען קעמפס, חתונה מאכען, קערעסטיר, ליסענזסק, שכ״ל, ל״ג בעומר, בר מצווה מאכען, אא״וו אלע גרויסע אויסגאבן ביים היימישען ציבור.

און דער ארימאן קרעכטץ אויף יעדע זאך עקסטער, ער קרעכטץ כסדר אויף די גרויסע הוצאה וואס די סאסייעטי האט אויף אים ארויף געווארפן, דער ארימאן קרעכטץ יערליך אז די סטאנדארט ווערט אראפגעשטעלט דורוך די פארמעגליכע, און די נישט פארמעגליכע קענענן עס נישט דערגרייכען.

די דיפרענטץ צווישען די צוויי קלאסן מענטשן ווערט נאר גרעסער און גרעסער צילוב די גרעסערע משפחות, און צילוב די לוקסוס אין וואס מען לעבן היינט און וואס מענטשן ערלויבן זיך היינט צוטאגס, דאס טרייבט ארויף די פרייזן און סטאנדערט פון אלעם, און דאס ברענגט אז די קרעכטצן זאלן אויך ווערן העכער און שטערקער.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

צ"ל נארמאלער פארדינער במקום ארימאן.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

הנני בידך האט געשריבן:זייער אסאך איז אנדרעש היינט פון אמאל
א - סקאסט א הון רב, וואס עלטערן קענען נישט אויסהאלטן
ב - שמירת עניניים איז זייער חשוב, די קעמפ איז נישט די סעלאשען... מאיז נאר דארט ווייניג און משיקט אהיים אינדערמיט
ועוד ועוד


ולפי"ז דארף מען גיין אין קעמפ פון א וואך נאך פסח. און נישט אהיימשיקען אויף שבת נחמו וכו'.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רויט האט געשריבן:נישט אהיימשיקען אויף שבת נחמו וכו'.

דאס איז אויך א נייע ארויפגעצוואונגענע גזירה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

מי הוא זה האט געשריבן:וואספארא שמירת עינים פראבלעם איז דא אין קרית יואל אז עס איז געווארן א חיוב צי שיקען אויך די מיידלעך?


אויף דעם קען מען זאגן אז בטלה מביא לידי.... ממילא מוזן זיי זיין דורכאויס די חדשים אין א סאסייעטי.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

רויט האט געשריבן:
מי הוא זה האט געשריבן:וואספארא שמירת עינים פראבלעם איז דא אין קרית יואל אז עס איז געווארן א חיוב צי שיקען אויך די מיידלעך?


אויף דעם קען מען זאגן אז בטלה מביא לידי.... ממילא מוזן זיי זיין דורכאויס די חדשים אין א סאסייעטי.

נאך אמאל איבער חזר'ן די אינגלעך גייען נישט אין קעמפ אין קרית יואל, נאר די מיידלעך און עס איז בכלל נישט קיין חיוב, די סקול פארלאנגט עס בכלל נישט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:
מי הוא זה האט געשריבן:וואספארא שמירת עינים פראבלעם איז דא אין קרית יואל אז עס איז געווארן א חיוב צי שיקען אויך די מיידלעך?


אויף דעם קען מען זאגן אז בטלה מביא לידי.... ממילא מוזן זיי זיין דורכאויס די חדשים אין א סאסייעטי.

נאך אמאל איבער חזר'ן די אינגלעך גייען נישט אין קעמפ אין קרית יואל, נאר די מיידלעך און עס איז בכלל נישט קיין חיוב, די סקול פארלאנגט עס בכלל נישט.


די סקול פארלאנגט עס טאקע נישט, אבער ביי די מיידלעך איז עס א "חיוב" ווייל "יעדער" גייט גיין און מ'גייט דארטן האקן א לעבן.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער. נענה רשב"י ואמר כל מה שתיקנו לא תיקנו אלא לצורך עצמם - מרחצאות לעדן בהן עצמן, גשרים ליטול מהן מכס.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

farshlufen האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:נישט אהיימשיקען אויף שבת נחמו וכו'.

דאס איז אויך א נייע ארויפגעצוואונגענע גזירה.

מען קען אויך מוסיף זיין די גזירה פון די לעצטע פאר יאר דמתקריא ״וויזיטינג דעי״....
ב״ה עטליכע מוסדות האבן געמאכט א סוף דערצו פאריאר.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

מען דארף און ממעג זיך אפלערנען פון קרית יואל,

בשנת תשנ"ח איז נתייסד געווארן א קעמפ אין רואנד טאפ ניו יארק פאר די ישיבה קטנה בחורים, (עס האט נישט געקאסט קיין סאך) מיט די יארן האט זיך די קעמפ פארברייטערט אריינצונעמען איבער 300 קינדער/בחורים, און די מוסדות האט מסדר געווען פאר יעדע עידזש אז זיי זאלן גיין 3 וואכן פונעם זוממער אין די קעמפ, (עס פלעגט קאסטען 300 דאללער פאר 3 וואכן, און מען האט געקענט אראפהאנדלען...) די מלמדים האבן געזאגט אז זיי באקומען נאר א האלבע וויעדזש ווען זיי זענען אין קעמפ ווייל זיי באקומען דאך דארטן א באנגעלוי..., למעשה איז די וואוקס/הוצאות געשטיגן און די אלטע הנהלה האט פשוט אינטערגעבראכן פון די שווערע חובות און עס איז געווארן איבערגענומען דורך די הנהלת המוסדות (לייען: מחנה בית רחל), און זיי האבן פארשטייט זיך געבעטען 300 א וואך [אדער כמעט די נוממער], ווייל אזוי קאווערט זיך עס געהעריג, ביז די עלטערן איניינעם מיט די מלמדים און די קינדער האבן אויסגעשריגן א הילכיגן ניין! און די זאך האט זיך אויפגעהערט.

היי יאר זענען די בחורים יא געפארן אויף א וואך אין קעמפ פאר 300 דאללער. (יעדע ישיבה אין א אנדערע קעמפ אפגעדינגען פון אנדערע מוסדות.)
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

שאינו יודע האט געשריבן:כתה ו׳ איז שוין דא היי יאר אין וויליאמסבורג. לאמיר האפן אז עס קומט א דורכברוך

א מלמד זאגט מיר אז יעדעס יאר האט ער עטליכע קינדער וואס פאר זיי איז יסורים צו זיין אין קעמפ, לדוגמא בעט נעצן, מעדיקעישאן, שטארק בענקוועדיג, און נאך עניינים.


וועלכע מוסד האט שוין כיתה ו' ?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צהלה ושמחה האט געשריבן:די נושא איז א יערליכע דעבאטע צווישען דעם עושר און דעם ארעמאן,

״קעמפס״ איז נאר א ״משל״ ווי אויפציווייזען די דיפרענטץ, די ״נמשל״ איז די טאג טעגליכע הלוך ילך ביים היימישען ציבור.

דער עושר קען זיך ערלויבען קעמפס, חתונה מאכען, קערעסטיר, ליסענזסק, שכ״ל, ל״ג בעומר, בר מצווה מאכען, אא״וו אלע גרויסע אויסגאבן ביים היימישען ציבור.

און דער ארימאן קרעכטץ אויף יעדע זאך עקסטער, ער קרעכטץ כסדר אויף די גרויסע הוצאה וואס די סאסייעטי האט אויף אים ארויף געווארפן, דער ארימאן קרעכטץ יערליך אז די סטאנדארט ווערט אראפגעשטעלט דורוך די פארמעגליכע, און די נישט פארמעגליכע קענענן עס נישט דערגרייכען.

די דיפרענטץ צווישען די צוויי קלאסן מענטשן ווערט נאר גרעסער און גרעסער צילוב די גרעסערע משפחות, און צילוב די לוקסוס אין וואס מען לעבן היינט און וואס מענטשן ערלויבן זיך היינט צוטאגס, דאס טרייבט ארויף די פרייזן און סטאנדערט פון אלעם, און דאס ברענגט אז די קרעכטצן זאלן אויך ווערן העכער און שטערקער.

הנאה געהאט פון די תגובה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

לאידך גיסא, לאמיר זיך אפשטעלן אין קוקן גוט פון דעם מוסד׳ס אפיס טישל.... (וואס כאב מיטגעהלאטן)

ווען זיי רופן די עלטערן וואס צאלן טאקע נישט די ״גרויסע״ שכר מלומדת בילס ווייל זיי זענען דאך מיטל קלאס פארדינער אין זיי טענען אז זיי האבן נישט צו באצאלן די ווילדע געהעכערטע אומאויסגעהאלטענע מוסד פרייזן,

ווען מערופט זיי פארן בילל...

הייבט זיך דער טרייבל פון די אנדערע זייט אויף מיט א נערוועזן העלאוי;

עהה.. ווער איז? איר האט א ריזן באלאנס דא דאס לעצטע מאל האט איר געצאלט איבער דריי יאר צוריק... עההה.. ביטע רוף מיך צוריק נעקסטע וואך איך קען יעצט נישט רעדן איך בין אין קערעסטיר...

א האלבן חודש דערנאך... העלאוי, מערופט פונעם שכר מלומדת אפיס... ווארפט אריין א קליינעם פעימענט אויף דעם ריזן וואקסענדן בילל...

די אנדערע זייט טרייבל; ווער איז עס איך הער נישט, העלאוי, רעד העכער, איך הער נישט קיין איין ווארט, די מוזיק האקט... איך בין דא אין מירון איך קען יעצט נישט רעדן קאל א חודש ארום זיי מוחל.

א חודש ארום, מערופט דא פונעם שכר מלומדת אפיס.... עהההה... קאלל מיך דינסטאג ווען איך וועל צוריק זיין אין שטאט וועל איך קעיר נעמען יעצט בין איך אין קאנטערי....

אזוי גייט דאס אן א גאנץ יאר דער ״מיטל קלאס״ פארדינער שווימט ארום לענגאויס די וועלט פאר שוואוילטאג... חודש נאך חודש.. אבער פארן שכר לימוד האט ער נישט גארנישט, און ניטאמאל קימערט ער זיך וויסענדיג צו מאכן!

שרייען די מוסדות וואס עפעס זעמיר אונז דיין שעיר חטאת, אפשר מאך ״דעלטא עיר ליינס ביזנעס קלאס״ פאר דיין שעיר.

אמת עס איז טאקע דא א קליין חלק עכט ארימע, אדער א שיין חלק מיטל קלאס וואס מאכן נישט דעם לעבן און קענען טאקע נישט צאלן דעם שכר לימוד, וואס קען מען אבער טון די גוטע ליידן טאקע צוליב די הפקר חברה וואס זייער קינד׳ס מוסד ווערט געשטעלט ניטאמאל צום לעצט אויף זייער ליסטע.

טייערע מיטל קלאס פארדינער פאר אלע שוואוילטאג האסטו געלט איא? ביטע הייב אן צאלן שכר לימוד ווי א נארמאלער מענטש ווי דיינע קינדער זיצן דעם גאנצן ליבן טאג, דעם ערשטן חלק פון זייער לעבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”