אונזערע מוסדות דא וואס זענען 'אמאל' געווען די סימבאל פון שפארזאמקייט, ווי די דאגה פון רבין ז"ל און די מענטשן וועם ער האט געשטעלט צו פירן מוסדות, איז געווען אז אידן זאלן נישט אינטערברעכן, צדקה וחסד איז געווען די עיקר וואס מען האט אונז געלערנט.
ליידער, היינט איז עס געווארן די פאן טרעגער פון העכערן פרייזען, די גאנצע מוסד איז א קעש קאו, האט אנגעהויבן מאכען שיינע קעמפס צו קענען אויסרייסען געלט פון אומשולדיגע טאטעס, קעמפס וואס האבן געקאסט 600-1100 א קינד איז געווארן פארטוישט מיט קעמפס וואס קאסטן 3000 אי קינד, און נאכען פארשווארצען די פנים ווי א שנארער קען מען מען באקימען א ארימע הנחה פון 100-300 דאלער, ווער האט דאס געבעטן, ווער דארף נייע קעמפס אז מען קען אס נישט אפצאלען. און אין דעם זענען יא שולדיג מנהלים און מגי"ש וואס פרייען זיך צו א שיינע באנגעלאו און רעכענען זיך נישט מיט עלטערן וואס בליטיגן.
אבער די זעלבע איז מיט שכר לימוד, מען שיקט ארום בריוו מיט איבער געשרויפטע פרייזן וואס כלומרשט קאסט א קינד, פרייזען 40 פראצענט העכער ווי דער זעלבער אדמיניסטראטאר האט געזאגט ביים דינער א האלבע יאר צוריק, און אין די זעלבע וואך וואס וואוטשער געלט איז געשטיגן מיט שווערע געלט, און צום באוואונדערן אז מען קען זיך נישט פאראייניגען מיט אן אנדערע קהילה פאר קיין שום אידישקייט זאך, אבער עס קומט צו אויסרייסן טאשן איז אויס מחלוקה, מאן ארבעט מייסטערהאפטיג צוזאמען.
און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער.
נענה רשב"י ואמר כל מה שתיקנו לא תיקנו אלא לצורך עצמם - מרחצאות לעדן בהן עצמן, גשרים ליטול מהן מכס.
כהיום יום, איז פארהאן ערקאנדישאן, אין ביהמ"ד, אין באנגעלאו, אין באנק, און אין קעמפ-חדר אינדערהיים, אין דיינונג רום, אין בעדרום, און וואו נישט? סאו, וואס און וואו פונקטליך איז די נפקא מינה פון קעמפ ביז די שטאט?
אמאל, [אמאל, מיין איך נישט אין די ניינצן צוואנציגער יארן, נאר די יארן וואס איך געדענק אלס קינד און אלס בחור] אין קעמפ, איין אדער צוויי ציבראכענע עירקאנדישאן אין ביהמ"ד, און א ריזיגע עירקאנדישאן וואס האט געמאכט מער נאויז ווי לופט, אין לאנטש רום נישט געווען קיין ערקאנדישאן, נישט אין באנק, נישט אין וואלד [חדר בלע"ז], רעגן חדרים האבן בכלל נישט עקזיסטירט... [און געקאסט האט דער קעמפ א שיבוש...]
אלדי אלדי, אוי זאגסטו פיין, כ'האף נאר אז די מנהלים וועלן דא נישט זיין אינטער געקויפט פון די חברה און מעקן דיינע אויפריכטיגע דיבורים.....
פארוואס קוקט מען נישט אויף אנדערע פלעצער אין די וועלט למשל אין ארץ ישראל איז סאך הייסער ווי דא און מען פארט נישט אכט וואכען אין קעמפ נאר צויי וואכען איז די חופש און די גאנצע משפחה גייט ארויס צוזאמען אויף שיינע פלעצער נישט אז די מענער זיצען אינדערהיים אליינס פאר אכט וואכען און די וייבער זענען אין קעמפ אליינס און עס קאסט נישט פאר קיינעם גארנישט
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אונזערע מוסדות דא וואס זענען 'אמאל' געווען די סימבאל פון שפארזאמקייט, ווי די דאגה פון רבין ז"ל און די מענטשן וועם ער האט געשטעלט צו פירן מוסדות, איז געווען אז אידן זאלן נישט אינטערברעכן, צדקה וחסד איז געווען די עיקר וואס מען האט אונז געלערנט.
אבער די זעלבע איז מיט שכר לימוד, מען שיקט ארום בריוו מיט איבער געשרויפטע פרייזן וואס כלומרשט קאסט א קינד, פרייזען 40 פראצענט העכער ווי דער זעלבער אדמיניסטראטאר האט געזאגט ביים דינער א האלבע יאר צוריק, און אין די זעלבע וואך וואס וואוטשער געלט איז געשטיגן מיט שווערע געלט, און צום באוואונדערן אז מען קען זיך נישט פאראייניגען מיט אן אנדערע קהילה פאר קיין שום אידישקייט זאך, אבער עס קומט צו אויסרייסן טאשן איז אויס מחלוקה, מאן ארבעט מייסטערהאפטיג צוזאמען.
און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער.
לאור המצב הקשה הערט מען, אז די רבנים פון פראנקרייך האבן דערהערט דעם ווייגעשריי פון ווילאמסבורג, און זיי האבן זיך צוזאמגענומען, און זיי קומען אהער מחזק זיין דעם עולם בגוף ובממון. ולה' הישועה!
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער. נענה רשב"י ואמר כל מה שתיקנו לא תיקנו אלא לצורך עצמם - מרחצאות לעדן בהן עצמן, גשרים ליטול מהן מכס.
בשנת תשנ"ח איז נתייסד געווארן א קעמפ אין רואנד טאפ ניו יארק פאר די ישיבה קטנה בחורים, (עס האט נישט געקאסט קיין סאך) מיט די יארן האט זיך די קעמפ פארברייטערט אריינצונעמען איבער 300 קינדער/בחורים, און די מוסדות האט מסדר געווען פאר יעדע עידזש אז זיי זאלן גיין 3 וואכן פונעם זוממער אין די קעמפ, (עס פלעגט קאסטען 300 דאללער פאר 3 וואכן, און מען האט געקענט אראפהאנדלען...) די מלמדים האבן געזאגט אז זיי באקומען נאר א האלבע וויעדזש ווען זיי זענען אין קעמפ ווייל זיי באקומען דאך דארטן א באנגעלוי..., למעשה איז די וואוקס/הוצאות געשטיגן און די אלטע הנהלה האט פשוט אינטערגעבראכן פון די שווערע חובות און עס איז געווארן איבערגענומען דורך די הנהלת המוסדות (לייען: מחנה בית רחל), און זיי האבן פארשטייט זיך געבעטען 300 א וואך [אדער כמעט די נוממער], ווייל אזוי קאווערט זיך עס געהעריג, ביז די עלטערן איניינעם מיט די מלמדים און די קינדער האבן אויסגעשריגן א הילכיגן ניין! און די זאך האט זיך אויפגעהערט.
היי יאר זענען די בחורים יא געפארן אויף א וואך אין קעמפ פאר 300 דאללער. (יעדע ישיבה אין א אנדערע קעמפ אפגעדינגען פון אנדערע מוסדות.)
לאידך גיסא, לאמיר זיך אפשטעלן אין קוקן גוט פון דעם מוסד׳ס אפיס טישל.... (וואס כאב מיטגעהלאטן)
ווען זיי רופן די עלטערן וואס צאלן טאקע נישט די ״גרויסע״ שכר מלומדת בילס ווייל זיי זענען דאך מיטל קלאס פארדינער אין זיי טענען אז זיי האבן נישט צו באצאלן די ווילדע געהעכערטע אומאויסגעהאלטענע מוסד פרייזן,
ווען מערופט זיי פארן בילל...
הייבט זיך דער טרייבל פון די אנדערע זייט אויף מיט א נערוועזן העלאוי;
עהה.. ווער איז? איר האט א ריזן באלאנס דא דאס לעצטע מאל האט איר געצאלט איבער דריי יאר צוריק... עההה.. ביטע רוף מיך צוריק נעקסטע וואך איך קען יעצט נישט רעדן איך בין אין קערעסטיר...
א האלבן חודש דערנאך... העלאוי, מערופט פונעם שכר מלומדת אפיס... ווארפט אריין א קליינעם פעימענט אויף דעם ריזן וואקסענדן בילל...
די אנדערע זייט טרייבל; ווער איז עס איך הער נישט, העלאוי, רעד העכער, איך הער נישט קיין איין ווארט, די מוזיק האקט... איך בין דא אין מירון איך קען יעצט נישט רעדן קאל א חודש ארום זיי מוחל.
א חודש ארום, מערופט דא פונעם שכר מלומדת אפיס.... עהההה... קאלל מיך דינסטאג ווען איך וועל צוריק זיין אין שטאט וועל איך קעיר נעמען יעצט בין איך אין קאנטערי....
אזוי גייט דאס אן א גאנץ יאר דער ״מיטל קלאס״ פארדינער שווימט ארום לענגאויס די וועלט פאר שוואוילטאג... חודש נאך חודש.. אבער פארן שכר לימוד האט ער נישט גארנישט, און ניטאמאל קימערט ער זיך וויסענדיג צו מאכן!
שרייען די מוסדות וואס עפעס זעמיר אונז דיין שעיר חטאת, אפשר מאך ״דעלטא עיר ליינס ביזנעס קלאס״ פאר דיין שעיר.
אמת עס איז טאקע דא א קליין חלק עכט ארימע, אדער א שיין חלק מיטל קלאס וואס מאכן נישט דעם לעבן און קענען טאקע נישט צאלן דעם שכר לימוד, וואס קען מען אבער טון די גוטע ליידן טאקע צוליב די הפקר חברה וואס זייער קינד׳ס מוסד ווערט געשטעלט ניטאמאל צום לעצט אויף זייער ליסטע.
טייערע מיטל קלאס פארדינער פאר אלע שוואוילטאג האסטו געלט איא? ביטע הייב אן צאלן שכר לימוד ווי א נארמאלער מענטש ווי דיינע קינדער זיצן דעם גאנצן ליבן טאג, דעם ערשטן חלק פון זייער לעבן.