אבסטראקשען אוף דשאסטיס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

אבסטראקשען אוף דשאסטיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אריבערגעברענגט פון דא נאכן אנערקענען אז ס'פארהאנען מענטשען וואס וועלען ענדערש אנגיין שרייבענדיג באריכטען אן נעמען די מינדעסטע פארשטאנד אין די "בעיסיק" כללים פון די נושא איבער וועלכע זיי שרייבען באריכטען!

אבסטראקשען אוף דשאסטיס

אבסטראקשען אוף דשאסטיס איז זייער א ריזיגע טורם.

עס פארלאנגט די פראסעקיוטער צו אנצייגען "פונקטליך" וועלכע אנגייענדע אינוועסטיגעשען דער בעל החשד האט אבסטראקטעד.

למשל, ס'קעניש זיין אבסטראקשען אוף דשאסטיס אויב טראמפ האט געהייסן קאומי סטאפען א אינוועסטיגעשען וואס איז אין טראמפס רשות צו איינטיילען קאומי דערויף.

פאר א פרעזידענט, צו קענען אים אנקלאגן אין אבסטראקשען ברויך זיין קלארע ראיות אויף איינע פון די פוינטס:

1) ער האט געזאגט ליגענט 'בכוונה' אינטער שבועה.
'בכוונה' באדייט, אז בשעת ער האט געזאגט ליגענט האט ער "פארשטאנען" וואס די שאלה איז "פונקטליך" און דערויף האט ער געזאגט עפעס וואס ער האט געוואוסט אז ער זאגט ליגענט!
(לדוגמה; די סעששאנס-פרענקין שאלה ותשובה ביי זיין נאמינעשען הירינג איז ווארשיינליך נישט קיין אבסטראקשען צוליב וואס סעשאנס האט קלארגעשטעלט וואס ער האט פארשטאנען די 'קאנטעקסט' פון די שאלה, און זיין ענטפער לויט ווי ער האט פארשטאנען די שאלה איז 100 אמת).

2) די ליגענט מוז זיין עפעס וואס איז בשייכות און איז וויכטיג פאר די אויספארשונג!
למשל, אויב בשעת א הירינג איבער 'אבסטראקשען' פרעגט מען טראמפ "ווי אלט ביסטו?" און טראמפ זאגט "צוועלעף יאר"... ס'איז קלאר ליגענט! אבער ס'איז נישט אבסטראקשען אוף דשאסטיס! ווייל די אינפארמאציע - טראמפס עלטער - האט נישט קיין שום קאנעקשען און מאכט נישט אויס צו די 'אבסטראקשען' אויספארשונג! (כיטרע?! - אה יע......)

3) טראמפ האט פראבירט צו מאכן א "קאווער אפ" אויף א אינוועסטיגעשען.

4) טראמפ האט גע'עצה'ט עדות צו זאגן ליגענט

5) טראמפ האט דיסטרויד 'פיזיקעל עווידענס', ווי פאפירען, טעיפס וואס האט שיכות מיט די אויספארשונג (למשל א דאקיומענט אין וועלכע ער שרייבט פאר סעשאנס צו זאגן ליגענט. אדער א טעיפ וואו ער שמועסט איבער א נושא וואס ער לייקענט אז ער ווייסט דערפון, און דערנאך פארמעקט ער די טעיפ. דאס הייסט ער האט פארמעקט עווידענס אז ער האט געזאגט ליגענט).

סאו. טו סאם אפ.
"אבסטראקשען אוף דשאסטיס" פארלאנגט זייער קלארע עווידענס! און איז נישט קיין גרינגע זאך פאר א פראסעקיוטער צו אויפווייזען, ווייל עס נעמט אריין זאכן ווי "וואס האט דער סאספעקט געטראכט". נו גיי ווייס.. גיי ווייז אויף אז דו ווייסט וואס ער האט געטראכט....

בקיצור, ס'איז א לאנגע וועג. און אסאך שפעקולאציעס און באריכטען וועלען זיך נאך דוירכדרייען...

ימים ידברו. משיח זאל אודאי קומען פארדעם.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

קען נישט א גרענד דשורי נוצן זייער הבחנה צו מאכן דעם באשלוס אנצוקלאגן?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שכוח שמאטע פאר די אלע קלארע הלכה למעשה געזעצן.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

איך מיין איך גיי שיקן ראבערט מולער צו דיך אז די קענסט אזוי גוט די הלכות
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”