וויאזוי טרעוול'ט מען אין ספעיס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

מ'מוז דאס נישט קענען צו פארשטיין וואס ער שרייבט, כאטש ער באנוצט זיך מיט דעם שפראך, מ'קען דאס פארשטיין פון די נארמאלע ווערטער וואס ער נוצט, נאר איך קען נישט צוליב מיין ענגליש..., אויף אזויפיל פארשטיי איך אז מ'קען דאס פארשטיין ווען איינער קען די שפראך.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

גיי ענדערש דא ווי איידער וויקי.

https://www.khanacademy.org/partner-con ... o-ellipses
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

קניידל פארעם האט געשריבן:שוין מערערע מאל אדורך געליינט דעם אשכול, למעשה האט מיר נישט געהעריג געשטימט וואס זאכליך איז מסביר דא וועגן עליפטיקל ארביט, איך האב געטראפן אסאך פלעצער וואס רעדן דערפון באריכות, מיט מער פארשטענדליכע הסבר ווי אזוי דאס ארבעט, ס'איז א צוזאמשטעל פון דריי פאקטן וואס קעפלער האט אראפ געשטעלט.

אבל דא עקא, איך קען נישט קיין ענגליש געהעריג, איז מיר ממש נישט מעגליך צו פארשטיין וואס ס'שטייט דארט, איך געב אן איין אדרעסס, ווער קען ביטע איבערטייטשן (נישט דורך טרענסלעיט) אין אידיש וואס ס'שטייט דא? וואס איז די צווייטע געזעץ, און בעיקר די דריטע?

וועם ס'אינטערעסירט די נושא ווערט געבעטן אריין צוקומען ארויסהעלפן. יישר כחכם.


יישר כוח פאר די פראגע, כ'האב אבער נישט פונקטליך פארשטאנען וואס איר פרעגט.

והאמת אגיד כ'האב קיינמאל נישט דורכגעלערנט קעפלער'ס הנחות, אויב איך פארשטיי גוט זענען די קעפלערס הנחות אזאלכע שארט קאטס ווען מ'וויל אויסרעכענען די חשבונות וויפל און אין וועלכע דירעקציע א געוויסע פלאנעט גייט זיך רוקן במשך די צייט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח פאר די פראגע, כ'האב אבער נישט פונקטליך פארשטאנען וואס איר פרעגט.

והאמת אגיד כ'האב קיינמאל נישט דורכגעלערנט קעפלער'ס הנחות, אויב איך פארשטיי גוט זענען די קעפלערס הנחות אזאלכע שארט קאטס ווען מ'וויל אויסרעכענען די חשבונות וויפל און אין וועלכע דירעקציע א געוויסע פלאנעט גייט זיך רוקן במשך די צייט.

איך האב נישט געהעריג פארשטאנען ווי אזוי די זאך קומט צוריק נאכן פארן אזוי ווייט? דאס איז אבער נאך גאנץ מוסבר ווייל די גראוויטעט שלעפט אים צוריק, אבער:

ווען ער קומט צוריק הייבט ער דאך אן צו פארן גאר שנעל, ווי אזוי דרייט ער זיך ארום די וועלט? פארוואס פארט ער נישט נאך ווייטער?

אויב ער דרייט זיך איין איין מאל ארום צו פארן די וועלט, פארוואס ווען ער קומט אן צו די צווייטע זייט, הערשט דעמאלטס נעמט ער זיך דערווייטערן פון דעם פלאנעט נאכאמאל?

כ'האף האסט פארשטאנען וואס איך פרעג ווייל איך האב נישט דא קיין בילד דאס צו אילוסטרירן.

ווען מ'לערנט קעפלער'ס הנחות זעהט מען אז ס'האט צו טוהן מיט מעס און ספיד אויך, נישט נאר מיט גראוויטי, דאס דארף לכאורה צו זיין דער ענטפער אויף מיינע פראגן.

און אויב מ'קען זיינע הנחות קען מען וויסן ווי שנעל א פלאנעט גייט זיך רוקן אין א געוויסע צייט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

פארוואס ווען איך שיס ארויף א אנגעפילטע בלאן (נישט מיט היליום נאר מיט געהעריגע לופט) צום דאך פאלט עס אראפ שטייט און ס'שוועבט אזוי ביז ס'קומט אן צום פלאר און ווען ס'איז שוין אויפןמפלאר מאכט עס נאך אפאר טאנצעלעך. משא"כ ווען איך שיס ארויף א ליידיגע בלאן פאלט עס גראד אראפ אויפן פלאר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זייער א גוטע פראגע.
דאס ווערט אויסגעשמועסט באריכות אין דעם אשכול.
viewtopic.php?f=3&t=24837
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

פארוואס וועגט מען מער ווען מ׳פליעט שנעל? וואס איז דאס דשי פארס?
געגאנגען! דאס איז וויכטיג ווייל דאס איז נוגע פאר אונז אויך.

ביידעוועי, איז נישט לערנען אסטראנאמיע אינעם כלל פון אין דורשין? (מסכת חגיגה פרק ב׳ משנה א׳)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מילין_יקירין האט געשריבן:ביידעוועי, איז נישט לערנען אסטראנאמיע אינעם כלל פון אין דורשין? (מסכת חגיגה פרק ב׳ משנה א׳)

כבר דשו בה רבים
אזוי אויך בכלל לערנען פיסיקס אלס חכמה יוונית
אדער בקיצור פארוואס האט דער רמב״ם געשירבן זיינע ערשטע פרקים אין מדע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מילין_יקירין האט געשריבן:פארוואס וועגט מען מער ווען מ׳פליעט שנעל?
וואס איז דאס דשי פארס?

מווערט נישט שווערער נאר מפילט שווערערע והיינו מוועגט
פראביר וועגן א איין פונטיגע שטיין אויפן וואג וועט ער זאגן עס וועגט א פונט ווארף איהם צום וואג וועט ער זאגן ער וועגט מער וכבר הארכתי במקום אחר

דזשי פארס איז די גרעוויטי שנעלקייט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

טענקס.
וויאזוי קען מען ארויףלייגן צוויי קאפס וואסער אויף א בעזעם אין ארומדרייען עס זאל זיך נישט אויסגיסן. אדער בשעת א פליגער מאכט א קאמפליט ראול אדער לאָאָפּ קען מען בשעת מעשה גיסן וואסער פון א פלעשל אריין אין קאפ! קיין שום זאך פאלט נישט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מילין_יקירין האט געשריבן:טענקס.
וויאזוי קען מען ארויףלייגן צוויי קאפס וואסער אויף א בעזעם אין ארומדרייען עס זאל זיך נישט אויסגיסן. אדער בשעת א פליגער מאכט א קאמפליט ראול אדער לאָאָפּ קען מען בשעת מעשה גיסן וואסער פון א פלעשל אריין אין קאפ! קיין שום זאך פאלט נישט!

די מישט צוויי זאכן די בעזים איז איין כח און די פליגער וואס דריידט זיך א צווייטע
שוין אויך געשמועסט אין אשכול פון אינטעראנטע פאקטן און ידיעות

און זעה דא און דא

אז דו דערמאנסט מיר, איינער ווייסט אפשר וואו יעקב פריינד איז אומגעקומען?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

ביידעוועי, איך שפאר אסאך געז ווען איך הייב אן צו פארן נאך א סטאפ. די ערשטע שטופ פרעסט דאס מערסטע פאוער, נאכדעם איז שוין דא מאמענטום. יעצט אז מ׳פארט שוין אויף 10 מייל א שעה און מ׳וויל פארן אויף 20, וויפיל ״מער״ קראפט דארף מען? דאבל? אדער טיימס אזויפיל?!

צו מאכן א ספיקער העכער, וויפיל מער קראפט דארף מען?

כ׳ווייס אז ס׳איז נישט קיין ראקעט סייענס, אבער איך שרייב עס דא, מעין לענין. אדרבה, אויב איז שוין דא א אשכול דערוועגן, שטעל א לינק. (ספיקערס גלייב איך שווער ס׳איז דא, אויב נישט, אפשר וועל איך מיר נעמען שרייבן אויב ס׳איז נוגע פארן עולם)

באקאנט די מעשה מיטן גלעזל וואסער,
א פראפעסער איז אריינגעקומען אין קלאס און ער האלט א גלעזל וואסער אין זיין האנט, און ער פרעגט זיינע סטודענטן: וויפיל וועגט די גלעזל וואסער? און ווי שווער איז עס פאר מיר צו האלטן?

דעם עולם האט געזאגט סברות אהער און סברות אהין, דער פראפעסער זאגט זיי: איר זענט אלע נישט גערעכט!
די גלעזל וואסער ווערט מיר שווערער און שווערער צו האלטן מיט יעדע מינוט מער וואס איך האלט עס!

זעהט מען אז ״צייט״ איז אויך א מחותן ווען עס קומט צו רעכענען וואג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישט געכאפט דיין שאלה און יא שרייב זעהט אויס אינטערסאנט

בנוגע די מעשה מיטן פראפעסאר סאיז א גוט ווארט אבער אין אמתן להעמיד הדבר על דיוקו ניין סווערט נישט שווערער נאר צו האלטן די גלאז דארף ער אגאנצן צייט נוצן די זעלבע כח, די זאך איז נאר אז ער פארלירט מער און מער כח
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צ.ק.
איך האב נאכנישט געליינט די גאנצע אשכול אבער מדארף אנצייכענען אז אין ספעיס צו טרעוולען דארף מען גארנישט טוען איינמאל מאיז אין א ספיד פארט מען עלעולמי עד
די זאך איז נאר אז מוויל דאך נישט אנקומען אין וועלט אריין מוז מען קאנטראלירן און דרייען צו וואו מוויל אנקומען
שטומט זאכליך?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

די ערפארס האלט אויף א שטאב מיט טעקנישנס וואס האלטן חשבון אןיף אלע אמעריקאנע סעטעליטן און מאכו זיכער אז עס בלייבט אויפן פלאץ. זיי זאגן אז בערך איין מאל א וואך דארף מען פייערן די טראסטערס פאר עטליכע פיצי׳ס פון א סקונדע צוריק צו שטעלן אין פלאץ. ווען נישט וואלט די סעטעלייט מיט די צייט אינגאצן פארפארן צו די ליידיגע חלל אריין
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”