וויאזוי טרעוול'ט מען אין ספעיס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אויף די בילד, קען מען זעהן ווי הויך יעדע סיסטעם ארביט, און די דיטעילס.
די ISS איז די נענטסטע צו די ערד.
די האבבל ספעיס טעלעסקאופ איז אביסל העכער און דערנאך קומט אירידואם.
אלעס ביז די ברוינע צירקל ווערט אנגערופן LEO נידעריגע ערד ארביט, פון דארט און ווייטער איז די MEO מיטעלע ערד ארביט.
די ברוינע צירקל איז ווי די מאגנעטישע פעלד פון די ערד ווערט שוואכער, און די שאדן פון ספעיס ראדיציע ווערט שטערקער
די נעוויגאציע סעטעלייטס געפינען זיך בערך ביי 15 טויזנט מייל, GPS איז די אמעריקאנע סיסטעם, GLONASS איז די רוסישע וכו'
די ווייטסטע אויפן בילד איז די GSO וואס מיר האבן אויפן גערעדט.
ס'איז דא 4 מעסטונגען אויפן בילד. די שטריך אויף ארויף ווייזט ווי לאנג ס'דויערט ארומצופליען די וועלט א גאנצע צירקל ביי יעדע הייך, די שטריך אויף די רעכטע זייט ווייזט ווי הויעך יעדע ארביט איז, די שטריך אויף אראפ ווייזט וויפל ספיד מ'דארף האבן, און די שטריך אויף די לינקע זייט ווייזט וויפל מייל ס'איז יעדע צירקל.
העכער GSO געפינט זיך אן ארביט וואס ווערט גערופן בית הקברות ארביט, און כשמו כן הוא, אלע סעטעלייט פון GSO ווען ס'האלט פארן שטארבן ריקט מען ארויף אפאר 100 מייל און מ'לאזט אים דארט אויסגיין אויף אן אייביגע רוה... כ'מיין ארביט...
תם ולא נשלם הלכות ארביט.
קומענדיגע ארטיקלען וועלן זיך באציען צו גראוועטי קראפט G-force, און דערנאך ראקעט סייענס.
שפעטער וועלן צוריקקומען צו איינשטיין'ס מהלך אין גראוועטי, און escape velocity דאס הייסט וויאזוי מ'אנטלויפט פון א פלאנעט'ס ארביט.
און אויב כ' וועל נאך האבן געדולד וועט מען אויך אויסשמועסן אסטראנאמיע, איבער די סאולער סיסטעם, די געלעקסיס און די בלעק-האולס, ביינערי סטארס, סופערנאווע, און נאך... מן הסתם אין א באזונדערע אשכול.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
זאכליך האט געשריבן:
העכער GSO געפינט זיך אן ארביט וואס ווערט גערופן בית הקברות ארביט, און כשמו כן הוא, אלע סעטעלייט פון GSO ווען ס'האלט פארן שטארבן ריקט מען ארויף אפאר 100 מייל און מ'לאזט אים דארט אויסגיין אויף אן אייביגע רוה... כ'מיין ארביט...
איך פארשטיי נישט די הסבר אינגאנצן
פארוואס פונקט דארט? סתם מען האט אפגעמאכט א פלאץ?
אפשר קענסטו אין צוויי שורות מסביר זיין נאכאמאל?
קען זיין איך דארף מאכן חזרה אויפן אשכול...
א דאנק נאכאמאל
פאטאקי08 האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די הסבר אינגאנצן. פארוואס פונקט דארט? סתם מען האט אפגעמאכט א פלאץ?
ווייל דארט שטייט עס ארויס פון וועג. אנדערש קען עז זיין מסוכן פאר אנדערע סעטעליטן, ספעיס שיפן, וכדומה.
פארוואס נישט אריינזעצן אין וואסער? וויס עס קאסט אייגענטליך מער ענערגיע צו אראפקומען ווי צו ארויפליען. פארוואס? ווייל כדי צו אראפקומען, פילט זיך אויס א טויש אין וועלאסיטי\ספיד (Delta-v) פון כמעט 5,000 פיס פער סקונדע. משא"כ זיך צו ארויפשטופן דאס ביסל 100 מייל, פעלט זיך אויס אונטער פערציג פיס פער סקונדע.
גלעזעלע האט געשריבן:רח"ל וואס הייסט א בית הקברות? וואס איז מיט די עוויירמינט לאזן דע וועלט וואטשערס דאס צו? מזאל אנפילען מיט שעדליכע פלעסטיג אין כאמיקעלן?
זאכליך שקויעך עני וועי
גראדע איז יענע פלאץ "אינדרויסן פון די ענווייראמענט"...
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
ס'איז דא א געים אויף גוגל פלעי, וואס איז מורא'דיג ממחיש די גאנצע ענין פון ארביט.
https://play.google.com/store/apps/deta ... rpur.Orbit
כ'האב קיינמאל נישט אזוי קלאר פארשטאנען ארביט, ביז כ' האב מיך ארום געשפילט מיט די געים.
https://play.google.com/store/apps/deta ... rpur.Orbit
כ'האב קיינמאל נישט אזוי קלאר פארשטאנען ארביט, ביז כ' האב מיך ארום געשפילט מיט די געים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
וויאזוי האט מען געטרעינד די אסטראנאטן צו זיראו גראוועטי?
איין וועג וואס יעדער ווייסט איז פשוט אין א וואסער וואס דארט קען א מענטש שווימען ארויף און אראפ, און ער ווערט נישט אראפגעשלעפט.
נאך א מעטאד האט נאס"א גענוצט, ס'איז געווען ספעציעלע פליגער'ס אויסגעשטאט מיט קישענעס אויף די ווענט און ליידיג פון אינעווייניג. ווען ס'איז אנגעקומען אויבן האט עס אויסגעלאשן די ענדזשין און זיך געדרייט מיט די נאז אראפ. ווען ס'איז אנגעקומען כמעט אינטען האט מען צוריק אנגעצונדן די ענדזשין'ס און צוריק ארויפגעפלויגן אזוי א גאנצן צייט. יעדע מאל מ'האט אויסגעלאשן די ענדזשין זענען די מענטשן אין די פליגער געווען אין א "פרייע פאל" און נישט געשפירט קיין גראוועטי.
דאס איז א בילד פון די ערשטע אסטראנאטן ביים טרענירן אין די ספעציעלע פליגערס.
מיטן זיך פארשטעלן וויאזוי ס'שפירט זיך אויף אזא פליגער, קען מען בעסער פארשטיין פארוואס ווען מען איז אין ארביט שפירט מען נישט קיין גראוועטי.

- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
זאכליך! אזוי קלאר און שיין צולייגט אז אפילו אזעלכע ווי מיר זאלן עס פארשטיין! טענק יו!
איין פראגע: וויאזוי הייבט מען צו פארן שנעלער אדער שטייטער בכדי צו ארויפגיין צום בית הקברות אדער צוריק אראפקומען?
נאך א פראגע, אז איך שיק יעצט ארויף א סטעליעס דארף איך שטארק אבאכט געבן נישט אריינצוזעצן אין אן אנדערע, איא?

...
זייער גוט געפרעגט!
צו דיין ערשטע שאלה, יעדע סעטעלייט קומט היינט מיט א פראפאלשון סיסטעם, דאס הייסט א ראקעט ענדזשין'ס מיט א טאנק ברענשטאף כדי זיך צו קענען מענאווערן אין ספעיס.
די לייף פון א סעטעלייטס ווענד זיך בעיקר אין וויפל ברענשטאף ס'האט, ווען די טאנק ווערט ליידיג ווערט עס פאררעכנט אלס end of life.
אי"ה אין די קומענדיקע ארטיקלען וועלן מיר מער מאריך זיין וויאזוי מ'טוישט אלטיטוד, דאס איז איינע פון יסודות "וויאזוי מ'טרעוולט אין ספעיס".
צו דיין צווייטע שאלה, ערשטענס ס'איז טאקע דא אסאך סעטעלייטס אין ערד'ס ארביט, אבער רעלאטיוו צו די גרויסקייט פון ספעיס איז ספעיס כמעט ליידיג.
רוב סעטעלייטס זענען אין GSO, דארט איז דא בערך 1500 סעטעלייטס, יעדע סעטעלייט האט א באשטימטע פלאץ, און ווען איינער וויל אהינשיקן א סעטעלייט דארף זיך איינשרייבן ביי די אינטערנאציאנאלע קאמיטע וואס טיילט איין די פלעצער. GSO איז א וואן וועי, אלע סעטעלייטס פליען אין די זעלבע דירעקציע און אויף די זעלבע ספיד, און טאקע ווען א סעטעלייט הייבט אן מאכן פראבלעמען שיקט מען אים גלייך ארויף צום עולם האמת אין די ספעיס בית הקברות...
אין LEO און אין MEO איז נישטא אזויפל סעטעלייט, אלעס צוזאמען איז דא דארט אפאר 100 סעטעלייטס צוטיילט אויף אנדערע אלטיטוד (הויכקייטן ).
אבער מיט דעם אלעם, האלט מען חשבון אויף יעדע סעטעלייט און אפילו ספעיס ברוכווארק כדי ס'זאל נישט קומען צו קיין צוזאמקראך, ממילא אז דו שיסט ארויף א סעטעלייט אן קיין חשבון איז טאקע דא שאנסן ס'זאל קראכן מיט אנדערע סעטעלייטס, טאקע פיצעלע שאנסן.
אין 2009 האט טאקע פאסירט א ספעיס קרעש, ווען אירידיום 33 האט געקראכט מיט אן אלטע רוסישע סעטעלייט, אירידיום איז געקומען פון דרום און די רוסישע סעטעלייט איז געקומען פון מערב זייט, און ביידע סעטעלייטס זענען געווארן צופיצלט אויף פיצלעך איבערלאזענדיג שטיקלעך און ספעיס אין אלע זייטן, און א גרויס חלק פון די ברוכווארק איז אריינגעפאלן אין די אטמאספער איבער די גאנצע וועלט.

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
עליפטיקל ארביט
ביז יעצט האבן מיר גערעדט פון א פונקטליכע ארביט, ווען די קראפט פון די ספיד איז די זעלבע ווי די קראפט פון די גראוועטי. אזוי אויך האבן מיר נאר גערעדט ווען די גראוועטי ציעט פון די זייט.
וואס וועט זיין אויב די ספיד וועט זיין אביסל שטערקער ווי די גראוועטי? וואס וועט זיין אויב די גראוועטי איז נישט פינקטלעך פון די זייט, נאר שיעף פאראויס אדער שיעף פון הונטן?
דא קומט אריין עליפטיקל ארביט.
אויב פליט מען אביסל שנעלער ווי די ארביטל ספיד, גייט די ארביט זיך צוביסלעך דערווייטערן, אבער איינמאל ס'ווערט שוין אביסל ווייט גייט אויסקומען אז די גראוועטי גייט שוין נישט זיין פון די זייט, נאר אביסל שיעף פון הונטן, וואס גייט געשעהן איז אז די גראוועטי גייט נישט נאר בייגן די דירעקציע צו זיך, נאר ס'גייט אביסל פארשטייטערן די ספיד, ווייל ס'שעלפט עס פון הונטן.
ביי א געוויסע פונקט גייט די ספיד ווערן אזוי שטייט אז ס'גייט שוין פליען שטייטער ווי די נויטיגע ארביטל ספיד, דעמאלסט גייט עס אנפאנגען צוריקצופאלן צו די פלאנעט, פארשטייט זיך אז ווען ס'פאלט שטייגט די ספיד, אזוי אז ווען ס'קומט אן נאנט צו די פלאנעט האט ער שוין ווידער א שנעלערע ספיד פון די נויטיגע ארביטל ספיד און ער הייבט זיך אן צו דערווייטערן און פארלירן ספיד, וחוזר חלילה...
יעדע עליפטיקל ארביט האט א הויכע פונקט און א נידעריגע פונקט, דאס איז ווי הויעך/ווייט די ארביט ציעט זיך פון די פלאנעט, און ווי נידעריג/נאנט די ארביט גייט פון די פלאנעט.
---
אלע פלאנעטן פליען ארום די זוהן אין אן עליפטיקל ארביט, איינער מער עקסטרעם עליפטיק און איינער ווייניגער. אריינגערעכנט די ערד, דאס איז די סיבה פארוואס די שקיעה רוקט זיך צוריק שנעלער נאך זומער, ווי ס'ווערט שפעטער פאר זומער, ווייל נאך זומער איז עס אויף די שנעלע חלק פון די עליפס.
רוב סעטעלייט פליען אויך אין עליפטיקל ארביט, און באמת איז כמעט נישט מעגליך צו פליען אין א פונקטליכע רינג, ווייל די זון און די לבנה האבן אויך אן עפעקט אויף די ארביט וואס מאכט עס סייווי אומפינקטלעך.
דאס איז די וועג "וויאזוי מ'טרעוולט אין ספעיס"... ווען א ראקעט קומט אן אין ספעיס שטעלט ער זיך קודם אריין אין די נידעריגסטע ארביט בערך 150 מייל פון די ערד, דאס ווערט אנגערופן די פארקינג ארביט, ווייל מ'פארקט דארט ביז מ'גייט ווייטער. נאכן איבערגיין אלע דעטאלן און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, צינדט מען צוריק אן די ראקעט ענדזשין און דאס שטעלט אריין די ראקעט אין אן עליפטיקל ארביט מיט א נידעריגע פוינט פון 150 מייל, און א הויכע פוינט פון... ווי הויעך מ'וויל גיין.
ווען מ'איז געפלויגן צו די לבנה איז מען באמת קיינמאל נישט ארויס פון די ערד'ס ארביט, מ'איז געפלויגן אין א שטארקע עליפטיקל ארביט וואס ציעט זיך פון די ערד ביז די לבנה.
די סיבה פארוואס מ'איז נישט געפלויגן אין א דירעקט פלייט צו די לבנה איז דא 3 סיבות.
1. ס'פארניצט סאך ווייניגער ברענשטאף, און ברענשטאף איז געווען זייער לימיטעד ווייל ווי מער וואג דארף מען אלס א שטערקערע ראקעט.
2. מיט אן עליפטיקל ארביט האט מען די שטייטסטע ספיד ווען מ'קומט אן ביי די הויכע פונקט, דאס האט געמאכט גרינגער צו לאנדן, ווייל כדי צו לאנדן דארף מען נוצן ברענשטאף זיך צו פארשטייטערן ביז א פולשטענדיגע אפשטעל.
3. והוא העיקר, מ'האט געוואלט פארדינען אז אין פאל די ראקעט מאכט פראבלעמען זאל עס פון זיך אליין צוריקקומען, ס'ווערט אנגערופן free return trajectory. דאס איז טאקע צוניץ געקומען ביי אפאלא 13, ווען די אקסידזשין טאנק האט עקספלאדירט ווען מ'איז שוין געווען כמעט ביי די לבנה, די מיסיע קאנטראלערס אויף די ערד האבן באשלאסן אז מ'גייט נישט לאנדן אויף די לבנה נאר ווייטער פליען אויף די עליפטיקל ארביט וואס האט געברענגט די אסטראנאטן אהיים.

-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
זאכליך האט געשריבן:מיטן זיך פארשטעלן וויאזוי ס'שפירט זיך אויף אזא פליגער, קען מען בעסער פארשטיין פארוואס ווען מען איז אין ארביט שפירט מען נישט קיין גראוועטי.
פאר $5000 קענט איר דאס שפירן בפועל.
https://www.gozerog.com/index.cfm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 457
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm
זאכליך האט געשריבן:נאך א וועג צו פארשטיין ארביט, קען מען נעמען א משל פון א גרופע וואס דרייען זיך אין א רינג, און זיי דרייען זיך שנעל ארום און ארום.
זיי דארפן זיך גוט אנכאפן, ווייל אויב זיי לאזן זיך אויס, פליט יעדער צו די אנדערע עק זאל.
אויפנאויף איז שווער צו פארשטיין, אויב זיי דרייען זיך ארום רינדעכיג, פארוואס ווען זיי לאזן זיך אויס פליט יעדער אוועק? פארוואס בלייבן זיי זיך נישט דרייען.
ווייל פון ניוטאן ערשטע געזעץ זעהט מען אז מאמענטום גייט נאר אויף א גלייכע ליניע, ס'איז נישטא אזא זאך ווי א רינדעכיגע מאמענטום. ממילא די קראפט פון זייער ספיד וואלט זיי געדארפט שיקן אין א גלייכע ליניע צו די עק פונעם זאל, נאר וויבאלד זיי כאפן זיך אן שלעפט עס זיי צוריק אינמיטן אזוי קומט אויס אז זיי דרייען זיך אין אן ארביט.
פארדעם זעהט מען אז ווי שנעלער זיי דרייען זיך אלס שטערקער דארפן זיי זיך אנכאפן, ווייל אויף א שנעלערע ספיד איז די קראפט אוועקצופליען שטערקער און כדי צו בלייבן אין ארביט דארף די כוח פון ספיד זיין די זעלבע ווי די כוח פון גראוועטי וואס ציעט צו די מיטן.
WOW זאכליך, דאס איז א שרעקליך קלארע גוטע הסבר.
זאכליך האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:WOW זייער זייער קלאר מסביר געווען
זאכליך, איך וויל נישט אריינגיין אין גילוי אבער ביסטו נישט אפשר חילי'ס צווייטע ניק?
דאס איז די בעסטע קאמפלימענט וואס כ'האב נאר אמאל געהערט. אבער ניין, איך בין סאך ווייניגער ווי אים.
עס קען נישט זיין אז זאכליך מיט חילי זענען איין מענטש, ווייל חילי איז קעגן טראמפ, און זאכליך איז פרא טראמפ.
איך פארשטיי נאר נישט מיט וואס זאכליך איז סאך ווייניגער, כ'מיין וואס דו ווייסט אלס, און נאך מיט אזעלכע גוטע הסברים.