גוטע זאכן אין מיין לעבן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

גוטע זאכן אין מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איך קלער אז עס איז שוין העכסט צייט צו גרינדען אן אשכול איבער די גוטע זאכן וואס טוהן זיך אפשפילן אין אונזער לעבן.

לעבן איז טיילמאל שווער, טשעלענדזשינג, און נישט לייכט. צומאל קען מען זיך שפירן ווי מען שטופט א שווערן וואגן פול מיט לאסט, פול מיט וואג. צומאל וויל מען הייבן הענט און זאגן: איך קען שוין מער נישט שטופן דעם וואגן; עס איז נישט פאר מיינע כוחות!

געפילן פון ייאוש האבן לייכטע ארבעט זיך צוצוקלעבן צום מענטש אין יענע מינוטן. נישט קיין שווערע זאך צו צוזאם לייגן די הענט און צוזאמברעכן. דער מענטש איז אין א גייסטישע דרוק צו טרעפן ליכטיגקייט, צו דערטאפן האפענונג און צו שפירן מוט.

די אנטוישונג ווערט אבער נאר פארמערט ווען די טונקעל שלעפט אים אריין טיפער אין איר הארטע וויסטעניש. וויפל מער מען ׳שטופט׳ די חשך אלס מער ווערט ער מער פעסט און מאכטפול, און דער מענטש וואונדערט, וועל איך נאך זוכה זיין צו זען ליכט?

איז אלזא וואס טוט מען?

די עצה היעוצה איז שטעל זיך אפ! מאכט אן האסטיגע אפשטעל, הער אויף זוכן ליכטיגקייט! פארוואס, ווייל די ליכטיגקייט איז אייביג דא געבליבן, עס איז קיינמאל אוועק; נאר ענדערש באדעקט געווארן פון די דיקע וואלקענעס פון צער און קלעם, פון פארלוירענקייט, און צומישעניש.

וואס הייסט?

אן א שיעור גוטס, חסדים, פלאים און וואונדער, געשעט צו אונז יעדע מינוט, יעדע רגע, און יעדע סעקונדע!

עס געשען צו אונז א געוואלד מיט קליינע און פשוטע זאכן וואס ארבעטן זיך יא! אויס, וואס זענען יא! גוט. עס זענען דא מענטשן וואס האבן אונז יא! ליב, זאגן יא! א גוט ווארט, פארגינען!
מיר טוען יא! גוטע זאכן דורכאויס די טאג, אפילו נאר קליינע און גאר ׳פשוטע׳.

לאמיר אביסל נאכלאזן פון דעם ׳סוירטש׳ פאר גוטע זאכן, לאמיר אביסל לויז מאכן אונזער נעגעטיווע בליק אויף די וועלט און אויף אונזער לעבן. לאמיר נייגן אונזער אינטערעסע, נאר אביסל, אין דעם ועל ניסך שבכל יום עמנו, די קלייניגקייטן וועלכע מיר קוקן נישט אן, מיר זענען נישט מחשיב געווענליך, און מיר האלטן אז עס איז גארנישט ספעציעל. לאמיר טרעפן אין יענע קליינע זאכן די ספעציאליטעיט, די ליכטיגקייט, די חסד און די פשוטע גוטס וואס דער אייבירשטער לייגט אריין אין עס.

איך וואלט געוואלט בעטן דער עולם זאל אריינלייגן זאכן וואס זענען גוט, און זאכן וואס יעדער איינער קען עס האבן.

לאמיר בייגעוואוינען די טויש וואס דאס וועט אונז ברענגען אין לעבן.

#זאכן-וואס-יא-גוט-אין-מיין-לעבן
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אה, אזוי גוט אריינצוקומען נאך א שווערע טאג און ליינען די געשמאקע און אויפריכטיגע רייד פון לב אחד. אבער פארוואס אין געזונטהייט?!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

היינט געמאכט שפירן א מענטש גוט.
געקויפט א גישמאקע ׳קאלטע׳ געטראנק.
פרישטאג געווען גוט, די סטאר האט פארקויפט פרישע זאכן.
שפיר זיך גוט, פיזיש
איך האב עיר קאנדישאן אינדערהיים ב״ה
איך האב נישט קיין צוריסענע קליידער
געליינט היינט אינעטערעסאנטע ארטיקל
די בירנעס ברענען
די פרידזשעדער ארבעט
געהאט הייס וואסער פאר די קאווע היינט

(שטעל זיך פאר די אלע זאכן זענען נישט ווי עס דארף צו זיין)
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

באקומען א קאלט באטל וואסער אינמיטן א הייסע שפאציר
מקדש געווען שם שמים
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געגעסן א פיינער סענדוויטש פאר פרישטאג, פארברענגט מיט מיינע זיסע קינדערלעך קע"ה, אלע געזונט פיין ב"ה



(און אויך ווי טויגליכער)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ברוך השם זיך אויסגעצויגען אויפן קאוטש אזוי באקוועם...
א קאלט גלעזעל קאלע! (קאלט!!).. אה... שהכול נהיה בדברו!

די פאון איז פול בעטערי....

די סערווער איז שויניש איבערגעשטרענגט (נאך א שווערע טאג פון עפראוועלס....)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

הנאה געהאט פון מיין עצם אטעם. עס קומט און גייט אן מיין ארבעט. נאטורליך פון בורא כל עולמים. אה! טאטע איך האב דיך ליב! הטוב כי לא כלו רחמיך!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

האמיר לב אחד וועלכע מאכט אן אשכול פון גוטע זאכן. אוועק צו קוקן פון די אלע נייעס, טראגעדיעס, צרות, מלחמות, דראמא, סקאנדאלן, און שוועריקייטן.

דערמאנט פון מרדכי׳ס ניגון פון חפץ חיים ווי זיין ׳מודים׳ האט גענומען לאנג פשוט ווייל עס איז אזא וואונדערבארע תפילה!

כה לחי לב אחד!
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

ב׳׳ה געהאט א גיטע שלאף. געהאט גוט צו עסן. געדאווענט אן געלערנט ב׳׳ה. דאס איז נאר אפאר פון ביליאנען חסדים פון השי׳׳ת.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ממש אזוי האט געשריבן:הנאה געהאט פון מיין עצם אטעם. עס קומט און גייט אן מיין ארבעט. נאטורליך פון בורא כל עולמים. אה! טאטע איך האב דיך ליב! הטוב כי לא כלו רחמיך!

ממש אזוי
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

fiena nieas האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:הנאה געהאט פון מיין עצם אטעם. עס קומט און גייט אן מיין ארבעט. נאטורליך פון בורא כל עולמים. אה! טאטע איך האב דיך ליב! הטוב כי לא כלו רחמיך!

ממש אזוי


;l;p- פיינע נייעס..
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

ברוך השם איך האב א דזשאב. (ווען נישט וואלט איך שוין געווען א שר עשרת אלפים פארשאאר..) געמאכט התבודדות היינט, גערעדט צו מיין טאטע אין הימל (אנטשולדיגט אונזער טאטע) אים פארציילט איבער אלעס. (איך בין נישט קיין ברסלב׳ר נאר א פשוטע איד).
נישט אייביג האט מען געדולד און געפיל צו התבודדות, אבער היינט איז עס ברוך השם געלונגען.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איך זעה אז עס איז עכט נישט גרינג צו פאקעסירן אויף די פאזעטיווע זאכן אין לעבן. נאך איינער האט דעם שוועריקייט? אדער בין איך דער איינציגער?
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

די חובות הלבבות אין שער הבחינה אין די הקדמה זאגט אז יעדער איז אזוי און ער זאגט 3 סיבות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

ממש אזוי האט געשריבן:ברוך השם איך האב א דזשאב. (ווען נישט וואלט איך שוין געווען א שר עשרת אלפים פארשאאר..) געמאכט התבודדות היינט, גערעדט צו מיין טאטע אין הימל (אנטשולדיגט אונזער טאטע) אים פארציילט איבער אלעס. (איך בין נישט קיין ברסלב׳ר נאר א פשוטע איד).
נישט אייביג האט מען געדולד און געפיל צו התבודדות, אבער היינט איז עס ברוך השם געלונגען.


You made me laugh hard.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

nishtkushe האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:ברוך השם איך האב א דזשאב. (ווען נישט וואלט איך שוין געווען א שר עשרת אלפים פארשאאר..) געמאכט התבודדות היינט, גערעדט צו מיין טאטע אין הימל (אנטשולדיגט אונזער טאטע) אים פארציילט איבער אלעס. (איך בין נישט קיין ברסלב׳ר נאר א פשוטע איד).
נישט אייביג האט מען געדולד און געפיל צו התבודדות, אבער היינט איז עס ברוך השם געלונגען.


You made me laugh hard.


I

Hope you got to yourself אויב האט איר געלאכט, דאן איז לכאורה די גוטע אשכול.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ב"ה כ'בין באשאנקען געווארן מיט די געוואלדיגע מתנה פון "שמועה" און דאס העלפט מיר ארויס אין די שווערסטע מצבים,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איך וואונדער מיך וואס איז געווארן מיט דעם אשכול
פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש »

סאיז זייער א געשמאקע אשכול
זיך אפ צושטעלן פון די דעלי סטרעס אין אריינטראכטן אביסעלע אין די קליינע גרויסע חסדים וואס איז יא דא אפילו אין א מצב פון פינסטערניש,

שכויעך פארן ארויפברענגן דעם אשכול.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

ברוך השם די זכרון ארבעט נאך, imagine ס׳ארבעט נישט חס ושלום, פון ווי וואלט איך געוויסט אז מען דארף דרייען די הענטעל פונעם טיר עס צו עפענען, און נאך מער, איך וואלט נישט געדענקט אז עס איז עפעס דא די אנדערע זייט פון טיר.

נאך א זאך, איר ווייסט ווי סאך זאכען האבען געדארפט ארבעטען אז מיינע הענט, פינגערס און נערווען זאלען קענען עפענען דעם טיר? מ׳קען משוגע ווערן פון טראכטען פון יעדע פרט וואס איז געווען אינוואלד.

אלעס איז צו דאנקען דער בעסטער Engineer און Designer וואס איז דא.

לאמיר נישט פארגעסען אז עס איז נישט געווען קיין שום סיבה אז איך זאל אויף שטיין היינט אינדערפרי, עס וואלט פונקט אזוי געקענט געשעהן אז די זעקל ביינער זאלו בלייבען אין בעט, האט אבער דער בורא עולם איינגעזעהן אז ער וויל אז איך זאל יא אויפשטיין און ער וויל מיך האבען היינט. טראכט אריין! די נאכט איז געווען לעבעדיק אין הימל, ס׳זענען געווען back and forths ביז די verdict איז געווען אז מיין נשמה באקום איך צוריק היינט.

כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני לפניך
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

פיצי קעפלע האט געשריבן:ברוך השם די זכרון ארבעט נאך, imagine ס׳ארבעט נישט חס ושלום, פון ווי וואלט איך געוויסט אז מען דארף דרייען די הענטעל פונעם טיר עס צו עפענען, און נאך מער, איך וואלט נישט געדענקט אז עס איז עפעס דא די אנדערע זייט פון טיר.

נאך א זאך, איר ווייסט ווי סאך זאכען האבען געדארפט ארבעטען אז מיינע הענט, פינגערס און נערווען זאלען קענען עפענען דעם טיר? מ׳קען משוגע ווערן פון טראכטען פון יעדע פרט וואס איז געווען אינוואלד.

אלעס איז צו דאנקען דער בעסטער Engineer און Designer וואס איז דא.

לאמיר נישט פארגעסען אז עס איז נישט געווען קיין שום סיבה אז איך זאל אויף שטיין היינט אינדערפרי, עס וואלט פונקט אזוי געקענט געשעהן אז די זעקל ביינער זאלו בלייבען אין בעט, האט אבער דער בורא עולם איינגעזעהן אז ער וויל אז איך זאל יא אויפשטיין און ער וויל מיך האבען היינט. טראכט אריין! די נאכט איז געווען לעבעדיק אין הימל, ס׳זענען געווען back and forths ביז די verdict איז געווען אז מיין נשמה באקום איך צוריק היינט.

כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני לפניך



איך בין מסכים מיט יעדע ווארט און איך דאנק דעם אויבערשטען דערויף
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:ברוך השם די זכרון ארבעט נאך, imagine ס׳ארבעט נישט חס ושלום, פון ווי וואלט איך געוויסט אז מען דארף דרייען די הענטעל פונעם טיר עס צו עפענען, און נאך מער, איך וואלט נישט געדענקט אז עס איז עפעס דא די אנדערע זייט פון טיר.

נאך א זאך, איר ווייסט ווי סאך זאכען האבען געדארפט ארבעטען אז מיינע הענט, פינגערס און נערווען זאלען קענען עפענען דעם טיר? מ׳קען משוגע ווערן פון טראכטען פון יעדע פרט וואס איז געווען אינוואלד.

אלעס איז צו דאנקען דער בעסטער Engineer און Designer וואס איז דא.

לאמיר נישט פארגעסען אז עס איז נישט געווען קיין שום סיבה אז איך זאל אויף שטיין היינט אינדערפרי, עס וואלט פונקט אזוי געקענט געשעהן אז די זעקל ביינער זאלו בלייבען אין בעט, האט אבער דער בורא עולם איינגעזעהן אז ער וויל אז איך זאל יא אויפשטיין און ער וויל מיך האבען היינט. טראכט אריין! די נאכט איז געווען לעבעדיק אין הימל, ס׳זענען געווען back and forths ביז די verdict איז געווען אז מיין נשמה באקום איך צוריק היינט.

כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני לפניך




Wow. געוואלדיגע רייד
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

פונקט געטראכט, די חסדים פון דער פון אויבן איז אנבליוועבעל. די פיצי מאָש קאָש קאָש דזשעלי וואס ארבעט און אין אונזער קעפלעך, פארשטיין זילטש..... וואס דער בורא טוט יעדע רגע.
לאמיר נעמען א משל די צינג....
די ווייסט נאר אז די האסט "בכלל" א צינג נאר ווען די האנדעלסט זיך איין א בליסטער, אדער ווען די צו בייסט אים.
דער צינג פילט אויב די טעם איז גוט (ווען די ביסט פארקילט כאפסטו וואס ס'מיינט נישט פילען קיין טעם).

שטעל זיך פאר די עס א גוטע באָש קאָקי מיט מילך, און א האלבע קאקי בלייבט גאנץ אינמיטן די צינג און די מילך פארט פינקט ביי די זייט אנדעם וואס זאלסט עס קענען קאנטרעלירען , אפי' אריין פארן מיט די פינגער, וועט העלפן א תאנה....!!! קומט זיך דער צינג און דרייט און מסדר און פאשט פון דע באק צו דער אנדערער זייט באק, אלעס אן קיין פיפס.. שטעל זיך פאר ס'דארף זיך לאדען ווי א וועב פעדזש..... די מילך סטאק אזוי....
ב"ה אלעס פארט ווי .... נישטא קיין משל..
כל הנשמה תהלל, זינגט זיך פון זיך אליין.
!!THANK YOU BANAA#
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

פאלקאוויטש האט געשריבן:סאיז זייער א געשמאקע אשכול
זיך אפ צושטעלן פון די דעלי סטרעס אין אריינטראכטן אביסעלע אין די קליינע גרויסע חסדים וואס איז יא דא אפילו אין א מצב פון פינסטערניש,

שכויעך פארן ארויפברענגן דעם אשכול.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”